שאלות אין הלכה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 12:32 am

בספר דברי יצחק הביא ששמע בשם הרה״ק מהר״ש מבעלזא,‏ שלא יאכל מאכל שהיה בבית הכסא.‏ ובספר לקוטי מהרי״ח ‏(בדברים הנוהגים בסעודה)‏ הביא מספר שלמי ציבור שכתב דרוח רעה אינו שורה אלא על אדם שיש בו קדושה ולא על אוכלין,‏ אך כתב דבכ״ז אי אפשר לדחות דברי הרב הדומה למלאך ה׳ צבאות מהר״ש,‏ כי רב תנא הוא ופליג,‏ וכן מנהג העולם,‏ עכתו״ד.‏ וכתב בשו״ת מנחת יצחק ‏(ח״ג סי׳ ס״ג)‏ דבבית הכסא שלנו יש להקל בשעת הדחק,‏ ובתנאי שיהיה ביה״כ נקי.‏

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 12:51 am

איינער האט אמאל געפרעגט דעם חזון איש צו מ'מעג עסן עפעס וואס איז געווען אין בית הכסא, ער האט אויסגעפלאצט אין א געלעכטער, ער האט קיינמאל פארדעם נישט געהערט פון אזא מין זאך.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21113
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:06 am

Haklal האט געשריבן:מיין קליין יונגל האט אריינגעטראגן אומאפגעשיילטע פרוכט אין טוילעט, מה דינו?

אין מרא דשמעתתא ברענגט הג' המח' בשם רבו הק' רמ"א פריינד זצ"ל אז מ'זאל עס אפגיסן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 10:24 am

חלב ישראל האט געשריבן:איינער האט אמאל געפרעגט דעם חזון איש צו מ'מעג עסן עפעס וואס איז געווען אין בית הכסא, ער האט אויסגעפלאצט אין א געלעכטער

דאס האט געדארפט זיין אן אינטערעסאנט ספעקטאקל, אשאד איך בין נישט דארט געווען בשעת מעשה.

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 10:27 am

היינטיגע בתי כסא האלטן א סאך פוסקים אז עס האט נישט קיין דין פון בית הכסא לענין קריאת שמע (ויל"ע מצד מרחץ).
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: חסידים ואנשי מעשה)

Haklal
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 11:41 am

farshlufen האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:מיין קליין יונגל האט אריינגעטראגן אומאפגעשיילטע פרוכט אין טוילעט, מה דינו?

אין מרא דשמעתתא ברענגט הג' המח' בשם רבו הק' רמ"א פריינד זצ"ל אז מ'זאל עס אפגיסן.

יישר כח

גבר ישראל
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובהדורך גבר ישראל » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 11:42 am

אהרן הלוי האט געשריבן:היינטיגע בתי כסא האלטן א סאך פוסקים אז עס האט נישט קיין דין פון בית הכסא לענין קריאת שמע (ויל"ע מצד מרחץ).

בימים ההם ווען עס איז נאך געוועהן מותר צו רייכערן אויף א פליגער, האט מען דאך געמעגט צינדען נרות חנוכה אין די בית הכסא מיט א ברכה, וכמדומה לי שיש תשובה מהשבט הלוי אפילו על זה

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4946
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 12:05 pm

אהרן הלוי האט געשריבן:היינטיגע בתי כסא האלטן א סאך פוסקים אז עס האט נישט קיין דין פון בית הכסא לענין קריאת שמע (ויל"ע מצד מרחץ).

