בלאט 1 פון 1

די וויכטיגקייט פון לערנען הלכות

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 22, 2011 1:10 pm
דורך איזעי
דאס האב איך אויך ארויסגעגראבן מבית גנזי.

דאס איז א רעדע וואס איך האב זיך אמאל פארגעשריבן צו זאגן, פארן אנהויבן לערנען הל' שבת אין א געוויסע מסגרת פון לימוד קיצוש"ע.

--------------------------

פאר מיר הייבן אן הל' שבת האב איך געוואלט זאגן אפאר ווערטער איבער די וויכטיגקייט פון לערנען הלכות בכלל און פון הל' שבת בפרט, קודם איבער דעם וויכטיגקייט פון לערנען הלכות בכלל דארף מען נישט צופיל מאריך זיין, ווייל דאס איז דאך ענינים ידועים וואס יעדער ווייסט און פארשטייט, אז אן לערנען ווייסט מען ניש,ט און אן וויסן ווערט מען נכשל. די הלכה איז אין מס' מכות אז אן אומר מותר איז אזוי ווי א מזיד און א בן נח ווערט אפי' גע'הרג'ט אלץ אן אומר מותר אזוי ווי אויף א מזיד, אפי' ער האט נישט געוואוסט אז ער טאר נישט, פארוואס? ווייל היה לו ללמוד ולא למד! א מענטש קען נישט האבן קיין פטור ווייל ער האט נישט געוואוסט און קיינער האט אים נישט געזאגט, נאר אז מען רעדט פון א מציאות וואס ער האט נישט געהאט וויאזוי צו וויסן קען מען זיך אפשר פטר'ן מיטן תירוץ "איך האב נישט געוואוסט".

דער אמת איז אבער אז נישט אלעמאל איז עס אזוי ריכטיג אז מען האט טאקע נישט געהאט פון וואו צו וויסן, אסאך מאל קען מען פארט האבן א טענה צו א מענטש, האסטו כאטשיג נאכגעקוקט אדער נאכגעפארשט וויפיל דו האסט יא געקענט - צו וויסן צו די פאלסט נישט אריין דא אין עפעס אן איסור? צו האסטו גוט מברר געווען די מציאות הדברים פאר דו גייסט עפעס טון אין סיי וועלכע נושא, צו וויסן צו די פאלסט נישט דא אריין מיט די מעשה וואס דו טוסט? צו ביזטו גוט נאכגעגאנגען די זאכן וואס דו עסט, און דעם רב וואס גיט דערויף א השגחה, פאר דו האסט עס געגעסן? און אפי' אויף דעם חיוב תוכחה וואס מען דרייט זיך ליידער זייער אפט און שנעל ארויס מיט זייער גרינגע תירוצים צוליב דאס ביסל אומבאקוועמליכקייט פון זיין א "פרומער", צו האסטו גוט מברר געווען אז יענער האט זיך אויף וואס סומך צו זיין - זעענדיג אז יענער טוט א זאך וואס דו ווייסט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן? די הלכה זאגט אז אפי' א "רבי" אויב זעט מען אז ער טוט א זאך וואס מען ווייסט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן דארף מען מוכיח זיין! פארשטייט זיך עס איז דא הלכות וויאזוי מען טוט דאס, מען קען נישט סתם אזוי מוסר זאגן א רבי'ן, אזוי ווי ביי א טאטן ווייסט יעדער אז עס איז דא א הלכה אז מען זאגט "אבא כך כתוב בתורה", די זעלבע ביי א רבי איז דא פארשידענע הלכות וויאזוי מען איז מעורר א זאך מיטן פולסטן דרך ארץ, און די זעלבע איז ביי יעדן תלמוד חכם. און דער אמת איז אז עס איז נישטא פון וואס מורא צו האבן, ממ"נ האט יענער געהאט א טעם דערביי וועסטו קלוגער ווערן מיט נאך א הלכה, אדער וועסטו פארשטיין פארוואס ער האט דאס געטון וועסטו האבן נאך א דוגמה פון דן זיין לכף זכות א מענטש, און אויב ווייטער איז עס נישט ריכטיג געווען; איז אויב איז ער אן ערליכער וועט ער דאס מקבל זיין, אבער אויב נישט און ער ווערט גאר אויפגערעגט דאן זיי וויסן אז דו זאלסט פון אים נישט פרעגן קיין שאלות, און זיינע פסקים זענען גארנישט ווערט.

עכ"פ מיר זענען פארקראכן אין אן ענין וואס איז נישט נוגע לענינינו, נאר אז מען רעדט שוין פון דעם איז וויכטיג צו באמערקן, אז באמת רוב מענטשן זענען נישט ברוגז אז מען איז זיי מעורר; פארשטייט זיך אויף אן איידעלען אופן, נישט באפאלן יענעם אז דו טוסט אן עבירה, און מען דארף האבן שכל וויאזוי עס צו זאגן. איך אליינס האב שוין געהאט אסאך מעשיות ווי איך האב זיך געשטארקט און צוגעגאנגען מעורר זיין, כאטשיג איך האב מורא געהאט אז יענער וועט זיין ברוגז אויף מיר, ער וועט מיר אנקוקן מאדנע וכדו', אבער למעשה האט יענער צוגעהערט און געפאלגט.
איך האב געהאט א מעשה, איך האב געכאפט מיט איינעם א היטש אין די טעג פון ספירה, א טיפישער בארא פארקער אדער פלעטבוש'ער איד, און אין זיין קאר איז געגאנגען מוזיק! קודם האב איך געטראכט צו מיר אז יעדער ווייסט דאך אז מען מעג נישט הערן מוזיק ספירה, און אויב דא ארבעט מוזיק דאן איז א באווייז אז אדער האט ער עפעס א היתר פון עפעס א רב, אדער איז ער א מזיד און רעדן וועט גארנישט אויפטון, ער וועט מיר נאר אנקוקן ווי א "פרומער"... למעשה האב איך ביי מיר באשלאסן אז איך האב א חיוב תוכחה, און אויב יענער איז טאקע א מזיד און ער האלט נישט ביים פאלגן, דארף איך ארויסגיין פון זיין קאר וועגן צוויי סיבות, איינס ווייל פון א עבריין האלט איך נישט ביים נעמען קיין טובות, און צווייטנס פשוט ווייל דא ארבעט מוזיק און מען מעג נישט הערן מוזיק ספירה...
למעשה איך האב אים געגעבן אזוי א פרעג "וויאזוי טוט איר דאס?" פרעגט ער מיר "וואס?" זאג איך "דער טעיפ!" פרעגט ער מיר תמימות'דיג "דאס הייסט אויך מוזיק?" איך האב נישט געוואוסט וואס ער מיינט צו פרעגן, איך האב פארשטאנען אז מן הסתם מיינט ער אז מוזיק איז נאר פון א פיאנע ממש, אדער אן אנדערן כלי זמר (עס איז דא אזא סארט היתר וואס ווערט באנוצט ביי אנדערע זאכן, עס איז א הינער פיסל'דיגע היתר, עס איז נישט דא דער פלאץ מאריך צו זיין דערין), זאג איך אים "לכאו' יא!" אבער איך האב נישט געוואלט זיין דער שלעכטער האב איך צוגעלייגט "פרעגט'ס א שאלה פון א רב!", קודם בין איך ארויס פון בילד נישט נעמענדיג דעם איסור אויף מיינע פלייצעס, און נאכדעם האט ער שיין אויסגעלאשן דעם טעיפ.... עכ"פ מען דארף פרובירן.

נחזור לענינינו, עס איז דא אן א שיעור זאכן וואס מען פאלט אריין און מען ווערט נכשל ווייל מען וויל זיך מאכן אן עיזי לייף, און מען האלט נישט ביים נאכגיין און נאכפארשן און זיך דערגרינטעווען און לערנען אלץ וואס מען דארף צו וויסן, און מען פארלאזט זיך אויף דאס און אויף יענץ. עס איז וויכטיג צו וויסן, אסאך מאל פארלאזט מען זיך אז מען זעט אידן תלמידי חכמים טוען אזוי, אדער זיי זאגן גארנישט, מיינט מען אז עס איז אויסגעהאלטן, דער אמת איז ווייט נישט אזוי.
נאר יעצט האב איך געהאט א מעשה, מען האט מיר אריינגעשלעפט צו א ביהמ"ד משלים זיין מנין, עס איז דארט געווען דער רב - א חשוב'ער און ערליכער רב, ער האט שוין געהאט געדאוונט, ער האט נאר משלים געווען מנין, און ער האט אלץ פונקטליך מיטגעהאלטן, און ער איז געווען אין טשארזש אויפן מנין, און ער האט א ווארט אין זיין ביהמ"ד אז וואס ער זאגט אזוי טוט מען (עס איז נישט אז ער האט גארנישט געקענט טון, אדער מען האט געטון אן זיין וויסן, נאר במעמדו און בהסכמתו דורך שתיקה כהודאה, און א הודאה האלבוועגס אויך) מען האט געדאווענט שמו"ע אן קיין ששה מתפללים, ווייל עס איז בסך הכל נאר געווען 6 מתפללים און איך בין געווען פון זיי און איך האב נאכנישט געהאלטן ביי שמו"ע, ווייל פון הודו ביז שמו"ע האט גענומען קנאפע פופצן מינוט, און מען האט מיר אריינגעשלעפט ווייניגער ווי פינף מינוט פאר הודו, און מען האט נישט געווארט אויף מיר. ווען דער עולם איז אנגעקומען צו שמו"ע האב איך געהאלטן ביי ברכת יוצר, דער רב האט מיר געוויזן איך זאל מיך צויאגן, און דעם בע"ת מיט די איבריגע פיר האט ער געלאזט אנהייבן שמו"ע, און דער סוף איז געווען אז צוגעיאגטערהייט האט שוין דער בע"ת מיט נאך א מתפלל געהאט אויסגעטרעטן ווען איך בין אנגעקומען צו שמו"ע (ווער עס קען דאווענען פון הודו ביז שמו"ע אין ווייניגער ווי פופצן מינוט דארף נישט פאר שמו"ע מער ווי פיר מינוט...).
איך האב פארשטאנען אז אדער וועט מיר דער רב הייסן דאווענען שמו"ע שנעל אזוי, און דערנאך איז דא וואס האלטן אז אויב עס איז דא זעקס וואס האבן געדאוונט אפי' זיי האבן נישט געדאוונט צוזאמען מעג מען זאגן הויכע שמו"ע, אדער וועט ער מיט צושיקן אזוי אז די הויכע שמו"ע זאל נישט זיין קיין ברכות לבטלה, למעשה האט ער מיר עפעס געוואונקען וואס איך האב נישט געכאפט פונקטליך וואס, און צום סוף האט ער געוויזן פארן בע"ת אנצוהייבן, איך האב מיטגעדאוונט מיטן בע"ת וויסענדיג אז איך דאוון געהעריג ביחידות, ווייל מען מעג נישט זאגן אזוי הויכע שמו"ע. קדושה האב איך מיטגעזאגט ווייל דאס האב איך נישט געוואוסט, האב איך מיר געמוזט פארלאזן אויף פארשידענע זאכן, אבער מען האט געזאגט געהעריג קדיש תתקבל וואס דאס האט מען לכאו' אויך נישט געמעגט (איך בין נאכדעם געגאנגען צו א צווייטע ביהמ"ד און געווארט פופצן מינוט צו הערן קדיש תתקבל...), נאך קדיש זענען צוויי אירע ארויס און מען האט געזאגט קדיש נאך קוה מיט זיבן מענטשן, איך האב מיך צוגעשטאפט די אויערן און זיך געשטעלט אין א פאררוקטן ווינקל כדי איך זאל נישט הערן דעם קדיש און נישט דארפן ענפערן, ווייל מען האט נישט געמעגט זאגן קיין קדיש, און דאס איז אלץ געווען בהשתתפות און בפיקוח א חשוב'ן רב וואס פיל היימישע און פרומע אידן פארלאזן זיך אויף אים אויף די הארבסטע שאלות!
פארוואס דערצייל איך דאס, כדי מען זאל וויסן אז מען טאר זיך נישט פארלאזן אויף א מעשה, און בפרט אויף דעם וואס איינער האט נישט מוחה געווען אדער מעורר געווען; "עד שיאמר הלכה למעשה!" ביז מען פרעגט דעם תלמוד חכם "איז דאס אויסגעהאלטן?" און ער ענפערט "יא!" טאר מען זיך נישט פארלאזן.

ממילא זאל יעדער איינער וויסן עס איז נישטא אויף וואס צו בויען, מען דארף אליינס וויסן און אויב מען ווייסט נישט ווערט מען נכשל, אין גרינגע איסורים, און אין הארבע איסורים, און אין גאר הארבע איסורים, אפי' ביז איסורי כריתות און סקילה! און אז מען ווייסט נישט איז דאס נישט קיין תירוץ, ווי אויבענדערמאנט.

נאר וואס דען, א מענטש וועט זאגן איך קען דאך נישט לערנען אלעס אויפאיינמאל, אויף דעם איז אבער דא א תשובה! קודם דארפסטו אדורכצולערנען בקיצור אלע הלכות צו וויסן בערך וואס טוט זיך, און אזוי; אויב דו לערנסט פלייסיג די הלכות קלאר ענין נאך ענין, און אינדערצווישן ביסטו כסדר עוסק און דו לערנסט קיצורים און ליקוטים פון קיצורי און פסקי דינים, קען מען נישט האבן קיין טענות. און דער זעלבער איינער וואס האט נישט קיין צייט אדער די מעגליכקייט צו לערנען אלעס באריכות און קלאר פונעם גרויסן שו"ע (שוין אפגערעדט פון אדורכטון יעדע הלכה על בוריו פון ש"ס און די ראשונים, און נאכגיין ביז די אחרונים), דארף לכל הפחות לערנען כסדר פון די קיצורים און פסקי דינים, א שטייגער ווי דער קיצשו"ע וואס מיר לערנען דא, וואס דאס איז די פראקטישסטע ווייל עס נעמט ארום די מערסטע הלכות, און עס איז די מערסטע בקיצור. און ווען מען לערנט עס מיט מסגרת השלחן קען מען אפי' לכתחילה ארויסנעמען הלכות פון דא (פארשטייט זיך אז אויב מען ווייסט אז מיר נעמען אן אנדערש, זאל מען טון אזוי ווי מען האט געזען ביי די עלטערן, אדער ווי מען האט געהערט ביי די רבי'ס, אבער ווען מען ווייסט נישט קען מען זיך פארלאזן אפי' לכתחילה) אזוי אויך איז דא שו"ע הרב, משנה ברורה, חיי אדם און חכמת אדם, ערוך השלחן, ליקוטי מהרי"ח, און נאך פארשידענע ספרים וואס זענען געבויט אויף דעם גאנג, אויך איז דא דער ספר כף החיים פון ר' יעקב חיים סופר, וואס דאס איז א מורא'דיגער ספר אויף או"ח און אביסל אויף יו"ד (מיט דעם דארף מען אויך נזהר זיין, ווייל צום סוף פונם לעצטן באנד איז דא וואס איינער פון די רעבנים פון די רבנות הרשעית האט צוגעענדיגט) דער ספר איז א געוואלדיג שיינע און שטארקער ליקוט פון אלע ראשונים און אחרונים ממש ביז נאכן משנה ברורה, און מען קען דארט אלעס זען קלאר.

דאס איז אלץ ביי אלע הלכות, ביי הל' שבת איז אבער ספעציעל שווער, ווייל דאס איז באוואוסט אלץ הררים התלוים בשערה, און אויב מען פארזעט דעם קליינעם הארל, קען מען גאר גרינג אדורכפאלן מיט איסורים דרבנן, און אפי' מיט דאורייתא'ס, עס איז דברים ידועים ומפורסמים.
אויך איז ידוע דער הקדמה פונם חפץ חיים אויפן משנה ברורה הל' שבת, וואו ער ברענגט שטארק ארויס די וויכטיגקייט פון לערנען די הלכות, דער אמת איז אז הלכות שבת קען מען נישט קענען אינגאנצן - און אפי' נישט האלבוועגס פונם קיצשו"ע, געווענליך ווערן דערמאנט דארט נאר די זאכן וואס זענען כסדר נוגע וואס קומען כסדר פאר, און דאס איז ווייט נישט גענוג אויף צו קענען געהעריג הל' שבת, ווי עס איז באוואוסט פון הייליגן ר' יונתן אייבעשיץ וואס ער שרייבט (עס ווערט אויך געברענגט אין די הקדמה פון משנה ברורה) אז א"א כלל במציאות עטס הערטס ווערטער "א"א כלל במציאות שינצל מאיסור שבת אם לא ילמוד כל הדינים על בורים היטב היטב, עכ"פ זעהן מיר אז מען מוז עס גרינטליך אדורכלערנען. אבער אזוי ווי עס גייט נישט אין איין טאג, און עס גייט נישט צופיס, דארף מען עכ"פ לערנען ביזדערווייל בקיצור.

און הל' שבת איז נאך הארבער ווי אלע אנדערע עבירות, ווייל די גרויסקייט פון מצוות זאגן אונז די חז"ל אז מען קען נישט וויסן "שאין אתה יודע מתן שכרן של מצות", אבער די גרויסקייט פון אן עבירה זאגט דער רמב"ם אז מען קען מעסטן לויט דעם עונש וואס איז דא אויף דעם עבירה. ממילא הל' שבת וואס אויף דעם איז דא דער הארבסטער עונש פון סקילה, איז אודאי אז דאס איז גאר א הארבע עבירה און מען דארף גאר שטארק נזהר זיין דערין, און אזוי אויך שטייט אז דער וואס איז מחלל שבת איז ווי ער איז עובר אויף כל התורה כולה; ווי עס ווערט געברענגט אין די הקדמה פון מ"ב באריכות, און אזוי ווי ער שרייבט דארט אז מען טרעפט נישט נאך איין מצוה וואס איז אזוי ווי עו"ז - אז איינער וואס איז עובר אויף דעם מצוה איז כמומר לכל הענינים, אז יינו יין נסך, און זיין שחיטה איז אסור אפי' ישראל עומד על גביו וכדו', אויסער ביי א מחלל שבת! וואס איינער וואס איז מחלל שבת בפרהסיא (און לויטן לשון פון מ"ב אז עס איז ביי אים מופקר דער איסור פון שבת, און ער טוט כמה פעמים חילולי שבת בפרהסיא) הייסט ער כמומר לכל התורה כולה פונקט ווי אן עובד עו"ז רח"ל, פון די אלע זאכן קען מען זען עד היכן הדברים מגיעין, און ווי שטארק מען דארף נזהר זיין צו קענען און נישט נכשל צו ווערן.

עס איז דא ביי אסאך מענטשן א געדאנק אז "וואס וועט שוין זיין, איך וועל מחמיר זיין און פארטיג!", דאס איז נישט אויסגעהאלטן. קודם כל ווער זאגט דיר אז דו ווייסט אלץ וואס קען זיין א פראבלעם אז דו זאלסט וויסן מחמיר צו זיין אדער זיך ארויסצודרייען דערפון, צווייטנס אפי' מען ווייסט שוין יא וואס איז א פראבלעם, נישט ביי יעדע זאך איז שייך מחמיר צו זיין, ווייל אסאך מאל אויב ווייסט מען נישט די הלכה תיכף קען מען סיי וויאזוי מען טוט; אריינפאלן אין אן איסור, צ.ב. אז מען גייט אין גאס און מען דערמאנט זיך אז מען האט עפעס אין טאש אויף א פלאץ וואו עס איז נישט דא קיין עירוב, וואס זאל מען טון? גיין ווייטער? בלייבן שטיין? עס ארויסווארפן גייענדיג? אדער צ.ב. אז א נאגל שאקלט זיך און עס איז כמעט אינגאנצן אפגעריסן וואס דאס איז א חציצה פאר נטילת ידים, און מען דארף זיך וואשן צו די סעודה, וואס טוט מען? (אנטון זיך א פלעסטיק איז אויך נישט גלייך) און נאך פארשידענע זאכן. אויסער דעם איז דא דער מצוה פון וקראת לשבת עונג, אז מען דארף שבת האבן עונג און נישט קיין צער, און אויב מען איז מחמיר אין דער וועלט אריין מאכט מען זיך אסאך מאל צער ווען מען וואלט נישט געדארפט, וואס דאן איז מען עובר אויף וקראת לשבת עונג (אודאי אויב מען ווייסט נישט, און מען קען נישט יעצט וויסן, איז אייביג בעסער אויב מען קען מחמיר זיין. ווייל עס איז ענדערש זיך אריינצולאזן אין א ספק פון ביטול עשה פון עונג שבת, ווי אין א ספק פון עובר זיין א לא תעשה פון איסורי שבת וואס קען זיך אסאך מאל גרעניצן מיט דאורייתא'ס) און כאטשיג אמת'דיג גערעדט נעמט נישט דער קיצשו"ע אדורך אפי' האלב פון הל' שבת, דאך אבער פון די ענינים וואס זענען נוגע למעשה ווערן רוב זאכן איבערגעשמועסט, און מען ווערט ניצול פון גאר אסאך איסורים, כאטשיג עס איז נישט מעגליך ניצול צו ווערן אינגאנצן פון חילול שבת אן קענען גוט הל' שבת; ווי מיר האבן שוין פריער דערמאנט פון הייליגן ר' ר' יונתן, אבער עס איז הכל ריוח. עס גילט נישט ביי דעם דער כלל פון כאשר אבדתי אבדתי...
-----------

אנטשולדיגט עס פעלט א חתימה, ואתכם הסליחה, איך בין בלויז מעתיק וואס עס ליגט ביי מיר פארשריבן.