פירות אין ירקות אין פסח

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

והוא פלאי האט געשריבן:בכלל איז דא נאך חומרות בנוגע גידולי קרקע

שמעתי שיש כאלו שאין אוכלים ירקות שגדלים מעל פני הקרקע.
ועמך כולם צדיקים
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

עס איז שטארק איינגעפירט נישט צו עסן קיין טרוקענע פרוכט.

און דאס האט א מקור אין הלכה.
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

ווייסט איינער די סיבה פון נישט עסען קנאבל אום פסח, אפילו מען שיילט עס אפ ?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

עס שטייט אזוי אין פרי מגדים (סימן תסד, א"א סק"א) איך וועל ברענגן די לשון פרי מגדים אלץ פאטעטע און קאווע וואס ער דערמאנט.
יש נוהגין שלא לאכול שום בפסח, ואיני יודע טעם למה, ומכל מקום עתה אין להקל בפני עם הארץ, ובצנעא לתלמיד חכם אין להחמיר. מה שקורין ער"ד עפיל, כמדומה שנוהגין היתר, כי אין בכלל קטניות וגדולים הם ולית בהו תערובת תבואה. וקאווי נוהגין היתר, ועיין סימן תנ"ג [משבצות זהב אות א] בזה.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

בבי מדרשא איז אנגענומען דער טעם, ווייל עס איז דא שום און דער ווייץ, מען רופט עס אויף יודיש קנאבעל, און כאטש עס האט נישט קיין שייכות צום מין קנאבל, (לשום האמיתי), רק נקרא כן כי הוא חטה אם חריפות כל דהו, עם כל זה מפני לשון נופל על לשון נמנעו מלאכלו
עכ"ז ידעתי בבירור, שבגאליציע בהרבה מקומות אכלו שום,
ובבאבוב לא אכלו להדיא, אבל לא מנעו מלבשל בו מאכלים, והרב מבאבוב ז"ל אמר פעם להבחורים הממונים על הקעך, שאינו רוצה כשמביאים מאכלים להשלחן שיהי' בו ע"י הבישול שום, כגון עוף, מפני שיש הנזהרים ממנו, ואינו רוצה להיות מן המתמיהים
וכעין מה שכתוב בפרמ"ג
למה זה תשאל לשמי...
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

farshlufen האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/index.php?f=5&t=7385&p=215261" onclick="window.open(this.href);return false;

קאטען סיד אויל - כשר לפסח פראדוקטן?
ועמך כולם צדיקים
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

קרעמער האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:איך רעד פון בני משפחה
און חסידים האבן שוין באכגעמאכט
בכלל איז דא נאך חומרות בנוגע גידולי קרקע
קנאבעל האט מען נישט געגעסן און אסאך מקומות, ומובא בפרמ"ג, אבער עס איז געווען מקומות ווי מען האט געגעסן, וביש מקומות שלא העלו על השלחן אבל נתנו סתבשילין
יש מקומות שלא אכלו בצלים חיים ובכלל דברים חריפים משום הפלאמבעס בשיניים, זולת כריין אצל הסדר, ואמרו מפני שהוא מרוסק, ואין דוחקא דסכינא
יש מקומות, ואך מובא בספרים אודות תבלינים
ונעגעלעך אין משתמשים אף במוצ"ש להריח מפני שהגויים זייפו, וכן הי' מקומות שלא השתמשו בפלפל אף בשרביטיו, רויע שווארצע פעפער, מפני זיוף הגוים
ובכלל אודות חומרות בפסח יכולים לכתוב תלי תלים, ובפרט אודות מנהגים שכמעט נשכחו, כגון שבצאנז לקחו כלי חרס רק מיודישע פארבריק, ובקאמינקא עשו היימישע כלים, כו'
ועוד חזון למועד

שאלני ת"ח אחד: אותן שאין אוכלין בצלים חיים מחשש הנ"ל, איך אוכלין רעטעך לכרפס?

דער צמח צדק פון ליובאוויטש האט געסארט רעטאך אהן קיין טעם און אין ליובאוויטש עסט מען פאר כרפס בצל אדער קארטאפל פאר ווייבער מיט קינדער.
(די לצנים האבן געזגט אז עס איז אסור רעטאך אהן א טעם אבער מיט א נטעם איז מותר)
אויך שום עסט מען ניט

אין בית הרב אין ליובאוויטש האט מען קיין געקאכטע צוקער אויך ניט גענוצט,
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

געווען וואס האבען געזאגט א טעם ווייל די גמרא זאגט אז רעטיך קען מען נאר עסען מיט שאלאכץ כמבואר בגמ'

בכלל איז ידוע איז אין ליובאוויטש איז מען שטארק מחמיר בענייני פסח, און כאטש דער המון איז דארט נישט אזוי זהיר ווי די אונגארישע בכל השנה אויף כשרות, (עס איז דארט דא בני עלי', וואס האבן אלע חומרות ווי די פרומסטע און אנדערע קרייזען ועוד יותר), אבער פסח, שטייען זיי נישט ווייניגער
למה זה תשאל לשמי...
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

ירא שמים האט געשריבן: פעטעיטעס, דאס עסט לכאורה גאנץ כלל ישראל, פסח אן פעטעיטעס איז אזוי ווי א אינטערנעט אן איי וועלט.
והוא פלאי האט געשריבן:קארטאפעל, האלט דער חיי אדם אז מען זאל נישט עסן


מרן הרה"ק מראפשיץ זי"ע האט זיך געפירט צו נעמען 'קארטאפל' פאר כרפס.
דער מנהג איז באקאנט ווי א גרויסע פליאה ווי באלד דער ראפשיצער רב אליין האט געהאלטן אז אויף קארטאפל מאכט מען א שהכל כידוע, ס'שוין דא אסאך געשריבן איבער דעם צו פארענטפערן. למעשה זענען אלע תירוצים וישובים נאר צו פאר ענטפערן די הלכה שבו, אבער די טעם פארוואס דוקא קארטאפל, איז נאך לכאורה טעון ביאור.

האב איך לעצטנס געזען ברענגען אז די טעם פאר ער האט אזוי קובע געווען, איז געווען כדאי צו מפרסם זיין אז קארטאפל איז מותר צו עסן לכתחלה אין פסח, ודלא כשיטת בעל חיי אדם, וואס אסר'ט צו עסן קארטאפל אין פסח, און דער ראפשיצער רב האט מורא געהאט אז מען זאל נישט צו קומען צו הונגערן, ווי באלד דאס איז פון די איינציגסטע מאכלים אין פסח.

כעת געדענק איך נישט דער מקור, דער וואס ווייסט קען צו צייכענען.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

zugurnish האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:איך רעד פון בני משפחה
און חסידים האבן שוין באכגעמאכט
בכלל איז דא נאך חומרות בנוגע גידולי קרקע
קנאבעל האט מען נישט געגעסן און אסאך מקומות, ומובא בפרמ"ג, אבער עס איז געווען מקומות ווי מען האט געגעסן, וביש מקומות שלא העלו על השלחן אבל נתנו סתבשילין
יש מקומות שלא אכלו בצלים חיים ובכלל דברים חריפים משום הפלאמבעס בשיניים, זולת כריין אצל הסדר, ואמרו מפני שהוא מרוסק, ואין דוחקא דסכינא
יש מקומות, ואך מובא בספרים אודות תבלינים
ונעגעלעך אין משתמשים אף במוצ"ש להריח מפני שהגויים זייפו, וכן הי' מקומות שלא השתמשו בפלפל אף בשרביטיו, רויע שווארצע פעפער, מפני זיוף הגוים
ובכלל אודות חומרות בפסח יכולים לכתוב תלי תלים, ובפרט אודות מנהגים שכמעט נשכחו, כגון שבצאנז לקחו כלי חרס רק מיודישע פארבריק, ובקאמינקא עשו היימישע כלים, כו'
ועוד חזון למועד

שאלני ת"ח אחד: אותן שאין אוכלין בצלים חיים מחשש הנ"ל, איך אוכלין רעטעך לכרפס?

דער צמח צדק פון ליובאוויטש האט געסארט רעטאך אהן קיין טעם און אין ליובאוויטש עסט מען פאר כרפס בצל אדער קארטאפל פאר ווייבער מיט קינדער.
(די לצנים האבן געזגט אז עס איז אסור רעטאך אהן א טעם אבער מיט א נטעם איז מותר)
אויך שום עסט מען ניט

אין בית הרב אין ליובאוויטש האט מען קיין געקאכטע צוקער אויך ניט גענוצט,


איז נישט ׳בצל׳ א שהכל, און נישט קיין פרי האדמה...
אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי וויי טאטע »

אויב עס איז געקאכט אדער כבוש וכו' באופן הראוי נארמאל צו עסן צוויבל איז עס א בורא פרי האדמה, אויב עס ווערט נישט בטל, למשל צוויבל פון הערינג אויב עסט מען דאס אליין איז עס א האדמה,
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...
דער אידל
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 14, 2018 10:20 pm

Re: פירות אין ירקות אין פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער אידל »

איז דא א מנהג נישט צו עסן פּאַטלעזשאַן עגפ-לענט אין פסח ?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פירות אין ירקות אין פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער אידל האט געשריבן:איז דא א מנהג נישט צו עסן פּאַטלעזשאַן עגפ-לענט אין פסח ?

ביי די וואס עסן נישט אלעס וואס זייערע עלטערן האבן נישט געגעסן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”