לכאורה עיקר דין "מרחץ" איז נאר א שטוב וואס די הייס וואסער ליגט דארט שטענדיג, און מ'פלעגט זיך באדן אין די וואסער, ממילא איז געווען א געפערליכע ריח, לדוגמא א מקוה דריטע טאג יו"ט אן טוישן די וואסער..., משא"כ אין די הייזער בלייבט קיינמאל די וואסער שטיין, און ס'האט לכאורה נישט קיין דין מרחץ, כנלענ"ד.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

פויגל מילך
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 8:20 am

תגובהדורך פויגל מילך » זונטאג פאברואר 24, 2019 12:18 am

פרייטיג צונאכט סוף קידוש איז דער בעכער ארויסגעפאלן פון די האנט (ס'איז דא וועם צו בלעימען) און ס'איז נישט געבליבן אינם כוס קיין איין טראפ, האב איך זיך אויסגעלייגט בפישוט און געזיפט פון די פלאר כדי נישט צו דארפן איבערמאכן קידוש.

עס געטוהן אן א הפסק, איז דא א בעסערע מהלך?

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג פאברואר 24, 2019 1:16 am

ניצן פונעם פלעשל וואס ליגט אויפן טיש מיינעך.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג פאברואר 24, 2019 1:47 am

פויגל מילך האט געשריבן:פרייטיג צונאכט סוף קידוש איז דער בעכער ארויסגעפאלן פון די האנט (ס'איז דא וועם צו בלעימען) און ס'איז נישט געבליבן אינם כוס קיין איין טראפ, האב איך זיך אויסגעלייגט בפישוט און געזיפט פון די פלאר כדי נישט צו דארפן איבערמאכן קידוש.

עס געטוהן אן א הפסק, איז דא א בעסערע מהלך?

שוין נישט גוט געטוהן, קודם כל אז עס איז דא וועם צי בלעימען דארף מען קודם ווערן אויפגעקאכט פאר כעס אין אריינגעבן א פסוק פארן שולדיגער, נאכדעם ציגיין צום שאנק און ארויסנעמען א אוצר הלכות אין נאכקיקן, און ערשט נאכדעם זיך אויסלייגן בפישוט ידים ורגלים אויפ'ן באדאלאג אין זיפן פונעם שטויביגן גרעיפ דשוס תוך כדי דיבור פונעם ברכה.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג פאברואר 24, 2019 2:46 am

shimon7323 האט געשריבן:ניצן פונעם פלעשל וואס ליגט אויפן טיש מיינעך.

לגבי די הגפן ביסטו גערעכט, לגבי קידוש ווייס איך נישט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » זונטאג פאברואר 24, 2019 3:05 am

מ'דארף נישט איבערמאכן קידוש ביי נשפך, מ'דארף נעמען א צווייטע כוס און טרינקען כשיעור, הגפן וואלסטו נישט געדארפט מאכן, ווייל ווער האט דען היינט נאר איין כוס פאר קידוש און האט נישט אינזין צו פטר'ן די איבעריגע וויין און גרעיפ דזשוס וואס מ'טרינקט נאכדעם.

פויגל מילך
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 8:20 am

תגובהדורך פויגל מילך » זונטאג פאברואר 24, 2019 8:16 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:
פויגל מילך האט געשריבן:פרייטיג צונאכט סוף קידוש איז דער בעכער ארויסגעפאלן פון די האנט (ס'איז דא וועם צו בלעימען) און ס'איז נישט געבליבן אינם כוס קיין איין טראפ, האב איך זיך אויסגעלייגט בפישוט און געזיפט פון די פלאר כדי נישט צו דארפן איבערמאכן קידוש.

עס געטוהן אן א הפסק, איז דא א בעסערע מהלך?

שוין נישט גוט געטוהן, קודם כל אז עס איז דא וועם צי בלעימען דארף מען קודם ווערן אויפגעקאכט פאר כעס אין אריינגעבן א פסוק פארן שולדיגער, נאכדעם ציגיין צום שאנק און ארויסנעמען א אוצר הלכות אין נאכקיקן, און ערשט נאכדעם זיך אויסלייגן בפישוט ידים ורגלים אויפ'ן באדאלאג אין זיפן פונעם שטויביגן גרעיפ דשוס תוך כדי דיבור פונעם ברכה.


ביי קידוש בין איך מקפיד סזאל נישט זיין מבושל

פויגל מילך
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 8:20 am

תגובהדורך פויגל מילך » זונטאג פאברואר 24, 2019 8:21 am

גלאזער האט געשריבן:מ'דארף נישט איבערמאכן קידוש ביי נשפך, מ'דארף נעמען א צווייטע כוס און טרינקען כשיעור, הגפן וואלסטו נישט געדארפט מאכן, ווייל ווער האט דען היינט נאר איין כוס פאר קידוש און האט נישט אינזין צו פטר'ן די איבעריגע וויין און גרעיפ דזשוס וואס מ'טרינקט נאכדעם.



נאכגעטשעקט אין שלחן ערוך און הרב גלאזער איז גערעכט.

וויל נאר וויסן צו הלכות כוסות האט א דירעקטע קאנעקשען מיט גלאזע"ר?

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » זונטאג פאברואר 24, 2019 10:32 am

פויגל מילך האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:מ'דארף נישט איבערמאכן קידוש ביי נשפך, מ'דארף נעמען א צווייטע כוס און טרינקען כשיעור, הגפן וואלסטו נישט געדארפט מאכן, ווייל ווער האט דען היינט נאר איין כוס פאר קידוש און האט נישט אינזין צו פטר'ן די איבעריגע וויין און גרעיפ דזשוס וואס מ'טרינקט נאכדעם.



נאכגעטשעקט אין שלחן ערוך און הרב גלאזער איז גערעכט.

וויל נאר וויסן צו הלכות כוסות האט א דירעקטע קאנעקשען מיט גלאזע"ר?

גלאזער איז טאקע גערעכט.. איך וויל נאר פארשטיין אויב די טאץ איז אויך מיטגעפלויגן אויב נישט וואלט מען לכוראה געקענט געבן א טרינק פונעם טאץ די איבעריגע נעמען נאך פינעם פלעשל
אבער די נחת רוח אויבן זעהן ווי א איד ליגט אויף דער ערד איז זיכער געווען
ארויס פין בבל

פויגל מילך
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 8:20 am

תגובהדורך פויגל מילך » זונטאג פאברואר 24, 2019 10:45 am

אין בעלזא נוצט מען נישט קיין טאץ. מאכן מציצה פונם טישטוך טאר מען דאך נישט.

ניין! איך בין נישט קיין בעלזער אין די טאץ איז נישט געפלויגן, איך האב פשוט נישט דעם בהוש'ער מנהג (טריק) אז די וויין באבעלט.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג פאברואר 24, 2019 10:58 am

פויגל מילך האט געשריבן:פרייטיג צונאכט סוף קידוש איז דער בעכער ארויסגעפאלן פון די האנט (ס'איז דא וועם צו בלעימען) און ס'איז נישט געבליבן אינם כוס קיין איין טראפ, האב איך זיך אויסגעלייגט בפישוט און געזיפט פון די פלאר כדי נישט צו דארפן איבערמאכן קידוש.

עס געטוהן אן א הפסק, איז דא א בעסערע מהלך?

:lol: :lol: :lol: #פויגל מילך. דו האסט security cameras אין דיין דיינינג רום? אויב יא זיי מהנה דעם ציבור... ס'איז אדר אויף דער וועלט...

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג פאברואר 24, 2019 11:04 am

דערמאנסט מיר פון א מעשה. ס'איז געקומען אמאל א יוד צו רבינו הקדוש מ'סאטמאר זי"ע (כ'מיין ער איז געקומען מעבר לים) און ביים טיש ווען די רבי האט זיך געוואשן מים אחרונים איז דער יוד אריין געקראכן אינטערן טיש און אויסגעלעקט די מים אחרונים. די רבי האט אים געזאגט ביזט א ב...

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » זונטאג פאברואר 24, 2019 11:18 am

גלאזער האט געשריבן:מ'דארף נישט איבערמאכן קידוש ביי נשפך, מ'דארף נעמען א צווייטע כוס און טרינקען כשיעור, הגפן וואלסטו נישט געדארפט מאכן, ווייל ווער האט דען היינט נאר איין כוס פאר קידוש און האט נישט אינזין צו פטר'ן די איבעריגע וויין און גרעיפ דזשוס וואס מ'טרינקט נאכדעם.

קען זיין אז דער משנה ברורה פסק'עט טאקע אזוי (כ'ווייס נישט) אבער עס איז אינטערסאנט צו וויסן אז לויט איין דעה העלפט נישט דאס אז מען האט בדעה צו טרינקן נאך (וכמדומני שכן דעת הרב חדושים ובאורים להלכה), והוא סוגיא רחבה של 'בירך ונפל מידו' סוף סימן ר"ו.
- בכל אופן, די חינוך וואס די קינדער האבן באקומען איז געוואלדיג

(הוספה: איני יכול הלכות קידוש, אבל אם ההלכה היא ששתיית מלוא לוגמיו מעכבת, יש להסתפק אם בכל זאת ישתה משהו מהרצפה כדי שלא תהיה ברכת הגפן לבטלה, כי יתכן שברכת הקידוש הוי הפסק)
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12926
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אפריל 07, 2019 10:23 pm

אז איינער הייבט אן א שמיעס וואס איז אסור וועגען שלא יהי' דיבורך של שבת כדיבורך בחול
טאר מען אים נישט זאגען מיר וועלען רעדען דערפין נאך שבת
נור מיר וועלען רעדען נאך ש"ק
דאס רעדען דעדפין איז דאך אסור
מבית מדרשו של הרה"ג ר משה היינעמאן

Haklal
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דינסטאג אפריל 09, 2019 6:37 pm

אין מיין אפיס איז דא יודן אין להבדיל גוים, איך האב געהאט פלייש פין א רעסטעראנט אין א בעג מיט איין קניפ, עס איז דא קעמרעס דארט אבער ווי פארשטענדלעך ווייסט קיינער נישט צי וועם א בעג באלאנגט
איז דאס בשר שנתעלם מן העין?

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4946
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג אפריל 09, 2019 6:44 pm

Haklal האט געשריבן:אין מיין אפיס איז דא יודן אין להבדיל גוים, איך האב געהאט פלייש פין א רעסטעראנט אין א בעג מיט איין קניפ, עס איז דא קעמרעס דארט אבער ווי פארשטענדלעך ווייסט קיינער נישט צי וועם א בעג באלאנגט
איז דאס בשר שנתעלם מן העין?

כשישראל יוצא ונכנס אינו בשר שנתעלם מן העין. כ'שטעל זיך פאר אז אידן דרייען זיך דארט אריין און ארויס אין אפיס, ממילא איז עס מותר.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

Haklal
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דינסטאג אפריל 09, 2019 9:34 pm

נא_שכל האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:אין מיין אפיס איז דא יודן אין להבדיל גוים, איך האב געהאט פלייש פין א רעסטעראנט אין א בעג מיט איין קניפ, עס איז דא קעמרעס דארט אבער ווי פארשטענדלעך ווייסט קיינער נישט צי וועם א בעג באלאנגט
איז דאס בשר שנתעלם מן העין?

כשישראל יוצא ונכנס אינו בשר שנתעלם מן העין. כ'שטעל זיך פאר אז אידן דרייען זיך דארט אריין און ארויס אין אפיס, ממילא איז עס מותר.

יישר כח

נתן בן ופסי
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » פרייטאג אפריל 12, 2019 4:16 pm

נעכטען געהאט אזא שאלה: געמיינט אז עס איז נאך דא צייט צי דאווענען מנחה אין איך האב מיר געשטעלט דאווענען שמו''ע למעשה נאכן דאווענען זעה איך אז עס איז שוין געוועזן נאכן זמן. וואז דארף איך יעצט טוהן דאווענען איין שמו''ע אדער צוויי?? מנחה? מעריב? נדבה?


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט