הרב_שלום האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:א קינד וואס באקומט פיאות לג בעומר אבער ווערט דריי פריער, טיט מען אן א קאפל אין ציצית ווען ער ווערט דריי?
מחלוקת הפוסקים דארפסט פרעגן דיין מורה הוראה
ווי ווייט איך האב געטון אין דעם ענין ווען עס איז מיר נוגע געווען, איז מחלוקת הפוסקים נישט דער ריכטיגער אויסדריק דא. דאכטסעך אז עס איז נישט דא קיין שום הלכה אין דעם גאנצן ענין פון אפשערן, אלעס איז ריין מנהגים און מסורה. יעדער דארף טון וואס זיינע עלטערן האבן געטון. אויף דעם ענין פון אנטון א קאפל האב איך געהערט אז הרה"ק מקאשוי זי"ע האט בשו"א נישט געלאזט אנטון א קאפל אויף גרויסע האר (קען זיין אז אנדערע האבן אויך אזוי געזאגט, נאר איך האב עס געהערט משמו). מאידך גיסא, איז דאך אלעמאל געווען ווער עס האט יא אזוי געטון, והנך להם לישראל וכו'. וכהנה וכהנה אויף טריט און שריט ביים אפשערן, טראגן אין חדר אא"וו האט יעדער אנדערע מנהגים און יעדער מנהג האט א מקור. א איד האט מיר דערציילט אז זיין זון איז געבוירן בין המצרים, און ער האט געפרעגט הרה"ח ר' לייבעלע גליק ז"ל וועלכער איז געווער יארן לאנג א מלמד כתה א', ווען מען שערט אפ אין אזא פאל, האט ער אים געענטפערט: אידן זענען געשטאנען אין די רייע ביים רבין (הרה"ק מסאטמאר זי"ע) פרעגן די שאלה, און יעדער האט געקריגן אן אנדערע תשובה, ע"כ. איך האב אמאל געהערט א הסבר דערויף, אז עס האט זיך געווענדט וואספארא עסק יענער האט געמאכט פונ'עם אפשערן, אזעלכע וואס מאכן א סעודה וכדו' האט ער געזאגט נישט אפצושערן בין המצרים אדער ספירה און אזעלכע וואס האבן כמעט נישט געמאכט קיין עסק האט ער ענדערש יא געלאזט, און פארקערט ביי ר"ח און חוה"מ. וואס מער מען טוט אין דעם ענין זעט מען אלץ מער הוראות און אלץ מער מנהגים, צאי לך בעקבי הצאן איז אלעמאל דער בעסטער אויסוואל.