מקור לתנועת "ואני" לתשב"ר

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטב עביד »

גיי שוין גיי האט געשריבן:
לטב עביד האט געשריבן:אויף קול מבשר 1-1-4 קען מען הערן המלמד החסיד הישיש ר' עקיבה'לע גאנץ זינגען ואני גענוי ווי מען האט עם עס אויסגעלערנט אין די אלטע היים,
די נוסח איז טאקע נבוזרדן סתמא בלי מילה רשע זעט זיך אויס אז דאס איז אן אכשיר דרא'דיגע נוסח...

כמדומה לי איז ער בכלל נישט מדייק צו זיין פונקטליך,
זאגט עס אפ אינגאנצען ענדערשט ווי אונז האבן געלערנט אלס קינד.
איך גלייב נישט אז ער האט אזוי געזאגט און חדר די אלע יארן.
בכלל מיין איך אז ער איז געווען (און מיינע צייטן) א מלמד פאר עברי און נישט פאר חומש.

ער זאגט אז ער איז דייקא יא מדייק און ער זאגט דאס עטליכע מאל און ער האט דאס אפילו אויסגעלערנט פאר אנדערע מלמדים.
ער איז א מלמד אין כתה א אבער די ואני לערנט ער זיי אויס.

פריערט האט איינער געברענגט א נוסח פון הרנ"ץ מבאבוב בשם אבותיו אויך אן די הרשע.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איך האב געהערט ווי א עלטערע יוד האט אויסדריקלעך פארלאנגט פונעם אייניקל זאל זאגן הרשע ווייל אזוי האט מען אים אויסגעלערנט און מען טאר נישט פארקריכן פונען אלטן דרך
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

לטב עביד האט געשריבן:
גיי שוין גיי האט געשריבן:
לטב עביד האט געשריבן:אויף קול מבשר 1-1-4 קען מען הערן המלמד החסיד הישיש ר' עקיבה'לע גאנץ זינגען ואני גענוי ווי מען האט עם עס אויסגעלערנט אין די אלטע היים,
די נוסח איז טאקע נבוזרדן סתמא בלי מילה רשע זעט זיך אויס אז דאס איז אן אכשיר דרא'דיגע נוסח...

כמדומה לי איז ער בכלל נישט מדייק צו זיין פונקטליך,
זאגט עס אפ אינגאנצען ענדערשט ווי אונז האבן געלערנט אלס קינד.
איך גלייב נישט אז ער האט אזוי געזאגט און חדר די אלע יארן.
בכלל מיין איך אז ער איז געווען (און מיינע צייטן) א מלמד פאר עברי און נישט פאר חומש.

ער זאגט אז ער איז דייקא יא מדייק און ער זאגט דאס עטליכע מאל און ער האט דאס אפילו אויסגעלערנט פאר אנדערע מלמדים.
ער איז א מלמד אין כתה א אבער די ואני לערנט ער זיי אויס.

פריערט האט איינער געברענגט א נוסח פון הרנ"ץ מבאבוב בשם אבותיו אויך אן די הרשע.


עס איז איטראסאנט װי מענטשען הערען און לייענען זאכען און קומען ארויס מיט גאר אנדערש װאס יענער האט געזאגט אדער געשריבען און אמאל נאך מיט פונקט דאס פארקערטע! (מען זעט דאס כסדר דא אויף אייװעלט אויך)

לענינינו זאגט ער דארט אז דאס איז דװקא נישט די נוסח װי ער האט געלערנט, נאר גאר א פארקערצערטע נוסח װאס ער האט צאם געשטעלט פאר א קאלעגע מלמד עס זאל זיין גרינגער אויסצולערנען די קינדער!

חוץ דעם איז פשוט אז בדרך כלל האט מען נישט מדייק געװען אויף יעדער װארט פונקטלעך און יעדער מלמד האט געזאגט בערך די זעלבע אבער האט געקענט טוישען א װארט ארויף אראפ לויט װי עס זאגט זוך אהים, עס איז דאך נישט קיין תורה שבכתב.
(דאס איז אויך נוגע צו דעם אשכול װעגען טייטשען יעדער װארט פונקטלעך לויטן אלטען אידיש וכדו׳)
און א װדאי האט יעדער געגענט געזאגט לויט איר אידישער אויסשפראך, אזוי װי עס איז קלאר די חילוקים אין די װערטער װאס מען האט גענוצט אין אנגארען/ראמעניא (װי ר׳ עקיבהלע נ״י האט געלערנט) און די װערטער װאס מען האט גענוצט אין גאליציע (װי מען שרייבט אויבן נוסח באבוב)
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

דער באקאנטער "ואני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

יעדער איינער פון אונז האט דאך געלערנט אין חדר, מיר געדענקען ווי מ'פלעגט זינגען פרשת ויחי דעם "ואני". ס'געווען אן ערשטער ואני, א צווייטע ואני, מ'האמיר געזינגען און גע'חזר'ט די פסוקים מיט די צוגעלייגטע מדרשים וואס רש"י ברענגט דערויף, בנוגע גלות און גאולה, מיט גרויס אריכות. וואס איז פשט פון פונקט די פסוקים אז מ'זאל מאכן אזא גרויס עסק? פארוואס זינגט מען דאס? האט מען דאס געטוהן אין אלע דורות? אט דאס ווערט געוואר אין די קומענדיגע שורות.


פון וואו שטאמט עס?

מיר וועלן אנהייבן די תירוץ אויף די שאלה אזוי: ווען פונקטליך האט זיך דאס אנגעהויבן איז נישט באקאנט. אבער אזויפיל זעט מען יא אז דאס גייט שוין צוריק צו זייער אסאך יארן, הונדערטער יארן צוריק איז דאס שוין אנגעגאנגען. מ'זעט דאס אין די אלטע יזכור ביכער פון די אלטע קהילות קדושות בישראל.

('יזכור בוך' איז געווען א זאך אין אלע אלטע אידישע שטעט, וואס דארט איז פארצייכנט געווארן אלע געשעענישן און פאסירונגען אין שטאט, שמות הנולדים, שמות הנעדרים, וכו' וכו') וואס דארט ווערט געברענגט פון פילע אידישע שטעט בכל פינות העולם אז פרשת ויחי האט מען געלערנט מיט די קינדער דעם 'ואני' מיט א ניגון מיוחד.

די משכילים זענען ברוגז...

אין יאר תרנ"ו איז געדרוקט געווארן א ספר "החסיד והמשכיל" וואס דער ספר איז געווען וויכוחים צווישן א געוויסער געהויבענער חסיד קעגן איינער פון די גאר אויפגעקלערט משכילים אין יענע צייט. בתוך הדברים טענה'ט דארט דער משכיל קעגן די אידישע חינוך וואס די מלמדים באקן אריין אין די יונגע קינדערלעך קומען ארויס פון חדר און די ישיבות זענען זייער צוריקגעשטאנען און אומעבילדעט, און מ'וואלט געדארפט לערנען מיט די קינדער מער וועלטליכע ענינים.

זאגט ער דארטן ווייטער, נישט אזויווי די מלמדים וואס א גאנצן טאג געבן זיי זיך נאר אפ אז דיי קינדער זאלן קענען זינגען דעם 'ואני' פון יעקב אבינו.

עכ"פ זעמיר פון דעם אז עס איז שוין דעמאלטס געווען אן איינגעפעדעמטע זאך ביי ערליכע אידן, און מ'האט דאס אנגעקוקט ווי א חלק פונעם ואל תיטוש תורת אמיך, א חלק פון די הייליגע אידישע מסורה פון וואס מ'טאר נישט אוועקקריכן, און ערליכע אידן אין אלע דורות האבן שטענדיג מקפיד געווען דערויף, אז מ'זאל דאס לערנען מיט די קינדער.

פארוואס איז עס אן עסק?

יעצט לאמיר זעהן וואס איז טאקע די טעם פון דעם גרויסן עסק וואס מען האט געמאכט דערפון.

קודם קען מען זאגן פשט אז דער ציל דערפון איז געווען אריינצובאקן אין די קינדער די האפענונג אוף די גאולה אז סוכ"ס ושבו בנים לגבולם אז די מאמע רחל וויינט און בעט פאר אונז.

אזוי אויך זענען דא וואס ברענגען א טעם דערויף, ווייל דער 'ואני' איז געבויעט בדרך צוואה ווי ער באפעלט פאר יוסף הצדיק וואס מען זאל טוהן מיט אים לאחר פטירתו, און דאס וויל מען איינ'חזר'ן מיט די אידישע קינדער אז מיר זענען אן המשכה פון די פריערדיגע דורות, און שטענדיג נאכצוגיין אין זייערע וועגן אזויווי זיי האבן געוואלט, און וועגן דעם זאגט מען דאס אויך מיט א ניגון מיוחד ווייל אזוי זאל דאס מער אריינגיין אין די יונגע הערצער.

אויפן עצם ניגון זאגן אסאך אז יסודתו בהררי קודש נאכן יסודתו פונעם הייליגן מהרי"ל זצ"ל, וואס פון דעם אליינס זעט מען אז די זינגען 'ואני' איז נישט אזא פשוטע זאך.

זאל טאקע זיין בקרוב דער "ושבו בנים לגבולם!
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 10:02 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

געוואלדיג

איך האב שוין לאנג געואלט וויסן מער איבער די ואני. יישר כח
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:יעדער איינער פון אונז האט דאך געלערנט אין חדר, מיר געדענקען ווי מ'פלעגט זינגען פרשת ויחי דעם "ואני". ס'געווען אן ערשטער ואני, א צווייטע ואני, מ'האמיר געזינגען און גע'חזר'ט די פסוקים מיט די צוגעלייגטע מדרשים וואס רש"י ברענגט דערויף, בנוגע גלות און גאולה, מיט גרויס אריכות. וואס איז פשט פון פונקט די פסוקים אז מ'זאל מאכן אזא גרויס עסק? פארוואס זינגט מען דאס? האט מען דאס געטוהן אין אלע דורות? אט דאס ווערט געוואר אין די קומענדיגע שורות.


.אויפן עצם ניגון זאגן אסאך אז יסודתו בהררי קודש נאכן יסודתו פונעם הייליגן מהרי"ל זצ"ל, וואס פון דעם אליינס זעט מען אז די זינגען 'ואני' איז נישט אזא פשוטע זאך.

ז!


ס'איז מקובל אז אלע נוסחאות פון שבת און יו"ט און ימים נוראים שטאמט פון דעם מהרי"ל
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

ואאאאני און איך טשולי, כאטש איך בין פארנומען מיט מיינע געשעפטן, אבער ווען זאפטי שרייבט מוז איך עס ליינען.....

אבער איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז עס ליגט עפעס טיפער אונטער דעם ואני, סתם געמיינט אז די מלמדים האבן געוואלט גרינגער מאכן די שווערע רש"י האט מען געמאכט א ניגון....

שקויעך זאפטי, ווי וואנט מאר ענד מאר ענד מאר ענד מאר!!
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

טשאלענט האט געשריבן:שקויעך זאפטי, ווי וואנט מאר ענד מאר ענד מאר ענד מאר!!


יא?

אי"ה היינט נאכמיטאג האפן מיר צו לייגן א גאר אינטערעסאנטע מאמר איבער "חניטה", איר פראצעדור וכדומה.

האלט אייך געשפאנט!
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 1:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אה, די לעצטע תגובה מאכט מיך ארויסקוקן אויף עפעס גאר אינטערסאנט...

יישר כח אויף די "ואני" שמועס [האסט נישט געדעקט די פרישע סעמאטוכע איבער ו'א'ני אדער וא'נ'י... פון די סעריע "המעוררים" אויפן דבר יום ביומו]

עס איז געווען אזא שטארקע זאך אינדערהיים, אז מיין באבע ז"ל פלעגט דאס קענען אויסנווייניג, און פלעגט דאס יעדע יאר פארהערן אלע אייניקלעך פערזענליך אדער אויפן טעלעפאן, עס האט איר צוגעגעבן א שטיק חיות.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

זאג מיר נישט אז מיר שעירן א באבע...

יישר זאפטי
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

שכויעך זאפטיגער!

דער מעלאדיע פון ואני איז די זעלבע פון די טאן פון די "ברשות" מיט וועלכע מען רופט אויס חתן תורה און חתן בראשית, און איז גאר ענליך צום שבתדיגן מנחה שמונה עשרה טאן. נו, איז דאך זיכער אז עס שטאמט פון מהרי"ל, עכ"פ דעם טאן.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

יעצט ערהאלטן אין אישי צוויי לינק'ס:

ערשטע

צווייטע

ליינט מיט הנאה!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

אויב מאך איך נישט קיין טעות, שרייבט דער באקאנטער משכיל ליליענטאל, אז ער איז געווען אין א רוסישן חדר צוזאמען מיט א רעגירונגס מיניסטער וועלכע האט געוואלט איינפירן שינויים אינעם חדר סיסטעם. דער מיניסטער האט געהערט די אינגלעך זינגען דעם ואני, און ליליענטאל האט אים מסביר געווען די ווערטער.
דער גוי איז געווארן אזוי איבערגענומען ביז טרערן, איבער אזא פאלק וועלכע לעבט מיטן עבר און האפט אויף אבעסערן גליקליכן עתיד, אז ער האט מבטל געווען אלע גזירות און שינויים.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

שכוח שמעלקע דיין אנוועזענהייט טיט גאר שטארק בארייכערן די פלאץ דא.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בן מהללאל האט געשריבן:אויב מאך איך נישט קיין טעות, שרייבט דער באקאנטער משכיל ליליענטאל, אז ער איז געווען אין א רוסישן חדר צוזאמען מיט א רעגירונגס מיניסטער וועלכע האט געוואלט איינפירן שינויים אינעם חדר סיסטעם. דער מיניסטער האט געהערט די אינגלעך זינגען דעם ואני, און ליליענטאל האט אים מסביר געווען די ווערטער.
דער גוי איז געווארן אזוי איבערגענומען ביז טרערן, איבער אזא פאלק וועלכע לעבט מיטן עבר און האפט אויף אבעסערן גליקליכן עתיד, אז ער האט מבטל געווען אלע גזירות און שינויים.

האסט נישט געטראפן קיין בעסערן צו צוטירן נאר איינער פון די אבי אבות פון רעפארם אין אמעריקא וואס האט אפגעפירט מיליאנען אידן פון מחיק אביהם שבשמים?

ימח שמו וזכרו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

סתם נייגעריג!
ביי די ליטווישע לערנט מען אויך דעם ואני אויף דעם ניגון?
אויף יודיש?
אויף וועלכע שפראך לערנט מען ביי זיי בכלל יודיש אדער גוי'יש?
רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי משה »

אפאר יאר צוריק האט מיר מיינס א חבר מעורר געוועהן, דעס וואס די קינדער ענדיגען "ושבו בני לגבולם ווען משיח וועט קומען במהרה בימינו אמן" אז סאיז לכאורה נישט קיין אמת, ווייל די נבוזרדן איז געוועהן ביים חורבן הראשון במילא מיינט עס ושבו בנים לגבולם ביים בית שני.
סקוקט מיר אויס דברים של טעם
האט איינער אמאהל עפעס געהערט דערוועגן?
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אויסגערעכנט האט געשריבן:איך האב געהערט ווי א עלטערע יוד האט אויסדריקלעך פארלאנגט פונעם אייניקל זאל זאגן הרשע ווייל אזוי האט מען אים אויסגעלערנט און מען טאר נישט פארקריכן פונען אלטן דרך


דאס גייט מיר נישט אריין אין קאפ, ווייל סיי אין מיין חדר יארן צוריק און סיי אין די אלע היינטיגע חדרים זאגט מען נישט "נבוזראדן הרשע" עס שטימט ניטאמאל מיטן ניגון.

דער אלטער איד האט לכאורה א טעות, אדער איז זיין רבי געווען א יחיד המחדש הוספה זו, ווייל אין די וועלט פלעגט מען עס נישט זאגן
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אויף נבוזראדן צו זאגן רשע, מיינט געוויס בעת וואס ער איז נאך געווען א "רשע", משא"כ שפעטער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

בן מהללאל האט געשריבן:שכויעך זאפטיגער!

דער מעלאדיע פון ואני איז די זעלבע פון די טאן פון די "ברשות" מיט וועלכע מען רופט אויס חתן תורה און חתן בראשית, און איז גאר ענליך צום שבתדיגן מנחה שמונה עשרה טאן. נו, איז דאך זיכער אז עס שטאמט פון מהרי"ל, עכ"פ דעם טאן.

איך האב געוואלט צו דעם צושטעלן אז ענליכע תנועות געפינט זיך אויך אינעם נוסח פון קינות לת"ב, עכ"פ דאס ווייזט זיך אויס צו זיין א געוויסע נוסח אין אשכנז ביי ענינים הקשורים לאבילות אזוי ווי דער ואני וואס מ'דערמאנט דער ענין פון קבורה און דער ענין פון גלות ווי אויך געפאלט אייביג די וואך אום עשרה בטבת. דאס זעלבע שבת ביי מנחה וואס איז א זמן פון אבילות אויף מיתת משרע"ה. דאס זעלבע פארשטייט זיך קינות לת"ב. אום שמחת תורה טאקע צ"ע, אבל הלא דבר הוא.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

עניני דיומא
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

אינטרעסאנט אז אסאך "שנה ופירש"ניקעס שרייבן אז די איינציגסטע [אדער פון די איינציגסטע] זאך וואאס זיי געדענקען פון חדר אלץ קינד, איז דער פסוק ואני מיט'ן ניגון
זעהט אויס אז עס האט א גרויסע השפעה....
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

זענדל האט געשריבן:אינטרעסאנט אז אסאך "שנה ופירש"ניקעס שרייבן אז די איינציגסטע [אדער פון די איינציגסטע] זאך וואאס זיי געדענקען פון חדר אלץ קינד, איז דער פסוק ואני מיט'ן ניגון
זעהט אויס אז עס האט א גרויסע השפעה....

די סיבה איז ווייל די רבי'ס האבן געהאקט מיט'ן שטעקן ביז ס'איז אריין טיף אין די ביינער תרתי משמע
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

אפשר פארקערט?
ווייל מ'האט עס אזוי שיין געזינגען מיט א געשמאקע ניגון איז עס זיי אריין אין די ביינער און דאס ברענגט זיי אויף נאסטאלגישע געפילן, און ס'קען גאר זיין אז אויב ביום מן הימים וועלן זיי זיך צוריק קערן צום טאטען אין הימל, וועט סובקאנטשעסלי דאס זיין דער גורם, דאס מאכט זיין שפירן אז אידישקייט האט יא עפעס א טעם עפעס א געשמאק, ס'איז נישט אזוי שווארץ ווי ס'האט זיי געמאכט שפירן די מצב ארום די משפטים סדרה (ח"ו נישט די סדרה אליין, די סדרה איז מתוק מדבש ונופת צופים) נאר ענדערש אזוי ליכטיג אזוי שיין ווי די הארציגע ואני ניגון.
זוכט איר דוי?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18788
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דונש האט געשריבן:אפשר פארקערט?
ווייל מ'האט עס אזוי שיין געזינגען מיט א געשמאקע ניגון איז עס זיי אריין אין די ביינער און דאס ברענגט זיי אויף נאסטאלגישע געפילן, און ס'קען גאר זיין אז אויב ביום מן הימים וועלן זיי זיך צוריק קערן צום טאטען אין הימל, וועט סובקאנטשעסלי דאס זיין דער גורם, דאס מאכט זיין שפירן אז אידישקייט האט יא עפעס א טעם עפעס א געשמאק, ס'איז נישט אזוי שווארץ ווי ס'האט זיי געמאכט שפירן די מצב ארום די משפטים סדרה (ח"ו נישט די סדרה אליין, די סדרה איז מתוק מדבש ונופת צופים) נאר ענדערש אזוי ליכטיג אזוי שיין ווי די הארציגע ואני ניגון.

גם אני מצטרף לדבריך

איך ווייס נישט פארוואס ויחי הייסט א פרשה וואס דער רבי שלאגט, אפשר ביי אונזערע זיידעס, ביי מיר און וויפל איך האב געפרעגט ארויף אראפ פון מיין עידז איז קיינמאל אזוינס נישט געווען
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”