הלכות מעשר כספים ונתינת צדקה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

לורם איפסום
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 3:12 pm
לאקאציע: אין טקסט געגנט

ובחנוני נא בזאת! עשר בשביל שתתעשר

תגובהדורך לורם איפסום » מאנטאג אוקטובער 07, 2013 6:00 pm

עטליכע שאלות וואס איך האב בענין מעשר כספים
אויף וואס קען מען אלס נוצן מעשר געלט? דארף מען עס תיכף אוועקגעבן, אדער איז גענוג צו מאכן קודם א חשבון? ועוד. זעענדיג די גמרא אין תענית ט ע"א איז מיר אריין א התעוררת זיך צו פארבעסרן אין דעם ענין.

עשר תעשר עשר בשביל שתתעשר אשכחיה ר' יוחנן לינוקא דריש לקיש אמר ליה אימא לי פסוקיך א"ל עשר תעשר א"ל ומאי עשר תעשר א"ל עשר בשביל שתתעשר אמר ליה מנא לך א"ל זיל נסי אמר ליה ומי שרי לנסוייה להקב"ה והכתיב לא תנסו את ה' א"ל הכי אמר רבי הושעיא חוץ מזו שנאמר הביאו את כל המעשר אל בית האוצר ויהי טרף בביתי ובחנוני נא בזאת אמר ה' צבאות אם לא אפתח לכם את ארובות השמים והריקותי לכם ברכה עד בלי די מאי עד בלי די אמר רמי בר חמא אמר רב עד שיבלו שפתותיכם מלומר די. וכו'

מוראדיגע ווערטער, חוץ מזו! פשט איז אז אפילו שלא לשמה איז חשוב און א סגולה.

לאזט הערן חידושים און סיי וואס איר ווייסט בענין מעשר כספים
וואו גייט דער אשכול? בית המדרש? איש את רעהו יעזורו? שמועסן?
Lorem ipsum dolor sit amet, consectetur adipisicing elit

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוקטובער 08, 2013 3:21 am

הרב לורם,
ניין מען ברויך נישט אפשיידן אדער אוועקגעבן תיכף לצדקה, קענסט האלטן חשבון פון די מעשר אקאונט וויפיל איז ארויס (לעניים) און וויפיל איז אריין, און זיך אויסגלייכן מפעם לפעם (נכון אחת לשנה).

מקור: ממונם של ישראל הל' מעשר פ"ג בשם אהבת חסד פי"ח ה"ב.

אגב, אויב הייבסטו יעצט אן להפריש מעשר, טוב להתנות שיהיה הכל בלי נדר.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

לורם איפסום
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 3:12 pm
לאקאציע: אין טקסט געגנט

תגובהדורך לורם איפסום » דינסטאג אוקטובער 08, 2013 11:52 am

א גרויסער דאנק רבי שוועמל,
לכתחלה האב איך געמיינט אז דער שמועס וועט זיין בענין חיזוק מפריש צו זיין מעשר און אויסצושמועסן די סגולות, אבער די הנהלה האט עס פאראייניגט מיט א אלטע הלכהדיגע שמועס. זאל זיין אזוי פלעגט דער זיידע ז"ל זאגן.

ווער איז ממונם של ישראל?
אהבת חסד איז חפץ חיים?

להתנות שיהיה הכל בלי נדר? מען איז נישט מחיוב מן הדין?

משער גייט סטריקטלי פאר צדקה? שכר לימוד מעג מען פון מעשר? וואס נאך?
Lorem ipsum dolor sit amet, consectetur adipisicing elit

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוקטובער 08, 2013 12:09 pm

ממונם של ישראל איז פון הרב ראזענפעלד מסקווירא, דערמאנט פריער אין אשכול גיב א קוק נאך.
אהבת חסד יא.

כאב הנאה פון דיינע שאלות, ליין איבער די אשכול רוב דיינע שאלות זענען שוין דערמאנט.
אויך רעדט מען פון גוטע ספרים דערויף און אויך צו דאנלאדן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

איימעניט
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » מאנטאג ינואר 20, 2014 10:45 am

מוסדות ערלוי חיפה האט ארויסגעגעבן א שיינער גליון בענין מעשר כספים
----
יישכ"ח הרב מאן יימר פארן ארויסהעלפן מיטן לינק

קארן טשיפ
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 17, 2014 8:20 am

תגובהדורך קארן טשיפ » דאנארשטאג מאי 08, 2014 2:34 pm

וואס טוט זוך מיט שכר לימוד פאר מיידלעך, ס'איז אנדערש ווי יונגלעך?
וואס איז מיט פלעי גרופ וואס באלאנגט פאר א מוסד, ס'הייסט אויך שכר לימוד?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6928
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 4:36 pm

סטעיטמענט קרעדיט האט א דין ווי א פארדינסט אדער ווי א הנחה?
את"ל א הנחה, אויב בלייבט ער מיטן קרעדיט און די חפץ גיבט ער צוריק, האט עס דאן א דין ווי א פארדינסט?
וואו איז דָוִי?

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

מצות צדקה והמסתעף

תגובהדורך רויט » דינסטאג יוני 27, 2017 12:49 pm

א גאנצע פרשה פון עטליכע פסוקים אין פרשת ראה: (דברים ט"ו)

ז כִּי יִהְיֶה בְךָ אֶבְיוֹן מֵאַחַד אַחֶיךָ בְּאַחַד שְׁעָרֶיךָ, בְּאַרְצְךָ אֲשֶׁר ה' אֱלֹקיךָ נֹתֵן לָךְ, לֹא תְאַמֵּץ אֶת לְבָבְךָ וְלֹא תִקְפֹּץ אֶת יָדְךָ מֵאָחִיךָ הָאֶבְיוֹן. ח כִּי פָתֹחַ תִּפְתַּח אֶת יָדְךָ לוֹ, וְהַעֲבֵט תַּעֲבִיטֶנּוּ דֵּי מַחְסֹרוֹ אֲשֶׁר יֶחְסַר לוֹ. ט הִשָּׁמֶר לְךָ פֶּן יִהְיֶה דָבָר עִם לְבָבְךָ בְלִיַּעַל לֵאמֹר: "קָרְבָה שְׁנַת הַשֶּׁבַע שְׁנַת הַשְּׁמִטָּה" וְרָעָה עֵינְךָ בְּאָחִיךָ הָאֶבְיוֹן וְלֹא תִתֵּן לוֹ. וְקָרָא עָלֶיךָ אֶל ה' וְהָיָה בְךָ חֵטְא. י נָתוֹן תִּתֵּן לוֹ וְלֹא יֵרַע לְבָבְךָ בְּתִתְּךָ לוֹ, כִּי בִּגְלַל הַדָּבָר הַזֶּה יְבָרֶכְךָ ה' אֱלֹקיךָ בְּכָל מַעֲשֶׂךָ וּבְכֹל מִשְׁלַח יָדֶךָ. יא כִּי לֹא יֶחְדַּל אֶבְיוֹן מִקֶּרֶב הָאָרֶץ, עַל כֵּן אָנֹכִי מְצַוְּךָ לֵאמֹר: "פָּתֹחַ תִּפְתַּח אֶת יָדְךָ לְאָחִיךָ, לַעֲנִיֶּךָ וּלְאֶבְיֹנְךָ בְּאַרְצֶךָ".

מער מקורות וועט אי"ה נאכפאלגן

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

תגובהדורך רויט » דינסטאג יוני 27, 2017 12:51 pm

בגמרא (כתובות ס"ו:) כדין מתלין מתלא בירושלים [כך היו מושלין משל בירושלים], מלח ממון חסר [הרוצה למלוח ממונו כלומר לגרום לו שיתקיים יחסרנו לצדקה תמיד, וחסרונו זהו קיומו], ואמרי לה חסד [יעשה ממנו חסד].

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג יוני 27, 2017 8:43 pm

לאקשן קיגל האט געשריבן:
שמעק_טאביק האט געשריבן:אין איינע פון די ספרים, דוכט זיך אין "מעשר כספים", ברענגט ער קלאר אז אויב איינער איז שולדיג חובות, איז נישט מחוייב מיט קיין שום מעשר. פריעת חוב מצוה קומט קודם.

ער ברענגט דארט, כ'מיין פון הרב וואזנער שליט"א, בלשון "רע עלי את המעשה" אז אידן וועלכע זענען שולדיג געלט פאר אנדערע, אנשטאט צו באצאלן, גייט מען געבן מיט די געלט מעשר אדער אנדערע צדקות.

גם כן ראיתי, וכן נוהגין.

ענק זענען זיך טועה, 1] נישט מען דארף נישט אפשיידן מעשר נאר מען קען עס נעמען פאר זיך מען שייד עס אפ און מען געט עס פארן מלוה.
2] אויב קויפט מען מותרות איז עס נישט אויסגעהאלטען קודם געב אויף דיין קאר נאכדעם דיין מעשר, [חוץ אויב די קאר ברענגט דיר געלט עס איז נישט פאר שוואויל טאג
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג יוני 27, 2017 8:46 pm

msp האט געשריבן:אבער יש להוסיף וואס טוט זיך מיט בפיך זו צדקה און ונחשב?
דאס האב איך יא געזעהן בשם מו"ר הגרש"ז זצ"ל אז אויף דעם וועט יא העלפען די מסירת מודעה פון ערב ראש השנה

עס איז פשוט אז ווען א מענטש נעמט זיך אויס צו געבן צדקה איז עס געווען אויפן דעת צו געבן מעשר, אין הכי נמי אויב האט ער אינזין געהאט צו געבן נישט פון מעשר, טאר ער טאקע נישט געבן קיין מעשר ווייל די רגע וואס מען זאגט צו ווערט עס א חיוב, און א חיוב טאר מען נישט געבן פון מעשר, אבער סתמא דעתא דאינשי איז ליתן ממעות מעשר.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג יוני 27, 2017 8:52 pm

msp האט געשריבן:מסתמא נישט
אפשר נאר אויב מען וועט אויסבארגען די תפילין לכל מאן דבעי ...

פארוואס נישט עס שטייט נישט אז מען איז מחיוב צו בודק זיין עס איז נאר א הידור מצוה ממילא מעג מען געבן פון מעשר לכאורה.
בדיקת מזוזה טאר מען נישט ווייל עס איז א חיוב פעמים בשבוע.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג יוני 27, 2017 8:55 pm

שנאפס האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:וואס טוצעך מיט שכר לימוד, מעג מען געבן פון מעשר?


נא איינער ווייסט? סיז שוין ראש חודש

פארוואס זאל מען יא מעגן געבן.
1] מען צאלט דאך נישט קיין שכר לימוד אלץ מה אני בחינם, נאר שכר שמירה מעג מען דען צאלן פארן בעבי סיטער פון מעשר,
דח פורים ר"ח געלט אויב איז ער א ארימאן און מען האט אינזין צדקה, מעג מען.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג יוני 27, 2017 8:57 pm

לורם איפסום האט געשריבן:עטליכע שאלות וואס איך האב בענין מעשר כספים
אויף וואס קען מען אלס נוצן מעשר געלט? דארף מען עס תיכף אוועקגעבן, אדער איז גענוג צו מאכן קודם א חשבון? ועוד. זעענדיג די גמרא אין תענית ט ע"א איז מיר אריין א התעוררת זיך צו פארבעסרן אין דעם ענין.

עשר תעשר עשר בשביל שתתעשר אשכחיה ר' יוחנן לינוקא דריש לקיש אמר ליה אימא לי פסוקיך א"ל עשר תעשר א"ל ומאי עשר תעשר א"ל עשר בשביל שתתעשר אמר ליה מנא לך א"ל זיל נסי אמר ליה ומי שרי לנסוייה להקב"ה והכתיב לא תנסו את ה' א"ל הכי אמר רבי הושעיא חוץ מזו שנאמר הביאו את כל המעשר אל בית האוצר ויהי טרף בביתי ובחנוני נא בזאת אמר ה' צבאות אם לא אפתח לכם את ארובות השמים והריקותי לכם ברכה עד בלי די מאי עד בלי די אמר רמי בר חמא אמר רב עד שיבלו שפתותיכם מלומר די. וכו'

מוראדיגע ווערטער, חוץ מזו! פשט איז אז אפילו שלא לשמה איז חשוב און א סגולה.

לאזט הערן חידושים און סיי וואס איר ווייסט בענין מעשר כספים
וואו גייט דער אשכול? בית המדרש? איש את רעהו יעזורו? שמועסן?

ניין מען קען אפשיידן סוף יאר פאר א גאנץ יאר [אויב מען האט א פינקטליכע חשבון] און מען מעג עס לאזן סעווען לכשאיצטריך פאר א עני הגון.
וועגן שלא לשמה זאגט שוין די נביא ובחנינו נא בזאת בזאת איז מותר לבחון [עשר "בשביל" שתעשר]
הכי אמר ר' הושעיא חוץ מזו שנעמר ובחנוני נא בזאת
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג יוני 27, 2017 9:09 pm

שוועמל האט געשריבן:הרב לורם,
ניין מען ברויך נישט אפשיידן אדער אוועקגעבן תיכף לצדקה, קענסט האלטן חשבון פון די מעשר אקאונט וויפיל איז ארויס (לעניים) און וויפיל איז אריין, און זיך אויסגלייכן מפעם לפעם (נכון אחת לשנה).

מקור: ממונם של ישראל הל' מעשר פ"ג בשם אהבת חסד פי"ח ה"ב.

אגב, אויב הייבסטו יעצט אן להפריש מעשר, טוב להתנות שיהיה הכל בלי נדר.

אבער די חידה זאגט אז מען דארף אפשיידן מעשר בפועל נישט געניג צו מאכן א חשבון וויפיל עס איז, דו מיינסט אפשר צו זאגן אז מען קען האלטן א חשבון פון די הוצאות והכנסות ביז סוף יאר, און רעכענען נאר פון די הכנסות אבער עס איז קאמפלעצירט וואס מען יא הייסן א הוצאה און וואס נישט, [א בחינה ווי א קאפערעשען קעגן טעקס להבדיל]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג יוני 27, 2017 9:11 pm

קארן טשיפ האט געשריבן:וואס טוט זוך מיט שכר לימוד פאר מיידלעך, ס'איז אנדערש ווי יונגלעך?
וואס איז מיט פלעי גרופ וואס באלאנגט פאר א מוסד, ס'הייסט אויך שכר לימוד?

שכר לימוד טאר מען נישט אפילו פאר די אינגלעך
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג יוני 27, 2017 9:18 pm

לורם איפסום האט געשריבן:משער גייט סטריקטלי פאר צדקה? שכר לימוד מעג מען פון מעשר? וואס נאך?

אויך פאר הידור מצוה, א שטייגער ווי א שענערע אתרוג, לאמיר זאגן אז א אתרוג הדר קאסט 100 א סעט, און מען וויל קויפן פאר 250 א שענערע הדר וואס איז קען מען צאלן 150 פון מעשר ווייל די 100 דאלערדיגע איז דאך שוין אויך א הדר איז דאס שוין מער ווי די חיוב פון הדר, קען מען צאלן פון מעשר.
איינער האט נאר געלט צו קויפן גרעפ דשוס אויף שבת, און קליינע שבת לעט. אבער ער וויל מקפיד זיין צו מאכן קידוש אויף וויין און אויף גרויסע שבת לעכט. קען ער צאלן די דיפרענט פון מעשר
א דוגמה וואס מען האט פריער גערעדט איז בודק זיין די תפילין [אויב מען נעמט אן אז מען איז נאר מחיוב צו בודק זיין די מזוזה, וועט די תפילין זיין נאר א הידור נישט א חיוב]
קויפן ערב פסח מצות [אויב עס איז ווען נישט קיין חיוב]
די דיפרענט פון א זיץ אין בהמ"ד ווי מען גייט נישט אזוי גוט קענען דאווענען, צו א זיץ ווי מען גייט יא גוט קענען דאווענען.
ועוד ועוד
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
טשעסטנאט רידש
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 5:23 pm
לאקאציע: בלומענגבערג

תגובהדורך טשעסטנאט רידש » דינסטאג יוני 27, 2017 10:07 pm

ויש חולקין

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג יוני 27, 2017 10:27 pm

טשעסטנאט רידש האט געשריבן:ויש חולקין

אויף?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

תגובהדורך רויט » דינסטאג יוני 27, 2017 11:15 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
טשעסטנאט רידש האט געשריבן:ויש חולקין

אויף?


כ'ווייס נישט צו ער מיינט דאס, אבער די עצם ענין אויף וואס מקען נוצען מעשר געלט און אויף וואס נישט, איז א גרויסע מבוכה און די פוסקים, אז מ'קוקט אריין אין מדרש תנחומא פרשת ראה סימן יח שטייט דארט בזה"ל, עשר תעשר, עשר בשביל שתתעשר, עשר, כדי שלא תתחסר, רמז למפרשי ימים, להפריש אחד מן עשרה לעמלי תורה. און אזוי שרייבן אסאך פוסקים אז מעשר כהיום הזה איז מיוחד פאר די לומדי תורה.

די רמ"א שרייבט (יורה דעה סי' רמ"ט סיעף א) ואין לעשות ממעשר שלו דבר מצוה כגון נרות לבית הכנסת או שאר דבר מצוה רק יתננו לעניים (מהרי"ל הל' ראש השנה)עכ"ל.
דער "אורח מישור" (על הדרכי משה) פרעגט פארוואס שרייבט נישט דער מהרי"ל און דער רמ"א אז דער טעם איז ווייל 'דבר שבחובה אינו בא אלא מן החולין'. "ונראה ליישב שהרמ"א ומהרי"ל דיברו כשלא התנה שיוכל לקנות מצוות מממון המעשר, ולכן ממון המעשר שייך לעניים, וממילא כלל לא שייך להשתמש בממון עבור מצווה, ואין צורך להזדקק לנימוק ש"דבר שבחובה אינו בא אלא מן החולין".

ועי' במהר"ם שיק (יור"ד סימן ר"ל) אז נישט נאר וואס עס איז אסור צו קויפן אן אתרוג של מצווה פון מעשר, נאר אפילו לצורך הידור צוצולייגען צו די מעות חולין פון מעשר געלט לצורך הידור טאר מען אויך נישט, און איז מסביר אז דווקא ביי חגיגה זאגט די גמרא אז ס'מותר לטפול מעות מעשר ומעות חולין, ווי די גמרא לערנט עס ארויס פון א פסוק, אבער אויף אנדערע פעלער איז עס נישט געזאגט געווארן, ואין למידים מחידוש.

ווידער אנדערע פוסקים (עי' בלקט יושר יו"ד ע' ע"ו ועי' בצל החכמה ד' קס"ד) זענען מחולק, און האלטן אז מעשר אויב נעמט מען זיך אויס בעפאהר אז עס איז נישט שייך לעניים, קען עס גענוצט ווערן לכל דבר מצוה וואס איז נישט קיין חיוב אויף דיר, למשל ווי איר האט געשריבן הידור באתרוג, קידוש אויף וויין וכו'.

לגבי שכר לימוד, קען מען -לויט דעם- צאלן פון מעשר געלט, אבער נאר ביי קינדער וואס לערנען תורה (נישט נירסערי ווען ס'איז אויף אן אופן פון פאן וכו') אדער מיידלעך וואס מלערנט דארט הלכות (נישט אויף די ענגלישע חלק) ווי אויך אפילו ביי די קינדער וואס לערנען תורה איז עס געזאגט געווארן ביי לימודים וואס עס איז נישט די אחריות אויפן טאטען אויסצולערנען, למשל מקרא איז א חיוב אויפן טאטען, אויסצולערנען פארן קינד. (קען ער עס צאלן אויפן חשבון פון אנדערע לימודים).

בכל אופן איז עס געשריבן געווארן לחידודי הלכה בעלמא, אבער עס איז כדאי צו געבן א פרעג אייער מורה הוראה כדת מה לעשות.

יש עוד להאריך בזה ועוד חזון למועד אי"ה.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך יוני 28, 2017 9:56 am

פאר שכר לימוד האט מען שוין גערעדט אז די טאטע צאלט נישט פארן לערנען נאר פארן בעבי סיטען,
און היינט איז עס א טרידישען צו שיקען און חדר איז עס כאילו א חיוב, פאר א צולערנען רבי קען מען צאלן פון מעשר, [איי די מה אני בחינם, איז אפשר נישט קיין חיוב אויפן טאטען]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
טשעסטנאט רידש
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 5:23 pm
לאקאציע: בלומענגבערג

תגובהדורך טשעסטנאט רידש » מיטוואך יוני 28, 2017 10:20 am

ס'דא פוסקי זמינונו וואס שרייבן אז מען קען יא אפרעכענען א חלק פון די שכר לימוד פון מעשר געלט.

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

תגובהדורך רויט » מיטוואך יוני 28, 2017 1:39 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
לאקשן קיגל האט געשריבן:
שמעק_טאביק האט געשריבן:אין איינע פון די ספרים, דוכט זיך אין "מעשר כספים", ברענגט ער קלאר אז אויב איינער איז שולדיג חובות, איז נישט מחוייב מיט קיין שום מעשר. פריעת חוב מצוה קומט קודם.

ער ברענגט דארט, כ'מיין פון הרב וואזנער שליט"א, בלשון "רע עלי את המעשה" אז אידן וועלכע זענען שולדיג געלט פאר אנדערע, אנשטאט צו באצאלן, גייט מען געבן מיט די געלט מעשר אדער אנדערע צדקות.

גם כן ראיתי, וכן נוהגין.

ענק זענען זיך טועה, 1] נישט מען דארף נישט אפשיידן מעשר נאר מען קען עס נעמען פאר זיך מען שייד עס אפ און מען געט עס פארן מלוה.
2] אויב קויפט מען מותרות איז עס נישט אויסגעהאלטען קודם געב אויף דיין קאר נאכדעם דיין מעשר, [חוץ אויב די קאר ברענגט דיר געלט עס איז נישט פאר שוואויל טאג


אויב איז מען אליינס א נצרך דאן שייד אפ מעשר אריין אין דיין מעשר קאסע, האסטו שוין מקיים געווען מצוות מעשר, דערנאך געב עס פאר דיין נענטסטע קרוב א נצרך וואס דאס ביסטו אליין. (ועי' בשו"ע הלכות צדקה, ווער עס מעג נעמען פון צדקה)

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » פרייטאג מאי 18, 2018 10:52 am

מען דארף געבן מעשר פון פוינטס וואס איך נוץ פאר קעש בעק?
און וואס טוט זיך מיט סטעיטמענט קרעדיט?

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג מאי 18, 2018 11:10 am

חברותה האט געשריבן:מען דארף געבן מעשר פון פוינטס וואס איך נוץ פאר קעש בעק?
און וואס טוט זיך מיט סטעיטמענט קרעדיט?

פארוואס נישט ?


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט