בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 04, 2012 6:50 am
דורך msp
איך געדענק פון די יסודי התורה אין אנטווערפען האט מען אויך געלערנט מיט דעם גאנצען ניגון...

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 12:42 am
דורך dovidal
יש יהודי זקן בן מאה שנה שגר ,,היום.. בבאקובינ ויודע לשיר הניגון כמו שאנו מנגנים היה לומד בצעירתו בוויזנצער חדר באחד העיירות

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 1:03 pm
דורך לכתחילה אריבער
dovidal האט געשריבן:יש יהודי זקן בן מאה שנה שגר ,,היום.. בבאקובינ ויודע לשיר הניגון כמו שאנו מנגנים היה לומד בצעירתו בוויזנצער חדר באחד העיירות


ער לעבט שוין נישט, אין די אנדערע אשכול וועגן ואני, איז דא א לינק ווי מען קען עס הערן און ליינען איבער אים.

הייסע וויכוח

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 6:15 pm
דורך knowledge
יעצט געהערט אז אין א תלמוד תורה אין בארא פארק איז ד א וויכוח צווישן א מלמד )איבער די פופציג( מיט די מנהל איבער די נוסח פון ואני. די מלמד טענה'ט אז מ'דארף זאגן ווען נבוזראדן "הרשע", אבער די מנהל טענה'ט אז עס קומט נישט אזוי, ווייל לפי די גמרא גיטין האט זיך נבוזראדן מגייר געווען. זאת ועוד, האט די מנהל צוגעצייכענט א ישמח משה פ' תשא אז רבי מאיר שטאמט פון נבוזראדן )אגב, אין מדרש איכה שטייט אז פון נבוזראדן איז ארויסגעקומען בני תורה(, לכאורה פון גמ' גיטין איז משמע אז ר' מאיר שטאמט פון נירון קיסר.

קען איינער אפשר קלארשטעלן, עס איז א הייסע וויכוח, להגדיל תורה ולהאדירה

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 6:17 pm
דורך לכתחילה אריבער
knowledge האט געשריבן:יעצט געהערט אז אין א תלמוד תורה אין בארא פארק איז ד א וויכוח צווישן א מלמד )איבער די פופציג( מיט די מנהל איבער די נוסח פון ואני. די מלמד טענה'ט אז מ'דארף זאגן ווען נבוזראדן "הרשע", אבער די מנהל טענה'ט אז עס קומט נישט אזוי, ווייל לפי די גמרא גיטין האט זיך נבוזראדן מגייר געווען. זאת ועוד, האט די מנהל צוגעצייכענט א ישמח משה פ' תשא אז רבי מאיר שטאמט פון נבוזראדן )אגב, אין מדרש איכה שטייט אז פון נבוזראדן איז ארויסגעקומען בני תורה(, לכאורה פון גמ' גיטין איז משמע אז ר' מאיר שטאמט פון נירון קיסר.

קען איינער אפשר קלארשטעלן, עס איז א הייסע וויכוח, להגדיל תורה ולהאדירה

ווי אלט איז דער מנהל?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 6:19 pm
דורך knowledge
יונגערמאן

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 6:22 pm
דורך למעלה משבעים
אין מדרש רבה ווערט ער אזוי באטיטלט.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 6:23 pm
דורך לכתחילה אריבער
knowledge האט געשריבן:יונגערמאן

האסטו דיין תירוץ!

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 6:27 pm
דורך knowledge
למעלה משבעים האט געשריבן:אין מדרש רבה ווערט ער אזוי באטיטלט.


תוס' אין יומא, פרעגט הלמאי מ'געפונט תנאים בשם "ישמעאל", חז"ל לערנען אונז יומא, - זעה תוס' שבת יב - אז שם רשעים ירקב, ענטפערט תוס', אז עס גייט כמ"ד אז ישמעאל האט תשובה געטאהן בסוף ימיו, הרי לן אז די טיטל רשע פאלט אוועק לאחר תשובה. והדר קושיא ווי אזוי רופט מען נבוזראדן הרשע ביי די ניגון, ער האט זיך דאך מגייר געווען?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 6:46 pm
דורך למעלה משבעים
ווער זאגט די מדרש איז געשריבן געווארן פאר זיין גיירות?
ועוד בפשטות ווען מען פארציילט וואס איז געווען פאר זיין גיירות קומט אים די טיטל, אבער נאכן גיירות איז ער דאך שוין נישט דער נבוזראדן פון וועם מען רעדט, ס'איז א נייע באשעפעניש, א אידיש קינד, והא ראי' די זעלבע גמרא דארט רופט אים אן רב טבחים, וואס איז דוכט זיך נישט קיין כבוד טיטל, וואס לכאור' לפי שאלתך וואלט מען דאס אויך נישט געמעגט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 22, 2012 1:34 pm
דורך ווינקל
מיין מלמד ע"ה פלעגט זאגן ווען "נבוזראדן הרשע". והדבר פשוט אז נאכדעם וואס ער האט זיך מגייר געווען האט ער נישט געפירט די אידן אין גלות אריין....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 22, 2012 2:30 pm
דורך לכתחילה אריבער
נבוזראדן הרשע האט געטריבן די אידן אין גלות און נישט נבוזראדן סתם, ווי ווינקל שרייבט. און צו זאגן נבוזראדן אן "הרשע", פארשעמסטו די ערליכע נבוזראדן.

די חדר-ניגון אויף 'ואני בבואי מפדן' (עם תרגום ללה"ק)

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2012 4:14 am
דורך אליהו
א פריינד פון ארץ ישראל ר' יעקב לוינגר פון תל אביב האט מיר געשיקט דאס:

פרשת ויחי-'ואני בבואי מפדן'-עם פירוש רש"י - שיר ביידיש לתלמידי חדר צעירים
תפוצה: חדרים לילדים בגליציה – בקַרְפַטוֹ-רוּס – ברומניה, בהונגריה ובסלובקיה ובתלמודי תורה בירושלים.
ואני - און איך יעקב
כאטש איך בין דיך מטריח מיט מיין קבורה
אבער מיט דיין מאמע רחל האב איך נישט אזוי געטוהן

נאר ווי אזוי דען?
בבואי - ווען איך געקומען
מפדן - פון פדן ארם
מתה - איז געשטארבען
עלי - אויף מיר
רחל - דיין מאמע רחל.

מיינסטו דאך אז ס'איז געווען א ווייטע וועג
זאג איך דיר ניין!
בעוד כברת ארץ
ס'איז געווען אן אקער לאנד
לבוא - צו קומען
אפרתה - קיין אפרת.
מיינסטו דאך אז ס'איז געווען א נאסע צייט
זאג איך דיר ניין!
ס'איז געווען א טרוקענע צייט
די ערד איז געווען געלעכערט אזוי ווי א זיפ.

ואקברה שם - און איך האב דארט באערדיגט
בדרך אפרת- אויפ'ן וועג קיין אפרת
הוא בית לחם - דאס איז בית לחם.

ווייל ווען נבוזראדן הרשע וועט נעמען די אידן אין גלות אריין
וועלען די אידן דורכגיין רחל'ס קבר
-------- (חסר קצת) וועט רחל ארויסגיין פון איר קבר
און וויינען און בעטן צום הייליגן באשעפער
------- חסר
יש שכר לפעולתך - ס'איז דא א באלוינונג פאר דיין ארבעט
ושבו בנים לגבולם - און דיינע קינדער וועלן זיך אומקערן
צו זייער גרעניץ קיין ארץ ישראל.
מקור: http://theantitzemach.blogspot.co.il/20 ... st_22.html

תרגום חלקי:
מקור: http://www.yerushalayim.org.il/Docs/Hay ... Nordau.htm
מאמר מהרב משה גנץ.
ואני – ואני יעקב, בבואי – כשבאתי, מפדן – היא פדן-ארם, מתה – נפטרה, עלי – בגללי, רחל – רחל אמך. . .
ואף על פי שאני מטריח עליך להוליכני להקבר בארץ כנען,
ולא כך עשיתי לאמך . . . ויודע אני שיש בלבך עלי,
דע לך שעל פי הדבור קברתיה שם . . . כשיגלה נבוזראדן . . ."

תרגום, גרסה אחרת, שם, מלאה יותר:
אני מטריח עליך טרחה כזאת לשאת אותי ממצרים לחברון.
אני עצמי לא טרחתי לאמא שלך, לרחל, את הטרחה הזאת,
למרות שהייתי קרוב מאד, על יד בית לחם.
אפילו העירה, לבית לחם, לא הכנסתי אותה. קברתי אותה בדרך.
אבל לא באשמתי ולא מרשלנות היתה זו.
רבונו של עולם רצה כך.
הוא ידע שרב הטבחים של נבוכדנצר עתיד להוביל את בניה של רחל, את בני, לחורבן בית ראשון,
ואז היא תצא מקברה ונהי בכי תמרורים שלה ישמע.
רחל מבכה על בניה. וא-להים יענה לה – "מנעי קולך מבכי ועיניך מדמעה,
כי יש שכר לפעולתך ויש תקוה לאחריתך, ושבו בנים לגבולם".

ער וויל ויסן וועגן שינויי נוסחאות און טאמער מקען שיקן דעם ניגון אדער ניגונים פון "ואני בבואי"

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2012 7:41 am
דורך שטרוי
שיין. וייש"כ פאר ר' יעקב לוינגר פאר'ן ערמעגליכן אזא שיינע קאלעקשאן פון די פסוקי 'ואני',
ווי אויך פאר כבודכם א'לי' פאר'ן טוהן למעשה און טוהן פתיחה, און עס פארשטעלן אהער..

(איז קלער איך, אפשר צו מאכן א ענליכע איידיע פאר די סולם אויסשטעלונג פון סדרה ויצא, פאר'ן ציבור הצמאים, ס'בעסטע עס צו קענען פארשטעלן פאר די תשב"ר שיחי'. אויב איז נאכנישט דא אזא אשכול..).

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2012 2:07 pm
דורך מאנ-יימער
אן אודיאו פון די ואני קען מען מסתם באקומען פון איינע פון די תלמוד תורה'ס (און אז ס'איז נישטא קען מען עס לכאורה מאכן אין נאו טיים)

אלענפאלס, יישר כח ר' אלי'
שטרוי האט געשריבן:(איז קלער איך, אפשר צו מאכן א ענליכע איידיע פאר די סולם אויסשטעלונג פון סדרה ויצא, פאר'ן ציבור הצמאים, ס'בעסטע עס צו קענען פארשטעלן פאר די תשב"ר שיחי'. אויב איז נאכנישט דא אזא אשכול..).


וועגן א סולם קוק דא
viewtopic.php?f=21&t=9722

viewtopic.php?f=21&t=9722

ואני בבואי מפדן

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2012 4:18 am
דורך אליהו
מיר ועעלען זיין זייער דאנקבאר
צו באקומען די מעלאדי אזוואוי מ'זינגט אין די חדרים אין א"י און אין חו"ל.
מ'קען שטעלען דא
אדער שיקן צו :
eliyahule@gmail.com

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2012 11:34 am
דורך מיללער
הערות והגהות שלי מודגשים (כפי מה שקבלנו מרבותינו)

אליהו האט געשריבן:
פרשת ויחי-'ואני בבואי מפדן'-עם פירוש רש"י - שיר ביידיש לתלמידי חדר צעירים
תפוצה: חדרים לילדים בגליציה – בקַרְפַטוֹ-רוּס – ברומניה, בהונגריה ובסלובקיה ובתלמודי תורה בירושלים.
ואני - און איך יעקב
כאטש איך בין דיך מטריח מיט מיין קבורה
אבער מיט דיין מאמע רחל האב איך נישט אזוי געטוהן

נאר ווי אזוי דען?
בבואי - ווען איך געקומען
מפדן - פון פדן ארם
מתה - איז געשטארבען
עלי - אויף מיר
רחל - דיין מאמע רחל.

מיינסטו דאך אז ס'איז געווען א ווייטע וועג
זאג איך דיר ניין!
בעוד כברת ארץ
ס'איז געווען אן אקער לאנד
לבוא - צו קומען
אפרתה - קיין אפרת.
נאך א פשט איז, מיינסטו דאך אז ס'איז געווען א נאסע צייט
זאג איך דיר ניין!
בעוד כברת ארץ
ס'איז געווען א טרוקענע צייט
די ערד איז געווען געלעכערט אזוי ווי א זיפ.

ואקברה שם - און איך האב דארט באערדיגט
בדרך אפרת- אויפ'ן וועג קיין אפרת
הוא בית לחם - דאס איז בית לחם.

ווייס איך דאך אז דו וועסט ברוגז זיין,
זאלסטו וויסען אז איך האב עס געטאן אויפן באפעל פונעם אייבירשטען

ווייל ווען נבוזראדן הרשע וועט פארטרייבען די אידן אין גלות אריין
וועלען די אידן דורכגיין רחל'ס קבר
וועט רחל ארויסקומען פון איר קבר
און וויינען און בעטן צום הייליגן באשעפער
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק,
קול ברמה נשמע,
א קול ווערט געהערט אין הימל,
רחל מבכה,
רחל וויינט
על בניה,
וועגן אירע קינדער
און דער אייבירשטער וועט איר ענטפערן

יש שכר לפעולתך,
ס'איז דא א באלוינונג פאר דיין ארבעט
ושבו בנים לגבולם,
און דיינע קינדער וועלן זיך אומקערן
צו זייער גרעניץ קיין ארץ ישראל.


שאלה אחת קטנה, פארוואס קומט דאס אינעם 'שפראך פארום'?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2012 3:51 pm
דורך אליהו
לשאלה הקטנה,
די ליד איז איבער געזעצט צו לשה"ק

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2012 4:26 pm
דורך ישלהוסיף
ודא האט איהר דער נוסח ווי אזוי כ"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב ז"ל האט דאס איבערגעזינגען פאר א אייניקעל, פונקטליך ווי אזוי ער האט דאס געהערט פון זיין זיידע דער 'קדושת ציון' הי"ד, בימי כ"ק רבי שלמה ז"ל האט מען דאס אלע יארען געזונגען אויף דעם נוסח.

וייס איך דאך, אז די האסט אויף מיר א בייז הארץ,
זאג איך דיר כ'האב עס געטוהן על פי הדיבור,
ווייל דער אייבערשטער האט מיר אזוי געהייסען,
ווייל ווען דער נבוזרדן וועט פארטרייבען די אידען אין גלות אריין,
וועלען זיי אדורך גיין רחל'ס קבר,
וועט רחל ארויס גייט פון איהר קבר,
וויינען אין בעטען צו באשעפער,
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק קול ברמה נשמע,
איהר קול איז געווארען אין הימל,
אין דער אייבערשטער וועט איהר ענפערן יש שכר לפעולתך,
ס'דא שכר פאר דיין ווערק אין דיין געוויין,
ושבו בנים לגבולם,
אין די אידישע וועלען צוריק קערען צו זייערע גרעניץ קיין ארץ ישראל.

-

דער שטיקעל פון כברת ארץ גייט אזוי געגאנגען לפי נוסח באבוב:
וועסטו וועלען מיינען אז עס איז געוועהן א נאסע צייט
זאג איך דיר ניין
בעוד כברת הארץ
ס'איז געוועהן א אקער לאנד
די ערד איז געוועהן געלעכרט ווי א זופ.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2012 4:41 pm
דורך SPUSMN
knowledge האט געשריבן:...זאת ועוד, האט די מנהל צוגעצייכענט א ישמח משה פ' תשא אז רבי מאיר שטאמט פון נבוזראדן (אגב, אין מדרש איכה שטייט אז פון נבוזראדן איז ארויסגעקומען בני תורה), לכאורה פון גמ' גיטין איז משמע אז ר' מאיר שטאמט פון נירון קיסר.

נישט קיין סתירה, נירון קיסר האט געקענט זיין אן אייניקל פון נבוזראדן. נירון קיסר איז געווען ביים חורבן בית שני, און נבוזראדן ביי חורבן בית ראשון.

מבני בניו של המן למדו תורה בבני ברק, מיינט רבי עקיבא (אחר רבי עקיבא לבני ברק [סנהדרין לג:]) וואס איז געווען אזוי פיל דורות שפעטער; האט דאך רבי מאיר געקענט זיין אן אייניקל פון נבוזראדן.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 11:44 am
דורך רב טקסט
בנוגע זאגן הרשע קאן מען אפשר צושטעלן די ירושלמי וואס די פוסקים ברענגען אז ווען ר' יונתן איז אנגעקומען צום פסוק אשר הגלה אין מגלת אסתר האט ער געזאגט נבוכדנצאר שחיק טמיא שכל נבוכדנצאר שבירמיה אכתי חי ברם הכא מת. זעט מען אז מ'קאן זיך מתייחס צו דעם לויט ווי ס'איז געווען בשעת מעשה.
ואולי ההסבר בזה אז מ'לייגט זיך אריין אינעם לימוד ווי כאילו מ'איז דארט.