בלאט 1 פון 2

שלאגן קינדער צוליב חינוך

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 22, 2011 12:39 pm
דורך איזעי
דאס האב איך אויך יעצט ארויסגעגראבן מבית גנזי.

א קליינער ליקוט וואס איך האב אמאל געמאכט איבער שלאגן קינדער פאר חינוך צוועקן.
(כאטשיג דא איז שוין דא אן אשכול וועגן דעם נושא, האב איך אבער צוליב פארשטענדליכע סיבות געעפענט א נייע)

-----------

ספר משלי פרק י"ג פסוק כ"ד: חושך שבטו שונא בנו ואהבו שחרו מוסר.
וז"ל הרלב"ג שם: חושך שבטו. מי שהוא מונע שבטו מהכות בנו ליסרו הוא שונאו וכו'. עכ"ל.

פרק י"ט פסוק י"ח: יסר בנך כי יש תקוה ואל הֲמִיתוֹ אל תשא נפשך.
ברש"י ז"ל: אל תכהו מכת מות.
ברלב"ג שם: יסר בנך בקטנותו כי בזה יש תקוה להגיעו אל השלימות ואע"פ שיצעק ויהמה בהכותך אותו לא תשא נפשך אל המייתו וצעקתו להתפעל ולחמול עליו מפני זה ולהמנע מליסרו כי טוב לו שיקבל המוסר עם ההמי' והצעקה משיעמוד שמח עם העדר קבול המוסר.
שם במצודת דוד: ר"ל אל תסיר ידך מליסרו וכו'.
רבינו יונה שם ז"ל: ואל המיתו אל תשא נפשך, אל ירע לבבך ואל תחמול לקול בכיו למשוך שבטך למען זאת (נראה כי הוא מפרש המיתו מלשון הומיה).

שם במשלי כ"ב פסוק ט"ו: אולת קשורה בלב נער שבט מוסר ירחיקנה ממנו.
ברלב"ג שם באמצע דבורו ז"ל: אך שבט מוסר ירחיק מהנער האולת הזאת ולזה ראוי לאדם ליסר בנו בתחלת עניניו כי אז יוכל להקנותו מוסר.
בילקוש שמעוני ע"ז: אלו ישראל שנאמר כי נער ישראל ואוהבהו וכו' כנער הזה שהוא בורח והסופר רודהו במטה.

שם פרק כ"ג פסוק י"ג: אל תמנע מנער מוסר כי תכנו בשבט לא ימות.
פסוק י"ד: אתה בשבט תכנו ונפשו משאול תציל.

שם במשלי כ"ט פסוק ט"ו: שבט ותוכחת יתן חכמה ונער משולח מביש אמו.
אבע"ז שם: שבט להכות ותוכחת עם השבט יתן כל אחד חכמה לפתאים. משולח, שילך על פי רצונו ולא ייסרהו אביו הוא יתן בושה לאמו.
ברלב"ג שם: השבט ותוכחת יתן לנער חכמה כי בזה יקנה שלימות המדות ובזולתו אין לו דרך להגיע אל החכמה.
במצודת ציון שם: שבט מוסר והתוכחה כל אחד מהן יתן חכמה בלב הפתאים אבל הנער המשולח ללכת בדרכי לבו וימנעו ממנו שבט ותוכחה ישאר סכל ובזה הכל מביישים אמו לומר שהיא מנעה המוסר ממנו כי כן דרך הנשים לגעגע על בניהן א"כ הוא גורם לבייש את אמו כי לא נמצא בו חכמה.

בגמ' מכות ח: רבא אמר סברא בחטבת עצים לעשיית סוכה דכיון דאם מצא חטוב אינו חוטב הרי שאין בחטבת העצים מצוה (השתא נמי לאו מצוה).
וז"ל הגמ': איתיביה רבינא לרבא יצא האב המכה את בנו והרב הרודה את תלמידו ושליח בי"ד לימא כיון דאילו גמיר לאו מצוה השתא נמי לאו מצוה התם אע"ג דגמיר מצוה דכתיב יסר בנך ויניחך ויתן מעדנים לנפשך הדר אמר רבא לאו מילתא היא דאמרי וכו' (ומפרש רבא סברא אחרת דכל מידי דסגיא בלאו הכי לאו מצוה)
המשך בע"ב: איתיביה רבינא לרבא יצא האב המכה את בנו והרב הרודה את תלמידו ושליח ב"ד ואמאי לימא כיון דאילו גמיר לאו מצוה השתא נמי לאו מצוה התם אע"ג דגמיר נמי מצוה קא עביד דכתיב יסר בנך ויניחך וכו'. עכ"ל.

רמב"ם הל' ת"ת פ"ב ה"ב: ומכה אותן המלמד להטיל עליהן אימה ואינו מכה אותן מכת אויב מוסר אכזרי לפיכך לא יכה אותן בשוטים ולא במקלות אלא ברצועה קטנה.
בכס"מ שם: פרק לא יחפור (כא.) אמר ליה רב לשמואל בר שלת כי מחית לינוקא לא תמחי אלא בערקתא דמסאנא. עכ"ל.
בשו"ע הרב מביא גם הוא את לשון הרמב"ם מה"ג הנ"ל בקצת הוספת פירוש ופרטי דינים.
ואח"כ כותב הל' ת"ת סי' א' סעי' י"ג: ותינוק שאינו רוצה לקרות לא יכה אותו המלמד מכת אכזרי לפיכך לא יכהו בשוטים ולא במקל אלא ברצועה קטנה ... ומלמד תינוקות החובט יותר מדאי מעבירין אותו והוא עובר בלא תעשה כי מאחר שמכה שלא ברשות הרי זה כמכה אחד משאר ישראל.
קיצשו"ע סי' קס"ה סעי' א': ... ואם לא יווסר בדברים יכהו בשבט וכדו' אבל לא יכהו מכות אכזריות כמו השוטים וכל ערום יעשה בדעת.
שם סעי' ז': לא יאיים על התינוק שיכהו לאחר זמן אלא אם רואהו עושה איזה מעשה יכהו מיד או ישתוק לגמרי.
(גם מביא לשון הרמב"ם הנ"ל). שם סי' ס"ז סעי' ט': ...אבל פחותים מזמן זה אפי' מבינים אין דבריהם כלום ומ"מ גוערין בהם ומכין אותן שלא ירגילו לשונם בנדרים ושבועות. עכ"ל.
וכנ"ל גם במחבר בשו"ע הל' מלמדים.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 24, 2011 1:03 am
דורך אייער_קיכל
זאג, א ליקוט אויף קישן די קינדער האט איר אויך אדער איז דאס נישט פון אייערע מצוות?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 24, 2011 1:24 am
דורך למעלה משבעים
אויף דעם דארף מען א ליקוט?????????? שלאגן איז דאך א איסור בעצם, דארף מען א ליקוט אז מען מעג יא..........

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 24, 2011 8:50 am
דורך הרב הצדיק
דבר בעתו מה טוב. אין שו"ע או"ח סו"ס תקנ"א שטייט אז מען טאר נישט שלאגן די תלמידים אין די דריי וואכן, אנדערע זמנים זעט אויס אז מען מעג יא...

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 24, 2011 9:09 am
דורך בשמים
דער בוטשוטשער רב ברענגט אז אין א שטוב ווי ס'איז דא א מזוזה מעג מען יא שלאגן אין די דריי וואכן.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 24, 2011 11:03 am
דורך צולייגער
בשמים זאג עס פאר בית הבתים זיי וועלן שוין אדווערטייזן אז ווילט איר קענען שלאגן די קינדער אין די דריי וואכן מיט א רואיגע געמיט?, זייט בודק אייערע מזוזות ביי בית הבתים

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 24, 2011 3:56 pm
דורך שטארק זיך
אייער_קיכל האט געשריבן:זאג, א ליקוט אויף קישן די קינדער האט איר אויך אדער איז דאס נישט פון אייערע מצוות?

אויף קומט דאס נאך א ׳שמאל דוחה׳ קען מען מתיר זיין צו קישן אלס ׳ימין מקרבת׳.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 24, 2011 4:25 pm
דורך your friend
הרב הצדיק האט געשריבן:דבר בעתו מה טוב. אין שו"ע או"ח סו"ס תקנ"א שטייט אז מען טאר נישט שלאגן די תלמידים אין די דריי וואכן, אנדערע זמנים זעט אויס אז מען מעג יא...

רעדענדיג פון די דריי וואכען, דערמאנסטע מיר אז אין כיתה ה' ווי נאר עס איז אנגעקומען די דריי וואכן האט א גרויסע שמחה (ליידער) אונז באנומען וואוסענדיג אז אין די דריי וואכען טאר די מלמד נישט שלאגן (א שווערע געוואוינהייט פון דעם פעציפישן מלמד...) אבער ווי אנטוישט זעמער געווארן ווער ער שפאצירט אריין מיט א הענגער, און ער זאגט אונז אז מיט א שינוי איז מותר צו שלאגן...

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 24, 2011 6:54 pm
דורך mitzva man
אייער_קיכל האט געשריבן:זאג, א ליקוט אויף קישן די קינדער האט איר אויך אדער איז דאס נישט פון אייערע מצוות?

;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 24, 2011 8:10 pm
דורך יקוםפרקן
לשונו הזהב של הרמב'ם הל' ת"ת פ"ה
יז [יב] כשם שהתלמידים חייבין בכבוד הרב, כך הרב צריך לכבד את תלמידיו ולקרבן: כך אמרו חכמים, יהי כבוד תלמידך חביב עליך, כשל חברך. וצריך אדם להיזהר בתלמידיו, ולאוהבן, שהם הבנים המהנין בעולם הזה, ולעולם הבא.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 24, 2011 8:46 pm
דורך ליסקא אייניקעל
מעשה פלא בענין זה אעתיק מספר פרי אהרן להגה"ק רבי אהרן אויש זצ"ל אב"ד לופעני, פ' בהעלתך, אות ד', דף קצ"ו, וה לשונו
ומדי דברי בענין הנהגת הרב בתלמידיו ואב המדריך את בנו, אציע בזה מה ששמעתי מפי כבוד גיסי הגה"צ ר' צבי שליט"א [זצ"ל]
(ה"ה מרן אא"ז הגאה"ק בעל שערי הישר מליסקא זצוק"ל הי"ד), אב"ד דק"ק ליסקא, שהיה לומד בבחרותו (גם זה הוא דבר חדש שאינו ידוע) אצל הגאון הצדיק ר'
חנניה יו"ט ליפא ט"ב זי"ע [בעל קדושת יו"ט] בק"ק סיגוט יע"א, וראה בעצמו איך שבנו הגה"צ ר' חיים צבי זצ"ל [בעל עצי חיים]
כשהיה עוד נער קטן ולא רצה ללמוד בהתמדה, ואביו הגה"צ הנ"ל זי"ע רצה לרדותו, ולקח את הרצועה ממכנסיים שלו, ואמר לשם
יחוד קוב"ה ושכינתיה הרינו רוצה לקיים מצות (משלי י"ג כ"ד) חושך שבטו שונא בנו ואוהבו שוחרי מוסר, והכה אותו מעט עם הרצועה
שלו,
מזה תראה כמה גדול כח ודרכי הצדיקים, אשר אף קודם הכאת ילד לא שכחו מלייחד קודשא בריך הוא ושכינתיה, לעשות רצון
אביהם שבשמים. זכותם יגן עלינו. עכתו"ד הפרי אהרן.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 24, 2011 9:13 pm
דורך שטארק זיך
לשונו הזהב של הרמב״ם הל׳ ת״ת פרק ד׳ ה׳ ו:

אם ניכר לרב שהן מתרשלין בדברי תורה ומתרפין עליהן הילכך לא הבינו, חייב לרגוז עליהן ולהכלימן בדברים .... כעניו זה שאמרו: והוי זרוק מרה בתלמידים, עיי״ש.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 24, 2011 9:53 pm
דורך שטארק זיך
mitzva man האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:זאג, א ליקוט אויף קישן די קינדער האט איר אויך אדער איז דאס נישט פון אייערע מצוות?

;l;p- ;l;p- ;l;p-

שלמה המלך זאגט:
חוסך שבטו ״שונא״ בנו.
ווי אויך זאגט ער:
נעתרות נשיקות ״שונא״.

אלזא, מיין קינד דארף נאר מיין קוש, בתנאי איך האב אים ליב...

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 24, 2011 10:22 pm
דורך והוא פלאי
כמדומה שיש שיחות הר"ן, שלהמנע מלנשק הילדים הוא סגולה לאריכת ימיהם

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 24, 2011 10:52 pm
דורך פעדער
איי איי איי! וועגן פראקן די קינדער. א לאנגע פארפלאנטערטע געביט. כ'ברויך נאך אפשרייבן א לענעגערע ביאור דערויף מיט א זאכליכע ערקלערונג לכל הצדדים . אי די זייט פון די שלעגערס און אי די זייט פון די חנדל'יאקעס. אבער עת לכול . והגיע העת לישון..

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 1:29 am
דורך אלס פארשטייער
אויף יעדע זאך איז דא א מיטל וועג, עס זענען דא צייטן וואס מען דארף שלאגן (ח"ו נישט מיט קיין רציחה), און עס זענען דא צייטן וואס מען ברויך גלעטן און קישן.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 04, 2011 11:10 am
דורך קענטעלאופ
טיטצעך אין דע נייעס מיט א דזשארדזש וואס האט אנגעפליקט זיין 16 יאריגע טאכטער מיט א פאסיק און זי האט יעצט 7 יאהר שפעטער ארויסגעגעבען דע ווידאו פון עס
וואס זאלעך ענק זאגען כאמיך דערמאנט פון מיינע רביס אין חדר זיי פלעגן זאגען דע זעלבע ווי עם דריי דעך איבער! שטרעק אויס דיין האנד! און ער רייסט אריין מערדערלעכע קלעפ

לאמער הערען וואס דערולעם זאגט דערצו
איזעס אויסגעהאלטען? וואס איז דער שיעור? מעג ער בלייבען א דזשארדזש?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 04, 2011 11:14 am
דורך קרעמער
ווי איך האב געשריבן נעכטן ערגעץ וואו אויפן ברייטן אייוועלט האט דער ריכטער געשלאגן א 16 יעריג קינד, א זאך וואס אונזער תורה פארבאט צוליב לפני עור (ווי מען זעהט טאקע די קאנסקעווענצן פון יענע געשלעג, אז זי האט יארן שפעטער מורד געווען אין טאטן און אים פארשעמט פאר די גאנצע וועלט).

אויך זעהט מען ווי ער שלאגט מיט א כעס, א זאך וואס איז אסור בהחלט.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 04, 2011 11:23 am
דורך שטארק זיך
קרעמער איך גיי נישט פארענטפערען דעם תרח, אבער איך גיי אים יא פארענטפערען...

איבער לפני עוור איז א מחלוקת הפוסקים ווען עס הייסט בנו הגדול, טייל האלטן אז ביז צוויי אין צוואנציג יאר מעג מען רואיג (לאפוקי כעס׳יג) שלאגן...

און איבער זיין כעס ווייס מיר דאך, אז מען מעג זיך מאכן בכעס... נו ער מאכט עס אייזן...

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 05, 2011 8:03 pm
דורך געלעגער
אין מיינע אויגן איז ער מערדער!
ער קניידעלט אריין אין איר אן קיין טראפ רחמנות. זי באקומט נאך אפאר עקסטרע פאר א באנוס פארן נישט זיך אויסלייגן ווי א מענטש און עס אנעמען ווי עס פאסט פאר א זעכצן יעריגע מיידל. זיין כעס בארואיגט זיך נישט ביים אויפזוכן זיין אייגן פאסיק. ער קומט צוריק מיט די זעלבע מוט. מערדער!!!

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 06, 2011 1:51 pm
דורך פריילאך
אנומעלט בין איך אפירגעקומען א שיינע שמועס פון א חב"ד משפיע, וועגן די ריכטיגע באלאנס צווישן ליבשאפט און דיסיפלין.

זעהן און הערט און האט הנאה.

http://www.collive.com/show_news.rtx?id ... l-the-love

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 06, 2011 3:04 pm
דורך קרעמער
קרעמער האט געשריבן:ווי איך האב געשריבן נעכטן ערגעץ וואו אויפן ברייטן אייוועלט האט דער ריכטער געשלאגן א 16 יעריג קינד, א זאך וואס אונזער תורה פארבאט צוליב לפני עור (ווי מען זעהט טאקע די קאנסקעווענצן פון יענע געשלעג, אז זי האט יארן שפעטער מורד געווען אין טאטן און אים פארשעמט פאר די גאנצע וועלט).

אויך זעהט מען ווי ער שלאגט מיט א כעס, א זאך וואס איז אסור בהחלט.

בדרך צחות האב איך געקלערט אז די הויפט פראבלעם וואס האט דעם ריכטער געשאדט, איז דער פאקט אז ער האט פארמאגט די טריפה'נע ווידיאו אפאראט אין שטוב... כי רבים חללים הפילה

חושך שבטו שונא בנו

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 06, 2011 3:29 pm
דורך עשוי לנחת
מיקען קוקן דא - אטראסאנטע אשכול אין אוצה"ח
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 7%95%D7%AA

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 06, 2011 8:45 pm
דורך ניק ניק
קענטעלאופ האט געשריבן:טיטצעך אין דע נייעס מיט א דזשארדזש וואס האט אנגעפליקט זיין 16 יאריגע טאכטער מיט א פאסיק און זי האט יעצט 7 יאהר שפעטער ארויסגעגעבען דע ווידאו פון עס
וואס זאלעך ענק זאגען כאמיך דערמאנט פון מיינע רביס אין חדר זיי פלעגן זאגען דע זעלבע ווי עם דריי דעך איבער! שטרעק אויס דיין האנד! און ער רייסט אריין מערדערלעכע קלעפ

לאמער הערען וואס דערולעם זאגט דערצו
איזעס אויסגעהאלטען? וואס איז דער שיעור? מעג ער בלייבען א דזשארדזש?

קודם כל איזעס נישט דזשארדזש נאר דזשאדזש, און צו ער האט געמעקט ווענד זיך צו ס'איז איר געקומען צו נישט, און צו ער האט געשלאגן פאר כעס צו פאר חינוך. צו ער מעג בלייבן א שופט? א כעסן טאר קיין שופט נישט זיין, אבער א בעל מחנך אדרבה אידעך א טויגליכע מענטש. דעס אז זי האט מורד געווען אין עם איז נישט קיין ראי' אז ביי 16 איז מען מורד, ווייל כמדומה רעדט מען נישט פון קיין היימיש מיידל וואס ווייסט פון כיבוד אב צוזאגן, אבער ליבי אומר לי אז ביי די היימישע דארף מען אויכעט אבאכט געבן א מיידל העכער די 16, כבר הי' לעולמים גם בתוכינו.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 10:09 am
דורך מכטי1
כהאב געהערט פין א מחנך אז א קינד איז אזוי ווי א מזוזה מ'דארף געבן א טאפ (פאטש) אין דערנאך א קיש!