פשטידות למיניהם

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

פשטידות למיניהם

תגובהדורך זיס » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 5:31 pm

קודם א קורצע הקדמה:

ווי איך גלויב קען די אשכול אריינציען אין נארישע שמועסערייען און דזשאוקס וואס איז לגמרי נישט די מטרה פון דעם אשכול. דעריבער בעט איך בכל לשון של בקשה צו שרייבן בלויז ערנסט און זיך האלטן צום נושא, צו קענען מוסיף זיין ידיעות הנחוצות.

אצינד צו אונזער נושא:
וויפיל סארט קוגלען זענען פאראן?
צווישן כלל ישראל איז פאראן פארשידענע סארט קוגלען וואס זענען אייגעפירט בחצירות און קהילות, איך רעד נישט יעצט פון "קארטאפל קוגל", "לאקשן קוגל" און דאס ?גלייכן. איך מיין חסידי'שע ענינים איבער קוגלען, פארשידענע זאכן וואס מען האט געגעסן בזמנים מסיומים.

איך וועל אנהויבן מיין רשימה, און ווער עס וויל קען מוסיף זיין:
שלום בית קוגל
בדיקת חמץ קוגל
עמלק קוגל
ירושלימ'ער קוגל

נו, וואס נאך?

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 6:09 pm

קארטאפל קוגל
חלה קוגל
עפל קוגל
לאקשן קוגל
ספיניטש קוגל
טשאלנט קוגל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 6:10 pm

זעה אוצר השבת פון הרב דוד דוב מייזליש מסיגעיט, ליקוט נפלא על כל מיני הקוגלען, וגם תמונות יפות

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 6:26 pm

דא : זייער שיין, קענסט עס אראפנעמען אין פי די עף הצלחה

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 10:48 pm

יהיה כן האט געשריבן:זעה אוצר השבת פון הרב דוד דוב מייזליש מסיגעיט, ליקוט נפלא על כל מיני הקוגלען, וגם תמונות יפות

ער רופט עס אן בלשון חיבה "מיין תורת לאקשן"

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21387
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 11:21 pm

פשטיד"א המוזכר בשו"ע איז געוועזן א טייג געקנעטן מיט פיל שמאלץ און אנגעפילט מיט פעט פלייש.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 11:29 pm

אז מ'רעדט שוין יא פון פשטידא איז כדי אראפצוברענגן א ביאור הלכה פון רמ''ב וואס מען רעדט דארט פון פשדיטא לכבוד שבת איז א זכר למן, ווער עס וועט ס'וועט עס דורכלערנען א מינוט וועט שטארק הנאה האבן:
וז''ל

זכר למן שהיה מכוסה - לכאורה מנהג זה תמוה לרבים דמה ראו לעשות בשבת זכרון למן שלא ירד בו כלל והתוספות בפרק ע"פ כתבו דמשום שלא ירד המן יש לעשות זכר לו והוא דחוק גם לפ"ז היה להם לעשות פשטידא גם ביו"ט והרמ"א לענין לחמים קאמר בשבת ויו"ט ולענין זה קאמר רק בליל שבת משמע דוקא קאמר ומה נמרצו אמרי יושר של התורת חיים שכתב טעם הגון לזה והוא לפי דשבת בראשית הוא דוגמת שבת שלע"ל שהוא יום שכולו שבת ולכן אנו עושים כמה דברים בשבת זה דוגמתו היינו לאכול בשר ודגים נגד סעודת שור הבר ולויתן ומקדשין על היין נגד היין המשומר בענביו לצדיקים לע"ל וכבר אמרו חז"ל דעל שם זה נקרא שחקים שבו שוחקים מן לצדיקים לע"ל ולכך שפיר יש לעשות בשבת זכר למן ההוא [תוספות שבת]:

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2011 9:26 am

איך בין אמאהל געווען אין שטראסבורג אויף וועקעישאן און אין די געגענט דארט טוהן אלע רעסטאראנטען אין גרויסען אדווערטירען
pastete...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

תגובהדורך קענטעלאופ » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 9:06 am

וועלכע קיגעל הייבט זיך אן מיט א "נ" ?

אן נעפל קיגעל

מימי ילדותי

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 3:22 pm

farshlufen האט געשריבן:פשטיד"א המוזכר בשו"ע איז געוועזן א טייג געקנעטן מיט פיל שמאלץ און אנגעפילט מיט פעט פלייש.


מיינע רבי'ס האבען מיר אויסגעלערענט אז דעיס וואס דו שרייבסט איז פנאדי"ש המוזכר בהל' שבת
ובהל' בשר בחלב סי' צ"ו, און פשטיד"א איז עפעס אנדערש

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 4:55 am

דאכטזיך אז פאנאדיש איז פלייש איינגעוויקעלט אין א טייג אזוי ווי א בלימצע
פשטידא איז אין א קאנטעינער מיט אונטען טייג
אין מיטען פלייש
איו אויבען אויף נאכאמאהל טייג
ודו"ק
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:03 am

עס איז אלס ספאנישע ווערטער,
PASTA DE מיינט א א PIE פון (ומשם נשתרבב וכו' כי הי' נקרא פשטא די ...)
empanada מיינט אויך PIE
למה זה תשאל לשמי...

