שאלות אין הלכה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

סאיז דא א שמועס אין תשובות והנהגות איבער א באקסדיגע רינגל, אויב געדענק איך גוט איז די שאלה אז סאיז נישט קיין רינגל
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

מים חיים האט געשריבן:סאיז דא א שמועס אין תשובות והנהגות איבער א באקסדיגע רינגל, אויב געדענק איך גוט איז די שאלה אז סאיז נישט קיין רינגל

אין קאמארנא איז א ענין נאר א באקסדיגע..
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

יש הנאה האט געשריבן:

פון דעם רעדט ער
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

טשעבינער האט געשריבן:אקעי, ס'צייט צו זאגן מיין חלק;
מעשה שהיה ביי מיר אליינס. אז די כלה האט טאקע געוואלט כ'זאל געבן אויך אזא טבעת מרובעת - ווי ס'ווערט געברעגט פון קאמארנא - און איך האב געהאט דעם געווענליכער רינגל.
און, הרב אפרים פאדווא שליט''א איז געווען מסדר קידושין, און מיט א שמייכל רופט ער זיך אן; אז ס'צוויי רינגלעך, דעמאלטס זאלסטו זאגן; בטבעות אלו!

;l;p-
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

תגובה דורך יצחק אייזיק »

דאס מיינט א רב!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ווערטער מאכן אויס און דערפאר איז דא א סוגיא אויף דעם, אויב ווערטער מאכן נישט אויס וואלט נישט גארנישט געדארפט שטיין. למעשה איז זי מקודשת אזוי ווי דו האסט געברענגט, עכ"פ צו פארשטיין די שקו"ט פונעם שואל דא דארף מען אויסשמועסן די סברא פארוואס מוסיף זיין ווערטער וואלט אפשר קאליע געמאכט און אז למעשה איז עס נישט משנה.

מעגליך אז ווערטער מאכן אויס, אבער די סוגיא דארט איז נישט איבער ווערטער, נאר לגבי אויסנארן.

התקדשי לי במנה ונתן דינר מקודשת. משא"כ אויב ער האט געגעבן אסאך מער ווי א דינר, נתן מנה חסר דינר, א"מ. פארוואס? ווייל נתן דינר זעט זי אז ער געט נאר א דינר, און הגם ער האט געזאגט א מנה איז עס נישט מעלה ומוריד. משא"כ ביי נתן מנה חסר דינר איז א"מ ווייל זי מיינט אז ס'דא א גאנצע מנה און זי ווערט נתקדש על דעת זה. ס'האט מיט איר דעת נישט מיט זיין דיבור.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

סאו פארוואס האסטו אויפגעברענגט די סוגיא דא? כ'בין שוין צומישט
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:סאו פארוואס האסטו אויפגעברענגט די סוגיא דא? כ'בין שוין צומישט

ווייל פון די גמ' זעט מען קלאר אז די דיבור איז נישט משנה איז ס'איז מקודשת אפי' ער זאגט עפעס אנדערש ווי דאס וואס ער געט. די זעלבע זאך דא איז מקודשת.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

און נאכאלץ האט הרב פאדווא געזאגט צו זאגן "בטבעות אלו"
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:און נאכאלץ האט הרב פאדווא געזאגט צו זאגן "בטבעות אלו"

ווייל דאס איז די קארעקטע לשון.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

Mezofzef האט געשריבן:

גענוי. זיכער איז בעסער צו זאגן א לישנא דמעלי'. (נוגע אייביג, נישט נאר אונטער די חופה...)
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

טשעבינער האט געשריבן:וואס איז אויב א חתן איז מקדש די כלה מיט צוויי רינגלעך אויפאיינמאל?

אויף די שאלה איז די תירוץ
טשעבינער האט געשריבן:הרב אפרים פאדווא שליט''א - לאנדאנער רב - איז געווען מסדר קידושין, און מיט א שמייכל רופט ער זיך אן; אז ס'צוויי רינגלעך, דעמאלטס זאלסטו זאגן; בטבעות אלו!

אויף בדיעבד האט מען נישט קיין קלארע ענטפער (הרב יצחק אייזיק פסקנט אז סהאט נאר מיט איר דעת און די דיבור מאכט נישט אויס)

יעצט איבערגעקוקט די תשובות והנהגות חלק א' סי' תשמ''ו ער רעדט דארט נאר אז מען דארף מודיע זיין פאר די כלה אז סאיז באקסדיג, מילא קומט עס בכלל נישט אהער

יישר כח טשעבינער זייער אינטערעסאנט
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

צ/ק
וואס איז די הלכה אויב די כלה האט נישט געוויסט אז זי גייט באקומען א באקסדיגע רינג, און דער חתן געבט איין רינג, והנה.. ס'איז באקסדיג!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

יש הנאה האט געשריבן:צ/ק

זי זעט עס און זי קען זאגן אויב זי האט עס ליב אדער נישט. אויב איז זי שטיל איז נישט קיין פראבלעם.

אויב זי זעט נישט בשעת מעשה איז אן ערנסטע פראבלעם.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

יש הנאה האט געשריבן:צ/ק
וואס איז די הלכה אויב די כלה האט נישט געוויסט אז זי גייט באקומען א באקסדיגע רינג, און דער חתן געבט איין רינג, והנה.. ס'איז באקסדיג!

דאס איז וואס איך האב גערעדט פון, ער זאגט נישט וואס איז אויב נישט
Screenshot 2021-12-10 123539.png
Screenshot 2021-12-10 123539.png (89.32 KiB) געזען 1213 מאל

Screenshot 2021-12-10 123521.png
Screenshot 2021-12-10 123521.png (33.75 KiB) געזען 1213 מאל
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
אויב זי זעט נישט בשעת מעשה איז אן ערנסטע פראבלעם.

געווענטליך זעהט זי נישט, עס מוז אפילו נישט זיין אז זי פילט עס אויפן מינוט אז איך זאל זאגן אז זי איז שותק און מסכים דערצו..
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

יש הנאה האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
אויב זי זעט נישט בשעת מעשה איז אן ערנסטע פראבלעם.

געווענטליך זעהט זי נישט, עס מוז אפילו נישט זיין אז זי פילט עס אויפן מינוט אז איך זאל זאגן אז זי איז שותק און מסכים דערצו..

פארדעם האב איך צוגעלייגט אז אויב זי זעט נישט איז עס גאר אן ערנסטע פראבלעם.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
יש הנאה האט געשריבן:צ/ק
וואס איז די הלכה אויב די כלה האט נישט געוויסט אז זי גייט באקומען א באקסדיגע רינג, און דער חתן געבט איין רינג, והנה.. ס'איז באקסדיג!

זי זעט עס און זי קען זאגן אויב זי האט עס ליב אדער נישט. אויב איז זי שטיל איז נישט קיין פראבלעם.

אויב זי זעט נישט בשעת מעשה איז אן ערנסטע פראבלעם.

איז דאס נאכאלץ געבויט אויף די איין משמעות פון גמרא און תוספות וואס האסט אפירגעברענגט נעכטן אדער האסטו דורכגעלערנט אבן העזר בעיון און ס'איז דיר אויסגעקומען אז ס'איז א דבר פשוט ומוסכם?

ס'איז זייער איינגענעם און געשמאק דאס פלפול און פילעווען דא צווישן היימישע חברים, אבער מיר דארפן געדענקען אינזער שטאנד, אינז זענען וואוילע פיינע אידן און אינז קענען זאגן סברות און ברענגען ראיות צו דעם, אויף הלכה למעשה זאל מען ברענגען א קלארע מקור פון די אחרונים.

אין דעם פאל למשל, איז מיין סברה נוטה אז א פרוי וואס שווייגט אינטער די חופה ווען זי איז מסובב מיט די משפחה און אירע חבר'טעס איז נישט מוכח אז ניחא לה, אפשר איז איר עס זייער נישט ניחא אבער זי שעמט זיך צו צישטערן איר שיינע חתונה דערפאר שווייגט זי. כ'זאג נישט קיין פסק, סתם מעורר א געדאנק, מ'דארף דאס קלאר דורכטוהן.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:

אדרבה. ברענגט מקורות אויף פארקערט. איך קען באשטיין.

איז איר עס ניחא.
וואס א חילוק וועלכע סיבה מאכט איר מסכים זיין עס צו נעמען?
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

אין די תשובה אויבן שטייט קלאר "ואז כשמקבלתה מוכח שמסכימה"
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

טשעבינער האט געשריבן:א גר [צו גיורת] רעכנט דעם פיזישער געבורטסטאג - פאר'ן יודישער יום הולדת אויכעט?

[פארשטייט זיך אויך די טאג פון גירות, אלץ יום הודאה]

קען זיין ס'נישט קיין פראגע פון הלכה, בלויז אין געוויסע אייגענע חשבונות, אבער דאך וואס איז די דעת תורה אויף דעם?

למאי נפק״ם? וועלכע הלכה איזעס נוגע?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

טשעבינער האט געשריבן:כ'האב דווקא געשריבן אז לכאורה איז עס נישט נוגע קיין ערנסטע שאלה להלכה. אבער דאך איינער וואס איז זיך מגייר פאר די בר\בת מצוה, קען אויסקומען די פראגע אויכעט, ווען מ'רעכענט עס.

די תורה איז קובע אז ביי די 13 יאר (אדער שתי שערות) ווערט מען א גדול און א בר דעת. די תורה רעכנט די אידישע דאטום. וואס א חילוק א גוי, איד אדער גר?

אגב, א גר קטן קען טוישן זיין מיינונג כל זמן ער איז נישט קיין גדול און בלייבן א גוי גמור.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

Mezofzef האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
יש הנאה האט געשריבן:צ/ק
וואס איז די הלכה אויב די כלה האט נישט געוויסט אז זי גייט באקומען א באקסדיגע רינג, און דער חתן געבט איין רינג, והנה.. ס'איז באקסדיג!

זי זעט עס און זי קען זאגן אויב זי האט עס ליב אדער נישט. אויב איז זי שטיל איז נישט קיין פראבלעם.

אויב זי זעט נישט בשעת מעשה איז אן ערנסטע פראבלעם.

איז דאס נאכאלץ געבויט אויף די איין משמעות פון גמרא און תוספות וואס האסט אפירגעברענגט נעכטן אדער האסטו דורכגעלערנט אבן העזר בעיון און ס'איז דיר אויסגעקומען אז ס'איז א דבר פשוט ומוסכם?

ס'איז זייער איינגענעם און געשמאק דאס פלפול און פילעווען דא צווישן היימישע חברים, אבער מיר דארפן געדענקען אינזער שטאנד, אינז זענען וואוילע פיינע אידן און אינז קענען זאגן סברות און ברענגען ראיות צו דעם, אויף הלכה למעשה זאל מען ברענגען א קלארע מקור פון די אחרונים.

אין דעם פאל למשל, איז מיין סברה נוטה אז א פרוי וואס שווייגט אינטער די חופה ווען זי איז מסובב מיט די משפחה און אירע חבר'טעס איז נישט מוכח אז ניחא לה, אפשר איז איר עס זייער נישט ניחא אבער זי שעמט זיך צו צישטערן איר שיינע חתונה דערפאר שווייגט זי. כ'זאג נישט קיין פסק, סתם מעורר א געדאנק, מ'דארף דאס קלאר דורכטוהן.

איז איר עס ניחא.
וואס א חילוק וועלכע סיבה מאכט איר מסכים זיין עס צו נעמען?

די שאלה איז פארשטייט זיך ווען ממחרת טענה'ט זי אז זי האט נישט מסכים געווען אדער אין א פאל וואס מ'קען איר נישט פרעגן מחמת איזה סיבה שהוא.
אויב איז געווען א געהעריגע נתינה וקבלה און זי איז צופרידן נאכדעם איז לכאורה נישטא קיין שאלה. הגם מ'קען קלערן אז אויב איז זי נישט געווען מרוצה בשעת נתינת הקידושין העלפט נישט אז זי ווערט מרוצה שפעטער ווייל ס'דארף זיין בשעת די מעשה קידושין.

די שאלה ווערט ווען א טאג נאכדעם טענה'ט זי אז זי האט נישט מסכים געווען און איר שווייגן בשעת מעשה איז געווען ווייל זי האט זיך געשעמט, כעי"ז איז דא א סוגיא ביי התקדשו לי במנה ונתנה מנה פחות דינר ושתקה, א גרויסע מחלוקת הראשונים וואס די דין איז, אין אינזער פאל איז די אנגענימענע קידושין א רינדעכיגע רינגל און דאס איז וואס די פרוי ערווארט, באקומט זי א קעסטעלדיגע שלא בידיעתה קען זי אויבן אויף טענה'ן אז זי האט נישט מסכים געווען ותתן אמתלא על שתיקתה
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”