הלכות מעשר כספים ונתינת צדקה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג מאי 22, 2012 1:20 pm

שנאפס האט געשריבן:וואס טוצעך מיט שכר לימוד, מעג מען געבן פון מעשר?


נא איינער ווייסט? סיז שוין ראש חודש
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 22, 2012 1:24 pm

פון די פריערדערמאנטע שיעור פון הרב שפיצער שליט"א האב איך פארשטאנען אז עס איז נישט קיין לכתחלה, נאר אויב מען האט זיך אזוי איינגעפירט קען מען יא

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג מאי 22, 2012 1:47 pm

און די אלע זאכן וואס די מוסדות רעכענען, ווי למשל קרן הבנין, מעג מען יא לכתחילה?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 22, 2012 1:51 pm

א זייטיגע הוצאה וואס איז נישט קיין חיוב - האבעך פארשטאנען מעג מען לכתחלה יא

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 22, 2012 1:52 pm

אלענפאלס וואלט כדאי געווען אויסצוהערן דעם שיעור
ער זאגט דארט היפשע פאר שיינע כללים

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5001
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג יוני 26, 2012 12:19 pm

ווען איינער טראכט א געוויסע סכום וואס ער גייט געבן פאר צדקה, איז ער שוין מחיוב עס צו געבן?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2344
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג יוני 26, 2012 2:23 pm

שאינו יודע האט געשריבן:ווען איינער טראכט א געוויסע סכום וואס ער גייט געבן פאר צדקה, איז ער שוין מחיוב עס צו געבן?


א מחשבה איז נישט גענונג, עס איז ווי יעדע אנדערע מצוה, וואס דער מצוה מוז געטוהן ווערען בפועל, איך קען נישט יוצא זיין מצות לולב בלויז מיט כוונה, דער מצוה פון צדקה ווערט ערשט ווען דאס געלט קומט אן צום ארימאן אדער דער גזבר, דער פושקע אליינס העלפט אויך נישט.

כ'האב געזעהן תשובות וואס רעדן ארום צו מ'מעג ארויס נעמען פון איין פושקע און אריין לייגען און א צווייטע פושקע, לכאורה איז דאס מותר. לפי"ז הייסט נישט כ'האב גע'גנב'ט פונעם ערשטן פושקע, אעפ"י וואס דער געלט איז שוין געלעגען אין איהר.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יוני 27, 2012 3:51 am

אבער יש להוסיף וואס טוט זיך מיט בפיך זו צדקה און ונחשב?
דאס האב איך יא געזעהן בשם מו"ר הגרש"ז זצ"ל אז אויף דעם וועט יא העלפען די מסירת מודעה פון ערב ראש השנה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך יוני 27, 2012 9:52 am

הרב ישלהוסיף, במחי"כ איז דאס געווען א שגגה היוצאה מלפני השליט.

עיין כאן

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יוני 27, 2012 10:06 am

הרב יגעתי
גערעכט
כ'האב מיר טועה געווען
עס איז נישט פון ונחשב לכם
דאס איז ביי תרומה דייקא
דא האנדעלט זיך וועגען כל נדיב לב עולות...
שכוח פאר די לינק
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2344
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך יוני 27, 2012 11:41 am

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:הרב ישלהוסיף, במחי"כ איז דאס געווען א שגגה היוצאה מלפני השליט.

עיין כאן


דער האט מחליט געוועהן צו מאכען זיין ליקוט מיט מראי מקומות אויף דעם אופן.
למען האמת דער לינק דארט רעד זיך צו עס פעלט בכלל אויס מחשבה ביים געבען צדקה אדער נישט.
דא איז דער שאלה געוועהן אנדערש, צו מחשבה אליינס מיינט עפעס, אויף דעם איז דער תירוץ אויף נישט.

אבער אוודאי אויב איינער זאגט הריני וכו' אדער איז פורש ממונו לצדקה אן טראכטען בכלל וואס ער טוט, דהיינו בלי מחשבה - אויף דעם איז דער תירוץ יענע לינק. הגם מ'קען זיך שטארק מחולק זיין מיט איהם.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יוני 27, 2012 12:04 pm

ענטשולדיגט הרב יש להוסיף
ער רעדט דארט פון איינער וואס האט אינזין צו געבען א נדבה אבער דער ארימאן איז אנטלאפען צו ער קען נוצען דאס געלט אויף אייגענע צוועקען
אפילו ער האט נאך נישט געטייטעלט אויף דאס געלט בכלל
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5001
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך יוני 27, 2012 12:16 pm

כפי המונח בזכרוני איז ביי יעדע דבר מצוה וואס מען האט מחליט געוווען מיט א ברירות אז מען גייט עס טון איז מען שוין מחיוב עס צו טון
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך יוני 27, 2012 1:12 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:הרב ישלהוסיף, במחי"כ איז דאס געווען א שגגה היוצאה מלפני השליט.

עיין כאן


דער האט מחליט געוועהן צו מאכען זיין ליקוט מיט מראי מקומות אויף דעם אופן.
למען האמת דער לינק דארט רעד זיך צו עס פעלט בכלל אויס מחשבה ביים געבען צדקה אדער נישט.
דא איז דער שאלה געוועהן אנדערש, צו מחשבה אליינס מיינט עפעס, אויף דעם איז דער תירוץ אויף נישט.

