Advertisement

הפוך בה דכולה בה
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מקור לתנועת "ואני" לתשב"ר

דינסטאג דצמבר 14, 2010 4:16 am

פון וואו שטאמט דעם "ואני, און איך יעקב" וואס מ'לערנט אויס די קינדער.

Advertisement

דינסטאג דצמבר 14, 2010 5:29 am

פארצייטישע האט געשריבן:פון וואו שטאמט דעם "ואני, און איך יעקב" וואס מ'לערנט אויס די קינדער.

דער ניגון איז דער פארצייטישע ניגון מיט וואס מען פלעגט גאר פארצייטענס לערנען גאנץ חומש רש"י
ולפיכך הוא הניגון שאומרים על מרשות שמחת תורה
דער פשט שטייט און רש"י
דער פונקטליכע נוסח מוז זיין אויך גאר אלט, ווייל און זייער אסאך עקען וועלט האט מען דאס פארצייטענס געלערנט,
דער וויזשניצער רבי דער אמרי חיים, האט ביים ערשטען מאל זייענדיג ביי קבר רחל, מיטגענומען חדר יונגליך זיי זאלן דאס זאגן
זיין זוהן יבל"ח דער מאנסי וויזנעצער רבי, ווען ער פארהערט די עלטערע בחורים מוצ"ש חומש רש"י, הייסט ער זיי דאס זאגן

דינסטאג דצמבר 14, 2010 9:18 am

והוא פלאי האט געשריבן:
פארצייטישע האט געשריבן:פון וואו שטאמט דעם "ואני, און איך יעקב" וואס מ'לערנט אויס די קינדער.

דער ניגון איז דער פארצייטישע ניגון מיט וואס מען פלעגט גאר פארצייטענס לערנען גאנץ חומש רש"י
ולפיכך הוא הניגון שאומרים על מרשות שמחת תורה
דער פשט שטייט און רש"י
דער פונקטליכע נוסח מוז זיין אויך גאר אלט, ווייל און זייער אסאך עקען וועלט האט מען דאס פארצייטענס געלערנט,
דער וויזשניצער רבי דער אמרי חיים, האט ביים ערשטען מאל זייענדיג ביי קבר רחל, מיטגענומען חדר יונגליך זיי זאלן דאס זאגן
זיין זוהן יבל"ח דער מאנסי וויזנעצער רבי, ווען ער פארהערט די עלטערע בחורים מוצ"ש חומש רש"י, הייסט ער זיי דאס זאגן


יישר כח פאר די 2 ידיעות: 1) אז מ'האט פארצייטענס געלערנט מיט דעם ניגון גאנץ חומש רש"י, 2) די וויזניצער ענינים.
אבער די מקור דערפון, און פארוואס פונקט די דאזיגע רש"י זונגט מען אזוי, איז נאכנישט פארענטפערט.

דינסטאג דצמבר 14, 2010 9:37 am

עס איז נישט בלויז די דאזיגע רש"י, אין פרשת ויחי אליינס זענען דא צוויי ואני'ס וואס מען זינגט, ווי אויך די ברכות פון יעקב פאר די קינדער ווערט געזינגן אזוי, צוגלייך מיטן שירת הים און שירת האזינו.

דינסטאג דצמבר 14, 2010 12:52 pm

שירות ותשבחות און ברכות זענען פארט נישט אייניג מיט דעם סארט פון 'ואני'. ישימך אלקים וגו' זינגט מען דאך נישט. והלא דבר הוא

דינסטאג דצמבר 14, 2010 1:01 pm

עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן, אז דער ניגון "ואני" האט די זעלבע תנועות פון דעם ניגון פון דעם נוסח אויף "חתן תורה" וואס מען רופט אויס ביים עולה זיין שמחת תורה.

דינסטאג דצמבר 14, 2010 1:09 pm

נאטרו; קוקט אביסעלע צוריק
והוא פלאי האט געשריבן:
פארצייטישע האט געשריבן:פון וואו שטאמט דעם "ואני, און איך יעקב" וואס מ'לערנט אויס די קינדער.

דער ניגון איז דער פארצייטישע ניגון מיט וואס מען פלעגט גאר פארצייטענס לערנען גאנץ חומש רש"י
ולפיכך הוא הניגון שאומרים על מרשות שמחת תורה

דאנערשטאג דצמבר 23, 2010 6:14 pm

ביי די ליטווישע חדרים זינגט מען עס אויכעט?

(אין עינגליש)

דאנערשטאג דצמבר 23, 2010 11:30 pm

Sorry for writing in english but i can't write yiddish now.

I have a old tape from an old melamid where he's singing the whole parshas vaychee. I remember when i was young my father gave it for me to listen.

פרייטאג דצמבר 24, 2010 9:55 am

How about posting it here on ivelt

פרייטאג דצמבר 24, 2010 12:18 pm

איך האב נישט געגלייבט אז דער מאקעווער מיט'ן לאנגן ווייסע בארד, קען שרייבן ענגליש.....

פרייטאג דצמבר 24, 2010 12:35 pm

קרעמער האט געשריבן:עס איז נישט בלויז די דאזיגע רש"י, אין פרשת ויחי אליינס זענען דא צוויי ואני'ס וואס מען זינגט, ווי אויך די ברכות פון יעקב פאר די קינדער ווערט געזינגן אזוי, צוגלייך מיטן שירת הים און שירת האזינו.

איך האב געהאט אן אלטן מלמד, וועלכער פלעגט האבן אן אנדערן ניגון פאר די ברכת יעקב און פאר די שירה. איך געדענק נישט צי די שירה און ברכת יעקב זענען געווען די זעלבע, אבער זיכער אנדערש ווי דער ואני. שפעטער האב איך געהערט אז דאס איז אן ארץ ישראל'דיגער ניגון פאר די שירה, פארשטייט זיך אז איך געדענק נישט דעם ניגון, אבער לעצטנס האב איך געהערט א ניגון אויף די שירה, עפעס ענליכס צו דעם ניגון אדער גאר דער זעלבער ניגון און ס'האט מיר אויפגעברענגט גירסא דינקותא.
אפשר ווייסט עמיצער פון וועלכען ניגון איך רעד (ווייל איך ווייס נישט...), אבער ערנסט גערעדט: איז דא נאך עפעס א וועלטס ניגון אויף די שירה?

שבת דצמבר 25, 2010 10:33 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:איך האב נישט געגלייבט אז דער מאקעווער מיט'ן לאנגן ווייסע בארד, קען שרייבן ענגליש.....



sorry again for my english. Believe me i'm also much more comfortable to write in yiddish but i'm posting from my phone where i don't have yiddish.
What u'r so wondering how such a big rabbi like me can type in english, i wanna tell u that the sanhadrin was also must to know all the ayin l'shonos. N all our gedolim from all generation's was buki in the lshoyn akim.

פרייטאג דצמבר 31, 2010 12:07 pm

כבוד מה פתאום איך האב איינמאל געהערט דע ניגין פין מיינע קינדער וואס זיי האבען עס געהערט פין הרב הערשל ראלניצקי ער זיי געזאגט אז דאת פלעגט מען זינגען אןיף דע ברכות אין ויחי אין אז ישיר אין פרשת בלק עס איז זייער שיינער ניגין אין מלא טעם, איך בעט מיינע קינדער כסדר זאלען עס מיר זינגען

מאנטאג ינואר 02, 2012 1:38 pm

ארויפגעברענגט לכבוד פרשת ויחי.

קען איינער מאריך זיין בדיבור איבער דאס מקור פון ואני פאר קינדער?

וואו געפינען מיר די ערשטע מקורות דערפאר?

מאנטאג ינואר 02, 2012 1:44 pm

און בית ישראל אויף מסכת נדרים טייטשט ער די גמרא כל השונה בלא זמרה אויפן לערנען די ואני אן א ניגון

מאנטאג ינואר 02, 2012 1:53 pm

פונקטליכע מקור ביטע...

מאנטאג ינואר 02, 2012 2:24 pm

דאס איז זיכער אז די ניגון ברענגט אריין אמונה אין אידישע קינדער אז סוועט נאך קומען א צייט און ושבו בנים לגבולם

מאנטאג ינואר 02, 2012 2:31 pm

געהערט האב עך פון ר' אברהם העפטלער ז"ל אז דאס שטאמט פונם של"ה הק'.
דעם "אלמעכטיגער ג-ט. דיין טעמפיל שירה" קומט אויך פונם של"ה, אין אזוי אויך דאכצעך די וועלטס נוסח פון די ימים נוראים.

מאנטאג ינואר 02, 2012 2:58 pm

כבר כתבו כאן בהאשכול המיוחד שהזמר אלמעכטיגער גאט נדפס כמה שנים קודם שנולד השל"ה, הנוסח
להימים נוראים מתאמרי שהוא מהמהרי"ל.

מאנטאג ינואר 02, 2012 3:10 pm

farshlufen האט געשריבן:כבר כתבו כאן בהאשכול המיוחד שהזמר אלמעכטיגער גאט נדפס כמה שנים קודם שנולד השל"ה, הנוסח
להימים נוראים מתאמרי שהוא מהמהרי"ל.


ווען מען איז מיחס א זאך צו איינעם, איז לאו דוקא ווייל יענער איז דער פארפאסער,
לענינינו דאס מיינט נישט אז דער של"ה הק' האט פארפאסט יענער ניגונים, נאר פשוט ער האט עס גענוצט האט מען איז פשוט מיחס געוועהן אויף זיין נאמען.
אין לגבי דער "ואני" קען זיין טאקע אז עס שטאמט פון נאך פריער פין די של"ה, אבער זעהט עס אז ער האט געהאלפען דאס מפרסם צו מאכען.

דינסטאג ינואר 03, 2012 4:50 am

קען איינער אפשר אראפ שרייבן דעם גאנצן נוסח פין דעם ''ואני''?

דינסטאג ינואר 03, 2012 5:02 am

זיידענע בעקיטשע האט געשריבן:קען איינער אפשר אראפ שרייבן דעם גאנצן נוסח פין דעם ''ואני''?

viewtopic.php?f=73&t=12770

דינסטאג ינואר 03, 2012 5:24 am

סאיז נישטא דארט דעם גאנצן נוסח.

דינסטאג ינואר 03, 2012 6:54 am

דא האסטו טייטש אויף פרשת ויחי, ובכללם די 'ואני':
viewtopic.php?f=4&t=6535
שרייב א תגובה

Advertisement