האלטן אפען א אנליין סטאר שבת קודש

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » פרייטאג יוני 13, 2014 12:35 pm

שוועמל האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:כ'האב געהערט אזא מעשה:

א אינגערמאן האט זיך אויפגעטוען פאר זיין דיין אז ער נעמט אראפ יעדע שבת פארן זמן אלע זיינע אייטעמ'ס פון עמעזאן (אדער בלאקט ער די אקאונט, כ'ווייס נישט וויאזוי ס'ארבייט גענוי). פרעגט אים דער דיין, דו גייסט אריין אין אפיס פארן זמן?

זאגט ער עה, כ'מאך עס אויף מיין פאון!

זאגט אים דער דיין (א אינגער דיין, א יואלי וואס ווייסט זייער גוט וואס עמעזאן מיינט און וואס א פאון וואס מ'קען דערויף ארבייטן אויף עמעזאן מיינט...) אינגערמאן טייערער ס'איז אסאך א גרעסערע שאלה צו דו מעגסט האבן אזא פאון ווי צו דו מעגסט לאזן דיינע אייטעמס שבת אנליין!!!

די מעשה איז גוט, אבער אלס דיין ענטפערט מען נישט אזוי. מילד גערעדט.

#רעבי'שע תשובה
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » פרייטאג יוני 13, 2014 12:44 pm

שוועמל האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:כ'האב געהערט אזא מעשה:

א אינגערמאן האט זיך אויפגעטוען פאר זיין דיין אז ער נעמט אראפ יעדע שבת פארן זמן אלע זיינע אייטעמ'ס פון עמעזאן (אדער בלאקט ער די אקאונט, כ'ווייס נישט וויאזוי ס'ארבייט גענוי). פרעגט אים דער דיין, דו גייסט אריין אין אפיס פארן זמן?

זאגט ער עה, כ'מאך עס אויף מיין פאון!

זאגט אים דער דיין (א אינגער דיין, א יואלי וואס ווייסט זייער גוט וואס עמעזאן מיינט און וואס א פאון וואס מ'קען דערויף ארבייטן אויף עמעזאן מיינט...) אינגערמאן טייערער ס'איז אסאך א גרעסערע שאלה צו דו מעגסט האבן אזא פאון ווי צו דו מעגסט לאזן דיינע אייטעמס שבת אנליין!!!

די מעשה איז גוט, אבער אלס דיין ענטפערט מען נישט אזוי. מילד גערעדט.

וואס איז ראנג?
ער האט אים געוואלט זאגן אז היות מען מעג האלטן די אייטעמס אויף עמעזאן, און דער וויל פשוט זיין א קדוש יאמר לו דאן זאל ער מוחל זיין אויפגעבן זיין סמארטפאון
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » פרייטאג יוני 13, 2014 1:05 pm

אין אישי האט געשריבן:גארנישט ראנג, ס'נאר אזויווי ווען דבר יום ביומו זאגט אז מ'זאל נישט ליינען פאר'ן דאווענען...

מיש נישט קיין לאקשן קוגל! הלכה איז הלכה, און השקפה איז השקפה! א דיין דארף ענטפערן הלכה, אויב ער וויל מעורר זיין, מה טוב ומה נעים, אבער נישט דאס זאל זיין במקום תשובה אויפן שאלה, ודי לי בזה.

קוק איבער די סטארי, קיינער קיינמאל גארנישט געפרעגט
און פארוואס עפעס אישי?
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג יוני 13, 2014 2:40 pm

אהה איך קוק יעצט איבער זע איך אז יענער האט כלל נישט געפרעגט דא קיין שאלה, דער האט סתם געשמועסט און זיך אויפגעטון פארן דיין, האט דער דיין אים געזאגט וואס ער האט אים צו זאגן.
#בנימין האסט א פוינט.
חזרתי בי.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

תגובהדורך דורש ומבקש » זונטאג אוגוסט 09, 2015 6:08 pm

געזוכט און געזוכט ביז כ׳האב דאס געטראפן,אבער לא מצאתי מה שבקשתי

איך בין גרין אין די פעלד פון amazon אדער eday איך וויל וויסן די פאקטן, ווי אזוי ווערט נגמר די קנין, ביז ווען קען די מוכר חוזר זיין,און ביז ווען די לוקח,און ווען האט די מוכר צוטריט צום געלד

ביטע שרייבן נאר פאקטן נישט הלכות, די הלכות בין איך שוין ב״ה באקאנט,איך פארשטיי נישט די מציאות לכל הצורך

אישי איז וועלקאם

תודה למפרע

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 6:37 pm

ביי איבעי ווען יענער צאלט דורך פעיפאל ווערט יענעמ'ס קארטל גערעכענט גלייך ווען ער קויפט, אבער דאס געלט ווערט עוועילעבל פאר דיר נאך וואס דו שיקסט ארויס די אייטעם, עס זענען דא גרויסע סעלערס וואס האבן יא דאס געלט עוועילעבל פארדעם ווייל פעיפאל טראסט זיי אז זיי גייען שיקן דעם אייטעם

ביי איבעי ווען יענער צאלט מיט קרעדיט דארד, ווערט דאס קארטל גערעכענט גלייך ווען ער קויפט

ביי עמעזאן FBM, ווערט יענעמס קארטל גערעכענט ווען דו שיקסט ארויס די אייטעם

ביי עמעזאן FBA, ווערט יענעמס קארטל גערעכענט ווען עמעזאן שיקט ארויס די אייטעם
kraitchmah עט גימעיל

פרוכט בוים
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

תגובהדורך פרוכט בוים » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 5:58 pm

pm
איינער האט געברענגט צו מיינע עטענטשאן צו מען מעג שבת לאזן די אמאזאן אדווערטייסינג אפען, איך בין נאך נישט אנגעקומען צו פרעגן א דיין בין איך נייגעריג צו וויסן וואס דערעוילם טוט בכלל, און אויב איינער האט שוין אמאל געפרעגט א דיין צו מען מעג, און בכלל אויב עס איז שאלה

דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

תגובהדורך דורש ומבקש » מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 11:14 pm

פרוכט בוים האט געשריבן:pm
איינער האט געברענגט צו מיינע עטענטשאן צו מען מעג שבת לאזן די אמאזאן אדווערטייסינג אפען, איך בין נאך נישט אנגעקומען צו פרעגן א דיין בין איך נייגעריג צו וויסן וואס דערעוילם טוט בכלל, און אויב איינער האט שוין אמאל געפרעגט א דיין צו מען מעג, און בכלל אויב עס איז שאלה


Advertising ,פארוואס נישט, איך זעה נישט קיין שום שאלה

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 3:54 pm

הרה"ג ר' אשר מאן איז מתיר FBA אום שבת. מטעם אז זיי זענען ווי סעילס-לייט, און מ'דארף זיי נישט הייסן סטאפן שבת.

הרה"ג ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט"א (א באוואוסע ירא הוראה) האט מיר געענטפערט אז " איך זעה נישט דערין קיין שום שאלה", "אבער ס'דא רבנים וואס זענען עפעס נישט אזוי צופרידן דערמיט". ווען איך האב עם געדריקט צו ענטפערן קלאר, הלמאי, אלע שאלות פרעג איך פונעם דיין, וואס דארף איך טון מיט אזא פארעווע ענטפער..? האט ער מיר געהייסן אויך גיין צו הרה"ג ר' זלמן לייב פילאפף שליט"א (און בצירופו געבט ער א היתר).

דער לעצטער האט טאקע אויך מתיר געווען מטעם הנ"ל, עמעזאן איז נאר דער סעילסמאן. און ס'מותר אפילו זיי פראסעסן און קיקן עס שבת.

דאס איז אלעס געפרעגט געווארן "נאר איבער FBA". איבעי, אן אקשן בפרט (אזוי האב איך פארשטאנען) און נישט FBA דארפט איר עקסטער פרעגן.

אגב, די וואס האבן געשריבן דא "ווי קען א איד זוכן א היתר צו האלטן אפען ס'געשעפט שבת!", איז דער תירוץ 'ח"ו'. מיר האלטן נישט אפען ס'געשעפט שבת. עמעזאן איז נישט אונזערס.


ויאכלו ענווים וישבעו...

אני החו"מ דיברתי עם ג' הדיינים הנ"ל,
א פרייליכען שבת און א כתיבה וחתימה טובה מיט הרחבת הדעת און שפע ונחת

הק' פשוטער אידל
written using the Meshimer web filter

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:27 pm

דורש ומבקש האט געשריבן:
פרוכט בוים האט געשריבן:pm
איינער האט געברענגט צו מיינע עטענטשאן צו מען מעג שבת לאזן די אמאזאן אדווערטייסינג אפען, איך בין נאך נישט אנגעקומען צו פרעגן א דיין בין איך נייגעריג צו וויסן וואס דערעוילם טוט בכלל, און אויב איינער האט שוין אמאל געפרעגט א דיין צו מען מעג, און בכלל אויב עס איז שאלה


Advertising ,פארוואס נישט, איך זעה נישט קיין שום שאלה





איז טאקע נישטא קיין שום שאלה צו לאזן די אמאזאן אדווערטייסינג אפען???

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:00 pm

איך קען מיר נישט אויס אין די הלכה חלק אבער נעכטען נאכט האט מיר געזאגט א יונגערמאן נישט קיין גרויסע תנא קמא אז ער האט געוואלט זיין אפן סוכות אבער דאך אפשר מעג מען נישט האט ער אפגעמאכט אז ער וועט זען וויפיל ער וועט פארדינען פאר סוכות זאגט ער מיר אז אין די צוויי וואכן פאר סוכות האט ער פארדינט מער ווי די גאנצע פריערדיגע חודש ממילא גייט ער נישט זיין אפען ער זעט אז מ'באצאלט פון אויבן
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4952
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג מאי 13, 2016 5:00 pm

מ'זאגט אז ס'דא געשעפטן וואס פארשפארן זייער וועבסייט פאר שב"ק, כ'האב מיך אלס געוואונדערט וויאזוי ס'קוקט אויס ווען מ'קומט דארט אן שבת, אונז קען מיר דאך עס נישט זען אין שבת.

יעצט האב איך געזוכט א ספר, און כ'בין אנגעקומען צום וועבזייטל פון לעמהאנ'ס ספרים אין יוראפ, וואס דארט איז שוין יעצט שבת (און דאהי אין נ.י. נישט), און כ'האב געזען דעם מעסדזש

לעהמאנ'ס-ביום-השבת.jpg


כל השומר שבת כדת מחללו שכרו הרבה מאוד!

אשריכם ישראל!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » זונטאג מאי 15, 2016 3:36 pm

זייער א שיינע זאך אבער פארגעס נישט ער פארקויפט פאר שומרי שבת
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4952
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג מאי 20, 2016 2:06 pm

יעצט פרוביר איך צו זען עטליכע ספרים אויף אוצר החכמה וועבסייט, און כ'קען נישט עפענען די ספרים. האט דאס צו טון מיט דעם אז דארט איז שוין שבת?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
בדרך אפשר
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

תגובהדורך בדרך אפשר » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 9:54 pm

איז דא א חילוק פון שבת און יום טוב?

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 11:54 pm

סאיז נישט שווער צוצומאכן עמעזאן fba and fbm
אויב איינער וויל וויסן וויאזוי. ווייל ער וויל עס פארמאכן שבת. קען מיך קאנטאקטן אין אישי

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:22 pm

פאטעטא קוגל האט געשריבן:סאיז נישט שווער צוצומאכן עמעזאן fba and fbm
אויב איינער וויל וויסן וויאזוי. ווייל ער וויל עס פארמאכן שבת. קען מיך קאנטאקטן אין אישי

אין איין ווארט. ערב שבת טויש עס צו Fulfilled by Merchant
מוצאי שבת טויש עס צוריק צו Fulfilled by Amazon

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:25 pm

פאטעטא קוגל האט געשריבן:
פאטעטא קוגל האט געשריבן:סאיז נישט שווער צוצומאכן עמעזאן fba and fbm
אויב איינער וויל וויסן וויאזוי. ווייל ער וויל עס פארמאכן שבת. קען מיך קאנטאקטן אין אישי

אין איין ווארט. ערב שבת טויש עס צו Fulfilled by Merchant
מוצאי שבת טויש עס צוריק צו Fulfilled by Amazon


אויב איינער ווייסט וויאזוי מקען פארמאכן איבעי זאל מיר פליז לאזן וויסן

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:46 pm

עס איז דא אפציע פאר וויקאציע

(נאר אויב מען האט א סטאר)

אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 5:53 am

תגובהדורך אלטן דור » מוצ"ש נובעמבער 26, 2016 4:05 pm

ערגעץ ווי איז דא אמאהל געווען א הטמל וואס מען לייגט אריין אין די אייגענע וועב זייט און שבת פארמאכט זיך עס אליינס
קען איינער צייגן ווי דאס איז?

Growth hacker
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובהדורך Growth hacker » פרייטאג אפריל 27, 2018 12:40 pm

Does someone knows how to set my website not to process orders on shabbes?

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 1:34 pm

איז טאקע נישטא קיין שום שאלה צו לאזן די אמאזאן אדווערטייסינג אפען???

Growth hacker
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובהדורך Growth hacker » מיטוואך אפריל 24, 2019 1:08 am

Yoely האט געשריבן:איז טאקע נישטא קיין שום שאלה צו לאזן די אמאזאן אדווערטייסינג אפען???

It's allowed to advertise on shabbes


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט