עס דערציילט הרה"ח ר' חיים [ראטה] שליט"א, אז אין לויף פון די יארן פלעגט דער תו"א רבי זצ"ל אריינגיין אין די מערה טראץ וואס ער איז געווען א כהן מיוחס, ווייל זייענדיג אן אייניקל פון הגה"ק מהר"ש העליר זצ"ל וועלכער האט מתיר געווען דאס אריינגיין אין מערה פאר כהנים האט ער אנגענומען דעם פסק פון זיידן זצ"ל.
אבער אין יאר תשט"ו ווען דער רבי איז געווען אויף זיין פערטן באזוך אין ארה"ק און אנקומענדיג אין מירון האט דער רבי ארויסגעזאגט זיין דעת תורה ברבים אז כהנים זאלן בשום אופן נישט אריינגיין אינעווייניג אין די מערה, און דאן האט הגה"צ רבי אשר זעליג מרגליות זצ"ל געפרעגט דעם רבי'ן פארוואס ער איז אזוי מחמיר עס זענען דאך געווען גדולים וצדיקים וועלכע האבן דאס מתיר געווען, האט אים דער רבי געענטפערט אז די אלע זאכן זענען בלויז געבויעט אויף עפיזאדן און סיפורים און מ'קען נישט צוליב דעם אפווענדן אן איסור דאורייתא פון טומאת כהנים.
אהיימקומענדיג האט דאס רבי אשר זעליג דערציילט פארן תו"א רבי'ן זצ"ל, און ער האט זיך דאן אונטערגענומען אז מפני כבודו פון זיין גרויסן רבי'ן רבינו הק' זי"ע וועט ער מער נישט אריינגיין אין די מערה, אבער אזוי ווי ער האט אויך נישט געוואלט פוגע זיין בכבודו פון זיין גרויסן זיידן הגה"ק מהר"ש העלער זצ"ל, האט ער באשלאסן נישט צו פארן בכלל קיין מירון.
א מעשה איז דאך א מעשה און איך ווייס נישט צו מ'קען זיך דערויף דינגען. אבער איבער דעם ענין שרייבט דער רבי גאנץ קלארע ווערטער אין ויואל משה מאמר ישוב א"י סימן צ"ט.
איך וועל ציטירן אפאר אויסצוגן פונעם צווייטן שטיקל דארט:
בדברי יחזקאל שם כתב לברר שהוא איסור דאורייתא לכהנים לטמאות עצמם אף בקברי צדיקים וכו' ובודאי דהלכה כמותו באיסור כהנים בקברי צדיקים, אבל לעומת זה מבואר בכמה מקומות שאין בקדושים האמיתיים שום טומאה. ובדברי יחזקאל נדחק לתרץ איזה מקומות, ועדיין אינו מיושב שפיר. גם מבואר כן בשאר מקומות שלא הובאו בדברי יחזקאל.
ברענגט דער רבי א ישמח משה וואס קומט צו:
דבאמת צדיקים אין להם טומאה והי' ראוי להיות שצדיקים לא יטמאו אך לא ניתנה לנו להתנהג בדין זה כי הכרעה זו אין דעתינו דעת האנושי מקפת אותו, כי אני ה' חוקר לב ובוחן כליות כתיב. ולכך אין לנו להתנהג בזה כלל אף אם נודע לנו שהוא צדיק, כדי שלא לחלק בין צדיק לצדיק דאין כח המבחין בידינו.
זעהט מען קלאר אז דער רבי האט געהאלטן אז עפ"י הלכה איז בעצם יא מותר.
אין פרי תמרים קובץ שני שבועות תשל"ח, שרייבט דער מוזשאי'ר רב קלארערע ווערטער:
ומדודי מרן הגה"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בטו"ב שמעתי שאעפ"י שהלכה הוא שקברי צדיקים מותר לכהן להתפלל עליהם מ"מ בדור חלוש שכל אחד יאמר רבי שלי הוא הצדיק ויבאו לידי כך שכל קבר שלא יתטמא עליו כהן לא יהי' נחשב, לכן אסור בזמן הזה לכהן להתפלל על קברי צדיקים עכלה"ק (ועיין בספרו הקדוש ויואל משה אריכות דברים מזה).
ובכג"ד נאמר "חכמים הזהרו בדבריכם". ודי בזה.