בלאט 1 פון 2
אייגענע חדושי תורה
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 9:47 am
דורך דערציילער
איך האב נישט געזען אז עס זאל זיין א אשכול איבער דעם
איך בין נישט קיין שרייבער און איך האב זיך געקווענקעלט צו איך זאל בכלל עפענען א אשכול איבער דעם.
איך האב אפאר חדושים און איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן דעת הקהל איבער דעם. און אויב קען איינער צולייגן אדער מוסף זיין הנה מה טוב...
ווער פאנגט אן?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 10:04 am
דורך מי יודע
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 10:13 am
דורך בשמים
דערציילער האט געשריבן:ווער פאנגט אן?
דו!
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 10:16 am
דורך בשמים
אני כשלעצמי יש לי המון חידושי תורה שנפל ברעיוני בעזרתו ית"ש, אבער איך קווענקל זיך שטארק עס ארויפצושטעלן דא, מטעמים הידועים לי...
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 10:18 am
דורך זיס
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 10:51 am
דורך דערציילער
במדבר י' ל"ה-ל"ו
פרשת בהעלותך
וואס איז פשט פון די צוויי פארקערטע נון"ס פון פאר און נאך "ויהי בנסוע הארון"?
און גמרא ברכות ד' ע"ב אמר רבי יוחנן מפני מה לא נאמר נו"ן באשרי מפני שיש בה מפלתן של שונאי ישראל וכו' אמר רב נחמן בר יצחק אפילו הכי חזר דוד וסמכן ברוח הקדש שנא' סומך ה' לכל הנופלים
ויקרא כ"ו ז' ורדפתם את איביכם ונפלו לפניכם לחרב, רש"י ד"ה ונפלו איביכם שיהיו נופלין לפניכם שלו כדרך הארץ, איך האב אמאל געזען פון איינע פון די מפרשים אויף רש"י וואס איז מסביר אז בדרך כלל ווען א מענטש שטארבט פאלט מען אויף די ריקן, דא איז געשען א נס אז ווען די גויים זענען געשטארבן זענען זיי געפאלן אויפ'ן פנים
און מדבר איז די ארון געגאנגען צווישן די אידן און די גויים און מלחמה געהאלטן פאר די אידן (עיין רש"י לעיל פסוק ל"ד ד"ה וארון, זה הארון היוצא עמהם למלחמה)
לפי דעם קען מען זאגן אזוי
די פארקערטע נ' וואס איז פאר די ארון, וואס איז צווישן די אידן מיט די ארון קומט צו מרמז זיין סומך ה' לכל הנופלים אז די נ' האט געטוען די פארקערטע פעולה פון נפולה, עס האט אויפגעהויבן די אידן.
די פארקערטע נ' וואס איז נאך די ארון, וואס איז צווישן די גויים מיט די ארון קומט צו מרמז זיין אז די גויים וואס זענען געפאלן (נפילה) זענען געווען בבחינת ונפלו לפניכם אז זיי זענען געפאלן אויפן פנים
דאס איז א חדוש וואס אני הקטן האט מחדש געווען אלץ 15 יעריגע בחור, עני הערות אדער הוספות?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 12:16 pm
דורך תרנגול

עכט שיין!!
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 7:22 pm
דורך גיוואלדיג
איך האלט שטארק פון דעם רעיון, עס איז ידוע אז ווען מ'שרייבט עפענען זיך דורך דעם די מעיינות און בפרט ווייל זאגן פאר די ארומיגע אייגענע חידושים קוקן מענטשן צומאל אן מאדנע (אפשר לייד איך פשוט פון קאמפלעקס? זאל זיין אזוי) אבער דא איז דאך אלעס אנאנים
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 7:34 pm
דורך גיוואלדיג
בבחי' קריינא דאיגרתא איהו להוי פרונקא וועל איך דא שרייבן א קליין ווארט;
יתום ואלמנה יעודד ודרך רשעים יעות לכאו' ווי קומט אריין דא דער ודרך רשעים יעות מען האלט דאך אינמיטן לויבן דעם באשעפער מיט מידת טובו ורחמנותו; נותן לחם לרעבים ה' מתיר אסורים וכו' ווי קומט אריין די מידת גבורה אין דעם מזמור ואפשר לומר אז דער באשעפער טוט פארקרימען דעם וועג פונעם רשע און מאכט א יו טוירן אין זיין וועג אז ער זאל תשובה טוהן וישוב רשע מדרכו וזהו ודרך רשעים יעות
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 7:39 pm
דורך שוועמל
איך האב מיר געעפענט א בלאג וואו איך שטעל אלע אינטערעסאנטע ווערטלעך און תורהלעך אריינגערעכענט מיין אייגנס.
כאטש עס איז דערווייל נישט פובליצירט איז עס אבער דאקומענטירט אין פאל איך באשליס צו גיין פובליק.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 21, 2011 7:56 am
דורך דערציילער
שבעים פנים לתורה
עטס האט שוין זיכער אלע געהערט פון די וועג ארויסצונעמען קאדס פון די תורה דורך ציילען די אותיות פון די תורה
מיר איז איינגעפאלן א נייע וועג ארויס צו נעמען קאדס פון די תורה עס ארבעט אזוי, מען נעמט ארויס די מיטעלסטע אות פון ווערטער וואס האבן א מיטעלסטע אות
לדוגמא
1) שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד נאר די ווערטער "שמע ישראל" און "אחד" האבן א מיטעלסטע אות וואס איז רמ"ח
קריאת שמע איז דאך א קעגן די רמ"ח איברים
2) בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ איז די אותיות אמר ה' מרמז צו זיין די "ובאתא קלילא דלית בה מששותא" (אקדמות)
3) ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה את יעקב איש וביתו באו אותיות נראייא וואס איז בגמטריא רעב, וואס דאס איז געווען די סיבה פארוואס זיי זענען אראפ קיין מצרים
4) נתן לחם לכל בשר, אותיות חת"ך וואס איז די שם פון פרנסה (די ס"ת פון פותח את ידך)
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 21, 2011 9:56 am
דורך בשמים
די מיטעלסטע אות פון דערציילער איז י מרמז צו זיין אז ער איז געבענטשט פון באשעפער מיט א געוואלדיגע טאלאנט צו מחדש זיין חידושים נפלאים.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 21, 2011 10:11 am
דורך קרעמער
דערציילער;
גאנץ אינטערסאנט!
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 21, 2011 10:37 am
דורך msp
עס דערמאנט מיר אביסעל פון דעם סגנון פון ר' מיכאל בער ווייסמאנדעל זצ"ל...
ציילען אותיות וכדומה
טאקע שיין...
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 21, 2011 10:43 am
דורך ווינקל
נפלאות תמים דעים!!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 21, 2011 4:49 pm
דורך יגעתי ומצאתי
דערציילער, נתפעל צו ווערן. ברענג נאך אויב דו האסט.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 21, 2011 5:37 pm
דורך למעלה משבעים
דערציילער,
דאס איז וואונדערליך.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 6:16 pm
דורך mitzva man
דערציילער, איז דא א מקור פאר אזא סארט רמז?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 7:33 pm
דורך דערציילער
mitzva man האט געשריבן:דערציילער, איז דא א מקור פאר אזא סארט רמז?
אפשר?
עפרון האט געזאגט פאר אברהם "ארץ ארבע מאת שקל כסף ביני ובינך מה הוא"
איך האב אמאל געהערט א ווארט אז עפרון האט געזאגט פאר אברהם, נעם די מיטעלסטע אות פון מיין נאמען און די מיטעלסטע אות פון דיין נאמען, וואס ביידע איז א ר', וואס איז בגמטריא 400 "ואת מתך קבר"
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 03, 2011 8:19 am
דורך דערציילער
במדבר כ' י"א
נעמט ארויס די מיטעלסטע אות פון ווערטער וואס האבן א מיטעלסטע אות
וירם משה את ידו ויך את הסלע וגו' (שם שדי)
יעצט קען מער פארשטיין וואס עס שטייט אין ספר פליאה "משה גימטריא אל שדי, שבו נשתמש"
יעצט קען מען אויך פארשטיין פארוואס זענען משה און אהרן געשטראפט געווארן מיט נישט אריין גיין קיין ארץ ישראל דוקא, ווייל די הבטחה וואס די אויבערשטער האט געגעבן פאר די אבות אז זיי וועלן באקומען ארץ ישראל איז געווען מיט "אל שדי" (עיין רש"י שמות ו' פסוק ד' ד"ה לתת להם) , משה רבינו האט דא גענוצט "אל שדי" ווען ער האט עס נישט געדארפט נוצן לכן לא תביאו את הקהל אל הארץ אשר נתתי להם (במדבר כ' י"ג) רש"י לכן לא תביאו זאגט רש"י בשבועה, מען קען זאגן "לכן לא תביאו את הקהל אל הארץ אשר נתתי להם "בשבועה אל שדי"
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 03, 2011 8:27 am
דורך דערציילער
דערציילער האט געשריבן:יעצט קען מער פארשטיין וואס עס שטייט אין ספר פליאה "משה גימטריא אל שדי, שבו נשתמש"
קען מיר איינער טרעפן די ס' פליאה
איך האב עס געזען אין ספר אור תורה (רמזי תורה) פון הרב המגיד ממעזריטש
יישר כח
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 03, 2011 8:47 am
דורך בשמים
דא האסטו עס אין ספר הפליאה אליין...
12 שורות פון אויבןגם אמר לי אבי משה בגימ' אל שדי בהם נשתמש משה רבינו.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 03, 2011 9:18 am
דורך דערציילער
בשמים האט געשריבן:דא האסטו עס אין ספר הפליאה אליין...
12 שורות פון אויבןגם אמר לי אבי משה בגימ' אל שדי בהם נשתמש משה רבינו.
יישר כח
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 11, 2011 1:59 am
דורך זיס
געטראכט דעם שבת בדרך צחות.
בלק האט גענומען בלעם צו א פלאץ וואו מען קען זען אלע אידן, דאן האט ער געזאגט "מה אקוב לא קבה קל" וכו', און שטארק משבח געווען די אידן, זעענדיג דאס האט ער אים גענומען צו א פלאץ וואס מען קען נאר זען אביסל אידן אבער נישט די גאנצע אויף אמאל "אפס קצהו תראה וכולו לא תראה", און דאן האט ער געזאגט "מה טובו אוהלך יעקב".
קען זיין פשט אז בלק האט גענומען בלעם'ען אין שטאט, דארט וואו אלע אידן זענען פארזאמלט און מען פירט אן בחיי יום יומית, אבער בלעם האט משבח געווען די אידן. זעענדיג דאס האט בלק גענומען בלעם'ען אין קאנטרי, דארט וואס איז אפס קצהו תראה וכולו לא תראה, וואו מען לעבט מער שיטערער און ברייטער, האפענענדיג אז דעק קאנטרי וועט אויפוועקן א קטגריה אויף אידן ח"ו און געבן א כח ח"ו פאר בלעם, אבער בלעם האט נישט נאכגעלאזט און געזאגט "מה טובו אוהלך יעקב", די איידלקייט און ערליכקייט פון אידן, אפילו אין קאנטרי איז צום באוואנדערן.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 11, 2011 5:15 am
דורך msp
טאקע א זיס ווארט...