בענין כהנים אצל קברי צדיקים

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

בענין כהנים אצל קברי צדיקים

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג מאי 20, 2011 8:33 am

אין דער אוצרות דעם חודש שטייט אזוי:

דעם רבינ'ס מיינונג איבער "כהנים אין מירון"


עס דערציילט הרה"ח ר' חיים [ראטה] שליט"א, אז אין לויף פון די יארן פלעגט דער תו"א רבי זצ"ל אריינגיין אין די מערה טראץ וואס ער איז געווען א כהן מיוחס, ווייל זייענדיג אן אייניקל פון הגה"ק מהר"ש העליר זצ"ל וועלכער האט מתיר געווען דאס אריינגיין אין מערה פאר כהנים האט ער אנגענומען דעם פסק פון זיידן זצ"ל.
אבער אין יאר תשט"ו ווען דער רבי איז געווען אויף זיין פערטן באזוך אין ארה"ק און אנקומענדיג אין מירון האט דער רבי ארויסגעזאגט זיין דעת תורה ברבים אז כהנים זאלן בשום אופן נישט אריינגיין אינעווייניג אין די מערה, און דאן האט הגה"צ רבי אשר זעליג מרגליות זצ"ל געפרעגט דעם רבי'ן פארוואס ער איז אזוי מחמיר עס זענען דאך געווען גדולים וצדיקים וועלכע האבן דאס מתיר געווען, האט אים דער רבי געענטפערט אז די אלע זאכן זענען בלויז געבויעט אויף עפיזאדן און סיפורים און מ'קען נישט צוליב דעם אפווענדן אן איסור דאורייתא פון טומאת כהנים.
אהיימקומענדיג האט דאס רבי אשר זעליג דערציילט פארן תו"א רבי'ן זצ"ל, און ער האט זיך דאן אונטערגענומען אז מפני כבודו פון זיין גרויסן רבי'ן רבינו הק' זי"ע וועט ער מער נישט אריינגיין אין די מערה, אבער אזוי ווי ער האט אויך נישט געוואלט פוגע זיין בכבודו פון זיין גרויסן זיידן הגה"ק מהר"ש העלער זצ"ל, האט ער באשלאסן נישט צו פארן בכלל קיין מירון.

א מעשה איז דאך א מעשה און איך ווייס נישט צו מ'קען זיך דערויף דינגען. אבער איבער דעם ענין שרייבט דער רבי גאנץ קלארע ווערטער אין ויואל משה מאמר ישוב א"י סימן צ"ט.
איך וועל ציטירן אפאר אויסצוגן פונעם צווייטן שטיקל דארט:
בדברי יחזקאל שם כתב לברר שהוא איסור דאורייתא לכהנים לטמאות עצמם אף בקברי צדיקים וכו' ובודאי דהלכה כמותו באיסור כהנים בקברי צדיקים, אבל לעומת זה מבואר בכמה מקומות שאין בקדושים האמיתיים שום טומאה. ובדברי יחזקאל נדחק לתרץ איזה מקומות, ועדיין אינו מיושב שפיר. גם מבואר כן בשאר מקומות שלא הובאו בדברי יחזקאל.

ברענגט דער רבי א ישמח משה וואס קומט צו:
דבאמת צדיקים אין להם טומאה והי' ראוי להיות שצדיקים לא יטמאו אך לא ניתנה לנו להתנהג בדין זה כי הכרעה זו אין דעתינו דעת האנושי מקפת אותו, כי אני ה' חוקר לב ובוחן כליות כתיב. ולכך אין לנו להתנהג בזה כלל אף אם נודע לנו שהוא צדיק, כדי שלא לחלק בין צדיק לצדיק דאין כח המבחין בידינו.

זעהט מען קלאר אז דער רבי האט געהאלטן אז עפ"י הלכה איז בעצם יא מותר.

אין פרי תמרים קובץ שני שבועות תשל"ח, שרייבט דער מוזשאי'ר רב קלארערע ווערטער:

ומדודי מרן הגה"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בטו"ב שמעתי שאעפ"י שהלכה הוא שקברי צדיקים מותר לכהן להתפלל עליהם מ"מ בדור חלוש שכל אחד יאמר רבי שלי הוא הצדיק ויבאו לידי כך שכל קבר שלא יתטמא עליו כהן לא יהי' נחשב, לכן אסור בזמן הזה לכהן להתפלל על קברי צדיקים עכלה"ק (ועיין בספרו הקדוש ויואל משה אריכות דברים מזה).


ובכג"ד נאמר "חכמים הזהרו בדבריכם". ודי בזה.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג מאי 20, 2011 8:41 am

כהיום אז מען געפינען מערות און קברים ארום און ארום דעם בארג איז גארנישט אזוי פשוט דער היתר פון כהנים

מיינס א עלטער פעטער ז״ל א כהן איז געווען אין מירון מיטן רבין און איז אריין אין אוהל דער האט אים געזאגט מיט א שמייכל ׳דוכענען זאלסטו מיר נישט דא׳

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6645
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג מאי 23, 2011 8:46 pm

יהיה כן האט געשריבן:כהיום אז מען געפינען מערות און קברים ארום און ארום דעם בארג איז גארנישט אזוי פשוט דער היתר פון כהנים

מיינס א עלטער פעטער ז״ל א כהן איז געווען אין מירון מיטן רבין און איז אריין אין אוהל דער האט אים געזאגט מיט א שמייכל ׳דוכענען זאלסטו מיר נישט דא׳


רבי, אן עלטער פעטער פון דיין זייט אדער פון דיין שווער?
the SCY is the limit

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג מאי 23, 2011 11:46 pm

פון מיין זייט ר׳ שמחה! נישט פון מיין שווער (זענטיר נייגעריג העליך אייך מגלה זיין אין אישע)

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » דינסטאג מאי 24, 2011 11:00 am

אינטערסאנטע ווערטער אין אגרא דכלה פר' בהעלותך: "וכן נוהגין בארעא קדישא עד היום שהכהנים הולכים על קבר הקדושים".

אויך אין פני דוד להחיד"א פר' בשלח שטייט: "מנהג ישראל שהכהנים הולכין על קברות הצדיקים תורה היא".


ולעומת זה געפינט מען אויך פארקערט.

אין שו"ת מהרי"ל סי' ר"נ שטייט די לשון: "אסור ליכנס לכהנים לקברי צדיקים".

אין שו"ת טוב טעם ודעת להגרש"ק מ"ג ח"ב סי' רל"א שטייט גאר שארף בזה"ל: "כהן המטמא לקברי צדיקים אין לו דין כהן ואין צריך לנהוג בו קדושה". (ער איז מסביר אז דאס וואס קברי צדיקים אינם מטמאים איז דוקא בשעת קבורה ולא לאחר מכן).

אין שו"ת זית רענן ח"ב סי' כ"ו שטייט: "נ"ל דיש איסור דאורייתא לכהנים ללכת על קבורת רחל אמנו בלי שום צד היתר".

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » מיטוואך מאי 25, 2011 3:51 am

כהאב געזעהן אין'ם לעצטע קובץ עץ חיים - באבוב א גאנצע באשרייבונג פון דעת שינאווא והגר"ש העלליר ועוד בנידון, אבער כ'האב עס נישט אדורכגעטוהן, וחזקה עליהם שלא יצאו דבר שלא יהנה את העולם, וישמע חכם ויוסיף לקח.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

איטשע
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג מאי 26, 2011 9:16 am

דאכט זיך אז די היתר פון כהנים אין מירון, איז נאר אלס פותח טפח, נישט אלס קברי צדיקים, והא ראי' ביי אנדערע קברים האט מען זיך נישט מטמא געווען.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דאנארשטאג יוני 02, 2011 12:37 pm

יהיה כן האט געשריבן:מיינס א עלטער פעטער ז״ל א כהן איז געווען אין מירון מיטן רבין און איז אריין אין אוהל דער האט אים געזאגט מיט א שמייכל ׳דוכענען זאלסטו מיר נישט דא׳


איך וואלט זייער געוואלט הערן מער פרטים איבער די מעשה. ביטע זיך פארבינדן אין אישי.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 6:07 pm

און פרי מגדים (או”ח סי' רס”ג און משבצות סק”ג) שרייבט ער א דבר חידוש: א כהן טאר נישט אריין שיקען א ישראל אלס שליח צום ביה”ח וועגען שליח של אדם כמותו, און עס ווערט גערעכנט כאילו דער כהן איז אריין און בית החיים, און לויט דעם קימט אויס אז א כהן קען נישט שיקען א קוויטל מיט א ישראל צו קברי צדיקים.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 6:23 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:און פרי מגדים (או”ח סי' רס”ג און משבצות סק”ג) שרייבט ער א דבר חידוש: א כהן טאר נישט אריין שיקען א ישראל אלס שליח צום ביה”ח וועגען שליח של אדם כמותו, און עס ווערט גערעכנט כאילו דער כהן איז אריין און בית החיים, און לויט דעם קימט אויס אז א כהן קען נישט שיקען א קוויטל מיט א ישראל צו קברי צדיקים.

ס'חידוש!
אבער לענ"ד אולי אין לך בו אלא חידושו, נאר ביי עפעס וואס עס פעלט זיך טאקע אויס שליחות, שיקן א קוויטל פעלט דאך נישט אויס קיין שליחות, והבן

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 6:26 pm

כמודומה לי איז ער נאר דן, נישט ער פסקנט אויף למעשה, ועיי"ש
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

איך בין א יוד
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 2:01 pm

תגובהדורך איך בין א יוד » פרייטאג מאי 04, 2018 1:11 pm

[image][/image]
צוגעלייגטע
כהנים.jpg
כהנים.jpg (255.01 KiB) געזעהן 345 מאל

אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

תגובהדורך ירושליימער ייד » מוצ"ש מאי 05, 2018 3:27 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:און פרי מגדים (או”ח סי' רס”ג און משבצות סק”ג) שרייבט ער א דבר חידוש: א כהן טאר נישט אריין שיקען א ישראל אלס שליח צום ביה”ח וועגען שליח של אדם כמותו, און עס ווערט גערעכנט כאילו דער כהן איז אריין און בית החיים, און לויט דעם קימט אויס אז א כהן קען נישט שיקען א קוויטל מיט א ישראל צו קברי צדיקים.

די שאלה האט מען געפרעגט פאר דעם דעסבריצינער רב [שו"ת בצל החכמה ח"ב סי' פ"ג] וז"ל השאלה-
בקשר למה שכתבתי למע"כ שליט"א בתשו' הקודם [סי' פ"ב], כי להיותו כהן ראוי לו בעת בקורו בארה"ק להמנע בהחלט מלהשתטח על קברי צדיקים כולל גם קברי התנאים והאמוראים הקדושים זיעועכ"י, ושכן נתפשט המנהג, הוסיף מעכ"ת כעת בשניות מדברי סופרים לחקור, אם מותר לו לשלוח פתקא ע"י שליח ישראל שיניחנה על קברי קדושים הנ"ל, כי מצא בפרמ"ג (סי' רס"ג משבצות סק"ג), שנסתפק, אם מותר לכהן לומר לשלוחו ישראל שילך למקום טומאת מת להביא לו משם חפציו וכדומה, כיון דשלוחו של אדם כמותו, ומכש"כ למ"ד היכא דשליח לאו בר חיובא המשלח חייב.

און זיין תשובה איז [מסקנה]-
וכהן הרוצה להחמיר על עצמו יכול לומר לישראל כשתהי' על קבר פלוני שים פתקא זו על קברו, דבזה כיון שאינו שלוחו לילך לשם, גם אם באמת ילך לשם ביחוד בשביל לעשות רצון הכהן שמסר לו פתקא ההיא, אין כאן איסור גם לפי ספקו של הפרמ"ג, כיון שבאמת לא עשאו הכהן שליח.
העולה להלכה: א) מותר לכהן למסור חפץ ליד ישראל שיוליכנו למקום טומאת מת או לעשותו שליח להביא לו חפץ ממקום טומאת מת (אות ב' ג'). - ב) כהן הרוצה להחמיר על עצמו יאמר לישראל, כשתהי' על קבר פלוני תעשה שם בשבילי כך וכך, דזה מותר לכולי עלמא (אות ה').
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט