שאלות אין הלכות שבת

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 8:46 pm

מיין דיין סאטמאר מאנסי שליט"א זאגט ברבים אז געבויט אויף וואס די קארליסבורגער בי"ד צידי ההיתר איז דאס מותר. ער זאגט דאס ביי שיעורים, ער איז דאס מסביר מיט אלע צידי ההלכה. כ'קען עס נישט אזוי גוט ארויסברענגען על הכתב.

אוועטאר
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:53 pm

תגובהדורך גאון הגאונים » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 8:57 pm

אין סאטמאר מאנטריאל איז געווען א מיטינג מיט די דיינים פון די קהלה איבער דעם מען האט עס נישט געוואלט מתיר זיין

מאמין באמת
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 07, 2018 6:21 am

שאלה בהלכות שבת

תגובהדורך מאמין באמת » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 7:19 am

ב"ה
איך האב השאלה אין הלכות שבת לגבי הויב איך געי אין א פלאץ וואס סי איז נישטא קין עירוב און איך געי האן א זייגער! און אינמיטן וועג טרעף איך א איד וואס הער איז ניט קין שומתו"מ. צודען טאר איך העם פרעגן וויפל איז דער זייגער? צו איך זאג אז איך האב א פרובלעם פון מעשה שבת וויל ווענישט זיין טלטול וואלט איך נישט גיהאט דא א זייגער! (סי רעטצאך האף א זייגער וואס איך האב נישט קיין היתר פון בגד/תכשזיט סי איז א קעשינע זייגער)
כל טוב וטב.

אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

תגובהדורך אוי וויי טאטע » מאנטאג פאברואר 12, 2018 2:40 pm

אם היהודי הלזה הוא בגדר 'מזיד' אסור, אף דהוי בפשטות רק דרבנן מכיון שאין לנו רשה"ר דאורייתא אפ"ה אסור אף לאחרים במזיד,עי' סי' שי"ח בביאה"ל' ועי' שם עוד דאף די"ל דלא מיקרי מעשה שבת כיון שלא נעשה מעשה בגוף החפץ כפי שוהזכר סברא זו בחיי אדם הל' שבת כלל א ה"ט אבל כ"ז הוא בשוגג אבל במזיד אסור, חוץ אם היהודי הלז דינו כשוגג (תינוק שנשבה) אולי יש להתיר ולמעשה כמובן תשאול מורה הוראה.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג פאברואר 12, 2018 3:17 pm

איך האב נאך נישט געזען דא ארום רעדן איבער די נייע SHABLED. ווייסט איינער ווי אזוי דאס ארבייט? און זענען דא בירורים להלכה איבער דעם?
SHABLED.PNG
SHABLED.PNG (128.19 KiB) געזעהן 1086 מאל

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג פאברואר 12, 2018 3:23 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:איך האב נאך נישט געזען דא ארום רעדן איבער די נייע SHABLED. ווייסט איינער ווי אזוי דאס ארבייט? און זענען דא בירורים להלכה איבער דעם?
SHABLED.PNG

לויט ווי איך האב פארשטאנען ליגט די לייט אין די אינטערשטע חלק אין די לעדל פארדעקט עס
לכאורה ריקט זיך עס ווייניגער ווי די ביז יעצטיגע שבת לעמפס

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג פאברואר 12, 2018 3:29 pm

איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט אז ס'רוקט זיך ווייניגער.

איך זעה צוויי זאכן. אז ס'האט א זייגער און א ס'האט א לעדל. איז דאס א מעלה אין הלכות מקוצה.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג פאברואר 18, 2018 10:38 pm

ווער קען מיר מסביר זיין ?
clock.jpg
clock.jpg (247.17 KiB) געזעהן 1016 מאל

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג פאברואר 18, 2018 10:45 pm

ווי אזוי הייסט די ווייסער גלאז מיט זאלץ\ציקער וואס מ'דרייט איבער אין ס'גיסט זיך אראפ? נישט קיין קלאק?

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » פרייטאג מאי 25, 2018 1:19 pm

איז פארהאן אן ענין נישט צו ארבעטן ערב שבת נאך חצות?
אויב יא, וואו איז די ערשטע מקור?
הלכה? חומרא? מנהג? חסידות?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

תגובהדורך ירושליימער ייד » מוצ"ש מאי 26, 2018 6:31 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:איז פארהאן אן ענין נישט צו ארבעטן ערב שבת נאך חצות?
אויב יא, וואו איז די ערשטע מקור?
הלכה? חומרא? מנהג? חסידות?

דער פמ"ג א"א תרכ"ה א' פסקנ'ט אזוי לגבי בניית סוכה [כאטש סי איז א דבר מצוה] וז"ל
בערב שבת אחר חצות י"ל דאסור, עיין סימן רנ"א [סעיף א בהגה] דרך קבע אסור, וצ"ע.

דער ביאור הלכה דארט בריינגט איהם, ועיין פסקי תשובות סימו רנא.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג יולי 09, 2018 10:16 am

מעג מען נוצן שבת די מיטעלסטע חלק פון די געז טאפ כדין "שהייה", אזוי ווי א בלעך?

לכאורה דארף עז זיין אזוי ווי א בלעך. מ'דארף נאר צו לייגן א שטיקל היכר אויף די קנאבס.
צוגעלייגטע
5e249884-26a4-4a9b-81df-8b9e08a06003.jpg.w960.jpg
5e249884-26a4-4a9b-81df-8b9e08a06003.jpg.w960.jpg (41.78 KiB) געזעהן 572 מאל
56601364-59ab-4654-be7d-750c1dd51dbc.jpg.w960.jpg
56601364-59ab-4654-be7d-750c1dd51dbc.jpg.w960.jpg (71.95 KiB) געזעהן 572 מאל
24cd63c3-54c4-4120-96d2-fead8d47ee16.jpg.w960.jpg
24cd63c3-54c4-4120-96d2-fead8d47ee16.jpg.w960.jpg (80.07 KiB) געזעהן 572 מאל
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4823
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג יולי 09, 2018 12:03 pm

על פי הלכה איז היינט קיין דין שהייה כמעט נישט פארהאן, היות אונז זענען שוין מחמיר נישט צו טוען קיין מלאכה פון די שקיעות הגאונים כדין בין השמשות, איז ביים זמן מערב איז שוין סייווי נערמאל אלע מאכלים שליש בישולו, און ערגער פון בין השמשות איז ע זיכער נישט.

די שאלה איז נאר אויב איינער וויל מחמיר זיין ווי די רי"ף [ביי א רויע שטיקל בשר בהמה וואס קען קאכן 6 שעה] און איז א מצטמק ויפה לו. והעיקר לגבי חזרה,
יעצט לגבי א היכר איז א מחלוקת האחרונים ווי די היכר דארף זיין צו אויפן דרייער, ווי מען מאכט גרעסער און קלענער די פלאם, צו אויפן פייער אליין צו מאכן א מעשה פון קלענער מאכן די היץ, עפ"ה מיין איך נעמען מיר אן די עיקר אויפן דרייער, אבער המחמיר תבא עליו ברכה,

יעצט וואס איז די שאלה פון די מיטעלסטע פלאם פאר וואס זאל עס זיין ווי א בלעך? ליגט ע נישט דארט א גאנצע וואך?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

נייע שבת צינדער

תגובהדורך בר דעת » מאנטאג יולי 09, 2018 1:46 pm

איינער האט געזעהן די נייע להדליק צינדער?

עס ארבייט עלעקטראניש, אן קיין גאז. ווען מען רוקט די קנעפל קומט ארויס א קליינע פלאם, און ווען מען לאזט עס אויס לעשט זיך אויס די פלאם.
לכאורה איז עס א ערענסטע פראבלעם פאר די וואס פירן זיך נישט אויסצולעשן די קנויט / מעטש נאכן צינדען אלע לעכט, אפילו מען האט נאכנישט געמאכט די ברכה.

עס איז א מחלוקת אין די פוסקים אויב די איסור פון אויסלעשן די פתילה איז נאר פאר די וואס פירן זיך צו מאכן די ברכה פארן צינדען, אדער אפילו פאר אונז וואס מען פירט זיך צו מאכן די ברכה נאכן צינדען איז אויך א פראבלעם אויסצולעשן די פייער, וויבאלד די פרויען זענען שוין מקבל שבת מיטן צינדען אליין.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג יולי 09, 2018 3:07 pm

בר דעת האט געשריבן:איינער האט געזעהן די נייע להדליק צינדער?

עס ארבייט עלעקטראניש, אן קיין גאז. ווען מען רוקט די קנעפל קומט ארויס א קליינע פלאם, און ווען מען לאזט עס אויס לעשט זיך אויס די פלאם.
לכאורה איז עס א ערענסטע פראבלעם פאר די וואס פירן זיך נישט אויסצולעשן די קנויט / מעטש נאכן צינדען אלע לעכט, אפילו מען האט נאכנישט געמאכט די ברכה.

עס איז א מחלוקת אין די פוסקים אויב די איסור פון אויסלעשן די פתילה איז נאר פאר די וואס פירן זיך צו מאכן די ברכה פארן צינדען, אדער אפילו פאר אונז וואס מען פירט זיך צו מאכן די ברכה נאכן צינדען איז אויך א פראבלעם אויסצולעשן די פייער, וויבאלד די פרויען זענען שוין מקבל שבת מיטן צינדען אליין.

איז דאס עפעס ערגער ווי די וואס פירן זיך צו ניצן א שיינע זילבערנע האלטער מיט א לעכט דערין?

דארט איז דא די זעלבע פראבלעם. (חוץ אויב מ'געבט דאס איבער פאר א צווייטן אויסצולעשן?).

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מאנטאג יולי 09, 2018 3:16 pm

אז מען לייגט אראפ די צינדער שטייטערהייט און עס לעשט זיך אליינס אויס איז נישט קיין פראבלעם.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יולי 10, 2018 1:19 am

נא_שכל האט געשריבן:מעג מען נוצן שבת די מיטעלסטע חלק פון די געז טאפ כדין "שהייה", אזוי ווי א בלעך?

לכאורה דארף עז זיין אזוי ווי א בלעך. מ'דארף נאר צו לייגן א שטיקל היכר אויף די קנאבס.


סאדאם חוסעין האט געשריבן:יעצט לגבי א היכר איז א מחלוקת האחרונים ווי די היכר דארף זיין צו אויפן דרייער, ווי מען מאכט גרעסער און קלענער די פלאם, צו אויפן פייער אליין צו מאכן א מעשה פון קלענער מאכן די היץ, עפ"ה מיין איך נעמען מיר אן די עיקר אויפן דרייער, אבער המחמיר תבא עליו ברכה,

יעצט וואס איז די שאלה פון די מיטעלסטע פלאם פאר וואס זאל עס זיין ווי א בלעך? ליגט ע נישט דארט א גאנצע וואך?

מ׳ברויך האבן א היכר (גרוף וקטום) אויף ביידע. סיי אויפן פייער און סיי אויפן דרייער. אמאל פלעגט נישט זיין די פייער דא און דרייער דארט.

דאס איז די ענין פון א בלעך איז טאקע פאר א היכר, וועגן דעם ניצן מיר די בלעכ׳ן מיט א שטיקל וואס דרייט זיך אויף אראפ אויפן דרייער. כ׳בין נישט קיין דיין, אבער אויב פארשטייעך גוט די שאלה פון נא-שכל, קען די אייזערנע רעעק וואס ״באלאנגט פארן געז רענדזש״ נישט דינען אלטס א היכר, אווי סאדאם זאגט, ס׳ליגטעך דארט במשך׳ן וואך. מיז מען אויף דעם ארויפלייגן א בלעך ס׳זאל זיין אנדערש.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4823
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג יולי 10, 2018 11:24 pm

עס איז א מחלוקה אין די אחרונים וואס די קטומה איז צו אלץ פארקערטע פעילה צו מאכן קלענער די פייער, וואס מיט די מעשה צו מאכן קלענער די פייער וועט מען געדענקען אז עס איז שבת,אויב יא דארף עס זיין צו אויפן פלאם צו מאכן קלענער די פייער.
צו עס איז אלץ א דערמאנינג מען זאל נישט מחתה זיין וואס לויט דעם דארף עס ליגען דארט ווי מען מאכט גרעסער דעם פייער,

מען ברויך קלאר נישט האבן אויף ביידע עס איז אדער אדער, חוץ אויב מען וויל מחמיר זיין צו ביידע שיטות.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך יולי 11, 2018 12:02 am

מ'קען קאכן אן די אייזן אינדערמיט, און ס'איז געמאכט צו קאכן אנדעם, למשל א מענטש האט א לאנגע פיש טאפ וכדומה, לייגט מען דעם טאפ אויף די אייזענעס פון דער זייט און מ'נוצט נישט די גרידעל אייזן אינדערמיט, ווייל ס'פארקלענערט די פייער. די עלטערע מאדעלס קומען אן די גרידל נאר מיט די פייער אינדערמיט.

אבער פארשטייט זיך אז ס'איז אויך געמאכט צו נוצן מיט די אייזן אינדערמיט.

ווען מ'קאכט מיט א טאפ נוצט מען געווענליך נישט די אייזן, און ווען מ'וויל קאכן אן טאפ דירעקט אויפן פייער צו גרילן וכדומה דאן נוצט מען די אייזן.

ממילא איז די שאלה אויב מ'לייגט ערב שבת א טאפ אויף די אייזן אויב ס'איז גענוג צו רעכענען די אייזן אלס א צודעק און הפסק פון די פייער? ווייל בדרך כלל ווען מ'לייגט א טאפ דארט נוצט מען נישט די אייזן און יעצט אז יא איז דאס א היכר.

את"ל אז דאס אליינס איז נישט גענוג, וואס איז אויב מ'דעקט אויך צו די כפתורים - דרייערס - קנאבס?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm

שאלות אין הלכה m1

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג יולי 16, 2018 9:04 pm

וואס איז די שיעור תחום שבת ווען מען רעכנט מיט פיס?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 16, 2018 10:39 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:וואס איז די שיעור תחום שבת ווען מען רעכנט מיט פיס?

דא האסט די לפי דעם חזון איש
באמת איז תחומין נישט א זאך וואס מען פסקנ'ט טליין
ווי אזי מעסט מען גבולים פון א שטאט? פון א באנגאלא קאלאני?
פון ווי מעסט מען די שבעים אמה?
ווי אזוי מעסט די די תחום אין די קאנטרי מיט א דרייעדיג ROAD ?
ווי אזוי מעסט מען הרים וגבעות?
Scan.jpg
Scan.jpg (249.69 KiB) געזעהן 450 מאל

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יולי 16, 2018 10:45 pm

דאס איז א קנאפע דריי פערטל מייל
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 16, 2018 10:52 pm

צו געזונט האט געשריבן:דאס איז א קנאפע דריי פערטל מייל

0.7207906

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג יולי 16, 2018 11:14 pm

קיקיון האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:דאס איז א קנאפע דריי פערטל מייל

0.7207906

תודה

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג יולי 16, 2018 11:18 pm

קיקיון האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:וואס איז די שיעור תחום שבת ווען מען רעכנט מיט פיס?

דא האסט די לפי דעם חזון איש
באמת איז תחומין נישט א זאך וואס מען פסקנ'ט טליין
ווי אזי מעסט מען גבולים פון א שטאט? פון א באנגאלא קאלאני?
פון ווי מעסט מען די שבעים אמה?
ווי אזוי מעסט די די תחום אין די קאנטרי מיט א דרייעדיג ROAD ?
ווי אזוי מעסט מען הרים וגבעות?
Scan.jpg


לחומרא קען מען זיכער אליינס רעכענען, דהיינו מען פרעגט דעם גוגל הדור וויפיל איז די דיסטענס פון דא צו דא..


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט