עפל קאמפאוט האט געשריבן:וויאזוי פסקנ'ט מען למעשה בענין כזיתים חלה, (מען דארף עסן א כזית להתחייב בברכת המזון, מען דארף עסן צוויי כזיתים כדי להתחייב בברכת על נטילת ידים) ווען די מעל איז אויפגעבלאזן צו מען רעכנט יא די לופט צו נישט, עס איז א באקאנטע גרויסע מחלוקת האחרונים, עס איז עפעס דא אן הכרעה וויאזוי עס איז אנגענומען זיך צו פירן למעשה? איז דא א חילוק לגבי דאורייתא דרבנן?
איך מיין אז די מחלוקת איז נאר ביי א בלילה רכה, ביי טייג רעכנט מען זיכער די לופט אויך.