וואלט איר געגעסן זיין הכשר אפילו איר עסט נישט ביי אים שטוב?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2011 4:03 pm

וואלט איר געגעסן זיין הכשר אפילו איר עסט נישט ביי אים שטוב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוםפרקן »

די שאלה איז מיר איצט זייער אקטועל: צו זאל איך עסן דעם הכשר פון א רב וואס ער פאר זיך איז גאנץ פיין, אבער פירט נישט אזא פרומע שטוב, וואוינט אין א מאדערנע געגענט און ביים אים אינדערהיים ברענגט מען אריין השגחות וואס מיין טאטע מאמע און רבי האבן נישט געלאזט עסן וכדו'

דער רב איז מעגליך פארלעסליך אז פאר אנדערע וועט ער אכטונג געבן, אבער איז מיין שאלה ווייטער, קען איך עסן אן השגחה אבער נישט ביי אים אין שטוב?

אדרבה לאמיר הערן וואס די קרעטשמע לייט זאגן, נאך אלעם עסן מיר דאך אין קרעטשמע אויך נישט (נאר א טרינק).
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

וואס הייסט ער איז 'מעגליך' פארלעסליך? דאס איז דיין חיוב מברר צו זיין, אויב איז ער א ירא שמים און אויב ער וועט זיך נישט באנוצען פאר אנדערע מיט די קולות וואס ער פאר זיך איז יא מקיל איז פארוואס זאלסטו נישט עסן פון זיין השגחה [עכ"פ די חלק הסתירה פון נישט עסן ביי איהם אין שטוב איז קיין פראבלעם לענ"ד].
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

איך האב א פארקערטע שאלה
צי אזל איך עסן פון א הכשר פון א רב וואס ביי זיך אינדערהיים וואלט ער זיך נישט פארלאזט אויף די אלע קולות און ער אליין עסט נישט פון זיין אייגענע הכשר..
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פאטאקי, געוועזן א איד געמאכט א ספר על הגאולה ועל התמורה, וואס ער האט געגעבן אן השגחה אויף א מצה בעקעריי און ער אליין האט נישט געגעסן דערפון, ודו"ק היטב.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

farshlufen האט געשריבן:פאטאקי, געוועזן א איד געמאכט א ספר על הגאולה ועל התמורה, וואס ער האט אן השגחה אויף א מצה בעקעריי און ער אליין האט נישט געגעסן דערפון, ודו"ק היטב.

פסח שאני
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לאו דוקא פסח, יעדער ערליכער איד האט זיך חומרות והנהגות א גאנץ יאר וואס מען קען און מען טאר אויף א צווייטן נישט ארויפלייגן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

פארשלאפן גלייכט קאנטערווערסיעס....

לגבי די שאלה, איך האף אז דו מאכסט א וויץ. יעדע הכשר וואס דו עסט פון די בעסטע בעל מכשיר וואס איז נאר דא, אלע פארלאזן זיך אויף אזאנע וואס זייערע ווייבער גאנץ אנדערש ווי דיין מאמע. יעדע עסן האט אין זיך צענדליגע אויב נישט הונדערטע באשטאנדטיילן וואס דאס גייט ווי א קייט. דער פארלאזט זיך אויף אים און דער אויף אים.. גיי אביסל נאך עסן'ס וואס קומען אריין פון טשיינע,אינדיע, ועוד. דו וועסט נישט גלייבן וואס דו וועסט געוואויר ווערן.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך האב אליינס אפאר מאל זיך אנגעשטויסן אין אזא פראבלעם, אבער איך קען דעם רב פערזענליך, און דעריבער רוף איך אים אפ, און ער זאגט מיר בדרך כלל וואס איך קען יא און וואס איך קען נישט עסן
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אז מ'רעדט שוין פון הכשירים. מהדרין האט געטוישט זייער הכשר צו ר' יושע כץ אב"ד מאגריב
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

אז מ'רעדט שוין, קדם האט געטוישט אדער בקרוב גייט ארויסקומען זייער טויש אין הכשר, צו די אלטע וועט אויך בלייבן ווייס איך נישט.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

וואס איז די נייע?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

איך כאפ נישט פונקטליך פון וואס לייבי רעדט, ווייל דאס וואס זיי האבן צוגעלייגט די הכשר פון בד"ץ איז שוין געווען פאריאר, סא וואסערע טויש גייט יעצט זיין?

אפשר מיינסטו טוישן סטיקער?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געלעגער האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון הכשירים. מהדרין האט געטוישט זייער הכשר צו ר' יושע כץ אב"ד מאגריב

אן אריינגיין אין די חושן משפט חלק, דאס הייסט אויף אונזערע פלייצעס, וייל ס'איז שווער צו ביעטן צענדליגער יארן ענקספיריענס אין אזא קאמפליצירט פעלד ווי השגחות נאכדערצו אויף א פארנעם ווי מהדרין ספיציעל ווען זיי פראדוצירן נישט אין קיין אייגענע פלענטס. וקצרתי.

ביזנעסמעסיג, איז דאס א שטארק נארישע שריט, ווייל זיי שוואכן אפ זיער שטאנד אנטקעגן זייערע פילצאליגע קאמפעטישאנס, נישט זייער סינס 19?? מיט וואס זיי טראגן זיך ארום מאכט זיי שטארק נאר די השגחה און דאס האבן זיי קאליע געלייגט בידים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

פארשלאפן, מיר קוקט דאס אויס ווי נאך א צייכן פון ירידת הדורות.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יואל ווייס האט געשריבן:פארשלאפן, מיר קוקט דאס אויס ווי נאך א צייכן פון ירידת הדורות.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אם לדין יש תשובה. ביי הר פארשלאפן, א איד וואס איז (מסתמא) מדקדק בקלה כבחמורה, מאכט אוס דער הכשר דער עיקר. ביים המון עם, איז דער ??since 19 די זאך. דאס האט מען אלעמאל געקויפט, און דא ליגט אין מענטשנס קאפ ווייטער צו קויפן.

עיין ערך גאלדען פלאו און מים חיים. וויפיל אנדערע וועלן פרובירן, וועלן זיי בלייבן אהעד אוו די מארקעט מטעם הנ"ל.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

פארשלאפן, שתי תשובות בדבר.. ר' יושע איז שוין אין די ליין אסאך יאר'ן ער בכלל נישט ניי אין דעם פעלד. 2'טענס כ'האב געליינט אז עס איז נאר בנוסף צום וואלאווע'ר בבחינות דאפעלט איז שטערקער. (כ'האב עס נישט מברר געווען נאר עפעס אזוי געהערט).
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

לאז געמאכט האט געשריבן:פארשלאפן, שתי תשובות בדבר.. ר' יושע איז שוין אין די ליין אסאך יאר'ן ער בכלל נישט ניי אין דעם פעלד. 2'טענס כ'האב געליינט אז עס איז נאר בנוסף צום וואלאווע'ר בבחינות דאפעלט איז שטערקער. (כ'האב עס נישט מברר געווען נאר עפעס אזוי געהערט).

לויט ווי איך פארשטיי איז עס יא אפגעטיילט פון וואלאווע
ר' יושע הייס אויך גאר שטארק אין כשרות
אבער לפי הבנתי (פון א אלטע פרשה) מיין איך אז ס'איז יא בנוגע כשרות אויף אנדערע פראדוקטן אונטער א צווייטע נאמען ודי וואס וואלאווע האט נישט געדולדעט
דיסקלעמער: איך האב עס נישט מברר געווען יעצט, מיין השערה איז נאר געבויט אויף א שטיקל שערורי' וואס איז געווען עטוואס מער ווי א יאר צוריק
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
באזעסענער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסענער »

לאז געמאכט האט געשריבן:פארשלאפן, שתי תשובות בדבר.. ר' יושע איז שוין אין די ליין אסאך יאר'ן ער בכלל נישט ניי אין דעם פעלד. 2'טענס כ'האב געליינט אז עס איז נאר בנוסף צום וואלאווע'ר בבחינות דאפעלט איז שטערקער. (כ'האב עס נישט מברר געווען נאר עפעס אזוי געהערט).


דערויף זאגן חז"ל קדירה דבי שותפא לא קרירי ולא חמימי, נישט קאלט און נישט הייס.

זעט אויס אז ר' יואל איז גערעכט.
יואל ווייס האט געשריבן:פארשלאפן, מיר קוקט דאס אויס ווי נאך א צייכן פון ירידת הדורות.


ביי אונז אין שול וואו עס איז דא גבאים און עטליכע שמשים און אוטער שמשים, איז אבער די וואך ביים עפענען דעם ארון הקודש נישט געווען קיין ספר תורה דערין, ווייל "קדירה דבי שותפא לא קרירי ולא חמימי".
באזעסענער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסענער »

לענ"ד איז די איינציגסטע כח הרבנות וואס איז נאך פארבליבן היינט זענען די "ראשי העדה אויף זייער קרייז", זייער כח באשטייט סיי פון פאזיטיוו דורך אנפירן גרויסע מוסדות התורה והחסד, לטובת הכלל גרויסע שולען און בתי חינוך, גמח'ן, ביקור חולים וכו' וגו' און זיי האבן אויך דעם שופטים "ושוטרים" כאטש אויף א קליינעם פארמאט אז דער ציבור האט א געוויסע יראה פאר זיי.
דעריבער דארף הכשרים אויך אריינגיין אין דעם כלל, אז די רביים און וועד הכשרות פון די קהלות זאלן זאגן מיט א פונקטליכקייט מה לעשות און דער עולם וועט יא פאלגן עכ"פ רוב ציבור.
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחזור »

דורך לאז געמאכט
ר' יושע איז שוין אין די ליין אסאך יאר'ן ער בכלל נישט ניי אין דעם פעלד.

ר' יושע האט געארבעט אסאך יארן אלס משגיח פארן וואלאווער רב
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

נישט געוויסט אז קדם מיט די עדה איז א אלטע זאך, דאס קען זיין אביסל א קלאפ פאר אלע הכשירים, ווייל יעדער וועט אנהייבן צו ניצן די עדה.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רבותי, מיטן גאנצן כבוד צום מאגרוב'ער רב, פון זיין א משגיח אונטער א צווייטן ביז עקספיריענס פון צענדליגער יארן איז זייער א ווייטער צושטעל, הגה בעצמך נישט יעדער צייכענער אין א ישיבה טויג אויף צו פירן א ישיבה פון הונדערטער בחורים און נישט יעדער וואס דרייווט א קאר קען שוין פירן א טרעקטאר טרעילאר.

דאונט געט מי ראנג, דער מאגרוב'ער רב איז א גוטער בעל מכשיר, אבער פון געבן א השגחה אויף עטליכע געשעפטן און קליינע פרודיצירער און צו דער זייט אביסל דרש'נען חוה"מ, ביזן איבערנעמען א גאנצער אפעראט, איז א געוואלדיגער שפרונג און א ריזיגער אחריות, ובעת ווען דאס דארף מ'כלומר'שט צו ממלא מקום זיין א פיל בעסערן און שארפערער מיט פיל פיל מער עקספיריענס, איז דאס טייטש מ'פארקויפט אונז דעם קאנסומער א שוואכערער פראדוקט פארן פרייז פון דעם ברענד נעים.

וקצרתי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

באזעסענער האט געשריבן:לענ"ד איז די איינציגסטע כח הרבנות וואס איז נאך פארבליבן היינט זענען די "ראשי העדה אויף זייער קרייז", זייער כח באשטייט סיי פון פאזיטיוו דורך אנפירן גרויסע מוסדות התורה והחסד, לטובת הכלל גרויסע שולען און בתי חינוך, גמח'ן, ביקור חולים וכו' וגו' און זיי האבן אויך דעם שופטים "ושוטרים" כאטש אויף א קליינעם פארמאט אז דער ציבור האט א געוויסע יראה פאר זיי.
דעריבער דארף הכשרים אויך אריינגיין אין דעם כלל, אז די רביים און וועד הכשרות פון די קהלות זאלן זאגן מיט א פונקטליכקייט מה לעשות און דער עולם וועט יא פאלגן עכ"פ רוב ציבור.

איך טענה דאס שוין לאנג
אבער ליידער אין אונזער היינטיגער פאליטישע וועלט וועט דאס קיינמאל נישט פאסירן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

צדיק, אויב דו ביסט א תלמיד פון א געוויסן רבין, און דיין רבי'ס ברודער האט אויך א כשרות אפאראט, וועסטו עסן דעם הכשר?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”