הלכות מעשר כספים ונתינת צדקה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
חברותה האט געשריבן:מען דארף געבן מעשר פון פוינטס וואס איך נוץ פאר קעש בעק?
און וואס טוט זיך מיט סטעיטמענט קרעדיט?

פארוואס נישט ?

איך וואלט געזאגט אז ס'ווענט זיך. פאינטס וואס מ' באקומט אלס באנוס פאר'ן עפענען אן אקאונט, דארף מען מעשר'ן אבער דאס וואס מ'באקומט פאר'ן ספענדן ווערט גערעכענט ווי א דיסקאונט (אזוי איז עס אויך לגבי טעקסעס, להבדיל). ס'איז נאר שווער צו וויסן די וועליו פון פאינטס. למשל, עירליין פאינטס קען מען קויפן פאר 10,000 פאינטס א טיקעט ווערד 100.00 און אמאל קען מען באקומען פאר די זעלבע סכום פאינטס א טיקעט ווערד 200 פאינטס.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

טאקע דאס איז מיין שאלה,
אסאך פלעצער צאל איך טעקס ווייל איך צאל מיט א קרעדיט קארד, איז די פוינטס מיט קעש בעק גערעכנט ווי א דיסקאונט?
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

שלום וברכה

הער איך אז סדא א ערענסטע מחלוקת בעניני מעשר צווישן היינטיגע פוסקים

טייל האלטן אז מעשר איז פון אלעס וואס מען פארדינט און טייל פוסקים האלטען אז מעשר איז נאר פון וואס מען לייגט אוועק נאך אלע לעבענס הוצאות אריינגערעכענט רענט/עסן/בילס/קליידער וכדומה

קען איינער ביטע מסביר זיין וואס זענען די צדדי המחלוקת? אויף וואס איז עס געבויעט?
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

וואס עפעס? האט געשריבן:שלום וברכה

הער איך אז סדא א ערענסטע מחלוקת בעניני מעשר צווישן היינטיגע פוסקים

טייל האלטן אז מעשר איז פון אלעס וואס מען פארדינט און טייל פוסקים האלטען אז מעשר איז נאר פון וואס מען לייגט אוועק נאך אלע לעבענס הוצאות אריינגערעכענט רענט/עסן/בילס/קליידער וכדומה

קען איינער ביטע מסביר זיין וואס זענען די צדדי המחלוקת? אויף וואס איז עס געבויעט?


בכלל נישט קיין נייע מחלוקת !
עס איז פארהאן א תושבה אין אבקת רוכל פונעם בית יוסף זי"ע וואס זאגט אט דעם קולא אז מען רעכנט אראפ אלע הוצאות, און אויף דעים איז דא חולקים, כמדומה אז דער ברכי יוסף זאגט (אדער ברענג פון אן אנדערע ואס זאגט) אז עס קען נישט זיין די בית יוסף האט דאס געשריבען ע"ש,
בקיצור עס איז א גרויס פלאנטער, אין די פוסקים ניצען עס פאר א צירוף, למשל אז איינער איז מסופק צו ער איז בגדר א "עני", דעמאלטס קען ער זיך פארלאזען וכדו' וכדו'.
אבער דאס איז קלאר (איעדער איז מודה צו דעים, אין עס האט נישט קיין שייכות מיט'ן מח' הנ"ל) אז אויב איינער האט אריינגעלייגט אין א ביזנעס 100,000$ אין האט פארדינט די ערשטע יאר $200,000 דארף ער נישט געבן מער פון 2, נאר פון איינס, ווייל ער האט נאר פארדינט איינס, די זעלבע איז א מלמד וואס הוצאות פון זיינע ספרים אין הוצאות הדרך צו און פון חדר קאסטען עם אף א סכום מסוים יעדעס יאר, פאנגט זיך אהן די רווחים נאך מען רעכנט אראפ וואס עס קאסט עם.
ברכה והצלחה !
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

איך ווייס אבער אז געוויסע דיינים זאגן קלאר אז מען מעשרט נאר געלט נאך אלע בילס ומצד שני איז דא פארקערט

וואס זאגן די גדולי הפוסקים בדורינו דערצו?
וואס איז די מקור המחלוקת?
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

כיצד מעשרין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

נעמט מען מעשר פאר די טעקס, אדער פון די נעט וואס איז אויף מיין טשעקל?
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

Iphone האט געשריבן:נעמט מען מעשר פאר די טעקס, אדער פון די נעט וואס איז אויף מיין טשעקל?


ON THE NET

Always confirm with dayen...
שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שםטוב »

שמעק_טאביק האט געשריבן:אין איינע פון די ספרים, דוכט זיך אין "מעשר כספים", ברענגט ער קלאר אז אויב איינער איז שולדיג חובות, איז נישט מחוייב מיט קיין שום מעשר. פריעת חוב מצוה קומט קודם.

ער ברענגט דארט, כ'מיין פון הרב וואזנער שליט"א, בלשון "רע עלי את המעשה" אז אידן וועלכע זענען שולדיג געלט פאר אנדערע, אנשטאט צו באצאלן, גייט מען געבן מיט די געלט מעשר אדער אנדערע צדקות.
מ'רעדט פין איינעם וואס האט א חוב אין צאלט עס אפ שטייטליך
אדער נאר איינער וואס די בע''ח שטייען אים אויפן קאפ?
שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שםטוב »

שנאפס האט געשריבן:און די אלע זאכן וואס די מוסדות רעכענען, ווי למשל קרן הבנין, מעג מען יא לכתחילה?

געהערט היינט בשם א חשובע דיין אין סאטמאר אז קרן הבנין/בדק הבית מעג מען יא צאלען פין מעשר לכתחילה
מיין שאלה איז אזוי אויב ער א חיוב ווי שכ''ל פארוואס זאל מען מעגן
חוץ אויב ס'איז א חיוב פין א נדבה, א שטייגער ווי געוויסע מוסדות זענען 'מחייב' דינער געלט
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

צדקה - עניי משפחתך קודמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

גיי איך צו א ייד נאך צדקה פאר א כולל. זאגט ער מיר אז זיינע קינדער לערנען אין כוללים, און אז ער גיבט זיי יעדע וואך א שיינע סומע, ממילא האט ער מער נישט אוועקצוגעבן פאר אנדערע כוללים.
מיין שאלה איז, איז דאס אויסג'האלטן?
דיין זוהן איז דאך ב"ה נישט קיין אריממאן, ער באקומט כולל געלט, זיין ווייב האט א דזשאב, און באקומט שטיצע פון פעטער שמואל. ווייטער דער כולל פאר וועם איך גיי נאך געלט, גיבט פאר יינגעלייט וואס האבן גארנישט. איז דאס גערעכט און אויסגעהאלטן על פי הלכה צו געבן פאר דיינע קינדער זאלן לעבן ברייט אויפן חשבון פון א כולל וואס דארף האבן די בעסיקס צו געבן פאר יינגעלייט וואס - טייל פון זיי - האבן קיין שום אנדערע הכנסה?
פארשטייט זיך אז דער ייד איז מיר נישט מחוייב צו געבן. אויך גייען מיר נישט דא פסק'ן קיין שאלות בהלכות צדקה. איך וויל פשוט אדורכרעדן די צדדים פון די שאלה.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

פארשטייט זיך אז ער קען זאגן, אז וואס מער ער גיבט פאר זיינע קינדער אלס מער איז דער טשאנס אז זיי זאלן בלייבן לענגער ביי די גמרא.
נו, ער וויל מקיים זיין ולמדתם את בניכם, און האבן קינדער תלמידי חכמים.
איך טענה אבער, דו ביסט פארמעגליך (טאקע נישט א מיליאנער אבער פארט שיין בעל-בתיש) קענסט נישט יוצא זיין מיט בלויז געבן פאר דיינע קינדער שיין.
צדקה מיינט געבן פאר אנדערע!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

farshlufen האט געשריבן:ביטע:
http://beta.hebrewbooks.org/tursa.aspx?a=yd_x6724

יישר כח.
כ'ווייס פון דעם איך האב עס אפילו מרמז געווען.
אבער דארט שטייט דאך "והם צריכים להם". משמע, דווקא אויב זיי האבן נישט קיין אנדערע הכנסה.
דא האבן זיינע קינדער א הכנסה, ער וויל נאר אז זיי זאלן קענען לעבן ברייט און בעל-בתיש און אויך בלייבן אין כולל. איז דאס אויך נכלל?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

יידישע קהילות האט געשריבן:גיי איך צו א ייד נאך צדקה פאר א כולל. זאגט ער מיר אז זיינע קינדער לערנען אין כוללים, און אז ער גיבט זיי יעדע וואך א שיינע סומע, ממילא האט ער מער נישט אוועקצוגעבן פאר אנדערע כוללים.
מיין שאלה איז, איז דאס אויסג'האלטן?
דיין זוהן איז דאך ב"ה נישט קיין אריממאן, ער באקומט כולל געלט, זיין ווייב האט א דזשאב, און באקומט שטיצע פון פעטער שמואל. ווייטער דער כולל פאר וועם איך גיי נאך געלט, גיבט פאר יינגעלייט וואס האבן גארנישט. איז דאס גערעכט און אויסגעהאלטן על פי הלכה צו געבן פאר דיינע קינדער זאלן לעבן ברייט אויפן חשבון פון א כולל וואס דארף האבן די בעסיקס צו געבן פאר יינגעלייט וואס - טייל פון זיי - האבן קיין שום אנדערע הכנסה?
פארשטייט זיך אז דער ייד איז מיר נישט מחוייב צו געבן. אויך גייען מיר נישט דא פסק'ן קיין שאלות בהלכות צדקה. איך וויל פשוט אדורכרעדן די צדדים פון די שאלה.

בס"ד
דו רעדסט פון א גרעסערע נתינה אדער א סתם נתינה, ווייל דאס איז זיכער אז אויב געט ער גארנישט מיט דעם תירוץ דאן האלט ער ביי גארנישט, ביי אונזערע טאטעס און מאמעס האט מען אייביג זיך וואוסענדיג געמאכט ווען איינער גייט נאך געלט, ולהלכה בין איך ליידער אן עם הארץ, אבער זאגט נישט אויס פאר קיינעם,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' טובי' מאיר האט רעכט.

כ'גלויב שווער אז דער איד האט אדורכגעלערנט הלכות צדקה, ווען יא וואלט ער ווען געוואוסט אז "לעולם אין אדם מעני מן הצדקה" וכו' עיי"ל במחבר און אז מ'זאל נישט געבן כל צדקותיו לעני א' וכו'. אלעס איז קלארע הלכות ווי זיך אומצוגיין.

חוץ אויב ער האט באמת נישט וויפיל די גאס קלערט אז ער פארמאגט, אדער פונקט נישט אויפן מאמענט.

אבער דיני קדימה זענען קלאר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

די גאנצע מושג פון איינטיילן פאר א צווייטן ווי צו גיבן זיינע צדקות איז א חוצפה. גייסט מט איינעם נאך געלט און ביסט אים מסביר די צוועק, יעצט איז עס זיין באשלוס מחליט צו זיין טאמער די צוועק איז אים וויכטיג אדער נישט. טאמער גיט ער אפילו א קליינע נתינה דארף מען האבן די מענטשלעכקייט און זיך באדאנקן, נישט זיין א כפוי טובה און מאכן יענעם פילן שלעכט אז ער האט נישט געגעבן גענוג.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

דענק איך נישט אויפן מינוט וואו, אבער דאכטזעך מיר אז מרן מסאטמאר זי״ע ערגעץ וואו אין א דינער תורה שפעקעלירט אז געבן פאר משפחה ווערט נישט פאררעכענט אלטס אמת׳ע צדקה.
העמיר פרובירן נאכזוכן מקור מקומו טהור.
על "טעם וריח" אין להתווכח
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

די שאלה ווערט אויסגעשמיסט אין יטב לב פ' ראה..


וזל"ק:
כי יהי' בך אביון מאחד אחיך באחד שעריך וגו' לא תאמץ את לבבך ולא תקפוץ את ידך מאחיך האביון כי פתוח תפתח וגו'
יש לפרש, כי יש מי שמבקשים ממנו צדקה לעניים ומענה בפיו שקרוביו עניים ועיניהם נשואות אליו. אבל אין זה מענה נכונה, כי בשביל שנותן לקרוביו אינו נפטר מלתת גם לזולתם, באם ידו משגת לתת לזה ולזה. וז"ש כי יהי' בך אביון מאחד אחיך היינו מקרוביך וגם באחד שעריך, בעריך שאינו קרובך, ועז"א לא תאמץ וגו' ולא תקפוץ את ידך מתת לעניים מאחיך האביון, כלומר מכח שאחיך אביון ואתה צריך ליתן לו. כי פתוח [לאחרים] תפתח את ידך לו לקרוביו: עכלה"ק.


נ.ב. ר' טובי' מאיר איר קענט ניצן דעם שטיקל יט"ל.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

טעם וריח האט געשריבן:דענק איך נישט אויפן מינוט וואו, אבער דאכטזעך מיר אז מרן מסאטמאר זי״ע ערגעץ וואו אין א דינער תורה שפעקעלירט אז געבן פאר משפחה ווערט נישט פאררעכענט אלטס אמת׳ע צדקה.
העמיר פרובירן נאכזוכן מקור מקומו טהור.

נאכגעקוקט די מקור, עי׳ חדו״ת לדינער פרשת ראה קנ״ב. די רבי זאגט דארט אז ווען מגעבט פאר משפחה קען די יצה״ר טענ׳ן אז ממיינט זיך משא״כ פאר אנדערע עיי״ש.

לאמיתו זאגט דאך שוין די גמרא עושה צדקות בכל עת זה הזן בניו וב״ב כו׳.
אויך זאגט מען פון בעש״ט הקדוש אז צדקה הייבט אפילו מהאט הנאה, אבער דא איז אמאל זיכער אז מברויך ביידע, והבן
על "טעם וריח" אין להתווכח
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

דריידל האט געשריבן:די גאנצע מושג פון איינטיילן פאר א צווייטן ווי צו גיבן זיינע צדקות איז א חוצפה. גייסט מט איינעם נאך געלט און ביסט אים מסביר די צוועק, יעצט איז עס זיין באשלוס מחליט צו זיין טאמער די צוועק איז אים וויכטיג אדער נישט. טאמער גיט ער אפילו א קליינע נתינה דארף מען האבן די מענטשלעכקייט און זיך באדאנקן, נישט זיין א כפוי טובה און מאכן יענעם פילן שלעכט אז ער האט נישט געגעבן גענוג.

ר' איד, עס איז א שיינע רואיגע שמועס און דו שפרינגסט, ביטע ענטפער מיט א רואיקייט און צו דער זאך
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

טעם וריח האט געשריבן:דענק איך נישט אויפן מינוט וואו, אבער דאכטזעך מיר אז מרן מסאטמאר זי״ע ערגעץ וואו אין א דינער תורה שפעקעלירט אז געבן פאר משפחה ווערט נישט פאררעכענט אלטס אמת׳ע צדקה.
העמיר פרובירן נאכזוכן מקור מקומו טהור.

בערך אזוי, דער פסוק זאגט ושמחת לפני ה' אלקיך אתה ובנך ובתך ועבדך ואמתך והלוי אשר בשעריך והגר והיתום והאלמנה אשר בקרבך במקום אשר יבחר ה' אלקיך לשכן שמו שם" (טז, יא). רש"י- ארבעה שלי כנגד ארבעה שלך… אם אתה משמח את שלי אני משמח את שלך". האט רבינט זי"ע געזאגט אז פון דא זעהט מען אז געבען פאר די קינדער איז שלך און לוי גר יתום ואלמנה דאס איז שלי,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

blue moon האט געשריבן:די שאלה ווערט אויסגעשמיסט אין יטב לב פ' ראה..


וזל"ק:
כי יהי' בך אביון מאחד אחיך באחד שעריך וגו' לא תאמץ את לבבך ולא תקפוץ את ידך מאחיך האביון כי פתוח תפתח וגו'
יש לפרש, כי יש מי שמבקשים ממנו צדקה לעניים ומענה בפיו שקרוביו עניים ועיניהם נשואות אליו. אבל אין זה מענה נכונה, כי בשביל שנותן לקרוביו אינו נפטר מלתת גם לזולתם, באם ידו משגת לתת לזה ולזה. וז"ש כי יהי' בך אביון מאחד אחיך היינו מקרוביך וגם באחד שעריך, בעריך שאינו קרובך, ועז"א לא תאמץ וגו' ולא תקפוץ את ידך מתת לעניים מאחיך האביון, כלומר מכח שאחיך אביון ואתה צריך ליתן לו. כי פתוח [לאחרים] תפתח את ידך לו לקרוביו: עכלה"ק.


נ.ב. ר' טובי' מאיר איר קענט ניצן דעם שטיקל יט"ל.

נישט געוואוסט, יישר כח עס וועט צוניץ קומען
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

farshlufen האט געשריבן:ר' טובי' מאיר האט רעכט.

כ'גלויב שווער אז דער איד האט אדורכגעלערנט הלכות צדקה, ווען יא וואלט ער ווען געוואוסט אז "לעולם אין אדם מעני מן הצדקה" וכו' עיי"ל במחבר און אז מ'זאל נישט געבן כל צדקותיו לעני א' וכו'. אלעס איז קלארע הלכות ווי זיך אומצוגיין.

חוץ אויב ער האט באמת נישט וויפיל די גאס קלערט אז ער פארמאגט, אדער פונקט נישט אויפן מאמענט.

אבער דיני קדימה זענען קלאר.

יישר כח,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:גיי איך צו א ייד נאך צדקה פאר א כולל. זאגט ער מיר אז זיינע קינדער לערנען אין כוללים, און אז ער גיבט זיי יעדע וואך א שיינע סומע, ממילא האט ער מער נישט אוועקצוגעבן פאר אנדערע כוללים.
מיין שאלה איז, איז דאס אויסג'האלטן?
דיין זוהן איז דאך ב"ה נישט קיין אריממאן, ער באקומט כולל געלט, זיין ווייב האט א דזשאב, און באקומט שטיצע פון פעטער שמואל. ווייטער דער כולל פאר וועם איך גיי נאך געלט, גיבט פאר יינגעלייט וואס האבן גארנישט. איז דאס גערעכט און אויסגעהאלטן על פי הלכה צו געבן פאר דיינע קינדער זאלן לעבן ברייט אויפן חשבון פון א כולל וואס דארף האבן די בעסיקס צו געבן פאר יינגעלייט וואס - טייל פון זיי - האבן קיין שום אנדערע הכנסה?
פארשטייט זיך אז דער ייד איז מיר נישט מחוייב צו געבן. אויך גייען מיר נישט דא פסק'ן קיין שאלות בהלכות צדקה. איך וויל פשוט אדורכרעדן די צדדים פון די שאלה.

בס"ד
דו רעדסט פון א גרעסערע נתינה אדער א סתם נתינה, ווייל דאס איז זיכער אז אויב געט ער גארנישט מיט דעם תירוץ דאן האלט ער ביי גארנישט, ביי אונזערע טאטעס און מאמעס האט מען אייביג זיך וואוסענדיג געמאכט ווען איינער גייט נאך געלט, ולהלכה בין איך ליידער אן עם הארץ, אבער זאגט נישט אויס פאר קיינעם,

ער פלעגט זיין פון די גרויסע שטיצערס, צוביסלעך ווערט עס ווייניגער און ווייניגער מיט דעם אויבנדערמאנטן טעם.
ער זאגט אויך, פארוואס זאל איך געבן אז רבי"שע קינדער זאלן ווערן תלמידי חכמים. איך וויל אז מיינע קינדער זאלן ווערן תלמידי חכמים "
דאס איז שוין נישט קיין הלכות צדקה ארגומענט נאר א געזעלשאפט טענה. אין זיינע אויגן האט ער אליינס א כולל און זיינע קינדער ווערן אויסגעהאלטן דורך דעם רבי'ן אליינס - ער!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 12996
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

טעם וריח האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:דענק איך נישט אויפן מינוט וואו, אבער דאכטזעך מיר אז מרן מסאטמאר זי״ע ערגעץ וואו אין א דינער תורה שפעקעלירט אז געבן פאר משפחה ווערט נישט פאררעכענט אלטס אמת׳ע צדקה.
העמיר פרובירן נאכזוכן מקור מקומו טהור.

נאכגעקוקט די מקור, עי׳ חדו״ת לדינער פרשת ראה קנ״ב. די רבי זאגט דארט אז ווען מגעבט פאר משפחה קען די יצה״ר טענ׳ן אז ממיינט זיך משא״כ פאר אנדערע עיי״ש.

לאמיתו זאגט דאך שוין די גמרא עושה צדקות בכל עת זה הזן בניו וב״ב כו׳.
אויך זאגט מען פון בעש״ט הקדוש אז צדקה הייבט אפילו מהאט הנאה, אבער דא איז אמאל זיכער אז מברויך ביידע, והבן

אויף דעם האבן שוין צדיקים געטייטשט ואל יבא בכל עת אל הקודש אז די כוונה איז די צדקה פון עושה בכל עת הנ״ל
דביה תחדי נפשא
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”