אבער אוודאי אויב איינער זאגט הריני וכו' אדער איז פורש ממונו לצדקה אן טראכטען בכלל וואס ער טוט, דהיינו בלי מחשבה - אויף דעם איז דער תירוץ יענע לינק. הגם מ'קען זיך שטארק מחולק זיין מיט איהם.

סאררי, נעווער מיינד די לינק.

כ'האב געזעהן א לשון המרדכי וזהו: פסק בתשובת הגאון שהגומר בלבו ליתן צדקה חייב כאילו הוציא בפיו וכו' הילכך גמר בלבו ליתן צדקה חייב כאילו הוציא בפיו עכ"ל, אויך האב איך געזעהן א לשון הרמ"א: אם חשב בלבו ליתן איזה דבר לצדקה חיים לקיים מחשבתו ואין צריך אמירה וכו' וי"א דאם לא הוציא בפיו אינו כלום והעיקר כסברא הראשונה.
(ווילסטו אויך זעהן די אויבנדערמאנטע לשונות, מיט נאך גאר אינטערעסאנטע און וויכטיגע הלכות הנוגע בזה הענין, קוק די אויבנדעמאנטע לינק "מיט די מקורות וואס ווערט אנגעצייכנט און צוגעברענגט")

אגב, לגבי די שאלה 'צו עס פעלט בכלל אויס מחשבה ביים געבן צדקה אדער נישט', לכאורה איז גאנץ קלאר אז מצות (דאורייתות) צריכות כוונה, אבער מען זאגט נאך בשם רבינו הבעש"ט זי"ע אז דריי זאכן דארפן נישט קיין כוונה ווייל דער עיקר איז די פועל יוצא. מקוה, ווייל סוכ"ס ווערט מען טהור (וצ"ע עיי' בדרך פיקודיך בהקדמה), צדקה, ווייל למעשה האט דער ארימאן געלט. און די דריטע געדענק איך נישט כנהוג.

שאינו יודע. מעיקר הדין איז מען זיכער נישט "מחויב" מקיים צו זיין א קבלה בלב ביי אנדערע מצות. ביי תענית יחיד איז דא שיטות אז דאס הייסט א קבלה (לגבי די הלכה פון 'כל תענית שלא קיבלה מבעוד יום אינו תענית', איך ווייס נישט אויב דאס איז אויך א 'מחייב' איינצוהאלטן די מחשבה) ויש חולקין. לגבי אנדערע מצות איז משמע אין גמרא נדרים אז נאר א בדיבור איז מען מחויב איינצוהאלטן (נשבעתי ואקיימה וכו').

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג יוני 28, 2012 3:47 am

נאבד לו סלע וכו' איז לכאורה מפורש אז ביי צדקה פעהלט נישט אויס כוונה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5001
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג יולי 24, 2012 11:28 am

msp האט געשריבן:נאבד לו סלע וכו' איז לכאורה מפורש אז ביי צדקה פעהלט נישט אויס כוונה



דאכט זיך אז דארט שטייט אז מען איז מתברך נישט אז מען האט יוצא געווען די מצוה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג יולי 24, 2012 11:46 am

לידיעתי איז דא משמעות אין די ראשונים אז עס איז מצות צדקה
אויך ביי על מנת שיחיה בני איז משמע אזוי
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19262
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:46 am

שאינו יודע האט געשריבן:ווען איינער טראכט א געוויסע סכום וואס ער גייט געבן פאר צדקה, איז ער שוין מחיוב עס צו געבן?

הלכה ארוכה ביו"ד רנ"ח בב"י וכפסק הרמ"א ועיין ברע"א שעל החושב יש חיוב ליתן אבל הגבאים אינם יכולים להוציא מידו ובזה מיושב הסתירה לרמ"א בחו"מ רי"ב, וציין לתשובות אש דת סי' י"ד שהאריך בענין ועיי"ש
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:36 pm

אין גליון "קול התאחדותינו" איז די וואך געווען א מאמר איבער מעשר כספים
ואל אמנע טוב מבעליו און איך טו דאס צובאהעפטן דא
צוגעלייגטע
KH.pdf
(110.71 KiB) דאונלאודעד 143 מאל
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19262
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:28 pm

יישר כח ר' יואל, שטייט דארט אלעס אויסער וואס עס שטייט אין שו"ע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 9:16 am

מעג מען באצאלן מיט מעשר פאר בודק זיין די תפילין?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19262
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 9:29 am

פשטות נישט, אויב איז רעכט שווער דאן פרעגט אייער דיין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 9:29 am

מסתמא נישט
אפשר נאר אויב מען וועט אויסבארגען די תפילין לכל מאן דבעי ...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 9:31 am

כ'האב נעכטן געגעבן בודק צו זיין מיינע תפילין און דער סופר האט מיר גערעכנט הונדערט דאלאר א פאר,
העמער פרעגן דעם דיין
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 2:10 pm

גאנץ בשפע.....


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט