farshlufen האט געשריבן:ניין
מהיכן דנתנו?
און פון וואספארא אומריינע הענט איז די רעדע? רעדט מען פון איינער וואס איז סתם אריין אין ביסכיס, זיך געקראצט די קאפ, אדער איינער וואס האט צואה על ידיו?
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מעג מען להלכה איבערניצן א פאסטמארקע וואס איז נישט געזיגלט געווארן?
איינס האט געשריבן:קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מעג מען להלכה איבערניצן א פאסטמארקע וואס איז נישט געזיגלט געווארן?
אויב פארשטיי איך גוט מיינסטו צו פרעגן צו ס'איז גניבת עכו"ם (ווייל איך גיי נוצן א סטעמפ א צווייטע מאל וואס איך האב שוין גענוצט) אדער טעות עכו"ם (אז איך האב געשיקט א פעקל פאר פרי די ערשטע מאל)
איך מיין ס'איז ריכטיגער צו דאס אנקוקן אלטס א טעות עכום אז ער האט נישט געזיגל און דו האסט גענוצט פרי זיין סערוויס
איינס האט געשריבן:אויב האסטו באצאלט מיט א קרעדיט קארד און ער האט פארגעסן צו טשארדזן דעם קארטל פארשטייסטו אויך אז דאס מיינט א טעות עכו"ם
די זעלבע דא ער האט געמאכט א טעות און נישט געזיגלט די סטעמפ, ער האט פארגעסן צו טשארדשן פארן סערוויס
סאיז נישט קין גניבה אז איך האב אים געגנבט א סטעמפ, ווי למשל איך גיי אריין אין פאסט אפיס און וואק ארויס מיט א סטעמפ אן באצאלן
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איינס האט געשריבן:אויב האסטו באצאלט מיט א קרעדיט קארד און ער האט פארגעסן צו טשארדזן דעם קארטל פארשטייסטו אויך אז דאס מיינט א טעות עכו"ם
די זעלבע דא ער האט געמאכט א טעות און נישט געזיגלט די סטעמפ, ער האט פארגעסן צו טשארדשן פארן סערוויס
סאיז נישט קין גניבה אז איך האב אים געגנבט א סטעמפ, ווי למשל איך גיי אריין אין פאסט אפיס און וואק ארויס מיט א סטעמפ אן באצאלן
געהעריג גניבת עכו"ם ווייל דו נוצט עס יעצט איבער פון פריש, ס'איז א מעשה גניבה עס איבערצונוצן. פונקט ווי דעפאזיטן א געטראפענע טשעק פון א גוי, ער האט עס פערלוירן און ס'איז טעות עכו''ם...
ביי א קרעדיט קארד טוסטו גארנישט, ער האט פארגעסן און פארטיג, דא טוסטו א מעשה גניבה פון עס איבערנוצן.
כ'האב גראדע אמאל געפרעגט א גרויסן פוסק איבער דעם, ער האט געזאגט אז ס'איז אנגענומען אלס טעות עכו''ם אבער ס'איז זיכער יא גניבת עכו''ם, קען זיין די מציאות אמאל איז געווען אנדערש מיט די סטעמפס. עכל''ק.
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ווען פארלירט דער גוי דער דאלער? ווען דער איד באקומט עס, איינמאל דער דאלער איז ארויס פון זיין האנט איז שוין דערנאך, ער גייט נישט רייכער ווערן אויב איך נוץ עס נישט. א סטעמפ מאכט שאדן בשעת ווען איך גיי עס נוצן. אויב איך נוץ עס נישט, מאכט עס נישט קיין שאדן פאר קיינעם. נישטא קיין שום גניבה פאר דעם. נאר בשעת איך הייב עס אן צו נוצן. משא''כ ביים דאלער, וואס די טעות איז פארדעם, און שפעטער איז די השתמשות. ודו''ק.
חלב ישראל האט געשריבן:פארוואס זאגסטו אז די מצוה לקיים דברי המת איז נאר אויף די קינדער?
ממה נפשך, אויב גייסטו מיט די שיטה אז די מצוה איז נאר אויף עניני ירושה, האט עס בכלל נישט קיין שייכות אהער. און אויב גייסטו מיט'ן אנדערן שיטה, שטייט נישט אז די מצוה איז נאר אויף די קינדער.