בלאט 3 פון 3

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 3:10 pm
דורך בונמס זיידע
א דוגמא פון א TIMETABLE פאר איינעם וואס וויל מאכען פריע קידוש אויסגעהאלטען לויט אלע "פוסקים"
און אויך דעם קצות השלחן און איין צד פון פמ"ג אז מען רעכענט א האלבע שעה זמני פאר דעם איסור פון עסען פאר ק"ש
עלות און צאת לויט דעם התאחדות לוח פון עש"ק אמור
EARLY 2.jpg
EARLY 2.jpg (15.08 KiB) געזעהן געווארן 421 מאל




דאס הייסט אז פון דעם פריעסטען מזמור שיר ביז תחילת סעודה (קידוש -?) האט ער ג'האט 62 מינוט
דאס איז כולל מעריב, גוט שבת זאגען , אהיים שפאצירען זמירות און אפשר אופוועקען דיע ב"ב

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:27 pm
דורך בונמס זיידע
והוא פלאי האט געשריבן:די בעסטע עצה איז די עצה פון משנ"ב, און מיט דעם איז מען יוצא דעת הגר"א אז מען זאל נישט דאווענען מעריב פרי
מען דאווענט מנחה מען גייט אהיים דאס ווייב צינד לעכט נאך פלג, מען איז מקבל שבת, מען עסט די סעודה (חצי שעה קודם זמן מעריב, אז מען זאל מעגן), און מען גייט צוריק אין ביהמ"ד צו מעריב


ווער וויל ארגאנעזירען א מנין מנחה עש"ק גענוג פריע מ'זאל קענען זיין אינדערהיים צום פלג
די אידענע צונדט ליכט ביים פלג מען איז מקבל שבת (מ'זאגט גוט שבת? מ'זינגט שבת שלו' ומבורך?)
מזאגט שלו' עליכם וכ' דעם זוה"ק משניות און מ'מאכט קידוש מיט א מתיקות מ'האט דאך פלענטי צייט
ביז א האלבע שעה פאר ק"ש, מען ציט אריין די סעודה ביז נאך צאת מ'עסט א כביצה מ'בענטשט
און מגייט און בה"מ צו קבלת שבת מיהאט דאך אן אייגענעם מנין איי וועט מען טאנצען ביי בואו בשלו'

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 15, 2012 4:55 am
דורך msp
איך מיין אז מען דאווענט קבלת שבת ביים פלג ביז נאך מזמור שיר
נאר מעריב פון כגוונא דאווענט מען ביי נאכט

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 15, 2012 12:02 pm
דורך בונמס זיידע
msp האט געשריבן:איך מיין אז מען דאווענט קבלת שבת ביים פלג ביז נאך מזמור שיר
נאר מעריב פון כגוונא דאווענט מען ביי נאכט

שרייבסט מען עס איז טאקע דא אזא מנין ? ווי? ווען קומט מען זיך ציזאם צי מעריב?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 16, 2012 1:16 pm
דורך בונמס זיידע
אמאל ג'הערט/ג'זעהן

דער חזון איש זי"ע האט מדקדק ג'ווען דאווענען מנחה גדולה
איינמאל עש"ק האט מען אריין ג'ברענגט א חסידישען אינגערמאן משלים זיין
זאגט דער חזו"א שטערט אים נישט דעם שבת זאל ער גיין ג'זונטערהייט

מיר איז דער חידוש פון ווי האט דער חזון איש זי"ע געוויסט וואס עס מיינט א הודו אין בגדי שבת ?

אן ענליכע מעשה אז יענער קומט פאר מיינע הנהגות

עס האט זיך ג'מאכט שוועריגקייטען מיט מנין און חזון איש זי"ע זעהט איינעם פון די נאנטע איז אנגעצויגען
וואס איז? כ'האב אבגעשמיסט מיט אימיצען א צייט זיך טרעפען
גיי ג'זינטערהייט יענער איז נישט מחיוב ווארטען

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 16, 2012 7:36 pm
דורך yield
כ'האב געזען פונם נצי'ב אז שבועות זאל מען דייקא דאווענען ביינאכט ווייל עס שטייט "בעצם" אז דענסמאל איז יום טוב נישט מבעו"י

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 16, 2012 10:40 pm
דורך למעלה משבעים
שטייט אזוי אין טורי זהב אנפאנג סימן תצד אלץ תמימות.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:01 am
דורך msp
בונמס זיידע האט געשריבן:
msp האט געשריבן:איך מיין אז מען דאווענט קבלת שבת ביים פלג ביז נאך מזמור שיר
נאר מעריב פון כגוונא דאווענט מען ביי נאכט

שרייבסט מען עס איז טאקע דא אזא מנין ? ווי? ווען קומט מען זיך ציזאם צי מעריב?


ניין
איך רעדט אין פרינציפ אז מען דארף מקבל שבת זיין ביז נאך מזמור שיר
און שפעטער קען מען קידוש מאכען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:03 am
דורך msp
למעלה משבעים האט געשריבן:שטייט אזוי אין טורי זהב אנפאנג סימן תצד אלץ תמימות.


דער טו"ז זאגט נאר אז מען זאל נישט מוסיף זיין וועגען תמימות
ער זאגט נישט אז עס איז נישט שייך
לפי דער נצי"ב פון פסוק בעצם היום הזה מיינט אז עס פשוט נישט שייך מוסיף זיין

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:39 am
דורך איטשע
דער מגן אברהם דינגט זיך, אז נאר מיט קידוש דארף מען ווארטן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 8:45 am
דורך msp
אמת
נאר מנהג העולם איז צו ווארטען אויף מעריב אויך
ובמק~א הארכתי בענין שיטת המג"א דלכאורה סתראי נינהו היות ואיהו ס"ל שיוצאים ידי קידוש בתפילה ואכמ"ל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:44 pm
דורך בונמס זיידע
פסקי תשובות ברענגט
פון של"ה הקדוש ווי דער מגן אברהם אויף קידוש
פון להורות נתן אז נשים אויך כאטש ביי זיי איז נישט שייך תמימות עיין א שיינע סברה
און פון לוח ארץ ישרא' הרב יחיאל מיכל טיקוצ'ינסקי אז זיי זאלען ווארטען מיט הדלקת הנירות

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 18, 2012 12:59 am
דורך בונמס זיידע
איטשע האט געשריבן:דער מגן אברהם דינגט זיך, אז נאר מיט קידוש דארף מען ווארטן.

דינגט זיך ?? ער ברענגט נאר טריקען אז מען מאכט נישט קידוש פרי אן "ולא כמש"כ" אפשר איז פשט אין מגן אברהם
אזוי ווי
sar.jpg

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 18, 2012 3:37 am
דורך msp
דאכטזיך דער פרמ"ג איז מעורר דער חילוק צווישען דער טו"ז און דער מג"א

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 18, 2012 1:03 pm
דורך בונמס זיידע
msp האט געשריבן:דאכטזיך דער פרמ"ג איז מעורר דער חילוק צווישען דער טו"ז און דער מג"א


מנחם שלו' אין איטשע זענען גערעכט!!
פון פמ"ג סיי אין משבצות סיי אין א"א זעהט אויס אז קידוש פון וואס דער מ"ב
(שהביא המ"א) רעדט איז נאך מעריב