שאלות אין הלכות שבת

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג פאברואר 19, 2012 2:05 pm

חחח, אין שו"ע שטייט ארויס וועגן צולאזן, די שאלה איז דא אויב מאכן איז אינגאנצו דומה אדער נישט.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג פאברואר 19, 2012 2:21 pm

אזוי האב איך טאקע געשריבן
חחחחחחחחח
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

kls7777
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 9:16 am

תגובהדורך kls7777 » פרייטאג מארטש 23, 2012 12:41 pm

May I have my online store open in shobbes ?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20260
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מארטש 23, 2012 1:16 pm

כבוד הרב קלס זזזז, זע דא:
viewtopic.php?t=13460
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג מאי 07, 2012 11:30 pm

איזעי האט געשריבן:
נתן דוב האט געשריבן:איך זעי אז סליק בעבי ווייפס - האט א היתר פון הרב יחזקאל ראטה.. וואס איז געבויט די היתר ?
איז עס טאקע נאר גילטיג ביי סליק ברענד ?


מען האט שוין גערעדט וועגן די שאלה פון בעיבי ווייפס אויבן, אבער קיין תירוץ אויף די צוויי שאלות האט מען נישט געברענגט, איז דער גאנצער היתר נאר געבויט צוליב דעם וואס עס איז נישט גדולי קרקע?
און צו איז עס גילטיג נאר ביי דעם ברענד?

אויסער דעם מיר ליגט עפעס אין קאפ, אז עס איז שוין דא עפעס א הכשר אויף "שבת'דיגע" בעיבי ווייפס פון די התאחדות הרבנים, אפשר מאך איך א טעות?


איינע פון די התירים פין ר' יחזקאל איז צוליב די מאס נאסקייט פין די פירמע בעבי ווייפס {איך געדענקט נישט פינקטליך די פסק}

למעשה שטעלט זיך לעצטענס ארויס די מציאות, אז די צווייטע האלבע פעקל ווייפס איז אייביג דאפעלט נאסער ווי די ערשטע האלבע פעקיל, ממש עס רינט ווייסער דערפון,

איז די שאלה, אויף וועלכע אופן האט מען עס מתיר געווען? און וועלכע העלפט מעג מען ניצען?

עס איז א שאלה וואס איז נטגע להלכה,איז דא דא איינער וואס האט א קאנעקשן צו די בי"ד פין ר' יחזקאל?

אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 9:46 pm

תגובהדורך גובערנאטור » מאנטאג מאי 07, 2012 11:33 pm

ביד"צ להוראה קארלסבורג
718-753-3613

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג מאי 08, 2012 2:53 pm

די היתר פון קארלסבורגער בית דין איז א שווערער היתר, און לפענ"ד איז א עולה פון די קאמפאני, ווען אידן וווייסן ווען אויף וואס זיי פארלאזן זיך, וואלטן אסאך אידן נישט געניצט, לכמה פוסקים איז עס א דאורייתא.

זיי זאגן אז עס איז נישט קיין גדולי קרקע במילא איז עס א דרבנן, און במקום כבוד הבריות איז עס מותר.
1) פארוואס איז עס א כבוד הבריות? מען קען דאך נעמען די בעיבי שפריץ, אדער סיי וואס מען האט געניצט ביז היינט, און עס האט קיינעם גארנישט געפעלט.
2)נישט אויף יעדע פאל איז עס א כבוד הבריות, אויף דעם שרייבן זיי דארט דברים שא"א לכותבן במכת"ה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג מאי 08, 2012 2:54 pm

וחוץ מזה איז ווי ווייניגער נאס אלס מער קווועטשט מען ודו"ק
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 12:34 am

תגובהדורך גיי_ווייס » מיטוואך יוני 20, 2012 1:06 am

ס'דא וואס פירען זיך נישט צו שניידן די נעגל דאנערשטיג ווייל נעגל וואקסט נאך דריי טעג און עס וועט אויסקומען אז סוועט אנהייבן וואקסן אים שבת.
ווייסט איינער א מקור?
און וואס איז בכלל די אסור אז ס'וואקסט אים שבת?
_________________________x

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9163
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך יוני 20, 2012 1:42 am

ס'איז דא א גאנצע אשכול דערוועגן viewtopic.php?p=95554#p95554

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך יוני 20, 2012 10:35 am

גיי_ווייס האט געשריבן:ס'דא וואס פירען זיך נישט צו שניידן די נעגל דאנערשטיג ווייל נעגל וואקסט נאך דריי טעג און עס וועט אויסקומען אז סוועט אנהייבן וואקסן אים שבת.
ווייסט איינער א מקור?
און וואס איז בכלל די אסור אז ס'וואקסט אים שבת?


עיין בשו"ע סימן רסא
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 12:34 am

תגובהדורך גיי_ווייס » מיטוואך יוני 20, 2012 1:43 pm

שכוח ביידע
_________________________x

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך יוני 20, 2012 2:36 pm

אנטשולדיגט עס איז סימן רס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג ינואר 05, 2015 10:36 pm

דעם שבת (ויחי) האב איך געלערנט מיט מיין יונגל די רש"י אויפן פסוק 'בני הם אשר נתן לי אלוקים בזה', זאגט רש"י דארט הראה לו שטר אירוסין ושטר כתובה וכו', פרעגט מיר מיין יונגל אויב איך האב א כתובה, ער וויל זעהן וויאזוי ס'זעהט אויס. איך האב איהם עס געוואלט ברענגען, אבער עס איז מיר איינגעפאלן אז אפשר איז עס מוקצה אלס א שטר וכו'. וואס איז טאקע די הלכה? איז א כתובה מוקצה?
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג ינואר 06, 2015 10:07 pm

ניין, א זאך וואס מ'מעג ליינען שבת איז נישט מוקצה.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דינסטאג ינואר 06, 2015 11:27 pm

נו! ניט....

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג ינואר 06, 2015 11:31 pm

סארי פארגעסן. אבער איך מיין א הלכה למעשה מעג מען. שוין וואטער....

אוועטאר
ניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:21 pm

תגובהדורך ניקעל » מיטוואך ינואר 07, 2015 10:57 pm

דאכטצך סהאט הלכה. מוקצה מחמת חסרון כיס

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 10:35 am

אינטערסאנטע שאלה אין הלכות שבת סימן ש"ח הלכות מוקצה

וועלכע כלי קען זיין
איין וואך האט עס די דין ווי א מוקצה מחמת חסרון כיס
איין וואך האט עס די דין ווי א מוקצה מחמת גופו
איין וואך האט עס די דין ווי א כלי שמלאכתו לאיסור
איין וואך האט עס די דין ווי א כלי שמלאכתו להיתר
איין וואך האט עס די דין ווי כוסות וקערות המיחדים לסעודה

ווער קען עס ענטפערן??
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 3:17 pm

kyshtiper האט געשריבן:אינטערסאנטע שאלה אין הלכות שבת סימן ש"ח הלכות מוקצה

וועלכע כלי קען זיין
איין וואך האט עס די דין ווי א מוקצה מחמת חסרון כיס
איין וואך האט עס די דין ווי א מוקצה מחמת גופו
איין וואך האט עס די דין ווי א כלי שמלאכתו לאיסור
איין וואך האט עס די דין ווי א כלי שמלאכתו להיתר
איין וואך האט עס די דין ווי כוסות וקערות המיחדים לסעודה

ווער קען עס ענטפערן??

א מעסער

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 3:50 pm

דיעל האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:אינטערסאנטע שאלה אין הלכות שבת סימן ש"ח הלכות מוקצה

וועלכע כלי קען זיין
איין וואך האט עס די דין ווי א מוקצה מחמת חסרון כיס
איין וואך האט עס די דין ווי א מוקצה מחמת גופו
איין וואך האט עס די דין ווי א כלי שמלאכתו לאיסור
איין וואך האט עס די דין ווי א כלי שמלאכתו להיתר
איין וואך האט עס די דין ווי כוסות וקערות המיחדים לסעודה

ווער קען עס ענטפערן??

א מעסער


אז די ווייסט יא זיי מסביר ווי אזוי
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 3:58 pm

kyshtiper האט געשריבן:
דיעל האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:אינטערסאנטע שאלה אין הלכות שבת סימן ש"ח הלכות מוקצה

וועלכע כלי קען זיין
איין וואך האט עס די דין ווי א מוקצה מחמת חסרון כיס
איין וואך האט עס די דין ווי א מוקצה מחמת גופו
איין וואך האט עס די דין ווי א כלי שמלאכתו לאיסור
איין וואך האט עס די דין ווי א כלי שמלאכתו להיתר
איין וואך האט עס די דין ווי כוסות וקערות המיחדים לסעודה

ווער קען עס ענטפערן??

א מעסער


אז די ווייסט יא זיי מסביר ווי אזוי

מוהל ממח"כ
חרצנים כשמל"א
מוהל בשעת מילה לכמה פוסקים כשמל"ה
סתם איז עס ככלי סעודה

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12620
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

קען זיך נישט מישב זיין וואס צו טיען מיט א מעסער

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 5:08 pm

דער זעלבער מעסער ??
איין וואך האט עס די דין ווי א מוקצה מחמת חסרון כיס
און עס איז שטומפיג געווארען מען קען שוין נישט פאררעכטען
ווערט עס א מוקצה מחמת גופו
און ער האט עס פארראכטען למחצה גענג אויף חרצנים
האט עס די דין ווי א כלי שמלאכתו לאיסור
ווייטער ?
איין וואך האט עס די דין ווי א כלי שמלאכתו להיתר
איין וואך האט עס די דין ווי כוסות וקערות המיחדים לסעודה

מוהל ממח"כ
חרצנים כשמל"א
מוהל בשעת מילה לכמה פוסקים כשמל"ה
סתם איז עס ככלי סעודה

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג נובעמבער 22, 2015 9:57 am

מחותן האט געשריבן:
איזעי האט געשריבן:
נתן דוב האט געשריבן:איך זעי אז סליק בעבי ווייפס - האט א היתר פון הרב יחזקאל ראטה.. וואס איז געבויט די היתר ?
איז עס טאקע נאר גילטיג ביי סליק ברענד ?


מען האט שוין גערעדט וועגן די שאלה פון בעיבי ווייפס אויבן, אבער קיין תירוץ אויף די צוויי שאלות האט מען נישט געברענגט, איז דער גאנצער היתר נאר געבויט צוליב דעם וואס עס איז נישט גדולי קרקע?
און צו איז עס גילטיג נאר ביי דעם ברענד?

אויסער דעם מיר ליגט עפעס אין קאפ, אז עס איז שוין דא עפעס א הכשר אויף "שבת'דיגע" בעיבי ווייפס פון די התאחדות הרבנים, אפשר מאך איך א טעות?


איינע פון די התירים פין ר' יחזקאל איז צוליב די מאס נאסקייט פין די פירמע בעבי ווייפס {איך געדענקט נישט פינקטליך די פסק}

למעשה שטעלט זיך לעצטענס ארויס די מציאות, אז די צווייטע האלבע פעקל ווייפס איז אייביג דאפעלט נאסער ווי די ערשטע האלבע פעקיל, ממש עס רינט ווייסער דערפון,

איז די שאלה, אויף וועלכע אופן האט מען עס מתיר געווען? און וועלכע העלפט מעג מען ניצען?

עס איז א שאלה וואס איז נטגע להלכה,איז דא דא איינער וואס האט א קאנעקשן צו די בי"ד פין ר' יחזקאל?

איינער ווייסט די סטאטוס פון סליק ווייפס היינט צוטאגס? קיין הכשר האט עס מער נישט, אבער די קאמפאני שרייבט אז ס'איז כשר פאר שבת, אין שטוב רעדט מען זיך אפ אז ס'איז נאסער ווי אמאל, סאו איז דאס מותר אדער נישט?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20260
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 22, 2015 10:30 am

מי יודע, איני יודע, אלענפאלס מיין דיין האט עס קיינמאל געוואלט מתיר זיין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט