שיעורי אמונה עניני גלות וגאולה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

אף בפרשת בלעם נאמר - אויך אין די פרשה פון בלעם שטייט דאס
ושם נבא בשני המשיחים - און דארט האט בלעם נבואות געזאגט איבער די צוויי משיחים
במשיח הראשון שהוא דוד - איבער דעם ערשטן געזאלבטן קעניג ביי אידן וואס ער איז דוד המלך (משיח ה')
שהושיע את ישראל מיד צריהם - וואס ער האט געהאלפן די אידן פון די הענט פון זייערע פיינט
ובמשיח האחרון שיעמוד מבניו - און איבער דעם לעצטן משיח וואס וועט אויפשטיין פון דוד המלך'ס קינדער
שמושיע את ישראל מיד בני עשו: - וואס וועט העלפן די אידן פון די הענט פון די קינדער פון עשו.
ושם הוא אומר - און דארטן אין זיינע נבואות זאגט ער (דער נביא בלעם)
"אראנו ולא עתה" - איך טו אים זעהן אבער נישט יעצט
זה דוד - דאס מיינט דוד (וואס ער איז געווען ארום פיר הונדערט יאר שפעטער)
"אשורנו ולא קרוב" - איך טו אים פאראויסזען אבער ער איז נישט נאנט
זה המלך המשיח - דאס גייט ארויף אויפן מלך המשיח (וואס ער וועט הערשט זיין טויזנטער יארן נאך די נבואה)
"דרך כוכב מיעקב" זה דוד - עס איז אויפגעגאנגען א שטערן פון יעקב, דאס גייט ארויף אויף דוד המלך
"וקם שבט מישראל" זה המלך המשיח - און עס איז אויפגעשטאנען א געוועלטיגער פון צווישן די אידן, דאס גייט ארויף אויפן מלך המשיח
שנאמר בו - וואס ביים מלך המשיח שטייט
"ומשלו מים עד ים" - און זיין געוועלטיגונג וועט זיין פון איין ים ביזן צווייטן (דאס מיינט פון איין עק יבשה ביזן צווייטן עק, דער ים איז דער אוקינוס, וואס נעמט ארום דעם וועלט)
"והיה אדום ירשה" - און אדום וועט זיין א ארבונג
לדוד - דאס גייט אויף דוד, אז עס וועט זיין אן ארבונג פאר דוד, אז ער וועט דאס אייננעמען
שנאמר "ותהי אדום לדוד לעבדים" - אזוי ווי מען זעט אין פסוק שטייט אז אדום זענען געווארן פאר דוד קנעכט
"והיה ירשה שעיר אויביו" - און עס וועט זיין אן ארבונג שעיר פאר זיינע פיינט
זה המלך המשיח - דאס גייט ארויף אויפן מלך המשיח
שנאמר "ועלו מושיעים בהר ציון" - וואס עס שטייט ביי אים, און עס וועלן ארויפגיין די העלפער (די גואלים וואס וועלן אויסלייזן די אידן, דאס מיינט דער מלך המשיח, מיט די שרי ישראל), אויפן בארג פון ציון
"לשפט את הר עשו" - צו שטראפן דעם בארג פון עשו - דאס מיינט די גוים, אויף דעם וואס זיי האבן געפייניגט די אידן אין גלות.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

הלכה ב'
אף בערי מקלט הוא אומר - אזוי אויך ביי די ערי מקלט, זעהן מיר דער פסוק זאגט
"כי ירחיב ה' אלקיך את גבולך" וכו' - ווען דער אייבערשטער וועט אויסברייטערן דיין גרעניץ
"ויספת לך עוד שלש ערים" - זאלסטו צולייגן נאך דריי שטעט ערי מקלט
"על השלש האלה" - אין צוגאב צו די דאזיגע דריי וואס דו וועסט מאכן אין ארץ ישראל (דאס איז אויסער די דריי וואס איז שוין געווען אין עבר הירדן)
ומעולם לא היה דבר זה - און דער זאך איז נאך קיינמאל נישט געווען, אז מען זאל פארגרעסערן ארץ ישראל אויף אזא פארנעם און מען זאל צולייגן די אנדערע דריי שטעט
ולא צוה הקב"ה לתוהו - און דער אייבערשטער האט נישט באפוילן קיין מצות פאר גארנישט, איז נאך א ראי' פון די תורה אז עס וועט נאך קומען אמאל אזא צייט פון ימות המשיח, וואס דעמאלטס וועט ארץ ישראל נתרחב ווערן און מען וועט צולייגן נאך שטעט
(ביז דא איז אלץ געווען ראיות וואו מען זעט פון די תורה אז עס וועט נאך זיין ימות המשיח)
אבל בדברי הנביאים אין הדבר צריך ראיה - אבער אין די רייד פון די נביאים, דארף מען נישט זוכן קיין ראיות אויף די אלע זאכן
שכל הספרים מלאים מדבר זה: - ווייל די אלע ספרים פון די נביאים זענען פול דערפון (פון די נבואות איבער די צייטן פון משיח / אחרית הימים)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

הלכה ג'
אל יעלה על דעתך - עס זאל נישט ארויפקומען אויף דיין געדאנק
שהמלך המשיח צריך לעשות אותות ומופתים - אז דער קעניג משיח - כדי מען זאל אים גלייבן אז ער איז משיח - דארף ער ווייזן וואונדער און מאכן וואונדערליכע צייכענעס
ומחדש דברים בעולם - און באנייען זאכן אויף דער וועלט, אז עס זאל ווערן נייע זאכן אין די בריאה - אדער אין דעם טבע העולם, וואס איז היינט נישטא
או מחיה מתים - אדער אז ער דארף מאכן לעבעדיג טויטע
וכיוצא בדברים אלו שהטפשים אומרים - אדער ענליכס צו די זאכן, וואס די נאראנים זאגן אז די אלע זאכן זענען א ראי' אויף דעם מלך המשיח (אז אויב איינער מאכט נסים אדער איז ער מחי' מתים וכדו' איז דאס א ראי' אויף אים אז ער איז טאקע משיח, און אויב נישט קען ער נישט זיין משיח)
אין הדבר כן - די זאך איז נישט אזוי
שהרי רבי עקיבא חכם גדול מחכמי משנה היה - ווייל רבי עקיבא איז געווען א גרויסער חכם פון די חכמים וואס האבן געמאכט די משניות - פון די תנאים
והוא היה נושא כליו של בן כוזיבא המלך - און ער איז געווען דער טרעגער פון די כלים (ער האט אונטערגעטראגן די געווער) פון דעם קעניג בן כוזיבא
והוא היה אומר עליו שהוא המלך המשיח - און ער האט געזאגט אויף אים אז ער איז דער מלך המשיח
ודמה הוא וכל חכמי דורו שהוא המלך המשיח - און ער מיט אלע חכמים פון זיין דור האט זיך זיי געדאכט אז דער בן כוזיבא איז דער מלך המשיח
עד שנהרג בעונות - ביז דער בן כוזיבא איז גע'הרג'עט געווארן צוליב די עבירות, (אזוי ווי מיר האבן געברענגט אויבן אין די הקדמה פון מדרש אז מיד גרמו עונות וכו')
כיון שנהרג נודע שאינו משיח - וויבאלד דער בן כוזיבא איז גע'הרג'ט געווארן, איז קלאר געווארן אז ער איז נישט דער מלך המשיח
ולא שאלו ממנו חכמים לא אות ולא מופת - און די חכמים האבן נישט געבעטן פון אים נישט קיין צייכן, און נישט אז ער זאל באווייזן וואונדער (זעהן מיר פון דא אז דער מלך המשיח דארף נישט באווייזן קיין שום דברים נפלאים אדער חידושים, כדי צו איבערווייזן אז ער איז משיח)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

ועיקר הדברים ככה הן - דער שורש פון די אלע זאכן און דער עיקר וואס מען דארף גלייבן און וויסן, איז אזוי
שהתורה הזאת אין חוקיה ומשפטיה משתנים לעולם ולעולמי עולמים - אז די דאזיגע תורה וואס מיר האבן, אירע געזעצן און אירע דינים טוישן זיך נישט קיינמאל, און זיי וועלן אויף אייביג בלייבן די זעלבע ווי עס איז יעצט און אזויווי מיר האבן עס באקומען
ואין מוסיפין עליהן - און מען טאר נישט צולייגן אויף זיי
ולא גורעין מהן - און מען טאר נישט אראפנעמען פון זיי
וכל המוסיף או גורע - און יעדער וואס לייגט צו אדער נעמט אראפ פון די מצות פון די תורה
או שגלה פנים בתורה - אדער דעקט ער אויף אן אנדערן פנים אין די תורה (דאס מיינט מען לערנט אריין פשט אויף א נייעם וועג, אנדערש ווי מען פארשטייט דאס פשוט און ווי מיר האבן מקובל איש מפי איש פון די הייליגע חז"ל)
והוציא הדברים של מצוות מפשוטן - און ער נעמט ארויס די רייד פון די מצות פון די תורה פון זייער פשוט'ן באדייט (און ער זאגט אז דאס מיינט נישט אז מען דארף טון אזוי ווי עס שטייט, נאר עס מיינט עפעס אנדערש, עפעס טיפע און הויכע ענינים)
הרי זה בודאי רשע ואפיקורוס - איז ער פארזיכער א רשע און אן אפיקורוס (און מען זאל נישט גלייבן בשום אופן אויף אזא איינעם אפי' אויף א הו"א אז אפשר איז ער דער משיח, אפי' ער ווייזט אותות ומופתים, אזוי ווי עס איז געווען ביי דעם ש"ץ ימ"ש)

הלכה ד'
ואם יעמוד מלך מבית דוד - און אויב עס וועט אויפשטיין א קעניג פון די הויז פון דוד (פון דוד המלך'ס אייניקלעך)
הוגה בתורה - וואס ער לערנט די תורה
ועוסק במצות - און ער פארנעמט זיך מיט מקיים זיין די מצות
כדוד אביו - אזוי ווי זיין פאטער דוד
כפי תורה שבכתב ושבעל פה - לויט ווי עס שטייט אין תורה שבכתב, און לויט ווי מיר האבן בקבלה אין די תורה שבעל פה
ויכוף כל ישראל לילך בה - און ער וועט צווינגען אלע אידן צו גיין אויף דעם וועג (פון לערנען תורה און קיום המצות)
ולחזק בדקה - און צו פארשטארקערן אירע שוואכקייטן (וואס מענטשן זענען זיך מתרשל פון לימוד התורה אדער קיום המצות)
וילחם מלחמות ה' - און ער וועט מלחמה האלטן די מלחמות פון אייבערשטן (מיט די גוים וואס זיי לייקענען אין דעם אייבערשטן, און די גוים וואס וועלן נישט לאזן די אידן מקיים זיין די מצות התורה, אדער וואס וועלן פרובירן צוצונעמען ארץ ישראל פון די אידן)
הרי זה בחזקת שהוא משיח - איז אנצונעמען אז ער איז משיח
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

אם עשה והצליח - אויב האט ער געטון און ער האט מצליח געווען
ונצח כל האומות שסביביו - און ער האט באזיגט אלע פעלקער וואס זענען ארום אים (וואס ווילן מלחמה האלטן מיט די אידן)
ובנה מקדש במקומו - און ער האט אויפגעבויעט א בית המקדש אויף זיין פלאץ
וקבץ נדחי ישראל - און ער האט איינגעזאמלט די פארווארפענע אידן
הרי זה משיח בודאי - איז ער פארזיכער משיח
ואם לא הצליח עד כה - און אויב האט ער נישט מצליח אויף אזוי ווייט
או נהרג - אדער ער איז גע'הרג'ט געווארן
בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה - איז קלאר אז ער איז נישט דער אויף וועמען די תורה האט צוגעזאגט אז ער וועט אונז קומען אויסלייזן
והרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו - און ער איז אזוי ווי אלע אנדערע ערליכע קעניגן פון מלכות בית דוד וואס זענען געשטארבן (אזוי ווי מיר טרעפן אז די חז"ל האבן געזאגט אז חזקיהו האט געקענט זיין משיח, אדער יאשיהו אויף וועמען ירמי' הנביא קלאגט אז מען האט געמיינט אז ער וועט זיין משיח)
ולא העמידו הקב"ה אלא לנסות בו רבים - און דער אייבערשטער האט אים נישט אויפגעשטעלט נאר אויף אויסצופרואוון דעם כלל ישראל (צו זען אויב זיי וועלן נישט פארלירן זייער אמונה, און ווייטער גלייבן בביאת המשיח, כאטשיג דער מענטש אויף וועמען נביאים אדער חכמי ישראל האבן געמיינט אז ער איז משיח איז צום סוף געשטארבן)
שנאמר ומן המשכילים יכשלו לצרוף בהן - אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, און פון די פארשטאנדיגע לייט (די חכמי ישראל) וועלן געשטרויכלט ווערן (און זיי וועלן מיינען אויף געוויסע מענטשן אדער מלכים אז זיי זענען משיח), צו לייטערן דעם כלל ישראל דורך זיי (דורך די נסיונות, און זען ווער עס וועט ביישטיין דעם נסיון)
ולברר וללבן - און אויף אויסצוקלויבן און אויסצורייניגן דעם כלל ישראל
עד עת קץ - (אזוי וועלן די נסיונות כסדר זיין) ביז עס וועט קומען דער צייט ווען דער גלות וועט נעמען אן עק
כי עוד למועד - ווייל עס וועט נאך דויערן ביז דעם באשטימטן צייט (דער גלות וועט נאך לאנג זיין, און עס וועט נאך זיין אסאך נסיונות ביז די גאולה שלימה)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

אף ישוע הנצרי - אויך דער אותו האיש
שדמה שיהיה משיח - וואס אים האט זיך געדאכט אז ער וועט זיין משיח
ונהרג בבית דין - און ער איז גע'הרג'ט געווארן דורך בית דין
כבר נתנבא בו דניאל - האט שוין דניאל וועגן אים נבואה געזאגט
שנאמר ובני פריצי עמך - אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, און די קינדער די פריצים (דאס מיינט פארדארבענע, נישט ערליכע) פון דיין פאלק
ינשאו להעמיד חזון - וועלן זיך דערהייבן, צו באשטעטיגן א זעהונג, א נבואה (צו זאגן אויף איינעם אז ער איז דאס דער קיום הנבואה פון דאס וואס די נביאים האבן מתנבא געווען אויף משיח)
ונכשלו - און זיי וועלן געשטרויכלט ווערן
(און ביים אותו האיש האט מען געזען אז עס איז געווען פונקט אזוי ווי דער פסוק זאגט, ווייל)
וכי יש מכשול גדול מזה - צו איז דען דא א גרעסערער שטרויכלונג פון דעם
שכל הנביאים דברו שהמשיח גואל ישראל - אז די אלע נביאים האבן גערעדט אז משיח וועט אויסלייזן די אידן
ומושיעם - און ער וועט זיי העלפן
ומקבץ נדחיהם - און ער וועט צוזאמזאמלען זייערע פארוואגלטע
ומחזק מצותן - און ער וועט פארשטארקן זייער איינהאלטן די מצות התורה
וזה גרם לאבד ישראל בחרב - און דער אותו האיש האט צוגעברענגט פונקט דאס פארקערטע, צו מאכן פארלירן די אידישע קינדער דורכן שווערד (פון די גוים וואס גלייבן אין אים)
ולפזר שאריתם - און אויף צו פארשפרייטן זייערע פארבלייבעניש (דאס מיינט ער מן הסתם די אלע צרות וואס די אידן האבן געהאט אויסצושטיין אין די קריסטליכע לענדער)
ולהשפילם - און זיי צו דערנידערן
ולהחליף התורה - און אויפצוטוישן די תורה (וואס די מאמינים אין אותו האיש האבן זיך געמאכט א נייעם תורה רח"ל)
ולהטעות רוב העולם לעבוד אלוק מבלעדי ה' - און צו פארנארן רוב וועלט אויף צו דינען אן אנדערן גאט אויסער דעם אייבערשטן (זעט מען די געוואלדיגע שטרויכלונג וואס איז ארויסגעקומען פון דעם וואס די פריצי ישראל האבן געוואלט אויף איינעם זאגן אז ער איז משיח)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

אבל מחשבות בורא עולם - אבער די געדאנקן פון דעם באשעפער פון דער וועלט
אין כוח באדם להשיגם - איז נישטא דער קראפט אין א מענטש זיי צו פארשטיין
כי לא דרכינו דרכיו - ווייל נישט אזוי ווי אונזערע וועגן פון א בשר ודם, זענען די וועגן פון דעם באשעפער
ולא מחשבותינו מחשבותיו - און נישט אזוי ווי אונזערע געדאנקען זענען די געדאנקען פון אייבערשטן
וכל הדברים האלו - און די אלע דאזיגע זאכן
של ישוע הנצרי ושל זה הישמעאלי שעמד אחריו - פון דעם קריסטליכן אותו האיש, און פון דעם אראבער וואס איז אויפגעשטאנען נאך אים (מוחמד)
אינן אלא לישר דרך למלך המשיח - דאס איז אלעס נאר אויף אויסצוגלייכן א וועג פארן מלך המשיח (דאס מיינט אז די אמונות טפילות טוען מאכן א וועג פארן מלך המשיח בין הגוים)
ולתקן את העולם כולו לעבוד את ה' ביחד - און (אויסצוגלייכן א וועג) אויף צו מתקן זיין די גאנצע וועלט, אז אלע זאלן דינען דעם אייבערשטן אינאיינעם
שנאמר כי אז אהפוך אל עמים שפה ברורה - אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, ווייל דעמאלטס וועל איך איבערדרייען פאר די פעלקער, אז זיי וועלן האבן א קלארע שפראך (זיי וועלן נישט האלטן יעדער איינער עפעס אנדערש, און גלייבן אין אנדערע אמונות טפילות, נאר יעדער וועט רעדן די זעלבע זאך)
לקרוא כולם בשם ה' - אז זיי זאלן אלע רופן אין נאמען פון אייבערשטן
ולעבדו שכם אחד - און זיי זאלן אים דינען אינאיינעם
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

כיצד - וויאזוי איז דאס אז די נביאי שקר און די משיחי שקר, גלייכן אויס דעם וועג פארן מלך המשיח און אויף דעם תיקון העולם
כבר נתמלא העולם כולו מדברי המשיח - די גאנצע וועלט איז שוין פול געווארן מיט די רייד פון משיח (אז עס עקזיסטירט און עס איז פארהאן אזא באגריף ווי א משיח)
ומדברי התורה - און פון די רייד פון די תורה (יעדער איינער ווייסט פון די תורה צוזאגן)
ומדברי המצוות - און פון די רייד פון די מצות (אלע גוים ווייסן פון די מצות אין די תורה)
ופשטו דברים אלו באיים רחוקים - און די אלע דאזיגע רייד האבן זיך פארשפרייט אין ווייטע אינזלען
ובעמים רבים ערלי לב - און צווישן פילע פעלקער מיט פארשטאפטע הערצער (וואס זעהן נישט איין און פארשטייען נישט דעם אמת)
והם נושאים ונותנים בדברים אלו - און זיי טוען באהאנדלן און ארומרעדן אין די דאזיגע ענינים פון משיח
ובמצוות התורה - און אין די מצות פון די תורה
אלו אומרים מצוות אלו אמת היו - טייל מענטשן זאגן די אלע דאזיגע מצות פון די תורה זענען געווען אמת, דער אייבערשטער האט זיי טאקע באפוילן
וכבר בטלו בזמן הזה - אבער זיי זענען שוין לאנג בטל געווארן היינטיגע צייטן
ולא היו נוהגות לדורות - און זיי זענען נישט איינגעפירט געווארן אויף אלע דורות
ואלו אומרים דברים נסתרות יש בהם - און טייל פון די גוים זאגן, אז עס ליגט באהאלטענע זאכן מרומז אין די ווערטער פון די תורה
ואינן כפשוטן - און עס מיינט נישט אזוי ווי מען לערנט אפ פשוט פשט
וכבר בא משיח וגלה נסתריהם - און (זיי טענה'ן אז) משיח איז שוין לאנג געקומען, און אז האט שוין ערקלערט וואס עס ליגט באהאלטן אונטער די מצות פון די תורה (וואס לפי דבריהם איז עס נישט כפשוטן נאר טיפערע באהאלטענע זאכן)
וכשיעמוד המלך המשיח באמת - אבער ווען עס וועט אויפשטיין דער אמת'ער מלך המשיח
ויצליח וירום וינשא - און ער וועט מצליח זיין, און ער וועט זיך דערהייבן, און זיך גרויסן איבער אלעמען
מיד הם כולן חוזרין - גלייך וועלן זיי אלע צוריקציען (ווייל זיי וועלן איינזען דעם אמת, אז ער איז דער אמת'ער מלך המשיח)
ויודעין ששקר נחלו אבותיהם - און זיי וועלן גלייך וויסן אז זייערע עלטערן האבן זיי אויסגעלערנט ליגנט
ושנביאיהם ואבותיהם הטעום: - און אז זייערע "נביאים" און זייערע עלטערן האבן זיי פארנארט
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

פרק י"ב

הלכה א'
אל יעלה על הלב - עס זאל נישט ארויפקומען אויפן געדאנק
שבימות המשיח - אז אין די טעג פון משיח
יבטל דבר ממנהגו של עולם - וועט עפעס בטל ווערן פון דעם סדר וויאזוי דער וועלט פירט זיך
או יהיה שם חידוש במעשה בראשית - אדער עס וועט זיין עפעס א נייעס אין די מעשה בראשית, ד.ה. אז עס וועט געשאפן ווערן א נייע זאך אין די טבע העולם וואס איז נישט באשאפן געווארן אין ששת ימי בראשית
אלא עולם כמנהגו הולך - נאר דער וועלט וועט זיך ווייטער פירן אזוי ווי עס פירט זיך אלץ
וזה שנאמר בישעיה - און דאס וואס עס שטייט אין ישעיה
וגר זאב עם כבש - און א וואלף וועט וואוינען מיט א שעפס
ונמר עם גדי ירבץ - און א לעמפערט מיט א ציג וועלן צוזאמען הויערן
משל וחידה - איז א ביישפיל און א רעטעניש
ענין הדבר - דער ענין וואס דער פסוק וויל אונז זאגן מיט דעם משל
שיהיו ישראל יושבין לבטח - איז אז די אידן וועלן זיצן פארזיכערט
עם רשעי העולם - צוזאמען מיט די רשעים וואס לעבן אויף די וועלט
המשולים בזאב ונמר - וואס זענען צוגעגליכן צו א וואלף און צו א לעמפערט
שנאמר זאב ערבות ישדדם - אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, דער וואלף פון מדבר וועט זיי בארויבן
נמר שוקד על עריהם - א לעמפערט וועט זיך פלייסן איבער זייערע שטעט (עס חרוב צו מאכן), וואס דאס מיינט מען די רשעים פון די אומה"ע (זעט מען אז די רשעים זענען צוגעגליכן צו א וואלף און א לעמפערט)
ויחזרו כולם לדת האמת - און זיי (די רשעים וואס דער פסוק זאגט אז זיי וועלן זיצן צוזאמען מיט די אידן) וועלן זיך אלע אומקערן צום אמת'ן גלויבן
ולא יגזלו ולא ישחיתו - און זיי וועלן מער נישט רויבן, און מער נישט פארדארבן
אלא יאכלו דבר המותר בנחת כישראל - נאר זיי וועלן עסן נאר זאכן וואס מען מעג (וואס זיי האבן נישט באקומען מיט שווינדל און רויבעריי) מיט א רוהיגקייט (נישט ווי חיות טורפות, וואס כאפן צו און עסן), אזוי ווי די אידישע קינדער (עס קען אויך זיין אז ער מיינט צוזאגן אז זיי וועלן אויך נאר עסן כשר'ס)
שנאמר ואריה כבקר יאכל תבן - אזוי ווי אין פסוק שטייט, און א לייב אזוי ווי א שטיר וועט עסן שטרוי
וכן כל כיוצא באלו הדברים - און אזוי אלע ענליכע רייד
הכתובים בענין המשיח - וואס זענען פארשריבן איבער וואס עס וועט זיין ווען משיח וועט קומען
משלים הם - זענען משלים (צוגלייכן) צו זאכן וואס וועלן זיין, אבער עס מיינט נישט דאס וואס מען פארשטייט פשוט, נאר עס איז א משל אויף א געוויסע זאך וואס וועט דאן זיין
ובימות המשיח - און אין די טעג ווען משיח וועט קומען
יודע לכל לאיזה דבר היו משל ומה ענין רמוז בהן - וועט באוואוסט ווערן פאר יעדן איינעם צו וועלכע זאך (פון די זאכן וואס וועלן דאן זיין) די פסוקים זענען געווען א משל, און וואספארא זאך איז מרומז אין די ווערטער
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

הלכה ב'
אמרו חכמים - די חכמים האבן געזאגט
אין בין העולם הזה לימות המשיח - עס איז נישטא קיין חילוק פון דעם יעצטיגן וועלט (וויאזוי די וועלט פירט זיך היינט), ביז די טעג פון משיח'ס צייטן
אלא שיעבוד מלכיות בלבד - בלויז דאס אז די אידן וועלן נישט האבן אויף זיך קיין לאסט און קיין עול פון די גוי'אישע קעניגרייכן
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

יראה מפשוטן של דברי הנביאים - עס זעט אויס פון די פשוט'ע פשט פון די רייד פון די נביאים
שבתחילת ימות המשיח - אז אין די אנפאנג פון משיח'ס צייטן
תהיה מלחמת גוג ומגוג - וועט זיין די מלחמה פון גוג ומגוג
ושקודם מלחמת גוג ומגוג - און אז פאר די מלחמה פון גוג ומגוג
יעמוד נביא לישראל - וועט אויפשטיין א נביא פאר די אידן
לישר ישראל ולהכין לבם - אויסצוגלייכן די אידן אויפן ריכטיגן וועג, און אנצוגרייטן (און רייניגן) זייערע הערצער, (כדי זיי זאלן גרייט אויף דעם קיום פון די נבואות העתידות)
שנאמר הנה אנכי שולח לכם את אליה הנביא - אזוי ווי אין פסוק שטייט, אט טו איך אייך שיקן דעם אליה הנביא
ואינו בא - און דער נביא קומט נישט
לא לטמא הטהור - נישט אויף צו טמא מאכן א טהור'ע זאך (ד.מ. א זאך אדער א מענטש וואס איז על פי הלכה טהור, וועט ער נישט זאגן ברוה"ק אז דער זאך אדער מענטש איז טמא)
ולא לטהר הטמא - און נישט אויף צו ריין מאכן א טמא'נע זאך
ולא לפסול אנשים שהם בחזקת כשרות - און נישט צו פסל'ן מענטשן וואס זענען בחזקת כשרות (צ.ב. אויב זיי שטאמען פון פסולי קהל)
ולא להכשיר מי שהוחזקו פסולין - און נישט אויף צו כשר'ן מענטשן וואס זענען מוחזק אלץ פסול (פסולי חיתון)
אלא לשום שלום בעולם - נאר צו מאכן שלום אויף דער וועלט
שנאמר והשיב לב אבות על בנים - אזוי ווי אין פסוק שטייט, און ער (דער נביא) וועט אומקערן דאס הארץ פון עלטערן דורך זייערע קינדער (אז די קינדער וועלן מחזיר בתשובה זיין די עלטערן. אדער איז דא וואס לערנען פשט, לב אבות על בנים - די הארץ פון די עלטערן צוזאמען מיט די קינדער אזוי ווי "ועליו מטה מנשה". במדבר ב', כ')
ויש מן החכמים שאומרים - און עס איז פארהאן פון צווישן די חכמים וואס זיי זאגן
שקודם ביאת המלך המשיח יבא אליהו - אז פארן קומען פונעם מלך המשיח וועט קומען אליהו (נישט נאר פאר דעם יום ה' הגדול והנורא, נאר נאך פריער, פארן מלך המשיח)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

וכל אלו הדברים וכיוצא בהן - און די אלע דאזיגע זאכן און זייערס גלייכן (די זאכן וואס וועלן זיין בימות המשיח)
לא ידע אדם היאך יהיו - ווייסט נישט קיין מענטש וויאזוי זיי וועלן זיין
עד שיהיו - ביז ווילאנג זיי וועלן טאקע זיין
שדברים סתומים הן אצל הנביאים - ווייל אין פארמאכטע ווערטער זענען די זאכן געזאגט געווארן דורך די נביאים (דאס מיינט אז מען קען נישט זעהן קיין קלארע זאכן אין די ווערטער פון די נביאים איבער וואס עס וועט זיין)
גם החכמים אין להם קבלה בדברים אלו - אויך די חכמים האבן נישט קיין קבלה אויף די דאזיגע זאכן
אלא לפי הכרע הפסוקים - נאר לויט וויאזוי עס ווייזט אויס פון די פסוקים אזוי האבן זיי גע'דרש'נט אז עס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, אבער נישט ווייל עס איז דא א קבלה דערויף
ולפיכך יש להם מחלוקת בדברים אלו - און צוליב דעם האבן די חכמים פארשידענע מחלוקת'ן אין די דאזיגע זאכן
ועל כל פנים אין סדור הויית דברים אלו ולא דקדוקן עיקר בדת - אויף יעדן פאל, דער סדר וויאזוי די דאזיגע זאכן וועלן פאסירן און פונקטליך וויאזוי דאס וועט פאסירן זענען נישט קיין עיקר אין דעם דת ישראל
ולעולם לא יתעסק אדם בדברי ההגדות ולא יאריך בדברי מדרשות - און קיינמאל זאל זיך א מענטש נישט באשעפטיגן מיט די אגדות און ער זאל נישט מאריך זיין אין די דרשות פון חז"ל
האמורים בענינים אלו וכיוצא בהן - וואס זענען געזאגט געווארן אין די זאכן (פון וואס דער רמב"ם רעדט אין די צוויי פרקים) און זייערס גלייכן
ולא ישימם עיקר - און ער זאל זיי נישט מאכן פאר קיין עיקר אין זיין לערנען
שאינן מביאין לא לידי אהבה ולא לידי יראה - ווייל זיי ברענגען נישט צו, נישט צו אהבת ה' און נישט צו יראת שמים
וכן לא יחשוב הקצין - אזוי אויך זאל מען נישט מאכן קיין חשבונות ווען עס דארף אויסקומען די ענדע פון גלות
אמרו חכמים - די חכמים האבן געזאגט
תפוח דעתן של מחשבי קצין - עס זאל אויסגעבלאזן ווערן דער גייסט פון די וואס רעכענען ווען דער גלות דארף קומען צו אן ענדע
אלא יחכה ויאמין בכלל הדבר כמו שבארנו - נאר דער מענטש זאל ווארטן, און ער זאל גלייבן אין דעם כלל פון דעם זאך אזוי ווי מיר האבן עס ערקלערט (מען דארף גלייבן בכלל אז משיח וועט קומען און אויפבויען דעם ביהמ"ק און צוזאמנעמען אלע אידן פון גלות א.א.וו. אלץ וואס דער רמב"ם שרייבט אויבן אין פרק י"א פון הלכה ג' "ועיקר הדברים" ביז אינמיטן הלכה ד' "כי עוד למועד", אבער מען דארף נישט וויסן יעדע זאך פונקטליך וואס און וויאזוי עס וועט זיין)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

הלכה ג'
בימי המלך המשיח - אין די טעג פון דעם מלך המשיח
כשתתיישב מלכותו - ווען עס וועט געזעצט ווערן זיין קעניגרייך (דאס מיינט, ווען עס וועט שוין נישט זיין קיין מערערים און קיין קעגנער'ס צו זיין קעניגרייך, סיי צווישן די אידן און סיי צווישן די אומות העולם)
ויתקבצו אליו כל ישראל - און עס וועלן זיך צונויפזאמלען צו אים אלע אידן
יתייחסו כולם על פיו - וועלן זיך אלע מייחס זיין לויט זיין ווארט
ברוח הקודש שתנוח עליו - דורך דעם רוח הקודש וואס וועט רוען אויף אים
שנאמר וישב מצרף ומטהר וכו' - אזוי ווי עס שטייט, און עס וועט זיצן דער וואס לייטערט און רייניגט וכו'
ובני לוי מטהר תחילה - און דעם שבט לוי וועט ער צוערשט רייניגן (פון די אלע אידן וואס מיינען אז זיי זענען לויים און זיי זענען באמת נישט קיין לוים)
ואומר זה מיוחס כהן וזה מיוחס לוי - און ער וועט זאגן דער ציט זיין יחוס אלץ כהן, און דער ציט זיין יחוס אלץ לוי
ודוחה את שאינן מיוחסין לישראל - און ער וועט אוועקשטופן די אלע וואס ציען נישט זייער יחוס פון שבט לוי, אז זיי זאלן זיין בלויז א ישראל
הרי הוא אומר - דער פסוק זאגט דאך
ויאמר התרשתא להם וכו' - און דער תרשתא (נחמי' בן חכליא) האט צו זיי געזאגט (פאר די כהנים וואס האבן נישט געקענט ברענגען קיין ראי' אויף זייער יחוס אז זיי זענען טאקע כהנים), אז זיי זאלן נישט עסן פון די קדשים
עד עמוד כהן לאורים ותומים - ביז דער כהן וועט שטיין פארן אורים ותומים (וואס דאן וועט מען געוואר ווערן דורך דעם אורים ותומים צו זיי זענען כהנים)
הנה למדת - אט לערנסטו פון דעם
שברוח הקודש מתייחסין המוחזקין - אז מיט רוח הקודש קען מען מייחס זיין די וואס זענען מוחזק אלץ כהנים נאר זיי קענען עס נישט איבערווייזן
ומודיעין המיוחס - און מען טוט מיט רוח הקודש צואוויסן טון ווער עס איז א מיוחס און ער איז טאקע א כהן
ואינו מייחס ישראל אלא לשבטיהם - און משיח וועט נישט מייחס זיין די אידן בן אחר בן, נאר ער וועט בלויז זאגן צו וועלכן שבט מען באלאנגט
שמודיע שזה משבט פלוני - אז ער וועט צואוויסן טון, אז דער איז פון דעם שבט
וזה משבט פלוני - און דער איז פון יענעם שבט (צ.ב. ער וועט אנווייזן, דער איז פון שבט ראובן, און דער איז פון שבט שמעון)
אבל אינו אומר על שהן בחזקת כשרות - אבער ער וועט נישט זאגן אויף די וואס זענען בחזקת כשרות (ד.מ. יעדער איד וואס עס איז נישט אנגענומען אויף אים אז ער אדער איינער פון זיינע עלטערן זענען געבוירן אויף א נישט כשר'ן אופן)
זה ממזר וזה עבד - אז דער איז א ממזר, און דער איז אן עבד
שהדין הוא שמשפחה שנטמעה נטמעה - ווייל דער דין איז, אז א משפחה וואס האט זיך אויסגעמישט צווישן כלל ישראל, בלייבט אויסגעמישט (און עס ווערט נישט צוריק פסול)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

הלכה ד'
לא נתאוו הנביאים והחכמים ימות המשיח - די נביאים און די חכמים האבן נישט געגלוסט צו משיח'ס טעג
לא כדי שישלטו על כל העולם - נישט אז זיי זאלן געוועלטיגן אויף די גאנצע וועלט
ולא כדי שירדו בגוים - און נישט כדי זיי זאלן קענען הערשן אויף אלע פעלקער
ולא כדי שינשאו אותם העמים - און נישט כדי די פעלקער פון די וועלט זאלן גרויס מאכן, און חשוב האלטן די אידן
ולא כדי לאכול ולשתות ולשמוח - און אויך נישט כדי צו קענען עסן און טרינקען און זיין פריילעך
אלא כדי שיהיו פנויין בתורה וחכמתה - נאר כדי זיי זאלן קענען זיין פריי צו לערנען תורה און די חכמה וואס ליגט באהאלטן אין די תורה
ולא יהיה להם נוגש ומבטל - און זיי זאלן נישט האבן קיין באצווינגער און קיינער וואס זאל זיי שטערן פון לערנען די הייליגע תורה
כדי שיזכו לחיי העולם הבא - כדי זיי זאלן דורך די תורה זוכה זיין צום לעבן פון יענע וועלט
כמו שביארנו בהלכות תשובה - אזוי ווי מיר האבן שוין ערקלערט אין הל' תשובה
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

הלכה ה'
ובאותו הזמן - און אין יענע צייט (נאך וואס משיח וועט קומען)
לא יהיה שם לא רעב ולא מלחמה - וועט נישט זיין אויף דער וועלט קיין שום הונגער און קיין שום מלחמה
ולא קנאה ותחרות - און נישט קיין קנאה און רייבערייען צווישן איין פאלק און צווייטן
שהטובה תהיה מושפעת הרבה - ווייל דאס גוטס וועט זיין מיט א גרויסע שפע
וכל המעדנים מצויין כעפר - און אלע זיסקייטן און געשמאקע זאכן וועלן זיין צובאקומען אזוי ווי ערד (וואס דאס איז דא איבעראל וויפיל מען וויל)
ולא יהיה עסק כל העולם - און די באשעפטיגונג פון די גאנצע וועלט וועט נישט זיין
אלא לדעת את ה' בלבד - נאר בלויז אויף צו וויסן און קענען דעם אייבערשטן
ולפיכך יהיו חכמים גדולים - און צוליב דעם וועלן זיי זיין גרויסע חכמים
ויודעים דברים הסתומים העמוקים - און זיי וועלן וויסן די טיפע פארהוילענע זאכן
וישיגו דעת בוראם כפי כח האדם - און זיי וועלן משיג זיין צום דעת פון דעם באשעפער לויט ווי ווייט עס איז מעגליך פאר א מענטש צו פארשטיין
שנאמר כי מלאה הארץ דעה את ה' - אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, ווייל דער ערד איז פול געווארן מיט דאס וויסן פון דעם אייבערשטן (ידיעת ה')
כמים לים מכסים: - אזוי ווי דאס וואסער וואס דעקט צו דעם ים אפגרונד, אזוי וועט דאס גאנצע חומריות און אלע וועלטליכע ענינים ווערן איבערגעדעקט, און מען וועט טראכטן און וויסן נאר פון די גרויסקייט פון הייליגן באשעפער א גאנצן טאג:

ווי דערלעבט מען שוין!!!

בריך רחמנא דסייען
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

איך לייג דא ארויף דעם שיעור אין ווארד פארמאט.
איך האב נישט געהאט קיין צייט זיך צו שפילן און עס שיין אויסשטעלן.

ווער עס קען עס דאונלאדען, און מאכן דערפון א שיינע פי.די.עף.
יהא חלקו בין מזכי הרבים, ותבא עליו ברכה.

שיעור רמבם הל' מלכים יא - יב.doc
(149 KiB) געווארן דאונלאודעד 150 מאל
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

א וויכטיגע נקודה!

ביטע אינאכט נעמען אז עס נישטא מיט וועם זיך צו דינגען.... :wink:

האפנטליך איז יעצט פון מיינע לעצטע וויזיטן אויף אייוועלט, און איך וועל נישט האבן מער קיין צייט בעז"ה צו פארענטפערן און מסביר צו זיין וואס איך האב געשריבן אינעם שיעור, איך לאז עס פאר די חברים דא אויף אייוועלט, נושא ונותן צו זיין אין דעם שיעור.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

WOW (וויאזוי זאגט מען דאס אויף אידיש?)

אומגלויבליך וואספארא ארבעט דער איזעי האט דא אראפגעלייגט!

א שיינעם דאנק פאר די הערליכע שיעורים!
צו די זאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו די זאך »

איזעי האט געשריבן:א וויכטיגע נקודה!

ביטע אינאכט נעמען אז עס נישטא מיט וועם זיך צו דינגען.... :wink:

האפנטליך איז יעצט פון מיינע לעצטע וויזיטן אויף אייוועלט, און איך וועל נישט האבן מער קיין צייט בעז"ה צו פארענטפערן און מסביר צו זיין וואס איך האב געשריבן אינעם שיעור, איך לאז עס פאר די חברים דא אויף אייוועלט, נושא ונותן צו זיין אין דעם שיעור.



איזעי, וואס גייט פאר????? די פארלאזט אינץ?????????

אוי.............. מי יתן לנו תמורתו................
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mitzva man »

איזעי האט געשריבן:
פאר מיר הייבן אן דעם שיעור אין רמב"ם וויל איך מאכן עטליכע הקדמות.

הקדמה א'

דער רמב"ם אין זיין גאנצן חיבור הי"ד החזקה, ווי אויך אין אסאך אנדערע ספרים זיינע גייט ער אלץ צו מיט א מהלך פון אוועקמאכן יעדע זאך וואס איז א שינוי בטבע העולם, יעדע זאך וואס ווערט נישט פארשטאנען פשוט מיטן מענטשליכן שכל ווערט דורך אים אוועקגעמאכט און באטראכט אלץ אויגן פארבלענדענישן אדער איינרעדענישן (זעלבסט פארשטענדליך אז דאס איז נישט אריינגערעכנט די נסים וואס דער אייבערשטער האט געטון פאר די אידן וואס ווערט געברענגט אין די הייליגע תורה און אין חז"ל), און יעדע זאך וואס שטייט אין די פסוקים אדער חז"ל אויב איז דא א וועג וויאזוי מען קען עס מקרב זיין אל השכל פרובירט ער עס מסביר צו זיין, אויף אן אופן אז עס איז נישט חוץ לדרך הטבע. עס איז דא צוויי סיבות וואס ווערן אנגעגעבן דערפאר, און איך נעם נישט קיין שטעלונג דערין, איך שרייב נאר נאך מפי השמועה.

די ערשטע סיבה וואס ווערט אנגעגעבן דערצו איז, אז דער רמב"ם אליינס זייענדיג א געוואלדיגער חוקר און פילאזאף, האט נוטה געווען אזוי ווי רוב פילאזאפן אין זיין צייט, אז אלץ אין דער וועלט גייט ע"פ דרך הטבע, און גלייבנדיג באמונה שלימה אין בורא עולם, האט ער געהאלטן אז דער אייבערשטער איז משנה די טבע און מאכט ניסים ווען ער וויל, אבער ער האט געהאלטן אז דער אייבערשטער מאכט נישט קיין נסים סתם אזוי, נאר ווען עס פעלט אויס, און ער האט געהאלטן אז מענטשן קענען נישט משנה זיין די טבע, (נאר אין זעלטענע פעלער וו.צ.ב. א נביא ה' ווען דער אייבערשטער וויל מאמת זיין זיינע נביאות, גיט אים דער אייבערשטער צומאל א כח צו ווייזן אן אות אדער א מופת וכדו'), אבער אלע אנדערע אותות ומופתים און שינויים חוץ לדרך הטבע זענען שטותים און איינרעדענישן.

ווי עס איז ידוע האט דער רמב"ם נישט געהאט געלערנט קיין קבלה ווען ער האט געשריבן די אלע זאכן, און דער רמב"ן און אסאך אנדערע וואס זענען געווען אין זיין צייט אדער נאך אים, קריגן זיך אויף אים ביי אסאך פון די ענינים. און ווי מען דערציילט, האט ער זיך אין די עלטערע יארן אביסל באקאנט געמאכט אין חכמת הקבלה, און אנגעבליך שרייבט ער אין א בריוו, אז ער האט חרטה פון אסאך זאכן וואס ער האט געשריבן, און ווען ער וואלט געקענט וואלט ער צוריקגעצויגן פון אסאך זאכן וואס ער האט געשריבן אין זיינע ספרים, נאר ער קען נישט צוליב דעם וואס זיינע ספרים זענען שוין אזוי פארשפרייט.

די צווייטע סיבה פארוואס דער רמב"ם האט גענומען דעם גאנג איז געווען, ווייל אין דור פון דעם רמב"ם האבן די אידן געהאט אסאך נסיונות (בפרט אין תימן), פון מענטשן - גוים אזוי גוט ווי אידן, פון זיינע צייטן און פון פאר זיינע צייטן, וואס האבן באוויזן וואונדערליכע זאכן, וואס דאס האט געמאכט מענטשן טראכטן אז די מענטשן זענען הימלישע מענטשן, עס איז געווען צווישן די אזעלכע וואס האבן זיך עמטליך דערקלערט אלץ א נביא אדער אלץ משיח, אזוי ווי מיר וועלן זען אין די ווערטער פון רמב"ם (פרק י"א סוף הלכה ד'), און אזוי האבן זיי נאכגעשלעפט אסאך מענטשן נאך זיך, און די מענטשן זענען געווארן זייערע הייסע נאכפאלגער, וואס דאס האט ליידער אוועקגעשלעפט אסאך אידן תמימי לב וואס זענען צוליב דעם פארפאלן געווארן.

און וויבאלד דער רמב"ם האט געוואלט אז אידן זאלן נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך די אלע פארפירער'ס, צוליב דעם האט דער רמב"ם געוואלט אויסבויען א כלל ביי מענטשן, אז די אלע כישוף זאכן, און די אלע אנדערע וואונדערליכע זאכן וואס זענען שלא כדרך הטבע, איז ליגנט און איינרעדענישן, און מען זאל "קיינמאל" נישט גלייבן דערין, און אזוי ווי מיר וועלן דא זען אין רמב"ם (פרק י"א הלכה ג'), אז דער כלל גדול איז אז אויב דער מענטש און די זאכן וואס ער זאגט זענען אויסגעהאלטן און עס שטימט ע"פ תורה, דאן דארף מען אין אים גלייבן און אים נאכפאלגן, און טון וואס ער הייסט (און מען דארף גלייבן אז די אותות ומופתים וואס ער ווייזט זענען אמת'דיגע), אבער אויב זאגט דער מענטש עפעס אנדערש ווי די תורה, זאל מען וויסן אז אלע זיינע וואונדער וואס ער ווייזט, זענען איינרעדענישן, אויגן פארבלענדענישן, און אבערגלויבן, און מען זאל נישט ווערן נאכגעשלעפט דערנאך.

איך שרייב די הקדמה צו געבן א שטיקל בליק פארוואס דער רמב"ם שרייבט (פרק י"ב הלכה א') אז די אלע נבואות וויאזוי עס וועט אויסזען די ימות המשיח איז נאר משלים, אזוי ווי מיר וועלן ווייטער זען. און מיט דעם וועלן מיר צוקומען צו אונזער צווייטע הקדמה.


איך וויל ניט זיין א לועג לרש. טאמער איזעי זענט איר נאך דא ביטע ענטפער.

די הקדמה איז במחילה מכבודכם א פגיעה בכבוד רבינו הרמב"ם!

קיינער האט ניט געצווינגען דו זאלסט לערנען א שיעור אין רמב"ם, אבער נעמן דעם רמב"ם און זאגן אז ער שרייבט אזוי און אזוי ווייל:
1. וויבאלד ער איז גווען א גרויסער פיליזאף האט ער גהאלטן וכו'. כאילו דו ביסט א פיל גרעסערער חכם פון אים, און דו פארשטייטסט בעסר.
2. האט נישט גקענט קבלה. נאכאמאל, כאילו דער רמב"ם האט פשוט פארזעהן קבלה. ניין דער רמב"ם האט גהאט זיין שיטה! צו די מקובלים האלטן אנדערש? זיכער! אבער דער רמב"ם האלט אנדערש פון זיי... און דו אליינס ביסט זיך מתייחס צו דעם אזויגערופענם חרטה-בריוול פון רמב"ם מיט זלזול - גענוי ווי אלע יודעי ספר ווייסן. אע"פ וואס עס ווערט דערמאנט אין ספרים פון גדולים וטובים.
3. ער האט נאר גוואלט מען זאל זיך ניט נאכשלעפן נאך משיחי שקר. נאכאמאל, צו זאגן אז דער רמב"ם שרייבט אין זיין לעבנס ארבייט, אין כלל ישראל'ס מייסטערווערק דער "יד החזקה" א זאך וואס ער האט ניטש באמת גהאלטן, נאר צוליב נגיעות און חשבונות - אין לך חוצפה נגד הרמב"ם גדולה מזו.

אויסער דעם איז דאס זייער שיין באשריבן, יישר כח.

והנראה לעניות דעתי כתבתי.
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איך האב נאכנישט געהאט קיין צייט (פארשטייט זיך) דורכצוגיין וואס איזעי שרייבט, אבער אייער קשיא נומער 2 זאלט איר מיר מוחל זיין, ניין נישט אלע ראשונים האבן געלערנט קבלה, און עס איז בכלל נישט קיין פחיתת הכבוד.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

איזעי, עס קומט אייך א מעדאל פאר אייער הערליכן שיעור,ממש מתוק מדבש, עס האט זיך געלוינט צו ווארטן דערויף.

איין חסרון האט דאס וואס קען ברענגען קריטיק, דאס איז אקוראט די זעלבע וואס די גדולי וקדושי דורו פונעם הייליגן רמב"ם האבן גע'טענה'ט אויפן רמב"ם אז ער ברענגט נישט קיין מקורות. און די סיבה איז זיכער להקל על הלומד.

כבוד הרב מצוה מען. איזעי שרייבט נישט קיין איין ווארט אליין, יעדעס ווארט איז מפי ספרים וסופרים.

טענה א, איז במחילת כבודך זיך סתם געטשעפעט אין די וועלט אריין, די רמב"ם האט געהאט זיין שיטה און אנדערע ראשונים זייער שיטה, און זיי מוחל קוק ביטע נאך די לשון הגר"א אין יורה דעה סימן קע"ט סקי"ג (נישט א מליצה נאר קוק טאקע נאך...) און די ראשונים אליין איז שוין מבואר בטוב טעם ודעת די פלוגתא (די רשב"א האט ערגעץ א לאנגע אריכות בזה לבאר כל שיטת הראשונים).

טענה ב, כהיום איז דא חוקרים וואס ווילן זאגן ווי אייך אז ער האט יא געוואוסט און געהאלטן אנדערש, אבער עס איז מוכחש מפי גדולי ישראל, עס איז קלאר אז די רמב"ם האט נישט געוואוסט פון קבלה, די חיד"א אין שם הגדולים שרייבט בשם ר' חיים וויטאל אז די רמב"ם האט נישט געוואוסט פון קבלה (און ער איז מער נאמן וואו אלע חוקרים, ער האט דאס געוואוסט דורך רוה"ק און לפי שורש נשמתו פונעם הייליגן רמב"ם), די מגדול עוז שרייבט אין די הקדמת הרמב"ם אז סוף ימיו האט ער יא געוואוסט, און קוק דא (ד"ה ואם תרצה) בשם האברבנאל דאס וואס איזעי ברענגט פון די חזרה בריוו פון רמב"ם (און א שטיקל פריער מענין טענה א').

טענה ג, דאס שרייבט ער נישט פון זיך, די מונקאטשער רב זצ"ל (וואס האט נאך אזוי חס געווען אויפן כבוד פון הייליגן רמב"ם) שרייבט עס דא (אות נ"ד).
לעצט פארראכטן דורך יגעתי ומצאתי אום פרייטאג יולי 22, 2011 12:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

יישר כח יגעתי פארן ענטפערן פאר מצוה מען, איך וואלט נישט געקענט אזוי גוט צוצייכענען די מקורות אויף די אלע זאכן.

און איך וויל קלאר מאכן "איך האב נישט געשריבן אין מיין הקדמה קיין השערות, און קיין סברות בדויות", אלעס וואס איך שרייב אין דעם הקדמה איז יסודתם ומקורם בהררי קודש.

אגב, מצוה מען האסט פארזעהן עטליכע ווערטער פון מיר:
איזעי האט געשריבן:עס איז דא צוויי סיבות וואס ווערן אנגעגעבן דערפאר, און איך נעם נישט קיין שטעלונג דערין, איך שרייב נאר נאך מפי השמועה.

יעצט לגופן של טענותיך:
טענה א'. אזוי ווי יגעתי שרייבט, דער רמב"ם האט געהאט א אנדערע דעה ווי רוב אנדערע ראשונים ביי זייער פיל אזעלכע ענינים, כידוע האט דער רמב"ם געשריבן אויף כישוף אז עס איז א בלויזע אחיזת עינים, און אנדערע ראשונים זענען שארף מחולק דערויף.

טענה ב'. אויך אזוי ווי יגעתי שרייבט, דער רמב"ם האט "נישט" געקענט קבלה ביז ער איז געקומען אויף די עלטערע יארן, וואס דאן "איז דא וואס זאגן" אז ער האט געלערנט קבלה.
mitzva man האט געשריבן:און דו אליינס ביסט זיך מתייחס צו דעם אזויגערופענם חרטה-בריוול פון רמב"ם מיט זלזול
איך ווייס נישט וואו דו האסט געזען אין מיינע ווערטער זלזול. איך האב געשריבן:
mitzva man האט געשריבן:און אנגעבליך שרייבט ער אין א בריוו, אז ער האט חרטה פון אסאך זאכן וואס ער האט געשריבן, און ווען ער וואלט געקענט וואלט ער צוריקגעצויגן פון אסאך זאכן וואס ער האט געשריבן אין זיינע ספרים, נאר ער קען נישט צוליב דעם וואס זיינע ספרים זענען שוין אזוי פארשפרייט.
איך זעה נישט קיין זכר כלשהיא פון קיין זלזול ח"ו אין מיינע ווערטער, עס קען זיין אז דו ווייסט נישט וואס מיינט "אנגעבליך", "אנגעבליך" מיינט "לויט ווי עס ווערט אנגעגעבן" (אין אונזער פאל אין די ספרי הקדמונים), איך האב געשריבן דעם אויסדריק, וויבאלד איך האב נישט געקענט טרעפן יעצט דעם פונקטליכן מקור דערויף, האב איך עס נישט געוואלט שרייבן פאר א הונדערט פראצענטיגע זאך, ווילאנג איך האב עס נישט געזען אינווייניג, אדער איך האב נישט דעם מקור דערויף, אדרבא, אויב ווייסטו וואו דער בריוו ווערט געברענגט ביטע שרייב (איך מיין גראדע אז יגעתי האט שוין געשריבן).
בכלל אויב איז טאקע יא דא אזא בריוו פון רמב"ם (וואס איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז דו ווייסט פון דעם בריוו), פארוואס ביזטו דעמאלטס אזוי בייז געווארן אויף דעם וואס איך האב געשריבן אז דער רמב"ם האט געשריבן וואס ער האט געשריבן ווייל ער האט נישט געקענט קבלה.

טענה ג'. דאס וואס דו טענה'סט אז איך שרייב אז דער רמב"ם האט געשריבן זאכן
mitzva man האט געשריבן:צוליב נגיעות און חשבונות
איז קודם כל יגעתי האט שוין צוגעברענגט א מראה מקום דערויף, און שנית, זאלסטו וויסן אז "יא" עס איז געווען גדולי ישראל וואס זענען געווען קלוגער פון אונז, און זיי האבן אמאל פארשטאנען אז כדאי מחזק צו זיין דעם בדק הדת און צו ראטעווען אידן פון אריינפאלן אין כפירה און מינות און פון נאכגעשלעפט ווערן נאך משיחי שקר, וואס לויטן רמב"ם רירט עס אן אין איינס פון די י"ג עיקרים וואס מען גייט ארויס פון כלל ישראל אויב גלייבט מען נישט דערין, האט דער רמב"ם איינגעזען אז עס איז כדאי צוליב דעם צו שרייבן אז זאך וואס איז אפשר נישט אינגאנצן ריכטיג, אבער עס איז נישט קיין עיקר בדת ישראל. (פארגעס נישט, אז לכאורה לויט ווי עס זעט אויס האט דער רמב"ם "יא" געהאלטן אזוי, אזוי ווי איך האב פריער געשריבן, דאס אז דער רמב"ם האט נאר אזוי געשריבן כדי צו ראטעווען אידן פון אריינפאלן אין דעות כוזבות, איז נאר א יש ליישב בדוחק אויף דעם וואס דער רמב"ם שרייבט קעגן אפענע גמרות וואס פון די גמרא זעט אויס אנדערש ווי ער שרייבט ביי אסאך פון די ענינים, מסתבר איז אז ער האט געלערנט א טיפערן פשט אין די גמרות, איך זוך נישט אריינצוגיין אין קיין אריכות, ובמה שכתבתי די).

אבער מי אנחנו לדחוק ראשינו בין ההרים הגבוהים, איך ווייס נישט גארנישט, איך האב נאר געשריבן אזוי ווי יגעתי זאגט "מפי ספרים וסופרים"
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mitzva man »

משנה לא זזה ממקומה.

ראשונים, און אפשר אויך אחרונים, קענען און מעגן מחולק זיין אויפן רמב"ם. (פארגעס אבער נישט אז דער רמב"ם איז אבער אויך מחולק אויף זיי!) אבער, שיטת הרמב"ם (וכל קדושיו עמו) בלייבט שיטת הרמב"ם.

אויף דעם הגהות הגאון ז"ל זענען דא מערערים, איך זאג ניט אז זיי זענען גרעכט, אבער עס איז פאראן סתירות בדעת הגר"א בזה, וידוע מה שאמר למי שרצו לאסור ללמוד בספר מו"נ. ואכהמ"ל.

דער רמב"ם האט נישט גהאלטן פון קבלה, יא, עס איז גווען בימיו קבלה ספרים און מקובלים נאר ער האט חולק גווען אויף זיי. עס איז נישט פאר מיר, פאר אונז, צו נעמען א שטעלונג. אבער דאס איז א מציאות.

עס איז ווירקליך אומדערהערט און קעגן יעדע שכל הישר צו נעמען א שיטה פון א גדול הדורות, און זאגן אז ער האט חרטה גהאט און גשריבן עפעס א מסיטעריעזער בריוואלע. (אזוי ווי איך וועל זאגן אז איך האב א בריוו פון רבי אהרן קוטלר זי"ע אז סוף ימיו האט ער איינגזען אז מען זאל ניט זיך משתתף זיין אין די בחירות בארץ ישראל, אדער א פארקערטע בריוו פון בעל ויואל משה זי"ע.)

לגבי ג. גיי איך זיך ניט מתוכח זיין, והאמת עד לעצמו, והמעיין יבחר.

למעשה: קענען מיר לערנען דעם רמב"ם און וויסן אז כל דבריו קודש קדשים אדער ניין?

פון אייער לאנגער שיעור, זע איך אז איר האלט אז יא. און מיר מעגן גטרויען דעם רמב"ם אז דאס וואס ער שרייבט איז דעת תורה:
נישט פארדרייט פון פיליזאפיע.
נישט אפגפרעגט פון "אונזערע" גדולי ישראל.
ניטש וואס ער האט שפעטר חרטה גהאט.
נישט וואס ער האט נאר גשריבן צו ראטווען תמימות'דיגע תימן'ע אידן.

אויב אזוי האט די הקדמה ניט קיין מקום.
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איך וועל נאכאמאל איבערזאגן, איך האב נישט דורכגעטון וואס איזעי שרייבט צו פארענטפערן זיינע ווערטער, אבער די חלק וועגן קבלה, האט איר א טעות, עס איז נישט געווען ווי היינט אז עס איז דא א קאבאלא לימוד, קבלה איז געווען באהאלטן איבערגעגעבן פון מענטש צו מענטש (אפילו נאך יאאאאארן שפעטער אין צייטן פון אור החיים הק' איז אויך אזוי געווען, די אור החיים הק' האט געהאט א ישיבה פאר קבלה, אבער עס איז געווען א סוד), און די רמב"ם האט נישט געוואוסט פון דעם, נישט אז ער האט געוואסט דערפון און נישט געהאלטן פון דעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”