שאלות אין הלכות שבת

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג יולי 18, 2011 2:29 pm

איך קען נישט דעם טעכניק דערפון, איך האב אזא פריזער וואס צינד זיך אן א מאשין יעדעס מאל מען מאכט צו דעם טיר, און מען טאר עס נישט ניצן שבת.

מען קען קויפן א שפעציעלן מאשין דעזיינד פאר שבת (כ'דענק נישט וויאזוי ס'הייסט), עס קאסט בערך 2-3 מאות. (איך האב עס נישט).

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג יולי 19, 2011 3:43 am

נו איז דאך א גוטע עצה
אסר בשביל שתתעשר
איינער זאל מאכען פריזערס און פרידזשידערס כשרים למהדרין מן המהדרין....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » זונטאג יולי 31, 2011 10:08 am

מען מעג מאכן אייז שבת?

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » זונטאג יולי 31, 2011 10:11 am

ניין קלאר איז נישט ...
כ'האב אבער נישט קיין מקור ..
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » זונטאג יולי 31, 2011 10:16 am

פארוואס ביסטו אזוי קלאר?

אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע: נו.... גילוי!!

תגובהדורך סמארט » זונטאג יולי 31, 2011 10:19 am

לכאורה א פראבלעם פון נולד אז דו מאכסט א נייע זאך
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » זונטאג יולי 31, 2011 12:23 pm

צים פינטעל האט געשריבן:מען מעג מאכן אייז שבת?

עי' בשש"כ שמביא התשו' מהרב מטשעבין שאסור, משום בונה או נולד, איני זוכר כעת, ומביא הרבה חולקים ע"ז
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

תגובהדורך באגי מען » זונטאג יולי 31, 2011 1:08 pm

הרב הארפענעס בספרו נשמת שבת פסק'נט אז אין די זומער טעג בעת הצורך יש להקל, אבער מ'מוז עס אויפעסן נאך אום שבת (אלס איסור פון הכנה משבת לחול).

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » זונטאג יולי 31, 2011 2:50 pm

סתם פאר אינטערסאנטקייט, ס'שטייט מ'זאל נישט טרינקען וואסער פין א קאוואל צווישן שבת פארנאכטס,
ווען איז דאס נוגע, וואסער פין היינט איז דאך שוין ארויס פאר שבת, פין אמאל האט מען געברענגט פאר שבת ווייל מ'טאר דאך נישט טראגען,
אלא מאי רעדט מען נאר פין א קליינע קוואל וואס איז אין א עירוב?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » זונטאג יולי 31, 2011 3:25 pm

leiby האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנטקייט, ס'שטייט מ'זאל נישט טרינקען וואסער פין א קאוואל צווישן שבת פארנאכטס,
ווען איז דאס נוגע, וואסער פין היינט איז דאך שוין ארויס פאר שבת, פין אמאל האט מען געברענגט פאר שבת ווייל מ'טאר דאך נישט טראגען,
אלא מאי רעדט מען נאר פין א קליינע קוואל וואס איז אין א עירוב?

רצ''א
הגה י"א דאסור לשתות מים בין מנחה למעריב בשבת דאז חוזרות הנשמות לגיהנם (משנ''ב - דאז חוזרות - ר"ל דאז קרוב לזמן החזרה לגיהנם ואיתא במדרש כל השותה מים בשבת בה"ש כאלו גוזל קרוביו המתים ועיין במרדכי פרק ערבי פסחים באורו:) וע"כ אין לאכול סעודה שלישית (משנ''ב- דפן יבוא גם לשתות ) בין מנחה למעריב אלא יאכל אותה קודם מנחה (תוספות והרא"ש ומרדכי פרק ע"פ) וי"א דיותר טוב להתפלל מנחה תחלה (רמב"ם וטור והגמ"ר והגמי"י פ"ל ואגור) וכן נוהגים לכתחלה בכל מדינות אלו ומ"מ אין לשתות מים מן הנהרות אבל בבית שרי וכ"ש שאר משקין דשרי (הגמי"י פ"ל) וי"א דאין אסור אלא תוך י"ב חודש על אביו ואמו (אגודה ומרדכי פ' ע"פ) וי"א דאיסור זה של שתיית מים אינו רק בע"ש (תוספות והרא"ש ומרדכי בשם ר' משולם והגמי"י):

חוץ אויב דו רעסט פון עפעס אנדערש
טאמער רעדסטו פון שבת צונאכט'ס שטייט אין רצ''ט
וי"א לדלות מים בכל מו"ש כי בארה של מרים סובב כל מו"ש כל הבארות ומי שפוגע בו וישתה ממנו יתרפא מכל תחלואיו (כל בו) ולא ראיתי למנהג זה

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

מחשיך על התחום לדבר מצוה

תגובהדורך בונמס זיידע » דינסטאג ינואר 31, 2012 4:44 pm

זוגתי שתחי' איז אין א חברא קדישא, איין עש"ק האט די גבאי'טע ג'בעטען אז זי זאל זיין ביים זמן מוצ"ש ביי איר אינדערהיים ווייל די צייט איז ג'ווען ענג
האבען מיר ג'האט די ברירות
א) כ'זאל ווארטען מיט הבדלה ביז נאך די טהרה
ב) דאווענען מעריב ביי 60 און מאכען הבדלה ביי 72
ג) מאבען הבדלה פאר מעריב און דאווענען מעריב און שומרי שבת
ד) זי זאל הערען הבדלה ביי 60 פון דעם מאן פון די גבאיט'ע (דער חשש פון מג"א ?)

עס איז ג'ווען נוגע נאר פאר אונז די קינדער זענען ב"ה אלע פאר זיך
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????

משה'עלע
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

מוקצה

תגובהדורך משה'עלע » זונטאג פאברואר 12, 2012 3:44 am

א עלקטראנישער מאנוטער וואס איז ספעציעל געמאכט פאר א חולה וואס ממעג עס ניצען אום שבת הייסט א כלי שמלאכתו לאיסור אדער להיתר? דהיינו בלאו וואס סאיז פאר א חולה וואלט מען עס נישט געטורט ניצען אום שבת אבער ממעג עס ניצען פאר א חולה און דער גאנצער כלי איז נאר פאר חולים רח"ל.
אין חכמה כחכמת התורה (פרמ"ג הל' חנוכה סימן תר"ע) ואין חכמיה כישראל

להבין שמועות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 24, 2011 6:29 am

תגובהדורך להבין שמועות » זונטאג פאברואר 12, 2012 8:21 am

זכורני שעסקתי כבר בשאלה זו אבל איני זוכר מה שהעליתי, לע''ע טראכט אז עס איז מסתמא תלוי שאי חילול שבת הותרה אצל חולה או דחוייה כידוע [דברי הרשב''א לענין שעדיף לשחוט בהמה לחולה בשבת מלהאכילו נבילה דתלוי אי שבת דחוי' אצל חולה או הותרה ואכמ''ל] יעצט אזוי אויב איז עס הותרה א''כ מותר להשתמש בכלי אפשר לדון דהוה כלי שמלאכתו להיתר, ואי דחוי' דהיינו שבעצם אסור וכו', כתבתי רק דרך הערה בלי עיון כל הצורך

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דינסטאג פאברואר 14, 2012 5:47 pm

איך זעה אסאך מאל מענטשן פויקן (דראמען) שבת, אזוי פאר זיך, אויפן טיש.

לויט ווי איך ווייס, איז דאס אן איסור (צו אלס השמעת קול, הגם דערויף קען מען טרעפן א קולא, א_ווי קלאטשן; אדער צוליב שמא יתקן כלי זמר).

איז פאראן דערויף א היתר? אדער זענען ח"ו די פויקער מח' שבת. בפרהס'..??
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5288
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך פאברואר 15, 2012 1:49 pm

עס איז דא א היתר אויף היינטיגע צייטן וואס מען איז נישט בקי בכלי שיר אבער מען נעמט עס נישט אן סתם אזוי נאר במקום מצוה אדער ווען עס איז א צורך (קלאפן אויפן טיר למשל)


הבהרה: איך האב געשריבן פון זכרון איך נעם נישט קיין אחריות דערויף שוין לאנג נישט איבערגע'חזר'ט סי' שלט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

משה'עלע
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך משה'עלע » מיטוואך פאברואר 15, 2012 8:51 pm

משה'עלע האט געשריבן:א עלקטראנישער מאנוטער וואס איז ספעציעל געמאכט פאר א חולה וואס ממעג עס ניצען אום שבת הייסט א כלי שמלאכתו לאיסור אדער להיתר? דהיינו בלאו וואס סאיז פאר א חולה וואלט מען עס נישט געטורט ניצען אום שבת אבער ממעג עס ניצען פאר א חולה און דער גאנצער כלי איז נאר פאר חולים רח"ל.

?
אין חכמה כחכמת התורה (פרמ"ג הל' חנוכה סימן תר"ע) ואין חכמיה כישראל

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך פאברואר 15, 2012 9:12 pm

משה'עלע האט געשריבן:
משה'עלע האט געשריבן:א עלקטראנישער מאנוטער וואס איז ספעציעל געמאכט פאר א חולה וואס ממעג עס ניצען אום שבת הייסט א כלי שמלאכתו לאיסור אדער להיתר? דהיינו בלאו וואס סאיז פאר א חולה וואלט מען עס נישט געטורט ניצען אום שבת אבער ממעג עס ניצען פאר א חולה און דער גאנצער כלי איז נאר פאר חולים רח"ל.

?


דאס איז א שאלה וואס נעמט אריין אסאך אין זיך, ווען איהר זאגט א עלקטראנישא מאניטער מיינט איהר צו זאגען למשל א עלקטריק טערמאמעטער?
איז דער חולה שיש בו סכנה או אינו?
איהר רעט לגבי דער חולה אדער משמשו?
דריקען א קנעפל צו רופען א נורס אדער דריקען די קנעפלעך פונעם בעט?

איך וואלט אויך נישט געוואלט אריין גיין במו"מ צו דחיה או היתרה,

משה'עלע
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך משה'עלע » מיטוואך פאברואר 15, 2012 9:35 pm

דער וואס די כלי איז געמאכט פאר אים מעג עס ניצען בשבת בקיצור עס איז נישט דא קיין השתמשות פאר די כלי באיסור שבת די כלי איז געמאכט פאר א חולה שיש בו סכנה די שאלה איז צו די כלי הייסט א מוקצה ווייל סארבעט מיט בעטערי און סשרייבט אויף א סקרין (נישט סתם בשעת טולטול נאר ווען מניצט עס) אדער וויבאלד כל השתמשותו להיתר מעג מען עס מטלטל זיין
אין חכמה כחכמת התורה (פרמ"ג הל' חנוכה סימן תר"ע) ואין חכמיה כישראל

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 12:28 am

משה'עלע האט געשריבן:דער וואס די כלי איז געמאכט פאר אים מעג עס ניצען בשבת בקיצור עס איז נישט דא קיין השתמשות פאר די כלי באיסור שבת די כלי איז געמאכט פאר א חולה שיש בו סכנה די שאלה איז צו די כלי הייסט א מוקצה ווייל סארבעט מיט בעטערי און סשרייבט אויף א סקרין (נישט סתם בשעת טולטול נאר ווען מניצט עס) אדער וויבאלד כל השתמשותו להיתר מעג מען עס מטלטל זיין


לאמיר גיין צוביסלעך:
פינגער פרינטינס:
(כעין חתימה פאר אפעראציע אדער ביי יולדות וואס מטוט אין שפיטאל) שרייבט דער רוגוטשוב'ער (בהסכמתו על פסקי תשובה ח"ב) אז ס'איז דא דערין איסור מן התורה. ממילא האלטן טייל אז די נורס זאל טוהן אלעס עי' שו"ת זקן אהרן (מהדו"ת חאו"ח סי' י"ג) וכעי"ז בשו"ת חזון נחום (סי' ל"א) ער האט טאקע דארט א אריכות גדול. אבער פארשטייט זיך די נורס וכדו' זאלען זיין עכו"ם.

דער קנעפל צו רופען א נורס:
בשעת הדחק איז מותר אויב ארבעט דאס נישט אויף עלעקטריק (שו"ע סי' של"ח ס"א, ובמשנה ברורה סק"ה, ועי' בביאור הלכה), אויב ארבעט דאס אויף עלעקטריק דארף מען מחמיר זיין ביי א חושאב"ס אבער מאיז מקיל אויב עס עפענט נישט א לייט (שמירת שבת כהלכתה (פ"מ ס"ק נ"ט), אבער חולה שיש בו סכנה איז מותר אפילו דער חולה אליין סיי וועלעכע בעל. אבער דארף ער חשאב"ס בשביל צרכיו, בשינוי כלאחר יד איז מותר דגדול כבוד הבריות, בפרט סקען צוקומען לספק סכנה ממש (שו"ת באר משה (ח"ז קונטרס עלעקטעריק סי' מ"ד).

המשך יבא

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5288
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 11:09 am

איך האב געהאט א שאלה וואס טוט זיך למשל ווען מען גייט אריין אין שפיטאל שבת און מען גיט די מעדעיקעיד קארד פאר די נורס, וואס דאס מעג מען ווייל יעצט אי זדאך עס מלאכתו להיתר, און ווען די נורס ענדיגט און גיט עס צוריק מה דינו? איז עס מוקצה אדער נישט?

תלוי בהפלוגתא באיזמל של מילה אחר המילה אם נעשית מוקצה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 1:18 pm

מיר האבן אהערגעברענגט עטליכע תגובות פון דעם אשכול "הליכות עולם לו".

הגבאי

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21194
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 1:36 pm

בונמס זיידע האט געשריבן:זוגתי שתחי' איז אין א חברא קדישא, איין עש"ק האט די גבאי'טע ג'בעטען אז זי זאל זיין ביים זמן מוצ"ש ביי איר אינדערהיים ווייל די צייט איז ג'ווען ענג
האבען מיר ג'האט די ברירות
א) כ'זאל ווארטען מיט הבדלה ביז נאך די טהרה
ב) דאווענען מעריב ביי 60 און מאכען הבדלה ביי 72
ג) מאבען הבדלה פאר מעריב און דאווענען מעריב און שומרי שבת
ד) זי זאל הערען הבדלה ביי 60 פון דעם מאן פון די גבאיט'ע (דער חשש פון מג"א ?)

עס איז ג'ווען נוגע נאר פאר אונז די קינדער זענען ב"ה אלע פאר זיך

כבוד ר' בונם, ערשט געזען אייער פראגע:
א ) פשטות פארוואס נישט, קאן גאר זיין אז איר מעגט איר בכלל נישט אויפהאלטן אלס א מצווה שאי אפשר ליעשות ע"י אחרים וכו'

ב) איר מעגט געוויס דאן דאווענען, אויבצוואר אייער רעבעצין מעג לכאורה דאן שוין נעמען א גוי'שן קאר סערוויס.
ג' און ד' ווייס איך נישט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » מוצ"ש פאברואר 18, 2012 11:35 pm

איז דא א היתר צי קוקון עדווערטייזמינטס אויף שבת????
פארוואס לייגען די שבת גליונת עדס?
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5288
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג פאברואר 19, 2012 12:31 pm

פעדער האט געשריבן:ניין קלאר איז נישט ...
כ'האב אבער נישט קיין מקור ..



שולחן ערןך סימן שיח
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5288
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג פאברואר 19, 2012 12:33 pm

פעדער האט געשריבן:ניין קלאר איז נישט ...
כ'האב אבער נישט קיין מקור ..


סמארט האט געשריבן:לכאורה א פראבלעם פון נולד אז דו מאכסט א נייע זאך


והוא פלאי האט געשריבן:
צים פינטעל האט געשריבן:מען מעג מאכן אייז שבת?

עי' בשש"כ שמביא התשו' מהרב מטשעבין שאסור, משום בונה או נולד, איני זוכר כעת, ומביא הרבה חולקים ע"ז


והובא דבריו בשולחן ערוך סימן שיח

אין שו"ע שטייט אז מען טאר נישט צולאזן קיין אייז וועגן נולד
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=477


באגי מען האט געשריבן:הרב הארפענעס בספרו נשמת שבת פסק'נט אז אין די זומער טעג בעת הצורך יש להקל, אבער מ'מוז עס אויפעסן נאך אום שבת (אלס איסור פון הכנה משבת לחול).



והרמ"א מביאו להלכה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט