ברכת ג' מאות כהנים בהר הזיתים

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

ברכת ג' מאות כהנים בהר הזיתים

תגובהדורך קליקו » דינסטאג יוני 28, 2011 11:25 am

די מקור פון מאכן די מעכטיגע ברכת כהנים ביים כותל שטאמט פון ר' מנדל גפנר ז"ל וואס האט געטראפן א רוקח וואס שרייבט אז אויב 300 כהנים וועלן בענטשן ברכת כהנים אופן הר הזיתים וועט משיח קומען, איז ער געגאנגען און מחליט געווען אז די פראקטישסטע פלאץ איז ביים כותל, אבער מהיכן דנתנו, פארוואס נישט אויפן הר הזיתים

ווייסט אפשר איינער די מקור ווי די רוקח געפינט זיך??

אגב מ'ענדיגט יעצט צי א פרישע מאסקע אויפן הר הזיתים, [פאר וועמען עס אינטערסירט נאך...] אלזא ביים יא"צ פון אוהח"ק אויב פאר איינעם איז צו הייס קען ער זיך אפקילן דארט ממעג דאך דאווענען דערין אויך, ניין? :roll:

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יוני 28, 2011 11:28 am

מה לו לכהן בבית הקברות?

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג יוני 28, 2011 11:29 am

אפשר בימות המשיח (בעולם הדמיון) מעגן זיך כהים מטמא זיין.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יוני 28, 2011 11:31 am

העכסט אינפארמאטיוו!

ווייסט איינער ווי איז די מקור פון צומאכן די טייג פון טשיז-דעלקעלעך אינגאנצן פון אויבן? אפשר וואלט כדאי געווען עס צו לאזן אביסל אפן און אזוי ווועט די טשיז אביסל ארויסקומען.

ביי דע וועי, שוין ווידער דא צובאקומען אין די געשעפטן די נייע געפרוירענע טשיז-טיבעקלעך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך קעכער » דינסטאג יוני 28, 2011 11:39 am

צייטליך! פלצתי.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג יוני 28, 2011 11:40 am

איך האב עס נישט אפראווד.
צוגעלייגטע
New Picture.bmp
New Picture.bmp (156.65 KiB) געזעהן 1713 מאל
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » דינסטאג יוני 28, 2011 11:43 am

דו פרעגסט וואו ס'איז דער "רוקח?"
האלאו - דער 'אפטייקער' געפינט זיך דארט אויף דער אנדערער זייט גאס. שפאציר אריבער, פארבעט אים די גלולים (פארגעס נישט מיטצונעמען דיינע רעצעפטן = דיינע אשכולות פון איי וועלט), והכל על מקומו יבא בשלום...

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » דינסטאג יוני 28, 2011 11:47 am

איך ווייס נישט וואס די עולם ווערט אזוי ווילד. סאיז ווירקליך דא אזא רוקח, אין פרשת תצוה.

בפירוש הרוקח על התורה (בפ' תצוה) כתב וז"ל, ושלש מאות פעמים הוזכר אהרן בואלה שמות ובוקרא וגם בוידבר ה' במדבר סיני וכו', ואם היו שלש מאות כהנים עומדים בהר הזתים והיו אומרים ברכת כהנים, היה בא משיח.
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » דינסטאג יוני 28, 2011 11:53 am

איך האב נאכגעקוקט אין פרדס מנחם לר' מענדל גפנר, שרייבט ער דארט אין פרשת ויגש, אז שבת נאכמיטאג (נאכן טשולנט) האט ער זיך גע'חלומ'ט אז ס'איז דא אזא רוקח... ואידך פירושא זיל גמור.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג יוני 28, 2011 11:54 am

טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די עולם ווערט אזוי ווילד. סאיז ווירקליך דא אזא רוקח, אין פרשת תצוה.

ואם היו שלש מאות כהנים עומדים בהר הזתים והיו אומרים ברכת כהנים, היה בא משיח.

קרעמער האט געשריבן:מה לו לכהן בבית הקברות?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » דינסטאג יוני 28, 2011 11:56 am

ס'איז נישט קיין קשיא, ווייל ווי געזאגט איז די גאנצע רוקח בלויז א חלמא טבא פון הרב גפנר...

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » דינסטאג יוני 28, 2011 11:58 am

צולייגער האט געשריבן:
טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די עולם ווערט אזוי ווילד. סאיז ווירקליך דא אזא רוקח, אין פרשת תצוה.

ואם היו שלש מאות כהנים עומדים בהר הזתים והיו אומרים ברכת כהנים, היה בא משיח.

קרעמער האט געשריבן:מה לו לכהן בבית הקברות?


איך האב געמיינט די אנדערע תגובות וואס נעמען זיך סתם האקן אין די וועלט אריין
ווי למשל:
בשמים האט געשריבן:ס'איז נישט קיין קשיא, ווייל ווי געזאגט איז די גאנצע רוקח בלויז א חלמא טבא פון הרב גפנר...


אדער:
ליפשיץ האט געשריבן:דו פרעגסט וואו ס'איז דער "רוקח?"
האלאו - דער 'אפטייקער' געפינט זיך דארט אויף דער אנדערער זייט גאס. שפאציר אריבער, פארבעט אים די גלולים (פארגעס נישט מיטצונעמען דיינע רעצעפטן = דיינע אשכולות פון איי וועלט), והכל על מקומו יבא בשלום...
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יוני 28, 2011 12:02 pm

טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די עולם ווערט אזוי ווילד. סאיז ווירקליך דא אזא רוקח, אין פרשת תצוה.

בפירוש הרוקח על התורה (בפ' תצוה) כתב וז"ל, ושלש מאות פעמים הוזכר אהרן בואלה שמות ובוקרא וגם בוידבר ה' במדבר סיני וכו', ואם היו שלש מאות כהנים עומדים בהר הזתים והיו אומרים ברכת כהנים, היה בא משיח.

איז ווירקליך דא א ספר הרוקח על התורה?
האסטו דאס געזען אינעווייניג?

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג יוני 28, 2011 12:03 pm

קרעמער! סט'א שייגעץ! סט'מער אויסגעכאפט!
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » דינסטאג יוני 28, 2011 12:03 pm

נאכקוקענדיג אין אוצר החכמה זעה איך אז נאר לעצטערע ספרים דערמאנען די רוקח, און אז ס'געפינט זיך אין פי' הרוקח פרשת תצוה.

חחח אריינקוקענדיג אין פי' הרוקח עה"ת, זעה איך אז ס'איז ניטאמאל דא אויף פרשת תצוה.

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » דינסטאג יוני 28, 2011 12:05 pm

ווידעראמאל נאכגעקוקט אין פרדס מנחם להרב גפנר דארט ווי ער ברענגט די שיינע חלום, שרייבט ער אז ס'איז א רוקח בכת"י... נו יעצט מוז מען גלייבן באמונה שלימה אז ס'געפינט זיך ווירקליך אזא כת"י פון רוקח.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג יוני 28, 2011 12:06 pm

בד"וו וואס מיינט דער שטערנדל ביי דער זייט פון דעם נאמען פונעם אשכול?, האבן דען ווירקליך אלע קליקו'ס אשכולות א באזונדערע חשיבות?.

------

בשמים האקט צוויי מאל, ווען דו ביסט ווען עכטע בשמים וואלט מען רואיג געקענט מאכן א בורא מיני בשמים, ועכשיו שזכינו אז דו ביסט א מענטש, און לא די האבן מיר אויך זוכה געווען אז דו דרייסט זיך דא, וואלט איך געזאגט אז מען מאכט אויף דיר די ברכה שחלק מחכמתו.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » דינסטאג יוני 28, 2011 12:07 pm

איך געדענק קלאר ווי כ'האב עס אמאל געזעהן אינעווייניג אינעם רוקח, כ'וועל עס נאכקוקען באלד בל"נ.

אין די קושיא פון קרעמער איז לדעתי נישט געווען א קושיא.

אויב די רוקח האט געהאט מקובל אז די ג' מאות כהנים'ס ברכת כהנים ברענגט משיח, איז וואס איז שווער אויב ס'שפעטער געווארן דארט א בית החיים???????


איך טראכט יעצט, אפשר גאר צוליב דעם האט השגחה העליונה צוגעפירט אז ס'זאל ווערן דארט א בית החיים מ'זאל נישט קענען מאכן די סגולה, און דוחק זיין את הקץ :smile:
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יוני 28, 2011 12:07 pm

א שטערנדל מיינט אז "צולייגער" האט שוין צוגעשריבן עפעס צום אשכול

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » דינסטאג יוני 28, 2011 12:08 pm

אויסשניט פון פרדס מנחם
צוגעלייגטע
untitled.JPG

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג יוני 28, 2011 12:10 pm

קרעמער האט געשריבן:א שטערנדל מיינט אז "צולייגער" האט שוין צוגעשריבן עפעס צום אשכול

יישר כח פאר די ספעציעלע כבוד, וועלמיר עס גיין אויסשפורן (אויסשפייען) מיט מיין אנדערע ניק.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » דינסטאג יוני 28, 2011 12:12 pm

בשמים האט געשריבן:איך האב נאכגעקוקט אין פרדס מנחם לר' מענדל גפנר, שרייבט ער דארט אין פרשת ויגש, אז שבת נאכמיטאג (נאכן טשולנט) האט ער זיך גע'חלומ'ט אז ס'איז דא אזא רוקח... ואידך פירושא זיל גמור.


אין די שטיקל וואס די ברענגסט יעצט אראפ שטייט גאר עפעס אנדערש. נישט אז ער האט זיך געחלומט אז עס איז דא אזא רוקח. נאר נאך די ברכת כהנים וכו' האט ער זיך דעמאלט געחלומט עפעס (ברענג אראפ ווייטער וועל איך וויסן וואס ער האט געחלומט)
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » דינסטאג יוני 28, 2011 12:13 pm

יא יא גערעכט, טעיתי... די חלום איז עפעס אנדערש... אבער איך מוז נאך אלס נישט גלייבן אז ס'איז דא אזא כת"י.

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » דינסטאג יוני 28, 2011 12:17 pm

קרעמער האט געשריבן:
טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די עולם ווערט אזוי ווילד. סאיז ווירקליך דא אזא רוקח, אין פרשת תצוה.

בפירוש הרוקח על התורה (בפ' תצוה) כתב וז"ל, ושלש מאות פעמים הוזכר אהרן בואלה שמות ובוקרא וגם בוידבר ה' במדבר סיני וכו', ואם היו שלש מאות כהנים עומדים בהר הזתים והיו אומרים ברכת כהנים, היה בא משיח.

איז ווירקליך דא א ספר הרוקח על התורה?
האסטו דאס געזען אינעווייניג?


יא ס'דא א רוקח על התורה. (כטרעף עס נישט אויף היברו בוקס).

ס'איז אין א שווארצע באנד, ארויסגעקומען נאכן צווייטן וועלט קריג פון א כתב יד. (דוכט זיך הרב חיים קניבסקי האט מאשר געווען אז עס איז פונעם רוקח, קען זיין איך מיש דא אויף פון די רוקח אויף חמש מגילות)
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » דינסטאג יוני 28, 2011 12:21 pm

דא האט איר פון די תוספת השלם על התורה. (ברענגט נישט בשם די רוקח)

קוק די לעצטע שטיקל
צוגעלייגטע
ברכת כהנים בהר הזיתים.PDF
(181.7 KiB) דאונלאודעד 79 מאל
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט