הלכות מעשר כספים ונתינת צדקה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דינסטאג דעצמבער 06, 2011 1:05 pm

farshlufen האט געשריבן:קובץ "פניני השער" י"ל ע"י תלמידי מו"ר הר"ר אהרן קרויס זז"ג.

יא יא גערעכט כזעה אז פארשלאפענערהייט געדענקט מען בעסער.
אפשר הרב פארשלאפן לייגסטו ארויף א לינק פון די מערכת "פניני השער" צו קענען באקומען די אלטע גליונות אינאיינוועגס וועט שוין "שוועמל" אויך הנאה האבן ס'וועט מקויים ווערן "ווי שוועמלעך נאך א רעגן" ביי די וועי אויף לדעת קען מען נישט באקומען קיין אלטע ס'דא א אנדערע וועבזייטעל מיטן נאמען 'שטייגן' וואס אויב די תלמידים פון הגר"א קרויז שטייגן דארט ארויף קענסטו יא באקומען אלטע גליונות.
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג דעצמבער 06, 2011 1:22 pm

כגעהערט אז אין די נייע אפדעיט פון אוצר החכמה וואס דארף ארויסקומען עני דעי גייט זיין פון די פריערדיגע פניני השער גליונות

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דינסטאג דעצמבער 06, 2011 1:32 pm

יוראפ האט געשריבן:כגעהערט אז אין די נייע אפדעיט פון אוצר החכמה וואס דארף ארויסקומען עני דעי גייט זיין פון די פריערדיגע פניני השער גליונות

בכלל גייט די נייע אוצר החכמה זיין מער פארגעשריטן מיט מער אפדעיטס ווי נאך סערטש ענדשעינס און פרישע 10 טויזענט ספרים וואס וועט צוזאמען זיין 55000 ספרים בפונדק אחד.
כמיין אז די אלטע גליונות פון פניני השער איז נאר וואס עס איז דא אין בענדער נישט אזוי רב "יוראפ"?
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג דעצמבער 06, 2011 1:41 pm

סביב העולם האט געשריבן:כמיין אז די אלטע גליונות פון פניני השער איז נאר וואס עס איז דא אין בענדער נישט אזוי רב "יוראפ"?

דאס ווייסעך שוין נישט איך האב נישט געהערט פונקטליכע פרטים

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

תגובהדורך תלמודלערנער » דינסטאג דעצמבער 06, 2011 3:59 pm

מ'קען באקומען די פריערדיגע גליונות פון פניני השער ביי
yoels@thejnet.com
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דינסטאג דעצמבער 06, 2011 8:21 pm

שקויעך תלמוד "ומתלמוד"י יותר מכולם כ'האב שוין באקומען אישי דורכן אימעיל וואס איר האט צוגעצייכנט, אז מ'בעט באקומט מען! כהאב באקומען א שלל פון פריערדיגע גליונות וואס ענטהאלטן אין זיך די מאמרים פון הגרי"ד הרפנס בענין מעשר כספים.
אויסער דעם האב איך הנאה פון די אנדערע מאמרים דארטן א רייכע גליון.
טענק יו עגעין.
לעצט פאראכטן דורך סביב העולם אום מיטוואך דעצמבער 07, 2011 12:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דינסטאג דעצמבער 06, 2011 11:13 pm

סביב העולם האט געשריבן:שקויעך תלמוד "ומתלמוד"י יותר מכולם כ'האב שוין באקומען אישי דורכן אימעיל וואס איר האט צוגעצייכנט, אז מ'בעט באקומט מען! כהאב באקומען א שלל פון פריערדיגע גליונות וואס ענטהאלטן אין זיך די מאמרים פון הגרי"ד הרפנס בענין מעשר כספים.
אויסער דעם האב איך הנאה פון די אנדערע מאמרים דארטן א רייכע גליון.
טענק יו עגעין.

גם אני מצטרף, איך האב אויך באקומען עטליכע פריערדיגע גליונות.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מיטוואך דעצמבער 07, 2011 11:22 pm

סביב העולם האט געשריבן:עס איז דא א גליון אויף לדעת כ'מיין עס הייסט שער הפנינים אדער פניני השערים כ'גדענק נישט - אבער דארט אין זייער גליון האבן זיי אן אפטיילונג אויף הלכות מעשר כספים ווי הגרי"ד הרפנס שרייבט גאר אינטערסאנטע מציאות'ר הלכות וואס ער האט נאכנישט געדריקט 'פרסום ראשון'

דא האט איר די מאמרים פון רבי ישראל דוד, עס איז צי גרויס געווען דער גאנצער גליון האב איך ארויסגעשניטן נאר די מעשר כספים.
ותשוח"ח פאר'ן ניק 'תלמודלערנער' און פאר דעם וואס שטייט אונטער דעם אימעיל אדרעס yoels@thejnet.com, פאר'ן צושיקן די גליונות אויף בליצפאסט.
צוגעלייגטע
Maaser Kesofim1.pdf
(215.88 KiB) דאונלאודעד 149 מאל
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2011 10:33 am

א גרויסן דאנק פאר ר' (הילד) יואל ווייס פארן צאמשטעלן לפונדק אחד די אינטערסאנטע מציאות'ער און עס דא ארויפשטעלן, אבער זעה איך אז עס איז נאכנישט פארטיג עס קומט נאך, נאך און נאך
www.ladaat.net/siteimages/fl_4ee0ae3e0f93f.pdf

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2011 5:44 pm

אוסף דיני מעשר כספים - מבאר באופן נאה ומסודר כל פרטי הלכות האיך להתנהג

האם מחוייבים ליתן לעניים דוקא, אם מחוייבים ליתן מעשר כשהרויח חפץ, אברך שיושב על שולחן אביו או חמיו, הרויח במסחר א' והפסיד בא' האיך מחשבין ההפרשה, המעשר שמפריש צ"ל על מעות שהרוויח באותה שנה, עני שאין לו כדי הצטרכותו ולהשתמש בעצמו במעות מעשר, שכר לימוד, מלמד פרטי, Tip למלמדים, לקנות ספרים, אם מותרין ליהנות ממעות מעשר, קניית גורל, להנציח בתוך Journal של מוסד,

מאת : הרה"ג ר' יצחק אייזיק שפיצער שליט"א מו"ץ בקהל אור החיים ב.פ.

בחינם
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2011 5:47 pm

ובלכתך בדרך האט אנגעהויבן לעצטנס צו מאכן וויקלי פרי דאונלאודס, דאס איז פון די וואך
צוגעלייגטע
cd.JPG
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2011 6:41 pm

ישר כח ניק ניק, ניק ניק (בלשון חבה...)
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20294
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2011 6:52 pm

ניק ניק האט געשריבן:ובלכתך בדרך האט אנגעהויבן לעצטנס צו מאכן וויקלי פרי דאונלאודס, דאס איז פון די וואך

דאס איז שוין פון לעצטע וואך, נעכטן האב איך געקריגן פון זיי אן אומזיסטע לאודעד מפ3 מיט שיעורי חנוכה ע"י הג' רא"ח שפיצער זז"ג, א ווערט פון 10 רובל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2011 6:55 pm

אפשר קען איינער מיר שיקן דעם שיעור 'מעשר כספים' אויף אימעיל?
אויפ'ן פעלעפאן קען איך דאס נישט אראפלאדענען.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2011 10:26 pm

farshlufen האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:ובלכתך בדרך האט אנגעהויבן לעצטנס צו מאכן וויקלי פרי דאונלאודס, דאס איז פון די וואך

דאס איז שוין פון לעצטע וואך, נעכטן האב איך געקריגן פון זיי אן אומזיסטע לאודעד מפ3 מיט שיעורי חנוכה ע"י הג' רא"ח שפיצער זז"ג, א ווערט פון 10 רובל.

איך האב יעצט געדאונלאודט דעם מעשר כספים שיעור.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג מארטש 02, 2012 1:09 pm

אויפן שיעור פון הרה"ג ר' יצחק אייזיק שפיצער שליט"א (דא געדאונלאוד) זאגט ער אז א בעל הבית דארף נישט געבן קיין מעשר אויף די קרן וואס מען קויפט איין אין געשעפט

איז יעצט מיין שאלה, טאמער די בעל הבית נעמט עפעס אראפ פון זיין געשעפט פאר זיין אייגן געברויך דארף ער יא געבן מעשר?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג מארטש 02, 2012 1:12 pm

אויב נעמט ער עס אראפ פאר זיין אייגן געברויך איז עס דאך א פארדינסט פארוואס זאל ער נישט דארפן אראפנעמען מעשר?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 02, 2012 1:25 pm

יוראפ,
לכאורה מיינט ער צו ענטפערן אויף די שאלה צי א קארפארעשאן דארף אפשיידן מעשר
שוועמל האט געשריבן:ספעציפיש איז אינטערעסאנט צו וויסן וואס די דיינים האלטן לגבי א קארפארעשאן, צי מען ברויך מעשר'ן די קארפארעשאן זעלבסט איין מאל עס פארדינט ריווח, אפגעזען צי מען נעמט ארויס וועיזשעס צי נישט (כמובן נאכן אראפרעכענען COGS, מכס ושאר הוצאות).

איך בין אבער נישט זיכער זיין תשובה, "אויף די קרן וואס מען קויפט איין אין געשעפט", ווייס איך נישט וואס די ווערטער מיינען [חוץ אויב דו ברענגסט עס נישט גוט אראפ].
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » פרייטאג מארטש 02, 2012 1:46 pm

כהאב היינט געקויפט צווי גיטע ספרים אויף מעשר
יד מלכים הוצאת פעלדהיים
אהבת צדקה
זייער שיינע ארבעט
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מוצ"ש מארטש 03, 2012 9:42 pm

שוועמל האט געשריבן:יוראפ,
לכאורה מיינט ער צו ענטפערן אויף די שאלה צי א קארפארעשאן דארף אפשיידן מעשר
שוועמל האט געשריבן:ספעציפיש איז אינטערעסאנט צו וויסן וואס די דיינים האלטן לגבי א קארפארעשאן, צי מען ברויך מעשר'ן די קארפארעשאן זעלבסט איין מאל עס פארדינט ריווח, אפגעזען צי מען נעמט ארויס וועיזשעס צי נישט (כמובן נאכן אראפרעכענען COGS, מכס ושאר הוצאות).

איך בין אבער נישט זיכער זיין תשובה, "אויף די קרן וואס מען קויפט איין אין געשעפט", ווייס איך נישט וואס די ווערטער מיינען [חוץ אויב דו ברענגסט עס נישט גוט אראפ].

ער זאגט אז (לכאורה איז עס א דבר פשוט-עס איז נישט ממש זיין לשון נאר איך שרייב דאס וואס איך האב פארשטאנען פון די שיעור) ווען איינער קויפט איין אינוועטארי פאר זיין געשעפט לאמיר זאגן פאר 1,000 דאלער און ער פארקויפט עס פאר 1,500 דאלער, דארף ער נישט געבן מעשר פאר די גאנצע 1,500 דאלער, נאר פאר די 500 דאלער ריווח.

איז מיין שאלה למשל ער באקומט א פעקס אין סטאר וואס זיין ווייב האט אריינגעקאלט לאמיר זאגן א חבר'טע צו פעקסן 8 צעטלעך צו איר מאן אין סטאר, למעשה קאסט די פעקל פאפיר לאמיר זאגן 3 דאלער, איין פאפיר קומט אים אויס ווייניגער ווי איין סענט, די טינט מסתם אויך, דארף מען גיין אראפרעכענען דאס אלעס און באצאלן מעשר. דאס איז נאר איין קליינע דוגמא די זעלבע זאך קען זיין אויף גרעסערע זאכן און אויך פאר נאך קליינע זאכן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20294
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 04, 2012 10:57 am

ראש הקהל האט געשריבן:
שמעק_טאביק האט געשריבן:אין איינע פון די ספרים, דוכט זיך אין "מעשר כספים", ברענגט ער קלאר אז אויב איינער איז שולדיג חובות, איז נישט מחוייב מיט קיין שום מעשר. פריעת חוב מצוה קומט קודם.

ער ברענגט דארט, כ'מיין פון הרב וואזנער שליט"א, בלשון "רע עלי את המעשה" אז אידן וועלכע זענען שולדיג געלט פאר אנדערע, אנשטאט צו באצאלן, גייט מען געבן מיט די געלט מעשר אדער אנדערע צדקות.


ובעצמי ראיתי כתב יד של הגא' הדעבריצינער רב ואח"כ נדפס באיזה קובץ, ואינו מופיע בשו"ת שלו באר משה
שאמר כן בשם מוח"ז היינו הכתב סופר או שהובא כן בכתב סופר

און נאכדעם שרייבט ער שארף אקעגן דיע וואס זענען שולדיג שכר לימוד אדער גראסעריס, און צאלן קודם אפ מעשר געלט,
ער שרייבט דארט אז אפילו קאן עדיסאן כידוע לכל סגנונו קומט פאר מעשר געלטוכן כל כיוצא בזה

ומבואר ברמ"א:
"פרנסת עצמו קודמת לכל אדם ואינו חייב ליתן צדקה עד שיהי' לו פרנסתו" ופשוט הוא שאם יש לן חוב שהגיע זמן הפרעון הלא אין לא כדי פרנסתו ולכן לא האריך השבט הלוי בענין זה וכתב רק תיבות אחדות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20294
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 04, 2012 11:01 am

שוועמל האט געשריבן:יוראפ,
לכאורה מיינט ער צו ענטפערן אויף די שאלה צי א קארפארעשאן דארף אפשיידן מעשר
שוועמל האט געשריבן:ספעציפיש איז אינטערעסאנט צו וויסן וואס די דיינים האלטן לגבי א קארפארעשאן, צי מען ברויך מעשר'ן די קארפארעשאן זעלבסט איין מאל עס פארדינט ריווח, אפגעזען צי מען נעמט ארויס וועיזשעס צי נישט (כמובן נאכן אראפרעכענען COGS, מכס ושאר הוצאות).

איך בין אבער נישט זיכער זיין תשובה, "אויף די קרן וואס מען קויפט איין אין געשעפט", ווייס איך נישט וואס די ווערטער מיינען [חוץ אויב דו ברענגסט עס נישט גוט אראפ].

הגם למעשה פסק'נט מען אזוי אבער עס איז כדאי צו וויסן אז אין די פריערדיגע איז געוועזן ווער עס האלט געוואלט מחייב אויך דעם קרן, און אנדערע דאכציך אז דער יעב"ץ ואון דער חות יאיר ווילן מחמיר זיין אויף טרעוול עקספענסעס פארענדיג צום יריד וכדומה ואף אם אין נקטינן כן להלכה יש שם דברים נכונים בעניני אמונה אויפן גאנצן ענין פון האנדלען.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20294
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 04, 2012 11:25 am

ואיידי דאתינא להכי, וועל מר אויסקלארן עטליכע פרטים לגבי מעות צדקה ומעשר.

א) דער דיון ומחלוקה צו מעשר כספים איז דאורייתא אדער דרבנן אדער נאר מחמת מנהג איז בלויז לגבי דעם אפשיידן, ביש עניים מצויין וואס איז דאס היינט דער מציאות איבעראל איז פאהאן א חיוב דאורייתא למי שידו מגעת צו געבן צדקה ואף שאין העני מבקש צריך לילך אחריו וליתן לו, ומי שכפי השגת ידו קאן ער נאר געבן א דבר מיעוט און אמאל קלערט מען דער איד ברויך דאך צוזאמענשטעלן גאנצע אכציג אלפים אז ס'זאל אים קלעקן אויף זיין צוועק און וואס וועט מיין נתינה פון אפאר דאללער אויסמאכן אעפ"כ איז אויך פארהאן א חיוב דאורייתא צו געבן.

ב) דער שיעור פון מעשר איז נאר דער מינומום שלא יהא בגדר צר עין און ווידעראום דער שיעור פון א חומש איז דער מאקסימום נאר פאר סתם עוורעדזש פארדינער און בעלי בתים אן עושר האט א חיוב ליתן כפי הנצרך לענייים פאר פיל מער פון דעם, והוא פשוט בשו"ע יו"ד סימן רמ"ט ס"א.

סתם אזוי איז כדאי אדורכצולערנען בלויז דעם לשון הטור ביו"ד סימן רמ"ז מה שכתב בגודל חיוב מצוות צדקה ובגודל עונש ח"ו מי שאינו נזהר בזה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג מארטש 04, 2012 11:28 am

דאנקען שיינען פארשלאפן פאר די ידיעות, אויב האט איר נאך זעמיר גרייט צו הערן

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג מאי 20, 2012 3:00 pm

וואס טוצעך מיט שכר לימוד, מעג מען געבן פון מעשר?
kraitchmah עט גימעיל


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט