פארוואס זענען געוויסע ליידער מקיל מיט צום גדלי'

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

פארוואס זענען געוויסע ליידער מקיל מיט צום גדלי'

תגובהדורך פעדער » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 12:58 pm

אפאר יאר צוריק ווען כ'בין געווען אין אומאן אויף א ר"ה, און מיר זענען געבליבן דעמאלטס שטעקן אינעם עריפארט, האבעך געזעהן א איד, וואס האט געטרונקען וואסער אדער דזשאוס, זאגענדיג אז ער האט עפעס "קאפ ווייטאג" און אין צום גדלי' איז גרינגער. דעריבער איז אים מותר.
דאס איז חוץ די פולע אנדערע וואס כ'האב געזעהן עסן, אינדעם טאג. און כ'כהאב נישט געהאט דעם געלעגנהייט זיי צו פרעגן.
(כ'רעד נישט פון דעם היתר, אויסצופאסטן פריער, ווען מ'קומט פון אייראפע אהער, צוליב די אפגערוקטע שעות, כאטש מ'קומט למשל אהן אהער ווען ס'איז נאך ביינאכט!; אויך רעד איך נישט פון עמיצער וואס שפירט אז ער וועט נישט האבן כח צו פאסטן יו"כ.)
אתמהה...
פארוואס אין א אנדער פאסט-טאג פסק'עט מען זיך נישט אליין, בלויז אויף קאפ-ווייטאג?
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 1:01 pm

נו פארדעם האבן מיר דא א חשוב'ן דיין ר' סאכדעס, מיר ווארטן אז דער דיין מיט זיין געבענטשטע שפראך זאל געבן א ברייטע ערקלערונג אויף דעם ענין.

isolated
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 03, 2011 10:52 am
לאקאציע: אין גלות צווישען אידן

תגובהדורך isolated » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 1:07 pm

לכאורה, ס'איז א חומרא, דהיינו צו זיין זיכער אז מ'וועט קענען מקיים זיין מצות עשה דאורייתא צו פאסטען יום כיפור.
אין הדבר תלוי אלא בי. / ס'איז מיין אייגען שולד.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 1:08 pm

דער פשעווארסקער רבי זצ"ל, ר' יענקעלע פלעגט אריינקומען צום גדלי' מיט א טאץ קעיק אין ביהמ"ד נאכן דאווענען און הייסן אלע בחורים אויספאסטן אז מ'זאל האבן כח צו פאסטן יום כיפור

צום גדלי' פלעגט די שוהל זיין געפאקט מיט בחורים...

דער היינטיגער פשעווארסקער רבי שליט"א פירט זיך אויך אזוי
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

matovu
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

תגובהדורך matovu » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 1:09 pm

לכאורה רעדט איר נישט פין קיין היימישע חסידישע יודן... נאר פין די אזוי גריפענע מאדערנע ...Modern Orthodox

אבער אזוי ווי איר האט געזאגט דעם ווארט אומן דארף מען מער נישט קיין הסברים...

א גוט יאר

JOELHEALTH
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 26, 2008 1:03 pm

תגובהדורך JOELHEALTH » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 1:28 pm

ר' יענקעלע נישט פין קיין היימישע חסידישע יודן ?

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 2:02 pm

די ספרים רעדן שוין ארום דערוועגן, צום גדלי' וואלט ווען געדארפט באשטימט ווערן אום ראש השנה זעלבסט, במילא הייסט דאס א תענית נדחה, נאכדערצו היי יאר הייסטעס צוויי מאל נדחה

ווער רעדט נאך ווען אידן קומען אהיים פון אומאן איז אוואדענע וודאי אז מברויך גארנישט פאסטן...

גוט געבענטשט יאר לאמער אלעמען דן זיין לכף זכות.


זיבל
שבעה מי יודע!?

isolated
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 03, 2011 10:52 am
לאקאציע: אין גלות צווישען אידן

תגובהדורך isolated » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 2:10 pm

און די אלע וואס זענען נישט געפארן זענען מן הסתם נישט מיט אלעמען... נו, מעגען זיי דאך זיכער עסען...
אין הדבר תלוי אלא בי. / ס'איז מיין אייגען שולד.

matovu
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

תגובהדורך matovu » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 2:29 pm

isolated האט געשריבן:און די אלע וואס זענען נישט געפארן זענען מן הסתם נישט מיט אלעמען... נו, מעגען זיי דאך זיכער עסען...

;l;p- ;l;p- ;l;p- :grin:

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2299
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 3:22 pm

matovu האט געשריבן:
isolated האט געשריבן:און די אלע וואס זענען נישט געפארן זענען מן הסתם נישט מיט אלעמען... נו, מעגען זיי דאך זיכער עסען...

;l;p- ;l;p- ;l;p- :grin:

מה טובו, פארגינסט אים נאר דריי?
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

isolated
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 03, 2011 10:52 am
לאקאציע: אין גלות צווישען אידן

תגובהדורך isolated » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 3:23 pm

שכוח.......
אין הדבר תלוי אלא בי. / ס'איז מיין אייגען שולד.

matovu
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

תגובהדורך matovu » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 3:50 pm

so mean

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 6:12 pm

שנאפס האט געשריבן:דער פשעווארסקער רבי זצ"ל, ר' יענקעלע פלעגט אריינקומען צום גדלי' מיט א טאץ קעיק אין ביהמ"ד נאכן דאווענען און הייסן אלע בחורים אויספאסטן אז מ'זאל האבן כח צו פאסטן יום כיפור

צום גדלי' פלעגט די שוהל זיין געפאקט מיט בחורים...

דער היינטיגער פשעווארסקער רבי שליט"א פירט זיך אויך אזוי


דער היינטיגער פשעווארסק'ער רבי שליט"א ברענגט נישט אריין קיין טאץ קעיק אין ביהמ"ד צום גדלי'...!

ער פיהרט זיך אבער אויך אזוי מיט דעם אז ווער עס קומט איהם פרעגן איז ער נוטה להקל

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 8:03 pm

תולדות אברהם יצחק.

וועגן אומאן טוט יעדער אזוי, אויב מען קומט אהיים אין צום גדלי'. אז מען בלייבט דארט אויף נאך א טאג, דארף מען לכאורה יא געהעריג פאסטן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » מוצ"ש אוקטובער 08, 2011 11:56 pm

ווען איך בין געווען א בחור די ערשטע יאר נאך מיין בר מצוה, ס'איז געווען אפאר טאג פאר ראש השנה, איז מיין טאטע זז"ג אריין מיט מיר צום ברך משה זי"ע און געפרעגט אויב איך דארף פאסטן צום גדלי', דער ברך משה געט מיך אזא מעסט אפ און רופט זיך אן "נעה, ער דארף נישט פאסטן" און טאקע יענע יאר האב איך נישט געפאסט.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג אוקטובער 09, 2011 12:14 am

ס'אנדערע יאר האסטו געבעטן דעם פאטער נאכאמאל אריין צו גיין צום רבי'ן פאר צום גדלי' דייקא, הא?...
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
אבני שיש
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 30, 2010 2:23 pm
לאקאציע: אין די כלים

תגובהדורך אבני שיש » זונטאג אוקטובער 09, 2011 7:46 am

zibala האט געשריבן:די ספרים רעדן שוין ארום דערוועגן, צום גדלי' וואלט ווען געדארפט באשטימט ווערן אום ראש השנה זעלבסט, במילא הייסט דאס א תענית נדחה, נאכדערצו היי יאר הייסטעס צוויי מאל נדחה

מה זה "2 מאל נדחה"?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוקטובער 09, 2011 7:52 am

נדחה מיום ב' תשרי לג' תשרי כבשאר השנים, ונדחה מג' תשרי לד' תשרי מחמת שחל ג' תשרי בשבת

אוועטאר
בעל תוקע
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:07 pm

תגובהדורך בעל תוקע » זונטאג אוקטובער 09, 2011 9:01 am

גדליהו נרצח בידי ישמעאל בן נתניה פחות מחודשיים מאז מונה לתפקידו, יש אומרים שנרצח בא' בתשרי, ויש אומרים בג' בתשרי. בעקבות הרצחו ברחו תושבים רבים מיהודה למצרים. לפי מקורות במסורת היהודית פסק כליל היישוב היהודי בארץ, במחקר ההיסטורי מקובלת הדעה כי רק האליטה הכלכלית עזבה את יהודה.[דרוש מקור] לזכר ולאות אבלות על הרצחו מציינים את צום גדליה בג' בתשרי. (ויקיפדיה)

ישנה מחלוקת במסורת היהודית בשאלה, האם גדליה נרצח ב-ג' בתשרי, או שהוא נרצח ב-א' בתשרי, והצום נדחה לאחר ראש השנה מפני שאי אפשר לתקן צום ביום חג.

ג' תשרי:
"צום השביעי זה שלשה בתשרי יום שנהרג בו גדליה בן אחיקם" (תוספתא למסכת סוכה פרק ו, הלכה י).
"צום השביעי זה ג' בתשרי שבו נהרג גדליה בן אחיקם" מסכת ראש השנה יח, ב.
"יום שלושה בתשרי, שבו נהרג גדליה בן אחיקם" רמב"ם הלכות תענית פרק ה הלכה ב.
א' תשרי:
אבן עזרא בפירושו לזכריה ח, יח, אומר: "נהרג גדליה בראש השנה על כן קבעוהו ביום השלישי".
הרד"ק, בפירושו לירמיהו מא, א, אומר: "ויהי בחודש השביעי, כמו מחר חודש ובראש השנה נהרג גדליה בן אחיקם וקבעו התענית במוצאי ראש השנה מפני שהוא יום טוב".
רבי יוסף קארו מביא בשולחן ערוך (אורח חיים, סימן תקמט, סעיף ב) בשם ר' ירוחם שגדליה בן אחיקם נהרג בראש השנה, והצום נדחה לג' בתשרי, כדי שלא לעשות תענית בראש השנה.(ויקיפדיה)

איטשע
שר האלף
תגובות: 1902
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג אוקטובער 09, 2011 12:11 pm

אין פראקטיק:
איך פארשטיי נישט, איך אין אלע מיינע חברים פאסטן, ערב ראש השנה ביז חצות, צוויי מאהל א האלבע טאג ראש השנה, דאס יאר א האלבע טאג שבת, א גאנצע טאג צום גדלי' און שלש עשרה מדות ביז חצות, אין יום כפור, זענען מיר אלע געווען אין ביה"מ.
איינער וואס דאווענט א גאנצן טאג יו"כ אין בי"מ (לאפוקי די פוילישע חסידות'ן), איז יום כפור די גרינגסטע תענית.
נישט פאסטן צום גדלי' גייט נישט מאן דער דיפערענס, צו מען וועט קענען אויספאסטן יום כפםור צו נישט - ביי א געזונטע, בחור'ל, בחור, יונגערמאן אדער באלאבאס.

הלכה'דיק:
עס באקאנט די שאלה, איינער איז אין תפיסה און מען לאזט עם ארויס פאר איין טאג, צו זאל צו ווארטן ביז ראש השנה אין הערן תקיעות וואס איז מדאורייתא, אדער שוין נעקסטן טאג זאל ער גיין דאווענען מיט מנין!
ווער זאגט, אז מען מעג אויספאסטן צום גדלי', וועגן יום כפור, ערשט פאסט צום גדלי', יום כיפור וועט מען דעמאלטס זעהן.

אבער פארשטייט זיך אז איך בין נישט קיין רב.
בד"א: איינמאל בין געווען אין ירושלים י"ז בתמוז, האב איך געפונען א יונגעמאן אריינבייסן אין א גראבן סענדוויש "בלי שום בושה", אין א אזא מין סארט עסעראציע פלאץ, ר' יוד: ווילסט עסן אין א תענית (איך בין זיכער ער האט געהאט א היתר), עס מיט אפעטיט, אבער אין פובליק????

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג אוקטובער 09, 2011 3:07 pm

דו האסט געזען דעם אינגערמאן עסן מסתמא נאך די שקיעה.

וואס דו שרייבסט וועגן די הלכה חלק פון צום גדליה, כמדומה אז הגאון ר' יצחק זב"ש האלט עפעס אזוי

אפשר ביסטו אביסל מרחיב הדיבור וועגן די פוילישע חסידותער וואס זענען נישט אין בית מדרש אגאנצן טאג, ווער? וואס? און וויאזוי יא?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » זונטאג אוקטובער 09, 2011 4:50 pm

איטשע האט געשריבן:אבער פארשטייט זיך אז איך בין נישט קיין רב.
בד"א: איינמאל בין געווען אין ירושלים י"ז בתמוז, האב איך געפונען א יונגעמאן אריינבייסן אין א גראבן סענדוויש "בלי שום בושה", אין א אזא מין סארט עסעראציע פלאץ, ר' יוד: ווילסט עסן אין א תענית (איך בין זיכער ער האט געהאט א היתר), עס מיט אפעטיט, אבער אין פובליק????

אה. דאס איז וואס האט מיר דאן געבאדערט.
פיין. אין הכי נמי. ס'איז געווען נאך א גאנצע נאכט מוצא"י, בלייבן שטעקן אין קיעוו, און נניח אז ער האט טאקע זך נישט גוט געשפירט, און ס'איז געווען א יאהר וואס פון "נדחה פעמיים", אבער פארוואס עסן שוין פארמיטאג? נימא. אז חולשא נקיט ליה... אבער צוליב וואס, ברבים טרינקען, און האקן א שאכטל ביסקיטס? לאמיר שוין זאגן, אז טלטול הדרך איז געפערליך מתיש, אבער פ"וו צוריק קומען אין צום גדלי'. (און אפשר פ"וו בכלל פארן?)
(און ס'האט זיך גראדע גערעדט פון א הויכן ברייטביינדערדיגן פערזאן, שוין גארנישט אזא שוואכיטשקל, אבער ס'איז לאוו דוקא מעלה ומוריד דער עיקר איז, כ'האב אים דאן דן געווען לזכות, אז פילייכט פאסט ער גאר שווער, און שפירט זיך זעהר שלעכט.)
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » זונטאג אוקטובער 09, 2011 6:17 pm

מען קען נישט סתם אזוי מקיל זיין, יעדער דארף זיך אליין משער זיין ביי זיך צו די תענית צום גדלי' וועט אים שאטן אויף יום כיפור און טאמער האלט ער אז עס גייט אים שאטן זאל ער מקיל זיין נאר נאכ'ן פרעגן זיין דיין

ביי רוב מענטשן שאדט נישט נאך א תענית

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3242
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך אוקטובער 05, 2016 3:22 pm

IMG-20161005-WA0013.jpg

א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 3:58 pm

תגובהדורך א פיינע מענטש » מיטוואך אוקטובער 05, 2016 4:01 pm

איטשע האט געשריבן:אין פראקטיק:
איך פארשטיי נישט, איך אין אלע מיינע חברים פאסטן, ערב ראש השנה ביז חצות, צוויי מאהל א האלבע טאג ראש השנה, דאס יאר א האלבע טאג שבת, א גאנצע טאג צום גדלי' און שלש עשרה מדות ביז חצות, אין יום כפור, זענען מיר אלע געווען אין ביה"מ.
איינער וואס דאווענט א גאנצן טאג יו"כ אין בי"מ (לאפוקי די פוילישע חסידות'ן), איז יום כפור די גרינגסטע תענית.
נישט פאסטן צום גדלי' גייט נישט מאן דער דיפערענס, צו מען וועט קענען אויספאסטן יום כפםור צו נישט - ביי א געזונטע, בחור'ל, בחור, יונגערמאן אדער באלאבאס.

מען זעהט פון אייער תגובה אז איר זענט א גרינגער פאסטער, סאיז דא אסאך אידן וואס א תענית שפירט זיך ביי זיי פאר אפאר וואכן, פרעג דיר נאך.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט