שאלות אין הלכות שבת

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » זונטאג יוני 19, 2011 4:31 pm

פארוואס איז דאס בלויז א חומרא? עירוי כלי ראשון איז מבשל מעיקר הדין, אויב אזוי איז דאס א געהעריגע בישול וואס עס איז אסור צו טרינקען.

חוץ אויב דו מיינסט צו זאגן אז די קאווע איז שוין אמאל געווען נתבשל ואין בישול אחר בישול. איך געדענק אז עס איז דא א תשובה אין מנחת יצחק צו עס הייסט נתבשל, ער מאכט חילוקים צווישן די קאמפאניעס.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3153
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג יוני 19, 2011 4:33 pm

בקיצור ס'איז דא קאמפעניס וואס מ'מעג יא טרינקען בדיעבד, און ס'איז דא וואס נישט?
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » זונטאג יוני 19, 2011 4:34 pm

דאכט זיך, אויב זיינע כללים במציאות הדברים וואס ער האט געשריבן פערציג יאר צוריק זענען נאך היינט אקטועל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19054
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יוני 19, 2011 6:40 pm

עירוי כלי ראשון? מען לייגט דאך סיי ווי די שטויב אריין נאך די וואסער משום נולד איז דאך דאס א כלי שני.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג יוני 19, 2011 7:32 pm

ער זאגט אז ער האט עס געמאכט אזוי ווי אינדערוואכן.

בכלל זע איך א געוואלד מענטשן ארויפגיסן די וואסער פונם צווייטן גלעזל אויף די קאווע.

און אגב, פארשטיי איך נישט די מענטשן וואס נעמען א טריקענעם ריינעם גלעזל פאר די קאווע שטויב, און א נאסע גלעזעל אריינצוגיסן גראד פונם הייסן קראן!

ידעתי שיש ע"מ לסמוך, אבער אז מען האט א טריקנעם גלעזל, אידאך איפכא מסתברא?

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יוני 19, 2011 8:20 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:פארוואס איז דאס בלויז א חומרא? עירוי כלי ראשון איז מבשל מעיקר הדין, אויב אזוי איז דאס א געהעריגע בישול וואס עס איז אסור צו טרינקען.

חוץ אויב דו מיינסט צו זאגן אז די קאווע איז שוין אמאל געווען נתבשל ואין בישול אחר בישול. איך געדענק אז עס איז דא א תשובה אין מנחת יצחק צו עס הייסט נתבשל, ער מאכט חילוקים צווישן די קאמפאניעס.

טשולדיגט איך האב מיר נישט גענוג ערקלערט
מיין קאפ איז געלאפן לגבי שבת ווען ס'איז געווענליך דא סענץ, און מאנכע זענען מחמיר מיט דעם אלעם איבערצוגיסן

ביי שטויב איז לכאורה יא הארבער
ושמעתי מהגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א שבשב"ק אסור
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג יוני 19, 2011 8:54 pm

ווינקל האט געשריבן:בכלל זע איך א געוואלד מענטשן ארויפגיסן די וואסער פונם צווייטן גלעזל אויף די קאווע.

אני הקטן ביניך פון די מענטשן. כ'דענק שוין נישט פונקטליך.. באט אין די יונגע יארן ווען מ'האמיר געטון דערין איז אויסגעקומען אז דאס איז די בעסטע. כ'מיין אז כ'האב אזוי געהערט אויך פון מיין ראש ישיבה זאל זיין געזונט. דאס דענקיך נישט בבירור. דאס הייסט מען גיסט 'נישט' אויף די קאווע דיירעקט נאר אויף די ווענטל פונעם גלאז ווען די קאווע ליגט שוין דארט.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג יולי 11, 2011 8:10 am

מען מעג אויפבלאזן א באלון אין שבת?

בונה?
מכה בפטיש?

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג יולי 11, 2011 8:16 am

לכאורה וועסטו דאך מוזען מאכען א קניפ צום סוף
וועט דאך זיין א פראבלעם מיט קושר...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג יולי 11, 2011 8:26 am

אה, גערעכט...

איך האב געהאט א גאנצע וועלט מלחמה דעם שבת ווען איך בין פארבעטן געווארן אויפצובלאזן באלונען, און איך האב זיך געפלאגט צו באשלוסן אויב מען מעג אדער נישט. קושר איז מיר נישט געקומען אויפן געדאנק.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19054
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 11, 2011 8:57 am

יגעתי, בזכרוני שיש פסק ע"ז מהמנחת יצחק שלא לנפחו בפעם הראשונה לכאורה משום מכה בפטיש.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג יולי 11, 2011 9:21 am

הרב פארשלאפען
ווערט עפעס געטוישט אין דעם באלאן דארך עס צום ערשטען מאהל אויף צו בלאזען
לכאורה איז עס דאך געמאכט אויף אויף צו בלאזען און אויס צו לאזען עטליכע מאהל וויפיהל מען וויל
ממילא ווי אזוי איז דאס א מכה בפטיש?
לא לקנטר באתי אלא תורה היא וללמוד אני צריך...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מאנטאג יולי 11, 2011 11:33 am

ס'דא אסאך מענטשען וואס ציען אויס דער באלאן אפאר מאל, איידער מ'בלאזט אריין
ס'זאל זיך גרינגער בלאזען, הייסט דעיס אויך מכה בפטיש, לפי שיטת הרב פארשלאפען??????

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מאנטאג יולי 11, 2011 11:42 am

ווי קומט מכה בפטיש אריין דא?

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » מאנטאג יולי 11, 2011 12:00 pm

מעג איך לאזען מיין גוי ניצען מיין קאר אין שבת פאר זיינע אייגענע געברויכען???

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג יולי 11, 2011 12:06 pm

אויב מענשען ווייסען אז דאס איז דיין קאר לכאורה וואלט געמוזט זיין אסור...

אדעוואהל ווארטען מיר נאך אלץ אויף די תשובה פון הרב נים ולא נים תיר ולא תיר...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8876
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג יולי 11, 2011 2:36 pm

אודות השאלה וועגן די באלאן, ראה כאן בדף האחרון.

און וועגן די שאלה מיטן קאר, ווענד זיך אויב ער נעמט עס אין שבת צו פאר שבת, און אויב מען דערקענט אז דאס איז א אידישע קאר.
אבער בכל אופן איז כדאי צו פרעגן א רב אויף די זאך...

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מאנטאג יולי 11, 2011 3:08 pm

ייש"כ איבער די באלון

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג יולי 11, 2011 7:55 pm

ייש"כ למעלה משבעים און פארשלאפן.

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג יולי 12, 2011 5:44 am

וואס טוט מען מיטן פיינעם שטיקל סלייס-פיש, אראפ נעמען די הויט, די ביינער??? איז דא היתר בשעת'ן עסען יא ארויס צו נעמען די ביינער? שמעתי שיש מחלוקת ע"ז...
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג יולי 12, 2011 5:47 am

דער בית הלוי זאגט אז וועגען די פראבלעמען איז טאקע איינגעפירט צו עסען געפילטע פיש
דאס הייסט קוילען פון געמאלענע פיש...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג יולי 12, 2011 6:18 am

msp האט געשריבן:דער בית הלוי זאגט אז וועגען די פראבלעמען איז טאקע איינגעפירט צו עסען געפילטע פיש
דאס הייסט קוילען ??? פון געמאלענע פיש...

עסט מען דען נאר געפילטע?
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג יולי 12, 2011 7:02 am

א וועכנטליכע שאלה דארף מען וויסן די הלכה אן איי-וועלט...

די משנ"ב אין סי' שי"ט האט א שטיקל לימוד זכות אויף די וואס זענען מקיל בשעת אכילה ממש (ד.מ. דרך אכילה יעדע שטיקל באזונדער בשעת ער עסט דאס) אראפצונעמען די ביינער, אבער די חזו"א שרייבט אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף די היתר.
דאס איז א שאלה פון חילול שבת מן התורה.

---
מ.ס.ף. וואו שרייבט די בית הלוי איבער געפילטע פיש?

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג יולי 12, 2011 7:27 am

כך מקובלני
איך וועל נאכזוכען
אף הענד געדענק איך נישט
קוילען איז א ווארט וואס מיין באבע זזג נוצט
אויף ענגליש מיינט עס באלל...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

ליסקא אייניקעל
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2011 9:27 pm

תגובהדורך ליסקא אייניקעל » דינסטאג יולי 12, 2011 1:17 pm

שויתי'ניק האט געשריבן:וואס טוט מען מיטן פיינעם שטיקל סלייס-פיש, אראפ נעמען די הויט, די ביינער??? איז דא היתר בשעת'ן עסען יא ארויס צו נעמען די ביינער? שמעתי שיש מחלוקת ע"ז...


כ'ווייס אז ביי אונז איז מקובל ז' השערי הישר מליסקא האט מתיר געוועהן, צוליב שזהו דרך אכילתן
כמדומה לי אז די ביאור הלכה און סי' שי"ט ברענגט אראפ די שו"ת צ"צ אויך להיתר אלס זהו דרך אכילתן


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 3 געסט