שאלות אין הלכה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

דענק און דאנק
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דענק און דאנק »

מיסטעריעז האט געשריבן:ביטע נישט שרייען, איין '?' צייכן איז גענוג.

איך בעט מחילה עס איז נישט געווען די מטרה צו שרייען עס איז אזא געוואוינהייט כדאי מען זאל אנמערקן אז דא ווערט עפעס געפרעגט, אויב דאס שטערט קען עס גרינגערהייט מתוקן ווערן
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

דענק

ביסט ווארשיינליך אביסל יונג,

א מנהג פון יארן מאכט מען נישט אוועק כלאחר יד
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

אין נאמען פין סאטמאר רבי זצוק"ל זאגט מען נאך אז ער האט געהייסן נאך מ' ופ' צו עולה זיין א צווייטע מאל.
דענק און דאנק
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דענק און דאנק »

שאינו יודע האט געשריבן:דענק

ביסט ווארשיינליך אביסל יונג,

א מנהג פון יארן מאכט מען נישט אוועק כלאחר יד

עס האט נישט קיין שום זין אנצורופן א מנהגן וואס די מאמע'ס האבן איינגעפירט "א מנהג פון יארן". ווער טוט דען אן די קינדער? איז עס א מנהג וואס די רבנים האבן אויסגעארבעט? אפשר דאס אז רוב פרויען גייען קורץ איז אויך א מנהג פון יארן וואס מען קען נישט אוועק מאכן כלאחר יד? און אז רוב פרויען גייען לאנגע שייטלן? און אז גאר אסאך גייען דורכזיכטיגע שטרומפ? וכהנה וכהנה די אלע פירצות בחומת הצניעות וואס האבן זיך אריננגעכאפט צווישן די פרויען, און היינט ווייסט מען שוין ניטאמאל אז עס איז געהעריג אסור ע"פ הלכה, איז עס דען א מנהג? דו ווייסט אז ע"פ המשנה ברורה בשם המנחת שלמה זענען מיידלעך העכער דריי מחויב צו גיין פונקט אזוי לאנג ווי ערוואקסענע, און און חינוך ישראל ברענג ער אן אריכות בדבר, געוויסע האבן טאקע חולק געווען, אבער דאס איז זיכער אז צום ביישפיל דער סאטמער רב האט אזוי אנגענומען להלכה, יעצט קוק אין דיין נעבערהוד און זאג מיר וויפיל סאטמערע מיידלעך העכער דריי גייען לאנג? און וואס די מיידלעך האבן זיך אנגעהויבן צו שמירן לעצטענס אויף חתונות וכדומה איז אויך א מנהג? ואכמ"ל, ע"פ הלכה איז גיין רויט געהעריג אסור בלי שום חולק, און וויפיל פרויען גייען רויט? אפילו די וואס גייען טיכלעך און זענען פרום און ערליך גייען אבער פארבן געמישט מיט רויט וואס די געשעפטלייט פארקויפן המכונה בשמות שונים ווי בארדוי טשערי, און אז אין קרית יואל און מאנסי גייען די פרויען עמטליך ארויס און גאס איינקויפן וכדומה מיט שלאף טיכלעך המכונה טורבאן, אדרבה פרעג די פרויען העכער פופציג צו אין זייערע צייטן איז באשטאנען אזא זאך ארויס צו גיין אן געהעריג אנטון דעם קאפ? און אז די פרויען גייען עמטליך מיט לאנגע דאסטער'ס? וואס אלע רבנים שרייען אז עס א פירצא בגדרי הצניעות, און אז דער ערוך השולחן שרייבט אז אין זיינע צייטן גייען אלע פרויען מיט אויפגעדעקטע האר עד כדי כך אז ער איז מחדש אז שיער בשאשה איז נישט קיין ערוה לגבי תפלה כידוע, האט מען נישט געמעגט אוועק מאכן זייער מנהג וואס איז קעגן די תורה ממש?, און דאס אז די פרויען וואס בינדן א טיכל מאכן אומוויסענדיגערהייט א קשר על גבי קשר וואס איז א מעשה אומן און איז אסור, אדרבה פרעגט אייער גיין צו עס איז מותר? און ביז דער נישט ווייטער פארגאנגענהייט האבן רוב אידן געארבעט אין חוה"מ ביז מען האט דאס בעזרת ד' אויסגעריסן איז עס אויך א מנהג? די גמרא זאגט רובם בלשון הרע וכולם באבק לשון הרע איז לכאורה אויך א מנהג וואס מען קען נישט אוועק מאכן, ניין? (דרך אגב דער מנהג וואס כמעט אלע זאגן ביים בענטשן ביחידות ברוך הוא וברוך שמו איז אן עם הארצישע מנהג וואס האט נשט קיין שום מקור להלכה און עולם גולם טוט און האט נישט קיין אהנונג, אדרבה פרעג א תלמיד חכם צו עס האט א פשט ועי' במקורות, עס איז דא איין פלאץ ווי דער סטייפלער גאון פרובירט מלמד זכות צו זיין, אבער עס איז קלאר אז עס א גרייז וואס האט זיך אריינגעכאפט פון אלס קינד אומוויסענדיגערהייט! און אפשר ווייסט איר דעם טייטש פון בחמלה רבה, אמונתך סלה, און ישתבח שמך, לעד מלכנו, און זה קלי, ענו ואמרו, און אפשר געט איר א קוק די עברי פון ובהם 'נהגה' יומם ולילה און פרובירט אויפפאסן וויאזוי דער עולם איז זיך 'נוהג' צו זאגן, און צו ווייסט איר אפשר א רובו ככולו כלל ישראל זאגט נישט ריכטיג די עברי פון יראו את ד' קדושיו? אדרבה קוקט עס נאך, איך וואלט אייך זייער געראטן צו טרעפן א מקור צום מנהג וואס גאנץ כלל ישראל בלי יוצא מהכלל טוט אז ביים צוריק טרעטן נאך שמו"ע טאנצט מען ווי ביי קדוש, איר ווייסט אז עס האט נישט קיין שום מקור?) און צוואנציג יאר וועט איר אויך זאגן אז דער מנהג פון סמארטפאנס קען מען נישט אוועק מאכן כלאחר יד?...

מען קען מאריך זיין אין דעם ענין, סך הכל איז אז דאס אנטון די קינדער וואכענדיג איז איינגעפירט געווארן דורך אומוויסענדע מאמע'ס, הגע בעצמך וויפיל ווייסן בכלל פון די הלכה אז מען דארף גיין שבת'דיג, טרעף מיר צען פראצענט אין ביהמ"ד וואס האבן בכלל געלערנט הלכות חוה"מ, און די תלמידי חכמים וועסטו דאך אודאי פרעגן, האבן מיר עטליכע געזאגט אז וויבאלד אלע גייען אזוי שעמען זיך די מיידלעך צו גיין אנדערש און אזוי ווערט טאקע נשתרבב אזא מנהג...

און בכלל איז עס נישט א מנהג פון יארן, קום קיין יוראפ לאנדאן און אנטווערפן גייען אלע מיידלעך מיט ווייסע שטרומפ געהעריג אזוי ווי שבת, איז עס ביי זיי א נייע מנהג?

עס האט נישט קיין שום שייכות צום עלטער צו מ'איז יונג צו אלט, הלכה איז הלכה און אז עס האט נישט קיין היתר מעג מען און מוז מען אוועק מאכן, גראדע די יונגע זענען די וואס מיינען אז עס איז אן אלטע מנהג וואס מען טאר נישט אוועק מאכן
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

דענק און דאנק האט געשריבן:

עיין כאן
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=203
וידוע דהערוך השלחן הי' בקי במנהגים
וכן שמעתי מזקנים, דבקראקא הי' יחידי סגולה שהלכו בבגדי שבת בפומבי בחוה"מ, והדברים ידועים
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

דענק, ;l;p- ;l;p- ;l;p-
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

דענק און דאנק האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:דענק

ביסט ווארשיינליך אביסל יונג,

א מנהג פון יארן מאכט מען נישט אוועק כלאחר יד

עס האט נישט קיין שום זין אנצורופן א מנהגן וואס די מאמע'ס האבן איינגעפירט "א מנהג פון יארן". ווער טוט דען אן די קינדער? איז עס א מנהג וואס די רבנים האבן אויסגעארבעט? אפשר דאס אז רוב פרויען גייען קורץ איז אויך א מנהג פון יארן וואס מען קען נישט אוועק מאכן כלאחר יד? און אז רוב פרויען גייען לאנגע שייטלן? און אז גאר אסאך גייען דורכזיכטיגע שטרומפ? וכהנה וכהנה די אלע פירצות בחומת הצניעות וואס האבן זיך אריננגעכאפט צווישן די פרויען, און היינט ווייסט מען שוין ניטאמאל אז עס איז געהעריג אסור ע"פ הלכה, איז עס דען א מנהג? דו ווייסט אז ע"פ המשנה ברורה בשם המנחת שלמה זענען מיידלעך העכער דריי מחויב צו גיין פונקט אזוי לאנג ווי ערוואקסענע, און און חינוך ישראל ברענג ער אן אריכות בדבר, געוויסע האבן טאקע חולק געווען, אבער דאס איז זיכער אז צום ביישפיל דער סאטמער רב האט אזוי אנגענומען להלכה, יעצט קוק אין דיין נעבערהוד און זאג מיר וויפיל סאטמערע מיידלעך העכער דריי גייען לאנג? און וואס די מיידלעך האבן זיך אנגעהויבן צו שמירן לעצטענס אויף חתונות וכדומה איז אויך א מנהג? ואכמ"ל, ע"פ הלכה איז גיין רויט געהעריג אסור בלי שום חולק, און וויפיל פרויען גייען רויט? אפילו די וואס גייען טיכלעך און זענען פרום און ערליך גייען אבער פארבן געמישט מיט רויט וואס די געשעפטלייט פארקויפן המכונה בשמות שונים ווי בארדוי טשערי, און אז אין קרית יואל און מאנסי גייען די פרויען עמטליך ארויס און גאס איינקויפן וכדומה מיט שלאף טיכלעך המכונה טורבאן, אדרבה פרעג די פרויען העכער פופציג צו אין זייערע צייטן איז באשטאנען אזא זאך ארויס צו גיין אן געהעריג אנטון דעם קאפ? און אז די פרויען גייען עמטליך מיט לאנגע דאסטער'ס? וואס אלע רבנים שרייען אז עס א פירצא בגדרי הצניעות, און אז דער ערוך השולחן שרייבט אז אין זיינע צייטן גייען אלע פרויען מיט אויפגעדעקטע האר עד כדי כך אז ער איז מחדש אז שיער בשאשה איז נישט קיין ערוה לגבי תפלה כידוע, האט מען נישט געמעגט אוועק מאכן זייער מנהג וואס איז קעגן די תורה ממש?, און דאס אז די פרויען וואס בינדן א טיכל מאכן אומוויסענדיגערהייט א קשר על גבי קשר וואס איז א מעשה אומן און איז אסור, אדרבה פרעגט אייער גיין צו עס איז מותר? און ביז דער נישט ווייטער פארגאנגענהייט האבן רוב אידן געארבעט אין חוה"מ ביז מען האט דאס בעזרת ד' אויסגעריסן איז עס אויך א מנהג? די גמרא זאגט רובם בלשון הרע וכולם באבק לשון הרע איז לכאורה אויך א מנהג וואס מען קען נישט אוועק מאכן, ניין? (דרך אגב דער מנהג וואס כמעט אלע זאגן ביים בענטשן ביחידות ברוך הוא וברוך שמו איז אן עם הארצישע מנהג וואס האט נשט קיין שום מקור להלכה און עולם גולם טוט און האט נישט קיין אהנונג, אדרבה פרעג א תלמיד חכם צו עס האט א פשט ועי' במקורות, עס איז דא איין פלאץ ווי דער סטייפלער גאון פרובירט מלמד זכות צו זיין, אבער עס איז קלאר אז עס א גרייז וואס האט זיך אריינגעכאפט פון אלס קינד אומוויסענדיגערהייט! און אפשר ווייסט איר דעם טייטש פון בחמלה רבה, אמונתך סלה, און ישתבח שמך, לעד מלכנו, און זה קלי, ענו ואמרו, און אפשר געט איר א קוק די עברי פון ובהם 'נהגה' יומם ולילה און פרובירט אויפפאסן וויאזוי דער עולם איז זיך 'נוהג' צו זאגן, און צו ווייסט איר אפשר א רובו ככולו כלל ישראל זאגט נישט ריכטיג די עברי פון יראו את ד' קדושיו? אדרבה קוקט עס נאך, איך וואלט אייך זייער געראטן צו טרעפן א מקור צום מנהג וואס גאנץ כלל ישראל בלי יוצא מהכלל טוט אז ביים צוריק טרעטן נאך שמו"ע טאנצט מען ווי ביי קדוש, איר ווייסט אז עס האט נישט קיין שום מקור?) און צוואנציג יאר וועט איר אויך זאגן אז דער מנהג פון סמארטפאנס קען מען נישט אוועק מאכן כלאחר יד?...

מען קען מאריך זיין אין דעם ענין, סך הכל איז אז דאס אנטון די קינדער וואכענדיג איז איינגעפירט געווארן דורך אומוויסענדע מאמע'ס, הגע בעצמך וויפיל ווייסן בכלל פון די הלכה אז מען דארף גיין שבת'דיג, טרעף מיר צען פראצענט אין ביהמ"ד וואס האבן בכלל געלערנט הלכות חוה"מ, און די תלמידי חכמים וועסטו דאך אודאי פרעגן, האבן מיר עטליכע געזאגט אז וויבאלד אלע גייען אזוי שעמען זיך די מיידלעך צו גיין אנדערש און אזוי ווערט טאקע נשתרבב אזא מנהג...

און בכלל איז עס נישט א מנהג פון יארן, קום קיין יוראפ לאנדאן און אנטווערפן גייען אלע מיידלעך מיט ווייסע שטרומפ געהעריג אזוי ווי שבת, איז עס ביי זיי א נייע מנהג?

עס האט נישט קיין שום שייכות צום עלטער צו מ'איז יונג צו אלט, הלכה איז הלכה און אז עס האט נישט קיין היתר מעג מען און מוז מען אוועק מאכן, גראדע די יונגע זענען די וואס מיינען אז עס איז אן אלטע מנהג וואס מען טאר נישט אוועק מאכן

א שאד דו מאכסט נישט קיין ספעיס צווישן איין ענין און צווייטן.

זאגסט אסאך גוטע זאכן, אבער די כאפן ווערטער ביים דאוונען אין ענינו להכא, אפילו לאמיר זאגן אז ס'איז עפעס א ענין צוזאמכאפן ווערטער וואס די טייטש גייט צוזאמען, האט עס נישט מיט די אנדערע זאכן וואס גרעניצט זיך מיט איסורים.
דענק און דאנק
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דענק און דאנק »

בלעטל האט געשריבן:זאגסט אסאך גוטע זאכן, אבער די כאפן ווערטער ביים דאוונען אין ענינו להכא, אפילו לאמיר זאגן אז ס'איז עפעס א ענין צוזאמכאפן ווערטער וואס די טייטש גייט צוזאמען, האט עס נישט מיט די אנדערע זאכן וואס גרעניצט זיך מיט איסורים.

אין הכי נמי! איך האב עס נאר געברענגט איינגערינגעלט אלס ביישפיל וויפיל זאכן יעדער טוט און עס האט נישט קיין שום פירוש

און פאר די חשובע חברים דא אויף די ליין איך האלט אינמיטן שרייבן א בירור בעזרת השי"ת אויף דעם ענין פון בגדי שבת ויו"ט בחוה"מ פון גמרא ופוסקים אשר מפיהם אנו חיים, ביטע גיבט מיר אביסל צייט און איך וועל עס בל"נ דא ארויפלייגן
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אין די וואכעדיגע HAMODIA איז דא א בריעף בשם הרה"ג ר' ישרא' רייזמאן שליט"א
אז די הייניגע WHOLE WHEAT מעהל איז בכלל
שו"ע הלכות חלה שכ"ד סעיף ג
חמש רבעים הללו השאור והסובין והמורסן מצטרפין להשלים אם לשן בלא הרקדה אבל אם ריקד והפריש מורסן מתוכם וחזר ועירבן עמו אינו מצטרף

כדי די מורסן BRAN זאל זיין דין געמאלען זיפען די מילנער אויס און מאלען עס אפ מיט א ספעציעלע מיל און מישען
עס צוריק
איז כדי פרעגען א מו"צ וויפיל עס איז די שיעור מען זאל קענען מאכו א ברכה להפריש חלה
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שוין געוועזן אזא שמועס בינינו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

דענק און דאנק האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:דענק

ביסט ווארשיינליך אביסל יונג,

א מנהג פון יארן מאכט מען נישט אוועק כלאחר יד

עס האט נישט קיין שום זין אנצורופן א מנהגן וואס די מאמע'ס האבן איינגעפירט "א מנהג פון יארן". ווער טוט דען אן די קינדער? איז עס א מנהג וואס די רבנים האבן אויסגעארבעט? אפשר דאס אז רוב פרויען גייען קורץ איז אויך א מנהג פון יארן וואס מען קען נישט אוועק מאכן כלאחר יד? און אז רוב פרויען גייען לאנגע שייטלן? און אז גאר אסאך גייען דורכזיכטיגע שטרומפ? וכהנה וכהנה די אלע פירצות בחומת הצניעות וואס האבן זיך אריננגעכאפט צווישן די פרויען, און היינט ווייסט מען שוין ניטאמאל אז עס איז געהעריג אסור ע"פ הלכה, איז עס דען א מנהג? דו ווייסט אז ע"פ המשנה ברורה בשם המנחת שלמה זענען מיידלעך העכער דריי מחויב צו גיין פונקט אזוי לאנג ווי ערוואקסענע, און און חינוך ישראל ברענג ער אן אריכות בדבר, געוויסע האבן טאקע חולק געווען, אבער דאס איז זיכער אז צום ביישפיל דער סאטמער רב האט אזוי אנגענומען להלכה, יעצט קוק אין דיין נעבערהוד און זאג מיר וויפיל סאטמערע מיידלעך העכער דריי גייען לאנג? און וואס די מיידלעך האבן זיך אנגעהויבן צו שמירן לעצטענס אויף חתונות וכדומה איז אויך א מנהג? ואכמ"ל, ע"פ הלכה איז גיין רויט געהעריג אסור בלי שום חולק, און וויפיל פרויען גייען רויט? אפילו די וואס גייען טיכלעך און זענען פרום און ערליך גייען אבער פארבן געמישט מיט רויט וואס די געשעפטלייט פארקויפן המכונה בשמות שונים ווי בארדוי טשערי, און אז אין קרית יואל און מאנסי גייען די פרויען עמטליך ארויס און גאס איינקויפן וכדומה מיט שלאף טיכלעך המכונה טורבאן, אדרבה פרעג די פרויען העכער פופציג צו אין זייערע צייטן איז באשטאנען אזא זאך ארויס צו גיין אן געהעריג אנטון דעם קאפ? און אז די פרויען גייען עמטליך מיט לאנגע דאסטער'ס? וואס אלע רבנים שרייען אז עס א פירצא בגדרי הצניעות, און אז דער ערוך השולחן שרייבט אז אין זיינע צייטן גייען אלע פרויען מיט אויפגעדעקטע האר עד כדי כך אז ער איז מחדש אז שיער בשאשה איז נישט קיין ערוה לגבי תפלה כידוע, האט מען נישט געמעגט אוועק מאכן זייער מנהג וואס איז קעגן די תורה ממש?, און דאס אז די פרויען וואס בינדן א טיכל מאכן אומוויסענדיגערהייט א קשר על גבי קשר וואס איז א מעשה אומן און איז אסור, אדרבה פרעגט אייער גיין צו עס איז מותר? און ביז דער נישט ווייטער פארגאנגענהייט האבן רוב אידן געארבעט אין חוה"מ ביז מען האט דאס בעזרת ד' אויסגעריסן איז עס אויך א מנהג? די גמרא זאגט רובם בלשון הרע וכולם באבק לשון הרע איז לכאורה אויך א מנהג וואס מען קען נישט אוועק מאכן, ניין? (דרך אגב דער מנהג וואס כמעט אלע זאגן ביים בענטשן ביחידות ברוך הוא וברוך שמו איז אן עם הארצישע מנהג וואס האט נשט קיין שום מקור להלכה און עולם גולם טוט און האט נישט קיין אהנונג, אדרבה פרעג א תלמיד חכם צו עס האט א פשט ועי' במקורות, עס איז דא איין פלאץ ווי דער סטייפלער גאון פרובירט מלמד זכות צו זיין, אבער עס איז קלאר אז עס א גרייז וואס האט זיך אריינגעכאפט פון אלס קינד אומוויסענדיגערהייט! און אפשר ווייסט איר דעם טייטש פון בחמלה רבה, אמונתך סלה, און ישתבח שמך, לעד מלכנו, און זה קלי, ענו ואמרו, און אפשר געט איר א קוק די עברי פון ובהם 'נהגה' יומם ולילה און פרובירט אויפפאסן וויאזוי דער עולם איז זיך 'נוהג' צו זאגן, און צו ווייסט איר אפשר א רובו ככולו כלל ישראל זאגט נישט ריכטיג די עברי פון יראו את ד' קדושיו? אדרבה קוקט עס נאך, איך וואלט אייך זייער געראטן צו טרעפן א מקור צום מנהג וואס גאנץ כלל ישראל בלי יוצא מהכלל טוט אז ביים צוריק טרעטן נאך שמו"ע טאנצט מען ווי ביי קדוש, איר ווייסט אז עס האט נישט קיין שום מקור?) און צוואנציג יאר וועט איר אויך זאגן אז דער מנהג פון סמארטפאנס קען מען נישט אוועק מאכן כלאחר יד?...

מען קען מאריך זיין אין דעם ענין, סך הכל איז אז דאס אנטון די קינדער וואכענדיג איז איינגעפירט געווארן דורך אומוויסענדע מאמע'ס, הגע בעצמך וויפיל ווייסן בכלל פון די הלכה אז מען דארף גיין שבת'דיג, טרעף מיר צען פראצענט אין ביהמ"ד וואס האבן בכלל געלערנט הלכות חוה"מ, און די תלמידי חכמים וועסטו דאך אודאי פרעגן, האבן מיר עטליכע געזאגט אז וויבאלד אלע גייען אזוי שעמען זיך די מיידלעך צו גיין אנדערש און אזוי ווערט טאקע נשתרבב אזא מנהג...

און בכלל איז עס נישט א מנהג פון יארן, קום קיין יוראפ לאנדאן און אנטווערפן גייען אלע מיידלעך מיט ווייסע שטרומפ געהעריג אזוי ווי שבת, איז עס ביי זיי א נייע מנהג?

עס האט נישט קיין שום שייכות צום עלטער צו מ'איז יונג צו אלט, הלכה איז הלכה און אז עס האט נישט קיין היתר מעג מען און מוז מען אוועק מאכן, גראדע די יונגע זענען די וואס מיינען אז עס איז אן אלטע מנהג וואס מען טאר נישט אוועק מאכן

אקעי

נישט אנגעקומען צו ליינען ביז יעצט

וראיתי ערבוב דברים כאן

קודם וועט מען מוזן ווארטן אויף א ביאור אינעם רשב״א הידועים פון מנהג נשים זקינות,

דו מאכסט א גרויסע קוגל פון א פירצה מיט א מנהג

דו רעדסט פון שייטלעך וואס די פוסקים האבן מוחה געווען צו זאכן וואס כלל ישראל האט זיך אזוי געפירט ואין פוצה פה

ארבייטן חול המועד איז געווען נפרץ אין אנפאנג וועט מען האט געארבייט מער ביי גויים און מען האט טאקע גערעדט דערפון.

ואטו כי רוכל ליזל וליחשב די אלע זאכן וואס דו האסט אויסגערעכענט

און אז דו מאכסט אזוי חוזק פון חמלה רבה, אנעם אריינגיין אינעם באקאנטען מאמר (ראיתיו באלי׳רבה בשם המדרש ) ודילגו עלי אהבה אז השי״ת נעמט אן די אלע טעותים וכו׳ וועל איך פארציילן א סיפור וואס ברענגט ארויס אינגאנצען די היפוך וואס דו ווילסט זאגן

ר׳ בערל האלבערשטאם ז״ל פארציילט אין זיין ספר

זיין מאמע פלעגט זאגן מיט די קינדער ביי המלאך הגואל אותי מכל, רע יברך את הנערים.

דו וואלסט געשריגן רח״ל א קללה

איז אמאל דער סקולעני רבי זצ״ל דארט געווען, און איינע פון זיינע מענטשן האבן געהערט און געוואלט מעורר זיין דערויף

האט דער רבי זצ״ל געזאגט. אז א פרוי זאגט אזוי בתמימות ווייל די מאמע האט אזוי געזאגט, וועט דער מלאך רע מסכים זיין צו יברך את הנערים!
און ער האט געזאגט אז מען זאל איר לאזן אזוי
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

גוט!
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

וואס איז מער אויסגעהאלטן ביי א יולדות

רופן א קאר שב״ק מיט א עפפ אויפן טעלעפאן אדער קאלן?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

שאינו יודע האט געשריבן:וואס איז מער אויסגעהאלטן ביי א יולדות

רופן א קאר שב״ק מיט א עפפ אויפן טעלעפאן אדער קאלן?

דעתי העניה אז קאלן ווייל א עפפ ווערט א כתיבה המתקיים, משא"כ רעדן איז נאר א דרבנן,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

קאלן איז אויך כתיבה

עפפ איז עס נישט מתקיים. עס ווערט אויסגעמעקט

מען קען נאר רופן, דארף מען נישט טייפן, מען קען זאגן די אדרעס פארן דרייווער
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:וואס איז מער אויסגעהאלטן ביי א יולדות

רופן א קאר שב״ק מיט א עפפ אויפן טעלעפאן אדער קאלן?

דעתי העניה אז קאלן ווייל א עפפ ווערט א כתיבה המתקיים, משא"כ רעדן איז נאר א דרבנן,

ווען מ'קאלט מיט א סעלפאן ווערט די נאמבער אויך א כתיבה המתקיים ביי די רשימה פון דייעלד קאולס. ממילא לויט דעם איז עדיף א מ'קאלט פון א לענדליין טעלפאן די מערסט פשוט וואס שייך.

אבער פון די אנדערע זייט איז מעגליך אז ביי א לענדליין איז מען עובר אויף געהעריג עלקטעריק, משא"כ א סעלפאן וואס ארבייט מיט בעטערי.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

לענדליין האט שוין אלעס א סקרין היינט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
nishtkushe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nishtkushe »

וויאזוי מעג מען נוצען וואסער שבת? די וואסער מיטער רוקט זיך איעדעס מאל וואס מען באנוצט זיך מיט וואסער.
דענק און דאנק
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דענק און דאנק »

שאינו יודע האט געשריבן:
דענק און דאנק האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:דענק

ביסט ווארשיינליך אביסל יונג,

א מנהג פון יארן מאכט מען נישט אוועק כלאחר יד

עס האט נישט קיין שום זין אנצורופן א מנהגן וואס די מאמע'ס האבן איינגעפירט "א מנהג פון יארן". ווער טוט דען אן די קינדער? איז עס א מנהג וואס די רבנים האבן אויסגעארבעט? אפשר דאס אז רוב פרויען גייען קורץ איז אויך א מנהג פון יארן וואס מען קען נישט אוועק מאכן כלאחר יד? און אז רוב פרויען גייען לאנגע שייטלן? און אז גאר אסאך גייען דורכזיכטיגע שטרומפ? וכהנה וכהנה די אלע פירצות בחומת הצניעות וואס האבן זיך אריננגעכאפט צווישן די פרויען, און היינט ווייסט מען שוין ניטאמאל אז עס איז געהעריג אסור ע"פ הלכה, איז עס דען א מנהג? דו ווייסט אז ע"פ המשנה ברורה בשם המנחת שלמה זענען מיידלעך העכער דריי מחויב צו גיין פונקט אזוי לאנג ווי ערוואקסענע, און און חינוך ישראל ברענג ער אן אריכות בדבר, געוויסע האבן טאקע חולק געווען, אבער דאס איז זיכער אז צום ביישפיל דער סאטמער רב האט אזוי אנגענומען להלכה, יעצט קוק אין דיין נעבערהוד און זאג מיר וויפיל סאטמערע מיידלעך העכער דריי גייען לאנג? און וואס די מיידלעך האבן זיך אנגעהויבן צו שמירן לעצטענס אויף חתונות וכדומה איז אויך א מנהג? ואכמ"ל, ע"פ הלכה איז גיין רויט געהעריג אסור בלי שום חולק, און וויפיל פרויען גייען רויט? אפילו די וואס גייען טיכלעך און זענען פרום און ערליך גייען אבער פארבן געמישט מיט רויט וואס די געשעפטלייט פארקויפן המכונה בשמות שונים ווי בארדוי טשערי, און אז אין קרית יואל און מאנסי גייען די פרויען עמטליך ארויס און גאס איינקויפן וכדומה מיט שלאף טיכלעך המכונה טורבאן, אדרבה פרעג די פרויען העכער פופציג צו אין זייערע צייטן איז באשטאנען אזא זאך ארויס צו גיין אן געהעריג אנטון דעם קאפ? און אז די פרויען גייען עמטליך מיט לאנגע דאסטער'ס? וואס אלע רבנים שרייען אז עס א פירצא בגדרי הצניעות, און אז דער ערוך השולחן שרייבט אז אין זיינע צייטן גייען אלע פרויען מיט אויפגעדעקטע האר עד כדי כך אז ער איז מחדש אז שיער בשאשה איז נישט קיין ערוה לגבי תפלה כידוע, האט מען נישט געמעגט אוועק מאכן זייער מנהג וואס איז קעגן די תורה ממש?, און דאס אז די פרויען וואס בינדן א טיכל מאכן אומוויסענדיגערהייט א קשר על גבי קשר וואס איז א מעשה אומן און איז אסור, אדרבה פרעגט אייער גיין צו עס איז מותר? און ביז דער נישט ווייטער פארגאנגענהייט האבן רוב אידן געארבעט אין חוה"מ ביז מען האט דאס בעזרת ד' אויסגעריסן איז עס אויך א מנהג? די גמרא זאגט רובם בלשון הרע וכולם באבק לשון הרע איז לכאורה אויך א מנהג וואס מען קען נישט אוועק מאכן, ניין? (דרך אגב דער מנהג וואס כמעט אלע זאגן ביים בענטשן ביחידות ברוך הוא וברוך שמו איז אן עם הארצישע מנהג וואס האט נשט קיין שום מקור להלכה און עולם גולם טוט און האט נישט קיין אהנונג, אדרבה פרעג א תלמיד חכם צו עס האט א פשט ועי' במקורות, עס איז דא איין פלאץ ווי דער סטייפלער גאון פרובירט מלמד זכות צו זיין, אבער עס איז קלאר אז עס א גרייז וואס האט זיך אריינגעכאפט פון אלס קינד אומוויסענדיגערהייט! און אפשר ווייסט איר דעם טייטש פון בחמלה רבה, אמונתך סלה, און ישתבח שמך, לעד מלכנו, און זה קלי, ענו ואמרו, און אפשר געט איר א קוק די עברי פון ובהם 'נהגה' יומם ולילה און פרובירט אויפפאסן וויאזוי דער עולם איז זיך 'נוהג' צו זאגן, און צו ווייסט איר אפשר א רובו ככולו כלל ישראל זאגט נישט ריכטיג די עברי פון יראו את ד' קדושיו? אדרבה קוקט עס נאך, איך וואלט אייך זייער געראטן צו טרעפן א מקור צום מנהג וואס גאנץ כלל ישראל בלי יוצא מהכלל טוט אז ביים צוריק טרעטן נאך שמו"ע טאנצט מען ווי ביי קדוש, איר ווייסט אז עס האט נישט קיין שום מקור?) און צוואנציג יאר וועט איר אויך זאגן אז דער מנהג פון סמארטפאנס קען מען נישט אוועק מאכן כלאחר יד?...

מען קען מאריך זיין אין דעם ענין, סך הכל איז אז דאס אנטון די קינדער וואכענדיג איז איינגעפירט געווארן דורך אומוויסענדע מאמע'ס, הגע בעצמך וויפיל ווייסן בכלל פון די הלכה אז מען דארף גיין שבת'דיג, טרעף מיר צען פראצענט אין ביהמ"ד וואס האבן בכלל געלערנט הלכות חוה"מ, און די תלמידי חכמים וועסטו דאך אודאי פרעגן, האבן מיר עטליכע געזאגט אז וויבאלד אלע גייען אזוי שעמען זיך די מיידלעך צו גיין אנדערש און אזוי ווערט טאקע נשתרבב אזא מנהג...

און בכלל איז עס נישט א מנהג פון יארן, קום קיין יוראפ לאנדאן און אנטווערפן גייען אלע מיידלעך מיט ווייסע שטרומפ געהעריג אזוי ווי שבת, איז עס ביי זיי א נייע מנהג?

עס האט נישט קיין שום שייכות צום עלטער צו מ'איז יונג צו אלט, הלכה איז הלכה און אז עס האט נישט קיין היתר מעג מען און מוז מען אוועק מאכן, גראדע די יונגע זענען די וואס מיינען אז עס איז אן אלטע מנהג וואס מען טאר נישט אוועק מאכן

אקעי

נישט אנגעקומען צו ליינען ביז יעצט

וראיתי ערבוב דברים כאן

קודם וועט מען מוזן ווארטן אויף א ביאור אינעם רשב״א הידועים פון מנהג נשים זקינות,

דו מאכסט א גרויסע קוגל פון א פירצה מיט א מנהג

דו רעדסט פון שייטלעך וואס די פוסקים האבן מוחה געווען צו זאכן וואס כלל ישראל האט זיך אזוי געפירט ואין פוצה פה

ארבייטן חול המועד איז געווען נפרץ אין אנפאנג וועט מען האט געארבייט מער ביי גויים און מען האט טאקע גערעדט דערפון.

ואטו כי רוכל ליזל וליחשב די אלע זאכן וואס דו האסט אויסגערעכענט

און אז דו מאכסט אזוי חוזק פון חמלה רבה, אנעם אריינגיין אינעם באקאנטען מאמר (ראיתיו באלי׳רבה בשם המדרש ) ודילגו עלי אהבה אז השי״ת נעמט אן די אלע טעותים וכו׳ וועל איך פארציילן א סיפור וואס ברענגט ארויס אינגאנצען די היפוך וואס דו ווילסט זאגן

ר׳ בערל האלבערשטאם ז״ל פארציילט אין זיין ספר

זיין מאמע פלעגט זאגן מיט די קינדער ביי המלאך הגואל אותי מכל, רע יברך את הנערים.

דו וואלסט געשריגן רח״ל א קללה

איז אמאל דער סקולעני רבי זצ״ל דארט געווען, און איינע פון זיינע מענטשן האבן געהערט און געוואלט מעורר זיין דערויף

האט דער רבי זצ״ל געזאגט. אז א פרוי זאגט אזוי בתמימות ווייל די מאמע האט אזוי געזאגט, וועט דער מלאך רע מסכים זיין צו יברך את הנערים!
און ער האט געזאגט אז מען זאל איר לאזן אזוי

זייט נישט ברוגז אבער לעניית דעתי איז זינלאז דער וויכוח, ווער עס וויל באמת הערן און איז גרייט אנצונעמען א זאך וואס ער האט נישט געוויסט ביז היינט, פארשטייט לכאורה וואס איך וויל ארויס ברענגען, און עס איז א שאד זיך צו טענה'ן אויף מינדערוויכטיגע פרטים, צום ביישפיל בחמלה רבה, יעדער פארשטייט אז איך האב דאס געברענגט אלס ביישפיל פון זאכן וואס ווערט געטון בטעות נישט וויסענדיג כאטש עס האט קיין פשט, אודאי ודילגו עלי אהבה וכו' וכו', און וואס דער סקולענער רבי האט געטייטשט, זיי האבן אויך פארשטאנען אז נישט דאס איז דער פשט און אז דאס איז א טעות מוחלט, נאר זיי האבן פארענטפערט און פארטייטשט זייער שיין, אבער דער משל בלייבט נאך אלס משל אז עולם... טוט זאכן אומוויסענדיג וואס האט קיין פירוש, מלאך רע בע"כ יענה אמן איז פארשטייט זיך נישט דער ריכטיגע פשט ואין להאריך.

עס איז דא שיינע מעשיות פון צדיקים אויף עמי הארצים וואס האבן געזאגט מברך הנשים וכדומה דאס מיינט נאך נישט אז דאס איז דער ריכטיגע וועג

דער גרויסער מגיד'ס חבר האט געשריגן טמא טמא און דער בורא האט אים געשטעלט אין איין מחיצה מיט'ן צדיק כידוע הסיפור, דער בורא האט זיכער נחת רוח פון אידישע קינדער'ס תמימות! אפשר זאל מען אנהייבן זאגן ביים דאווענען טמא טמא?

צו שרייבן "ואטו כי רוכל ליזל וליחשב די אלע זאכן וואס דו האסט אויסגערעכענט" איז זייער א שיינע וועג ארויס כמובן...

איר זענט גערעכט! מיינע ווערטער זענען באמת א קוגל צווישן הארבע איסורים און צווישן דברים הצריכים חיזוק. דער סך הכל פון מיינע ווערטער זענען אבער זייער קלאר אז מען קען נישט אנרופן יעדער עם הארצות 'אן אלטע מנהג' וואס טאר נישט אוועק געמאכט ווערן. שיין וואלט מען אויסגעזען אויב יא... עס איז באקאנט וואס דער סאטמאר רב פלעגט נאכזאגן אז כו"ע כסומכס, און אז די וועלט פירט זיך, מיינט מען נישט די גאס וואס פירט זיך אומוויסענדיג, נאר מען מיינט די תלמידי חכמים, והנשים צדקניות אינם בכלל, ואכמ"ל. [איר ווייסט אז רוב פרויען מאכן די קינדער'ס פיאות שבת מיט וואסער און דיפערי דא, קוקט נאר ארום אין ביהמ"ד, דאס איז אויך אן אלטע מנהג? עס איז קעגן שלחן ערוך, און גרעניצט זיך מיט חילול שבת ממש, (און דאס איז אויך נאר אלס ביישפיל... שטעלט אייך נישט דערויף...)]

און דאס וואס איר שרייבט אז אין פוצה פה וכו', רבנים קענען נישט ארויס קומען מיט א בריוו מודיע זיין יעדע הלכה אין שו"ע וואס ווערט מיט די צייט פארדרייט דורך עמי הארצים. חוץ פירצות וואס זענען חלילה מכשיל כלל ישראל מיט ערנסטע איסורים ווי צניעות וכדומה. אבער אז איר קוקט אין די ספרים זענען זיי פול מיט דעם אז חול המועד איז פונקט ווי יו"ט לגבי כסות ומאכל וכו'. און די רבנים וואס לערנען פאר ברבים הלכות חול המועד דערמאנען דאס להלכה.

איך פארשטיי עס איז זייער שווער פאר א מענטש וואס איז איינגעוואוינט מיט א מנהג, צו הערן פלוצלינג אז עס איז קעגן הלכה, והדברים מובנים עס לייגט זיך אויפן שכל, עס טוישט אבער נישט די הלכה מיט קיין האר, און נישט דער וואס ברענגט די ריכטיגע הלכה דארף מען פארשרייען נאר אדרבה...

אין רצוני לפלפל בזה עוד, מען איז זיך בכלל נישט מפלפל דא אין דעם עצם הלכה שהבאתי, נאר אויף זייטיגע זאכן שלא ממין הטענה, (דרך אגב, אז איר וואלט באמת געווען אינטרעסירט און זיך אביסל אריינגעלייגט בענין וואלט איר געקענט ברענגען פון ספרים וואס איז משמע נגד דברי, און מען וואלט זיך געקענט באמת מפלפל זיין כדרכו של תורה, אבער עס זעט נישט אויס ווי איר זענט אינטרעסירט לברר הדברים לאמיתתם).

וכמו שאמרתי אי"ה עוד חזון למועד וכשאשלים לכתוב הדברים כהלכתן, אביאם כאן להרוצים לידע באמת ההלכה האיך לנהוג ע"פ שו"ע ופוסקים.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

סך הכל

1 - איך וויל נישט וויסן די אמת

2 - דו ווייסט די אמת

3 - דיינע לאנגע תגובות איז נאר ווייל דו ווילסט נישט מאריך זיין

4 - האסט טאקע געמאכט א קוגל אבער נאך אלס גערעכט

5 - מאכסט א גרעסערע קוגל (דיפערידו פיאות - בצנעה) וואס אגב, די פוסקים רעדן פון דעם און עס איז כרחוק מזרח ממערב פון א זאך וואס אידן טוען אזוי פאר דורות, און האסט נישט קיין שום פוסק וואס זאל מעיר זיין דערויף

6 - אז ווען דו גייסט האבן נאך מער צייט גייסטו שרייבן עפעס זאכליך

איך האף אז איך האב גארנישט אויסגעלאזט ואתכם הסליחה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

שאינו יודע האט געשריבן:לענדליין האט שוין אלעס א סקרין היינט

איך בין אמאל געווען ביי א שמחה ביי א קארדיאלאג אינדערהיים
האב איך געזעהן אן אלטען ROTARY טעלעפאן וואס ער האלט פאר א שבת טעלעפאן
עס איז מחובר צו א באזינדערע ליין וואס זיין ANSWERING SERVICE ניצט אים רופען ש"ק ווען
עס איז פק"נ און ער הייבט אויף דעם ROTARY
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

קיקיון האט געשריבן:אין די וואכעדיגע HAMODIA איז דא א בריעף בשם הרה"ג ר' ישרא' רייזמאן שליט"א
אז די הייניגע WHOLE WHEAT מעהל איז בכלל
שו"ע הלכות חלה שכ"ד סעיף ג
חמש רבעים הללו השאור והסובין והמורסן מצטרפין להשלים אם לשן בלא הרקדה אבל אם ריקד והפריש מורסן מתוכם וחזר ועירבן עמו אינו מצטרף

כדי די מורסן BRAN זאל זיין דין געמאלען זיפען די מילנער אויס און מאלען עס אפ מיט א ספעציעלע מיל און מישען
עס צוריק
איז כדי פרעגען א מו"צ וויפיל עס איז די שיעור מען זאל קענען מאכו א ברכה להפריש חלה

עס איז געוועהן א צייט צוריק באשריבען באריכות אינ'ם באבובער קונטרס עץ חיים.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

שאינו יודע האט געשריבן:סך הכל

1 - איך וויל נישט וויסן די אמת

2 - דו ווייסט די אמת

3 - דיינע לאנגע תגובות איז נאר ווייל דו ווילסט נישט מאריך זיין

4 - האסט טאקע געמאכט א קוגל אבער נאך אלס גערעכט

5 - מאכסט א גרעסערע קוגל (דיפערידו פיאות - בצנעה) וואס אגב, די פוסקים רעדן פון דעם און עס איז כרחוק מזרח ממערב פון א זאך וואס אידן טוען אזוי פאר דורות, און האסט נישט קיין שום פוסק וואס זאל מעיר זיין דערויף

6 - אז ווען דו גייסט האבן נאך מער צייט גייסטו שרייבן עפעס זאכליך

איך האף אז איך האב גארנישט אויסגעלאזט ואתכם הסליחה

נ"ל שתגבובתיך בנושא הזה אינם בגדר נהגו כבוד זה בזה.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

דענק און דאנק האט געשריבן:אין רצוני לפלפל בזה עוד, מען איז זיך בכלל נישט מפלפל דא אין דעם עצם הלכה שהבאתי, נאר אויף זייטיגע זאכן שלא ממין הטענה, (דרך אגב, אז איר וואלט באמת געווען אינטרעסירט און זיך אביסל אריינגעלייגט בענין וואלט איר געקענט ברענגען פון ספרים וואס איז משמע נגד דברי, און מען וואלט זיך געקענט באמת מפלפל זיין כדרכו של תורה, אבער עס זעט נישט אויס ווי איר זענט אינטרעסירט לברר הדברים לאמיתתם).

וכמו שאמרתי אי"ה עוד חזון למועד וכשאשלים לכתוב הדברים כהלכתן, אביאם כאן להרוצים לידע באמת ההלכה האיך לנהוג ע"פ שו"ע ופוסקים.

אנעים

דאס איז פאר דיר

ולעצם הדבר, דו דארפסט לכאורה וויסן די מ״מ פון די מעשה מיטן דברי חיים מיט די פיש וואס האט נישט געהאט קיין סימנים און דער דברי חיים האט עס נישט געלאזט אסר׳ן
ביטע צוצייכענען
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

דענק און דאנק האט געשריבן:אז מען רעדט דא פון בגדי שבת אין חוה"מ איז כדאי מעורר זיין, ווייסט איינער א תירוץ אדער לימוד זכות אויף דעם וואס די מיידלעך דאהי אין אמעריקא גייען חוה"מ וואכענדיג אנגעטון????

דענק און דאנק האט געשריבן:און משנה ברורה תקל שעה"צ סק"ד האט ער אן אריכות אין דעם ענין למעשה בלייבט ער אז מעיקר הדין איז מען נישט מחויב צו גיין פול שבת'דיג דער עיקר אז עס איז מער ווי וואכענדיג, און דאס וואס דער מהרי"ל איז געגאנגען אינגאנצן שבת'ידג איז געווען אן אייגענע חומרא, לויט דעם אויב גייט מען שטריימל און בעקיטשע וואס דאס איז זיכער מער ווי וואכענדיג ברויך מען נישט גיין ווייסע זאקן אויך, למעשה אבער ברענגט ער אליין אז פון שו"ע הרב איז נישט משמע אזוי ע"ש איהר מיינט לכאורה צו זאגן אז די משנ''ב זאגט אז פון די שו''ע הרב איז משמע אז עס איז בכלל נישט נישט דא קיין מצוה כיבוד ועונג אום חוה''מ דאינו ברור בזה, און אין די אנדערע פוסקים ווערט קלאר אויסגעשמועסט אז מען דארף גיין געהעריג בגדי שבת, בלי נדר אז די צייט וועט ערלויבן וועל איך דא מעתיק זיין דעם משא ומתן

וואס איז די גאנצע גערעגעניש דא, איהר ברענגט דאך אליין'ס אראפ אז ס'איז דא אויף וועמען זיך צו פארלאזן פארוואס די מיידלעך גייען מיט בגדי חול אום חוה''מ.
שער הציון אות ד'
שער הציון אות ד'

נ.ב. כ'בין א שטיקל נוגע בדבר, מיינע זיידעס (אזוי ווי רוב סאטמארע אידן) פלעגן גיין אין די בראשית יארן מיטן הוט און רעקל צום ארבעט אום חוה''מ, ביז די רבי זי''ע האט עס אויסגעריסן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”