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 1:34 pm

די גמרא האצעך באנוצט מיט ספאנישע ווערטער?
שאלת חכם חצי נחמה

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 2:12 pm

שאלת_חכם האט געשריבן:די גמרא האצעך באנוצט מיט ספאנישע ווערטער?

ווי שטייט אין די גמרא פשטידא, עס קומט פון די ראשונים שגרו בשפאניע,
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 2:15 pm

עפעס האב איך אמאל טועם געווען ביים וואודרידשער רב א "קארן פלעיקס קוגל" וואס ער האט בקבלה פון זיין רבין די קראסנער רב זצ"ל. וסוד ה' ליראיו...

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 2:15 pm

והוא פלאי האט געשריבן:
שאלת_חכם האט געשריבן:די גמרא האצעך באנוצט מיט ספאנישע ווערטער?

ווי שטייט אין די גמרא פשטידא, עס קומט פון די ראשונים שגרו בשפאניע,


איך בין אמאהל געווען אין שטראסבורג אויף וועקעישאן און אין די געגענט דארט טוהן אלע רעסטאראנטען אין גרויסען אדווערטירען
pastete...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 2:19 pm

יישר כח
עי' כאן
http://de.wikipedia.org/wiki/Pastete
ובגוגל טרענסלעיט
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 2:20 pm

ללמוד וללמד האט געשריבן:עפעס האב איך אמאל טועם געווען ביים וואודרידשער רב א "קארן פלעיקס קוגל" וואס ער האט בקבלה פון זיין רבין די קראסנער רב זצ"ל. וסוד ה' ליראיו...

נישט פון קראסנא רב, נאר פון קיוויאשד'ער רב

דארט איז עס א גאנץ ארטיקל עד היום ועד בכלל

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 2:25 pm

משום מעשה שהי' (או מעשה שלא הי')
ווען דער אלטער קיוויאשדער רב איז געקומען קיין אמעריקע, האט ער נישט געהאט פון וואס צו מאכן א קוגל אויף שבת האט ער געמאכט פון קארן פלעיקס, ומאז נשאר זה למנהג, וזה הפי' מעשה שלא הי', עס איז נישט געווען עפעס אנדערש
למה זה תשאל לשמי...

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 7:39 pm

אין סקווער עסט מען "צוויבל קוגל".

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 1:31 am

אין רזא דעובדא שטייט אז לאקשן קוגל איז מסיני
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9442
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 1:51 am

איך געדענק נישט ווי איך האב עס געהערט, רש"י שרייבט אין פרשת וזאת הברכה (דברים לג, יט) ושפוני - לשון כסוי כמו שנאמר ויספון את הבית. וספון בארז ותרגומו ומטלל בכיורי (ס"א בכיסוי) ארזא. ד"א עמים הר יקראו ע"י פרקמטיא של זבולון תגרי עובדי כוכבים באים אל ארצו והוא עומד על הספר והם אומרים הואיל ונצטערנו עד כאן נלך עד ירושלים ונראה מה יראתה של אומה זו ומה מעשיה והם רואים כל ישראל עובדים לאלוה אחד ואוכלים מאכל אחד לפי שהעובדי כוכבים אלוהו של זה לא כאלוהו של זה ומאכלו של זה לא כמאכלו של זה ומתגיירין שם שנאמר שם יזבחו זבחי צדק:

האב איך געהערט אז וואס איז דאס די איינע מאכל וואס אלע אידן עסן? דאס איז קיגל.
איינער האט א מושג צו דאס שטייט ערגעץ?

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 5:01 am

איך האב געהערט אז אין קרעטשניף איז דער מנהג אז דער רבי עסט אויף שבת זכור פיהר קוגלען
עפעל קוגל
מעהל קוגל
לאקשען קוגל
קארטאפעל קוגל
ר"ת עמלק
און דער מנהג איז אז דער רבי לאזט נישט קיין שיריים
ווייל עס שטייט דאך מחה תמחה את זכר עמלק....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 3:16 pm

ביי הרה"ק רבי איציק'ל מפשעווארסק זי"ע איז שב"ק בייטאג די לאקשן קוגל געווען א גאנצע מסכתא פאר זיך. נאכן דאווענען פלעגט ער זיך שטעלן און טיילן פארן עולם די קוגל, און האט געמאכט א גאנצן עסק פון דעם. נכדו להבחל"ח כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א האלט אן דעם מנהג עד היום הזה, ווען שב"ק אינדערפרי נאך מוסף שטעלט זיך דער עולם אין די רייע און דער רבי טיילט פון די בארימטע "פשעווארסק'ע לאקשן קוגל" [ווער עס האט שוין טועם געווען דערפון ווייסט וואס איך מיין...]

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 7:19 am

וואסי
האט עס א טעם פון קנאבעל?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט