שאלות אין הלכות שבת

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

קדושת לוי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:14 pm

תגובהדורך קדושת לוי » זונטאג דעצמבער 08, 2019 6:27 pm

דורש ומבקש האט געשריבן:הרב למעלה.
איך זעה אז איר זענט אויסגעקאכט אין די סגי'. ליידער בין איך נישט אזוי שטארק אין די סגי'....

אבער דאס איז א קלארע הלכה אז א קבלן מיט אמירת ישראל צי ארבעטן שבת איז אסור. און אויב איז עס דורך א רמז איז מותר די מקור איז סי' ש"ז און עס שטייט אינעם רב שו"ע מערערע מאל.
במציאות איז די גוי א קבלן בכל אופן. און ער טוט עס אין שבת דייקא ווייל די איד וויל אדער האט אים עס די איד געזאגט בפירוש אדער דורך א רמז. נאר די דין זאגט אז כל זמן די איד האט נישט גערעדט הייסט עס נישט ווי די גוי טוט עס בשביל הישראל (וואס די טעם איז.דאס איז אונזער שאלה...).
איעדער פארשטייט אז ווען איך זאג פאר א גוי צונד אן די לעקטער אדער איך זאג ס'איז טינקעל, בכל אופן פארשייט די גוי די זעלבע זאך אבער די הלכה טוישט זיך (לאמיר נישט רעדן וועגן הנאה אד"ג)

דאס וואס איר שרייבט וועגן לא קצץ. דאס איז סגי' פאר זיך ווייל דארט איז די גוי נישט פארזיכערט מיטן געלד. און די שו"ע האלט אז מצד א' איז עס נאך ערגער פון א שכיר יום וואס באקומט עכ"פ באצאלט און ס'איז אסור אפי' בדיעבד....

על אחרון ראשון, די עיקר מיין איך די צווייטע חלק אז ביי קצץ איז קובע מלאכתו זעכער נישט אסור מטעם שליחות.
יעצט צום עיקר, עס איז נישטא און ערגעץ ווי מ'רעדט פון די היתר פון רמיזה אז ס'איז מותר ווען ער איז די איד'ס ארבייטער, אפילו א קבלן, ווען מ'רעדט פון די היתר פון רמיזה רעדט מען פון א פרעמדע גוי מיט וועם די איד האט נישט גערעדט פריער וועגן די מלאכה.
און די ביאור איז פשוט, די היתר פון רמיזה איז אז וויבאלד די האסט "גארנישט" געהייסען די גוי צו טון, נאר די האסט עם מרמז געווען אז די ווילסט די מלאכה זאל געטון ווערן, איז וויבאלד קיין אמירה איז דא נישט געווען איז דאס מותר, משא"כ אויב זאגסטו פאר די גוי בעפאר שבת טו פאר מיר דאס און דאס, נאר די זאגסט עם נישט ווען ער זאל דאס טון, און שפעטער ביסט עם מרמז אז דאס וואס איך פריער געהייסן זאלסטו טון אום שבת, הייסט דאס בכלל נישט קיין רמז נאר א אמירה. לאמיר דיר פרעגן אזא שאלה (בדרך משל, דאינו דומה לגמרי לענינינו), וואס טוט זיך אויב איך זאג פאר די גוי בעפאר שבת אז ווען איך ווייז דיר מיין האנט זאלסטו אנצונדען די לעקטער, און אינמיטען שבת וייזט די איד מיט די האנט, און דער גוי גייט און צונדט עס אן, הייסט דאס דען א רמז??, המשך יבוא

קדושת לוי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:14 pm

תגובהדורך קדושת לוי » זונטאג דעצמבער 08, 2019 9:25 pm

דורש ומבקש האט געשריבן:אייעם סארי. אבער איך פארשטיי נישט דיינע שאלות..

פון ווי נעמסטו די החלטה אז רמז איז אסור ביי קבלן ?
יעדע עושה בחינם איז מותר וועגן טובת הנאה, דהיינו מ'קוקט אים אן ווי א קבלן

מראי מקומות לזה, און סימן ש"ז סעיף ד' זאגן אלע (טו"ז מג"א א"ר שועה"ר משנ"ב), אז אויב איך זאג די פאר די גוי ער זאל קויפען ביום השוק, אפילו איך זאג עם נישט עס צו קויפען דוקא אום שבת, דאך וויבאלד עס איז נאר מעגליך צו קויפען אום שבת, הייסט דאס כאילו איך זאג עם עס צו קויפען דוקא שבת ע"כ, לכאורה פארוואס הייסט דאס נישט רמיזה? נאר ביי קובע מלאכתו איז אסור אפילו ברמיזה. איי וועסטו פרעגן וואס איז די ראיה, דארט איז דאך עס רמז בדרך ציווי?, נו פיין אויב אזוי לויט די משנ"ב וואס איז מתיר אפילו בדרך ציווי פארוואס לויט עם איז דאס אסור? ע"כ מוזטו זאגן אז ביי קובע מלאכתו איז נישט קיין חילוק וויאזוי ער פארשטייט פון דיר אז עס זאל געטון ווערן אום שבת, און עס קומט נישט אריין רמז בכלל.

דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

תגובהדורך דורש ומבקש » זונטאג דעצמבער 08, 2019 9:42 pm

קוקט ביטע איבער די מ"א דארט אז בד' וה' איז מותר, אויף דעים איז דאך געבויעט די זכרון יוסף

קדושת לוי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:14 pm

תגובהדורך קדושת לוי » זונטאג דעצמבער 08, 2019 9:47 pm

דורש ומבקש האט געשריבן:קוקט ביטע איבער די מ"א דארט אז בד' וה' איז מותר, אויף דעים איז דאך געבויעט די זכרון יוסף

ידעתי גם ידעתי מזה, טאקע פון דא איז מיין ראיה, אויב די היתר איז רמז, פארוואס איז דאס נישט מותר אויך ער"ש?? (און פארוואס איז די משנ"ב חולק אויף דעם??)

קדושת לוי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:14 pm

תגובהדורך קדושת לוי » זונטאג דעצמבער 08, 2019 9:58 pm

און וואס איז די ויצעקו פון א"ר ותו"ש?? און אפילו לויט די ביאור פון זכרון יוסף (אות רכה), איז די היתר נישט אז עס איז בגדר רמיזה, נאר וויבאלד די איד זאגט נישט ארויס יום השבת פעלט עס אין די מיחזא, עכ"פ קימט עס נישט אריין אין אונזער שאלה וואס מ'זאגט קלאר פאר די קאמפאני יום השבת, ודי למבין והמעיין.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג דעצמבער 08, 2019 10:11 pm

קדושת לוי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
דורש ומבקש האט געשריבן:אייעם סארי. אבער איך פארשטיי נישט דיינע שאלות..

פון ווי נעמסטו די החלטה אז רמז איז אסור ביי קבלן ?
יעדע עושה בחינם איז מותר וועגן טובת הנאה, דהיינו מ'קוקט אים אן ווי א קבלן

עס שטייט קלאר אין שועה"ר סי' ש"ז ס"ח, אויב דער איד פרעגט אים נאך שבת פארוואס האסטו עס נישט געטון אום שבת, וואס דאס איז נישט א רמז בדרך ציווי, דאך איז אסור ביי א קבלן, און נאר ווען דער גוי טוט עס מעצמו צוליב א טובת הנאה איז מותר.

זה טעות, הרב שם אוסר מטעם איסור מהרי"א דכיון דרק הישראל מרוויח מהמלאכה בשבת אסור

כ'ווייס נישט פארוואס איר זאגט אזוי, כ'זע נישט קיין וועג אזוי צו לערנען. די חידוש דא איז נישט דאס זאגן אין מיטן וואך, די חידוש איז דאך בעיקר אז נאכן דאס זאגן, אויב טוט עס די גוי קומענדיגע שבת דארף ער נישט מוחה זיין און ער מעג אים עס לאזן טון. ביי די מהרי"א אפילו ער זאל קיין ווארט נישט רעדן פון שבת בכלל, איז דאך עס אויך אסור אלץ די הרווחה, דאס דארף ער נישט דא שולל זיין אז ס'איז דארט נישט פארהאן דעם היתר פון זאגן מדוע לא עשית.

וואס ער וויל אויסשליסן איז אויף א פאל וואס אן דעם וואס ער זאל זאגן פארן גוי מדוע לא עשית בשבת שעברה וואלט עס יא געווען מותר צו לאזן דעם גוי ארבעטן שבת, דהיינו לדוגמא לא קצץ און ס'איז חפצים של ישראל און ער זעט אים נישט ארבעטן שבת, אדער שכיר שנה למלאכה מיוחדת און די איד זאגט אים גארנישט וועגן שבת, פון דעם רעדט ער, און אויף אזא פאל איז שוין יא א חידוש אז ס'איז נישטא די היתר פון זאגן מדוע לא עשית.

דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

תגובהדורך דורש ומבקש » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 7:51 am

קדושת לוי האט געשריבן:און וואס איז די ויצעקו פון א"ר ותו"ש?? און אפילו לויט די ביאור פון זכרון יוסף (אות רכה), איז די היתר נישט אז עס איז בגדר רמיזה, נאר וויבאלד די איד זאגט נישט ארויס יום השבת פעלט עס אין די מיחזא, עכ"פ קימט עס נישט אריין אין אונזער שאלה וואס מ'זאגט קלאר פאר די קאמפאני יום השבת, ודי למבין והמעיין.


ביטע טראכט איבער וואס איר שרייבט. ס'איז נישט בגדר אמירה נאר וויבאלד ער זאגט נישט ארויס יום השבת פעלט עס אין די מיחזא... זאגט איר דען נישט אליין אין אייער ווערטער אז כל זמן ער זאגט נישט ארויס מיטן מויל ארבעט שבת איז עס מותר

די שאלה פון יום השוק בשבת איז ווייל די איד האט גערעדט- ער האט געזאגט ארבעט נאר ער האט נישט געזאגט שבת אבער וויבאלד מען קען נאר שבת האלטן אסאך אחרונים אז עס איז מוכרח אין זיינע ווערטער הייסט עס ווי געזאגט, און די מ"א איז מתיר

אונזער שאלה איז ווען ס'איז בכלל נישט געווען קיין אמירה נאר א כתיבה, קען מען טראכטן צו מקוקט עס אן ווי גערעדט אדער נישט. און שוין ווי דערמאנט האלט ר' יונתן שטייף אים זיינע תשובות ביי די חידושים אויף סי' רמ"ז אז עס הייסט ווי הורהור און נישט דיבור און עס איז מותר

דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

תגובהדורך דורש ומבקש » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 8:01 am

למעלה משבעים האט געשריבן:
קדושת לוי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
דורש ומבקש האט געשריבן:אייעם סארי. אבער איך פארשטיי נישט דיינע שאלות..

פון ווי נעמסטו די החלטה אז רמז איז אסור ביי קבלן ?
יעדע עושה בחינם איז מותר וועגן טובת הנאה, דהיינו מ'קוקט אים אן ווי א קבלן

עס שטייט קלאר אין שועה"ר סי' ש"ז ס"ח, אויב דער איד פרעגט אים נאך שבת פארוואס האסטו עס נישט געטון אום שבת, וואס דאס איז נישט א רמז בדרך ציווי, דאך איז אסור ביי א קבלן, און נאר ווען דער גוי טוט עס מעצמו צוליב א טובת הנאה איז מותר.

זה טעות, הרב שם אוסר מטעם איסור מהרי"א דכיון דרק הישראל מרוויח מהמלאכה בשבת אסור

כ'ווייס נישט פארוואס איר זאגט אזוי, כ'זע נישט קיין וועג אזוי צו לערנען. די חידוש דא איז נישט דאס זאגן אין מיטן וואך, די חידוש איז דאך בעיקר אז נאכן דאס זאגן, אויב טוט עס די גוי קומענדיגע שבת דארף ער נישט מוחה זיין און ער מעג אים עס לאזן טון. ביי די מהרי"א אפילו ער זאל קיין ווארט נישט רעדן פון שבת בכלל, איז דאך עס אויך אסור אלץ די הרווחה, דאס דארף ער נישט דא שולל זיין אז ס'איז דארט נישט פארהאן דעם היתר פון זאגן מדוע לא עשית.

וואס ער וויל אויסשליסן איז אויף א פאל וואס אן דעם וואס ער זאל זאגן פארן גוי מדוע לא עשית בשבת שעברה וואלט עס יא געווען מותר צו לאזן דעם גוי ארבעטן שבת, דהיינו לדוגמא לא קצץ און ס'איז חפצים של ישראל און ער זעט אים נישט ארבעטן שבת, אדער שכיר שנה למלאכה מיוחדת און די איד זאגט אים גארנישט וועגן שבת, פון דעם רעדט ער, און אויף אזא פאל איז שוין יא א חידוש אז ס'איז נישטא די היתר פון זאגן מדוע לא עשית.


הרב למעלה
דאס איז א גרויסע סגי' קוקט נאך אין די מראה מקומות וואס איז אויפן רב דארט דהיינו קוקט נאך אין סי' רמ"ד און אין די מהדורה בתרא וועסטו זעהן אז עס האט מיטן מהרי"א און מהר"ם.....

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 8:43 am

דורש ומבקש האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
קדושת לוי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
דורש ומבקש האט געשריבן:אייעם סארי. אבער איך פארשטיי נישט דיינע שאלות..

פון ווי נעמסטו די החלטה אז רמז איז אסור ביי קבלן ?
יעדע עושה בחינם איז מותר וועגן טובת הנאה, דהיינו מ'קוקט אים אן ווי א קבלן

עס שטייט קלאר אין שועה"ר סי' ש"ז ס"ח, אויב דער איד פרעגט אים נאך שבת פארוואס האסטו עס נישט געטון אום שבת, וואס דאס איז נישט א רמז בדרך ציווי, דאך איז אסור ביי א קבלן, און נאר ווען דער גוי טוט עס מעצמו צוליב א טובת הנאה איז מותר.

זה טעות, הרב שם אוסר מטעם איסור מהרי"א דכיון דרק הישראל מרוויח מהמלאכה בשבת אסור

כ'ווייס נישט פארוואס איר זאגט אזוי, כ'זע נישט קיין וועג אזוי צו לערנען. די חידוש דא איז נישט דאס זאגן אין מיטן וואך, די חידוש איז דאך בעיקר אז נאכן דאס זאגן, אויב טוט עס די גוי קומענדיגע שבת דארף ער נישט מוחה זיין און ער מעג אים עס לאזן טון. ביי די מהרי"א אפילו ער זאל קיין ווארט נישט רעדן פון שבת בכלל, איז דאך עס אויך אסור אלץ די הרווחה, דאס דארף ער נישט דא שולל זיין אז ס'איז דארט נישט פארהאן דעם היתר פון זאגן מדוע לא עשית.

וואס ער וויל אויסשליסן איז אויף א פאל וואס אן דעם וואס ער זאל זאגן פארן גוי מדוע לא עשית בשבת שעברה וואלט עס יא געווען מותר צו לאזן דעם גוי ארבעטן שבת, דהיינו לדוגמא לא קצץ און ס'איז חפצים של ישראל און ער זעט אים נישט ארבעטן שבת, אדער שכיר שנה למלאכה מיוחדת און די איד זאגט אים גארנישט וועגן שבת, פון דעם רעדט ער, און אויף אזא פאל איז שוין יא א חידוש אז ס'איז נישטא די היתר פון זאגן מדוע לא עשית.


הרב למעלה
דאס איז א גרויסע סגי' קוקט נאך אין די מראה מקומות וואס איז אויפן רב דארט דהיינו קוקט נאך אין סי' רמ"ד און אין די מהדורה בתרא וועסטו זעהן אז עס האט מיטן מהרי"א און מהר"ם.....

וואס איז א גרויסע סוגיא, דער מהרי"א? ווייס מיר, כ'זע נאכאלץ נישט ווי אזוי דאס אריינצוצווינגן אינעם שועה"ר אז ער מיינט דייקא דאס.

און אדרבה, קוק אז די קוקסט שוין אין די מראי מקומות זעסטו קלאר ווי איך זאג, דהיינו ביי שכיר שנה לכל המלאכות איז דאך דאס נישט קיין חידוש [הגם די הלכה איז אמת שאסור לומר מדוע לא עשית], די חידוש איז ווען אן דעם רמז איז עס יא מותר, איז ביי שכירו אסור. און דאס צייכנען זיי צו צום מהדו"ב, אז דארט נעמט ער דאך אן אז אפילו א שכיר שנה לכל המלאכות איז אויך א געהעריגע קבלן, און אפילו אזוי זאגט ער אין מהדו"ב אז למעשה איז אסור צו זאגן מדוע לא עשית בשכירו נאר ווען ער טוט בטובת הנאה. אבער נישט אז דאס מיינט ער דא. ופשוט.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לאקשן קוגל און 6 געסט