קוקן אויף א רעגנבויגן, וברכתו

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

קוקן אויף א רעגנבויגן, וברכתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

קינד און קייט ווייסט אז מען טאר נישט קוקן אויף א רעגנבויגן. ווייל דער אויבערשטער האט דאך געשוואוירן פאר נח'ן אז ער וועט קיין מבול מער נישט ברענגען. און ווען עס מאכט זיך חלילה אז די וועלט פארדינט זיך צוליב אירע זינד א מבול, ווייזט השי"ת אלס צייכן א רעגנבויגן אלס סימן אז השי"ת האלט איין זיין שבועה וואס ער האט געשוואוירן, און מען זאל תשובה טוהן זייענדיג באוואסטזיניג אז לעולם וואלט יעצט געדארפט קומען א מבול אויף דער וועלט. ווי עס ווערט געברענגט אין די תוה"ק פ' נח.
און אין שו"ע הל' ברכות ווערט גע'פסק'עט אז ווען מ'זעהט א רעגנבויגן, מאכט מען די ברכה "הנאמן בבריתו וקיים במאמרו".

איינע פון די זאכן וואס עס איז שווער, א רעגנבויגן איז דאך אין אלגעמיין א נאטורליכע זאך, ווי יעדער קען מעיד זיין אז נאך א רעגן פארעמט זיך אויס מצד דער נאטור א שיינע אויג-פארכאפנדע קאלירטע רעגנבויגן.
צו דארף מען אויף אזא רעגנבויגן אויך מאכן א ברכה, כאטש עס איז נאטורליך?

די וואך האב איך געזעהן ווי עמיצער שרייבט א בריוו אין "פון פענע צום בלאט", זאגט ער אז דער מקור און טעם נישט צו קוקן אויף א רעגנבויגן איז פון די גמ' מס' חגיגה.
איך האב שוין נישט דעם צייטונג ביי מיר, דעריבער וואלט איך הנאה געהאט ווען איינער ברענגט צו די גמרא, און בכלל ברייטערט אויס די טעמע אז מען זאל קלאר פארשטיין וואס דא טוט זיך.

און בעיקר, ווען איך גיי אויפן גאס און איך זעה א רעגנבויגן. דארף איך מאכן א ברכה אדער נישט?
(למעשה די וועלט פירט זיך נישט אזוי, כאטש ביי דונערן און בליצן מאכט מען יא).
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פארשריבן האט געשריבן:די וואך האב איך געזעהן ווי עמיצער שרייבט א בריוו אין "פון פענע צום בלאט", זאגט ער אז דער מקור און טעם נישט צו קוקן אויף א רעגנבויגן איז פון די גמ' מס' חגיגה.
איך האב שוין נישט דעם צייטונג ביי מיר,

סא דער גאנצער אשכול איז צו באשולדיגן יענעם 'עמיצער'.. און דו האסט פשוט פארגעסן דעם בריוו ווילסטו אז נאך א 'עמיצער' זאל דיר דערמאנען.

נאך א מזל איך האב נישט געליינט דעם בלאט און נישט דעם בריוו איז מיר גארנישט שווער..

זשאסט קידינג.

לידיעתי איז שוין פארהאן אן אשכול איבער קשת.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אין חגיגה שטייט כל המסתכל בשלשה דברים עיניו כהות, די ערשטע איז הקשת, עס ווערט גע'פסק'נט אין שו"ע (או"ח רכט, א) ואסור להסתכל בו ביותר.
די קשיא אז עס איז דאך א נאטורליכן זאך הייב איך נישט אן צו פארשטיין.
פארוואס זאל מען נישט מאכן א ברכה, פון ווי נעמט איר אז די וועלט פירט זיך נישט צו מאכן? מיר האט מען מחנך געווען יא צו מאכן א ברכה.
אגב שטייט אז מען זאל נישט ווייזן פאר א חבר ווען עס איז דא א קשת.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

מיר האט מען נישט מחנך געווען אזוי, און איך האב נאכנישט געזעהן אז איינער זאל מאכן א ברכה.

מעגליך אז דאס איז צוליב די קפידא וואס איר ברענגט צו, אז מ'זאל נישט ווייזן א רעגנבויגן פאר א חבר.

שוועמל האט געשריבן:לידיעתי איז שוין פארהאן אן אשכול איבער קשת.

צוליב אייערע רייד האב איך געמאכט א זוכעניש אויף "קשת", און געטראפן אז דער קרעמער פרעגט די זעלבע פראגע ווי יענער אין בריוול

קרעמער האט געשריבן:העי העי, מען טאר נישט קוקן אויפן קשת! (איז א בילד אנדערש?)
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

לפי זכרוני, אין הספרים כעת אתי
יש שאינם נוהגים לברך על הקשת, ומובא בכה"ח, כי יש דעות שונות מאיזה קשת המדובר שעליו מברכים, וביע"ד איתא שרק קשת שכולו צבע אחד (איני זוכר) הוא הקשת שעליו מברכים
ובקושיא הלא הוא מחמת הטבע, אם כדברי היע"ד הוא פשוט, שאינו טבעי כל כך, ואם המדובר מהקשת הנקרא אצלינו קשת, כך הטביע הרבוש"ע בטבע אחר המבול והי' בענני הענן, וכו', וכשנעשה זה, זה סימן שיזכור האדם שפעם הי' גשם שנעשה מבול, וצריכים להטיב המעשים
ואודות הברכה, בילדותי שמעתי שבצאנז לא אמרו כל אלו הברכות (רעמים, וזוועות וכו'), אולם עובדא ידענא שפעם הי' הקדו"צ מבאבוב מחכה על הבאן, ואמר נחפש מה לעשות שלא יצא הזמן לבטלה, וראה קשת וברך, ולו בדרך כלל הי' קבלה בעניינים אלו מצאנז
ואודות להראות לחבירו, ראיתי פעם, ואיני זוכר המקום, כי הסיבה שאין מראים, הוא משום מוציא דיבה הוא כסיל, כי קשת הוא סימן שהקב"ה הי' מביא מבול לולא השבועה
למה זה תשאל לשמי...
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

והוא פלאי האט געשריבן:לפי זכרוני, אין הספרים כעת אתי

אין יערות דבש שטייט אז דוקא אויב די קאליר איז אזוי ווי תכלת.
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

אגב; דא האט איר א בילד וואס איז מסביר וויאזוי א רעגנבויגן ווערט פארמירט.
אטעטשמענטס
Rainbow_formation.JPG
Rainbow_formation.JPG (29.05 KiB) געזען 4578 מאל
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

דא האט איר די לשון פון יערות דבש ח"א דרוש י"ב:
והנה אמרו בגמרא דכתובות פרק המדיר [דף ע"ז ע"ב] כשמת ריב"ל שאל ליה רשב"י נראתה קשת בימיך, א"ל הן, א"ל א"כ לאו את בר לוואי, וקאמר הגמרא ולא היא, רק דלא לאחזוקי טיבותא לנפשו אמר כן, ותמהו רבים, בעלמא דקשוט איך נאמר כן, הא כתיב [תהלים קא. ז] דובר שקרים לא יכון לנגד עיני, אבל הענין, כבר תמהו כל בעלי טבעים על זכירת ברית הנאמר בקשת, (ועיין אריכות בזה בהגהת של"ה פרשת נח, ותירץ ג"כ בשם הגאון הימ"א נזכר בדרך הגון, ע"ש) כי הוא דבר מטבע כאשר תזרח השמש מול עבים עכורים מלאים קטורי מים, כאשר הנסיון מורה בשומך נגד קוי השמש צלוחית מלא מים. אבל בזוהר יש, כי יש תרי קשת. משונים בגוונים הוא טבעי, אבל מה שיש בו מראה תכלת לגמרי, הוא הקשת הנרצה להזכרת ברית, כי תכלת מלשון כליה ר"ל, תכלת מורה כי נתחייבו ח"ו כליון, ויש להם תכלית טוב בזכירת ברית, לכך רשב"י ששאלו נראה קשת בימיך, כוונתו על קשת ממין השני, שהוא אינו טבעי כלל כנ"ל, וריב"ל השיב סתם נראה, היינו כוונתו לקשת הטבע, והא דלא אמר ליה בפירוש שקשת זו ראה, היינו דלא לאחזוקי טיבותא לנפשיה, אבל מ"מ לא כיזב מילתא, כי באמת נראה קשת הטבעי:
והנה לפ"ז צריך לימוד והבחנה להבחין, בין ראיית קשת אם הוא טבעי, או קשת הזכרת ברית, כי אז יש לנו לעורר בתשובה, כי לכך בא האות לחזור בתשובה ולחדול מרע, ואלהים עשהו שייראו מלפניו, והנה כל זמן דצדיק בעולם, ודאי לא נראתה קשת, רק ממין הטבע, ואין צריך לימוד והבחנה, וזהו מאמר דוד, כל זמן ששאול ויהונתן צדיקי עולם קיימים, ודאי לא נראתה קשת ממין השני, ואין צריך לימוד להבין בין קשת לקשת, אבל במותם, א"כ צריך לימוד ללמד בני יהודה קשת, להבחין בין קשת לקשת, וזהו אמרו הלא היא כתובה על ספר הישר, שפירושה ס' בראשית (ועיין היטב ע"ז כה.), ששם נאמר [בראשית ט, יג] את קשתי נתתי בענן, ע"כ אין כוונה על קשת הטבעי, לכך ילמדו להבחין למען דעת לשוב בתשובה וא"ש:
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

א גרויסן דאנק הרב והוא פלאי און באמבאסטיש.

וועלן מיר וויסן פון היינט און ווייטער, אז ווען מען זעהט א רעגנבויגן וואס איז אינגאנצן בלוי, -זאל מען חלילה נישט ווייזן פאר קיינעם- נאר באלד אנטוהן דאס גארטל און מאכן די ברכה "הנאמן בבריתו וקיים במאמרו". און פארשטייט זיך תשובה טוהן מיטן גאנצן הארצן.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

נאך מער. ס'נעקסטע מאל דו זעהסט א שיינע רעגן בויגן מיט שיינע קאלירן זאלסטו עס ווייזן פאר דיין חבר. און אויב זאגט ער דיר אז מ'טאר נישט צייג אים די יערות דבש.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

הרב פלאי נישט צו ווייזן פאר א אנדערן ווערט געברענגט אין משנה ברורה (סימן רכט א) בשם די ח"א, אינטרעסאנט די ח"א שרייבט דאס בשם מצאתי בספר א' שמו נעלם ממני.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

הרב זיבעציגער: ביטע מפענח זיין דעם ח"א.

געלעגער האט געשריבן:נאך מער. ס'נעקסטע מאל דו זעהסט א שיינע רעגן בויגן מיט שיינע קאלירן זאלסטו עס ווייזן פאר דיין חבר. און אויב זאגט ער דיר אז מ'טאר נישט צייג אים די יערות דבש.

;l;p-

אז מ'האט דעם קאפ אויף די פלייצע...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

חיי אדם (חלק ראשון, כלל סג, ד).
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

אפשר קומט עס נישט דא אריין אבער האב נישט געטראפען ווי עס צו פרעגען
ווייסט איינער די דריי צדיקים וואס אין זייער דור איז נישט געווען קיין רעגנבויגן?
רש״י אין פרשת נח זאגט נאר צוויי
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

חלה האט געשריבן:אפשר קומט עס נישט דא אריין אבער האב נישט געטראפען ווי עס צו פרעגען
ווייסט איינער די דריי צדיקים וואס אין זייער דור איז נישט געווען קיין רעגנבויגן?
רש״י אין פרשת נח זאגט נאר צוויי

אין מדרש רבה איז א מחלוקת וועלכע צוויי דורות
אמר רבי יודן לדרת כתיב, פרט לשני דורות, לדורו של חזקיהו ולדורו של אנשי כנסת הגדולה.
רבי חזקיה מוציא דורן של אנשי כנסת הגדולה ומביא דורו של רבי שמעון בן יוחאי
רש"י ברנעגט דעת רבי חזקיה ווייל ...?..
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ר' יהושע בן לוי איז דער דריטער
כתובות ע"ז עמוד ב'
the SCY is the limit
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

הלכה למעשה?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נודה לך האט געשריבן:הלכה למעשה?

מאכן קאפיעס פונעם יערות דבש און עס אויפהענגען ביי די קאווע.
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

נשמה האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 12, 2018 3:25 pm
נודה לך האט געשריבן:
הלכה למעשה?
מאכן קאפיעס פונעם יערות דבש און עס אויפהענגען ביי די קאווע.
:P :P

ווייזן פאר א חבר איז איין זאך, אבער וואס טוט זיך מיט א ברכה לבטלה?
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: קוקן אויף א רעגנבויגן, וברכתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

קוקט אויס פון יערת דבש דווקא פון א רעגן. מה שאין כן Niagara falls וואס איז נישט קיין רעגן, קען זיין?

למעשה דעיס וואס שטייט אין די גמרא אז סמאכט בלינד אז נאר שטארק בלוי?
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
ברוך ברייער
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 2:01 pm

Re: קוקן אויף א רעגנבויגן, וברכתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך ברייער »

קוקט און רמבם
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”