בלאט 1 פון 2

מקור לתנועת "ואני" לתשב"ר

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 14, 2010 4:16 am
דורך פארצייטישע
פון וואו שטאמט דעם "ואני, און איך יעקב" וואס מ'לערנט אויס די קינדער.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 14, 2010 5:29 am
דורך והוא פלאי
פארצייטישע האט געשריבן:פון וואו שטאמט דעם "ואני, און איך יעקב" וואס מ'לערנט אויס די קינדער.

דער ניגון איז דער פארצייטישע ניגון מיט וואס מען פלעגט גאר פארצייטענס לערנען גאנץ חומש רש"י
ולפיכך הוא הניגון שאומרים על מרשות שמחת תורה
דער פשט שטייט און רש"י
דער פונקטליכע נוסח מוז זיין אויך גאר אלט, ווייל און זייער אסאך עקען וועלט האט מען דאס פארצייטענס געלערנט,
דער וויזשניצער רבי דער אמרי חיים, האט ביים ערשטען מאל זייענדיג ביי קבר רחל, מיטגענומען חדר יונגליך זיי זאלן דאס זאגן
זיין זוהן יבל"ח דער מאנסי וויזנעצער רבי, ווען ער פארהערט די עלטערע בחורים מוצ"ש חומש רש"י, הייסט ער זיי דאס זאגן

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 14, 2010 9:18 am
דורך פארצייטישע
והוא פלאי האט געשריבן:
פארצייטישע האט געשריבן:פון וואו שטאמט דעם "ואני, און איך יעקב" וואס מ'לערנט אויס די קינדער.

דער ניגון איז דער פארצייטישע ניגון מיט וואס מען פלעגט גאר פארצייטענס לערנען גאנץ חומש רש"י
ולפיכך הוא הניגון שאומרים על מרשות שמחת תורה
דער פשט שטייט און רש"י
דער פונקטליכע נוסח מוז זיין אויך גאר אלט, ווייל און זייער אסאך עקען וועלט האט מען דאס פארצייטענס געלערנט,
דער וויזשניצער רבי דער אמרי חיים, האט ביים ערשטען מאל זייענדיג ביי קבר רחל, מיטגענומען חדר יונגליך זיי זאלן דאס זאגן
זיין זוהן יבל"ח דער מאנסי וויזנעצער רבי, ווען ער פארהערט די עלטערע בחורים מוצ"ש חומש רש"י, הייסט ער זיי דאס זאגן


יישר כח פאר די 2 ידיעות: 1) אז מ'האט פארצייטענס געלערנט מיט דעם ניגון גאנץ חומש רש"י, 2) די וויזניצער ענינים.
אבער די מקור דערפון, און פארוואס פונקט די דאזיגע רש"י זונגט מען אזוי, איז נאכנישט פארענטפערט.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 14, 2010 9:37 am
דורך קרעמער
עס איז נישט בלויז די דאזיגע רש"י, אין פרשת ויחי אליינס זענען דא צוויי ואני'ס וואס מען זינגט, ווי אויך די ברכות פון יעקב פאר די קינדער ווערט געזינגן אזוי, צוגלייך מיטן שירת הים און שירת האזינו.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 14, 2010 12:52 pm
דורך נחמן נתן
שירות ותשבחות און ברכות זענען פארט נישט אייניג מיט דעם סארט פון 'ואני'. ישימך אלקים וגו' זינגט מען דאך נישט. והלא דבר הוא

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 14, 2010 1:01 pm
דורך נאטרוליסט
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן, אז דער ניגון "ואני" האט די זעלבע תנועות פון דעם ניגון פון דעם נוסח אויף "חתן תורה" וואס מען רופט אויס ביים עולה זיין שמחת תורה.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 14, 2010 1:09 pm
דורך נחמן נתן
נאטרו; קוקט אביסעלע צוריק
והוא פלאי האט געשריבן:
פארצייטישע האט געשריבן:פון וואו שטאמט דעם "ואני, און איך יעקב" וואס מ'לערנט אויס די קינדער.

דער ניגון איז דער פארצייטישע ניגון מיט וואס מען פלעגט גאר פארצייטענס לערנען גאנץ חומש רש"י
ולפיכך הוא הניגון שאומרים על מרשות שמחת תורה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 23, 2010 6:14 pm
דורך over night kugel
ביי די ליטווישע חדרים זינגט מען עס אויכעט?

(אין עינגליש)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 23, 2010 11:30 pm
דורך מאקאווער
Sorry for writing in english but i can't write yiddish now.

I have a old tape from an old melamid where he's singing the whole parshas vaychee. I remember when i was young my father gave it for me to listen.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 24, 2010 9:55 am
דורך leiby
How about posting it here on ivelt

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 24, 2010 12:18 pm
דורך אויפריכטיג
איך האב נישט געגלייבט אז דער מאקעווער מיט'ן לאנגן ווייסע בארד, קען שרייבן ענגליש.....

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 24, 2010 12:35 pm
דורך מה פתאום
קרעמער האט געשריבן:עס איז נישט בלויז די דאזיגע רש"י, אין פרשת ויחי אליינס זענען דא צוויי ואני'ס וואס מען זינגט, ווי אויך די ברכות פון יעקב פאר די קינדער ווערט געזינגן אזוי, צוגלייך מיטן שירת הים און שירת האזינו.

איך האב געהאט אן אלטן מלמד, וועלכער פלעגט האבן אן אנדערן ניגון פאר די ברכת יעקב און פאר די שירה. איך געדענק נישט צי די שירה און ברכת יעקב זענען געווען די זעלבע, אבער זיכער אנדערש ווי דער ואני. שפעטער האב איך געהערט אז דאס איז אן ארץ ישראל'דיגער ניגון פאר די שירה, פארשטייט זיך אז איך געדענק נישט דעם ניגון, אבער לעצטנס האב איך געהערט א ניגון אויף די שירה, עפעס ענליכס צו דעם ניגון אדער גאר דער זעלבער ניגון און ס'האט מיר אויפגעברענגט גירסא דינקותא.
אפשר ווייסט עמיצער פון וועלכען ניגון איך רעד (ווייל איך ווייס נישט...), אבער ערנסט גערעדט: איז דא נאך עפעס א וועלטס ניגון אויף די שירה?

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 25, 2010 10:33 pm
דורך מאקאווער
אויפריכטיג האט געשריבן:איך האב נישט געגלייבט אז דער מאקעווער מיט'ן לאנגן ווייסע בארד, קען שרייבן ענגליש.....



sorry again for my english. Believe me i'm also much more comfortable to write in yiddish but i'm posting from my phone where i don't have yiddish.
What u'r so wondering how such a big rabbi like me can type in english, i wanna tell u that the sanhadrin was also must to know all the ayin l'shonos. N all our gedolim from all generation's was buki in the lshoyn akim.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 31, 2010 12:07 pm
דורך בעל דעת
כבוד מה פתאום איך האב איינמאל געהערט דע ניגין פין מיינע קינדער וואס זיי האבען עס געהערט פין הרב הערשל ראלניצקי ער זיי געזאגט אז דאת פלעגט מען זינגען אןיף דע ברכות אין ויחי אין אז ישיר אין פרשת בלק עס איז זייער שיינער ניגין אין מלא טעם, איך בעט מיינע קינדער כסדר זאלען עס מיר זינגען

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 1:38 pm
דורך זיס
ארויפגעברענגט לכבוד פרשת ויחי.

קען איינער מאריך זיין בדיבור איבער דאס מקור פון ואני פאר קינדער?

וואו געפינען מיר די ערשטע מקורות דערפאר?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 1:44 pm
דורך שאינו יודע
און בית ישראל אויף מסכת נדרים טייטשט ער די גמרא כל השונה בלא זמרה אויפן לערנען די ואני אן א ניגון

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 1:53 pm
דורך זיס
פונקטליכע מקור ביטע...

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 2:24 pm
דורך סיגוט
דאס איז זיכער אז די ניגון ברענגט אריין אמונה אין אידישע קינדער אז סוועט נאך קומען א צייט און ושבו בנים לגבולם

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 2:31 pm
דורך ישלהוסיף
געהערט האב עך פון ר' אברהם העפטלער ז"ל אז דאס שטאמט פונם של"ה הק'.
דעם "אלמעכטיגער ג-ט. דיין טעמפיל שירה" קומט אויך פונם של"ה, אין אזוי אויך דאכצעך די וועלטס נוסח פון די ימים נוראים.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 2:58 pm
דורך farshlufen
כבר כתבו כאן בהאשכול המיוחד שהזמר אלמעכטיגער גאט נדפס כמה שנים קודם שנולד השל"ה, הנוסח
להימים נוראים מתאמרי שהוא מהמהרי"ל.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 3:10 pm
דורך ישלהוסיף
farshlufen האט געשריבן:כבר כתבו כאן בהאשכול המיוחד שהזמר אלמעכטיגער גאט נדפס כמה שנים קודם שנולד השל"ה, הנוסח
להימים נוראים מתאמרי שהוא מהמהרי"ל.


ווען מען איז מיחס א זאך צו איינעם, איז לאו דוקא ווייל יענער איז דער פארפאסער,
לענינינו דאס מיינט נישט אז דער של"ה הק' האט פארפאסט יענער ניגונים, נאר פשוט ער האט עס גענוצט האט מען איז פשוט מיחס געוועהן אויף זיין נאמען.
אין לגבי דער "ואני" קען זיין טאקע אז עס שטאמט פון נאך פריער פין די של"ה, אבער זעהט עס אז ער האט געהאלפען דאס מפרסם צו מאכען.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 4:50 am
דורך זיידענע בעקיטשע
קען איינער אפשר אראפ שרייבן דעם גאנצן נוסח פין דעם ''ואני''?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 5:02 am
דורך מכטי1
זיידענע בעקיטשע האט געשריבן:קען איינער אפשר אראפ שרייבן דעם גאנצן נוסח פין דעם ''ואני''?

viewtopic.php?f=73&t=12770

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 5:24 am
דורך זיידענע בעקיטשע
סאיז נישטא דארט דעם גאנצן נוסח.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 6:54 am
דורך קרעמער
דא האסטו טייטש אויף פרשת ויחי, ובכללם די 'ואני':
viewtopic.php?f=4&t=6535