שאלות אין הלכה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 12:09 pm

אריינצושטעלן א קעמרע סיסטעם אין אפיס און עס מאכן אז אום שבת און ימים טובים זאל עס רעקארדירן אלע פלעצער וואס מען איז חייש פאר פארברעכנס, איז דא דערין א פראבלעים?

איז ערגעצווי אינעם סייט שוין אויסגעשמועסט די שאלה ?

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:10 pm

אני הק' זעה נישט וואס קען זיין די פראבלעם.

ועי' תשובות והנהגות חלק ו בענין לעבור בפני מעגל סגור שמצלם אותו, שמתיר. ועי' כאן הע' 2
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:22 pm

וואס איז מיט די וואס האבען מאושען סענסער?

מחשב
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 4:11 pm

רצון טוב האט געשריבן:אריינצושטעלן א קעמרע סיסטעם אין אפיס און עס מאכן אז אום שבת און ימים טובים זאל עס רעקארדירן אלע פלעצער וואס מען איז חייש פאר פארברעכנס, איז דא דערין א פראבלעים?

איז ערגעצווי אינעם סייט שוין אויסגעשמועסט די שאלה ?


קוק דא
הוי מחשב...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 1:13 pm

מעג מען זאגן אמן מיט אומריינע הענט?
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22907
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 1:14 pm

ניין
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 2:39 pm

דוכט זיך מיר אז דער חזו"א איז מתיר. נישט איצט נאכגעקוקט.
הוי מחשב...

מרגניתא
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 9:24 am

תגובהדורך מרגניתא » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 3:20 pm

עיין שו"ת שבט הלוי ח"ז סי' ה'.

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 3:36 pm

farshlufen האט געשריבן:ניין

מהיכן דנתנו?

און פון וואספארא אומריינע הענט איז די רעדע? רעדט מען פון איינער וואס איז סתם אריין אין ביסכיס, זיך געקראצט די קאפ, אדער איינער וואס האט צואה על ידיו?

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 10:17 am

שאלה: צו טוען מסחר מיט א אייטעם וואס טראגט דעם נאמען על שם וואס עס ווערט באניצט אין קירכע, אבער בעצם ווערט עס פארקויפט פאר פארשידענע אנדערע צוועקן... בעצם איז מיין שאלה פאר מיר, צו דעזיינען מאטריאל פאר דעם פראדוקט, ווי ס׳וועט שטיין דעם פראדוקט-נאמען וואס איז בעצם א פעולה וואס ווערט געטוען אין קירכע.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5568
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 7:57 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מעג מען זאגן אמן מיט אומריינע הענט?


כפי זכרוני איז בוטשטש רב מתיר
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 1:14 pm

מעג מען להלכה איבערניצן א פאסטמארקע וואס איז נישט געזיגלט געווארן?
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 1:56 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מעג מען להלכה איבערניצן א פאסטמארקע וואס איז נישט געזיגלט געווארן?

אויב פארשטיי איך גוט מיינסטו צו פרעגן צו ס'איז גניבת עכו"ם (ווייל איך גיי נוצן א סטעמפ א צווייטע מאל וואס איך האב שוין גענוצט) אדער טעות עכו"ם (אז איך האב געשיקט א פעקל פאר פרי די ערשטע מאל)
איך מיין ס'איז ריכטיגער צו דאס אנקוקן אלטס א טעות עכום אז ער האט נישט געזיגל און דו האסט גענוצט פרי זיין סערוויס
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 2:11 pm

איינס האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מעג מען להלכה איבערניצן א פאסטמארקע וואס איז נישט געזיגלט געווארן?

אויב פארשטיי איך גוט מיינסטו צו פרעגן צו ס'איז גניבת עכו"ם (ווייל איך גיי נוצן א סטעמפ א צווייטע מאל וואס איך האב שוין גענוצט) אדער טעות עכו"ם (אז איך האב געשיקט א פעקל פאר פרי די ערשטע מאל)
איך מיין ס'איז ריכטיגער צו דאס אנקוקן אלטס א טעות עכום אז ער האט נישט געזיגל און דו האסט גענוצט פרי זיין סערוויס


פארוואס האסטו באשלאסן אז אויב ער האט עס נישט געזיגלט דאן איז די סערוויס פרי?! ניין, עס איז נישט פרי, ער האט נאר נישט זיכער געמאכט אז דו קענסט אים נישט אויספאפן, איך זעה נישט פארוואס דאס זאל נישט זיין געהעריגע גניבת עכו"ם, חוץ פון דעם אז עס איז א סערוויס נישט קיין פראדוקט, כ'קען נישט די הלכה לגבי דעם.
הוי מחשב...

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 2:46 pm

אויב האסטו באצאלט מיט א קרעדיט קארד און ער האט פארגעסן צו טשארדזן דעם קארטל פארשטייסטו אויך אז דאס מיינט א טעות עכו"ם
די זעלבע דא ער האט געמאכט א טעות און נישט געזיגלט די סטעמפ, ער האט פארגעסן צו טשארדשן פארן סערוויס

סאיז נישט קין גניבה אז איך האב אים געגנבט א סטעמפ, ווי למשל איך גיי אריין אין פאסט אפיס און וואק ארויס מיט א סטעמפ אן באצאלן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

יין שרף
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 13, 2013 10:56 pm

תגובהדורך יין שרף » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 2:56 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מעג מען להלכה איבערניצן א פאסטמארקע וואס איז נישט געזיגלט געווארן?
פון א תלמיד פון הגאון ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל
צוגעלייגטע
20181217_145206-1413x368.jpg
20181217_145206-1413x368.jpg (120.95 KiB) געזעהן 2907 מאל
20181217_145128-1413x380.jpg
20181217_145128-1413x380.jpg (99.26 KiB) געזעהן 2907 מאל

מחשב
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 3:21 pm

עס זענען אויך דא אוסרים, נאך א קורצע אוצר החכמה זוך, כ'האב נישט יעצט קיין צייט פונקטליך אראפצוברענגן יעדן.
הוי מחשב...

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 4:18 pm

ס'איז א פעדעראל קריים איבער צו ניצן א סטעמפ סא די גאנצע מדובר איז להלכה ולא למעשה, כמובן

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2087
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג ינואר 08, 2019 6:26 pm

צ/ק

וואס טוט מען (אויף קיין שום איד נישט געווינטשן) אז מען טרעפט זיך א מינוט נאכן 72 און מען האט נאכנישט געדאווענט מנחה?
איז דא א מקום מקיל צו זיין ווי די איינצעלנע שפעטערע שיטות?

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דינסטאג ינואר 08, 2019 7:57 pm

פארוואס זאלסטו זיך אריינלייגן אין א ספק? ענדערש זיי משלים נאך מעריב.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג ינואר 08, 2019 8:53 pm

איינס האט געשריבן:אויב האסטו באצאלט מיט א קרעדיט קארד און ער האט פארגעסן צו טשארדזן דעם קארטל פארשטייסטו אויך אז דאס מיינט א טעות עכו"ם
די זעלבע דא ער האט געמאכט א טעות און נישט געזיגלט די סטעמפ, ער האט פארגעסן צו טשארדשן פארן סערוויס

סאיז נישט קין גניבה אז איך האב אים געגנבט א סטעמפ, ווי למשל איך גיי אריין אין פאסט אפיס און וואק ארויס מיט א סטעמפ אן באצאלן

געהעריג גניבת עכו"ם ווייל דו נוצט עס יעצט איבער פון פריש, ס'איז א מעשה גניבה עס איבערצונוצן. פונקט ווי דעפאזיטן א געטראפענע טשעק פון א גוי, ער האט עס פערלוירן און ס'איז טעות עכו''ם...

ביי א קרעדיט קארד טוסטו גארנישט, ער האט פארגעסן און פארטיג, דא טוסטו א מעשה גניבה פון עס איבערנוצן.

כ'האב גראדע אמאל געפרעגט א גרויסן פוסק איבער דעם, ער האט געזאגט אז ס'איז אנגענומען אלס טעות עכו''ם אבער ס'איז זיכער יא גניבת עכו''ם, קען זיין די מציאות אמאל איז געווען אנדערש מיט די סטעמפס. עכל''ק.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג ינואר 08, 2019 8:58 pm

עס איז א גרויסע מחלוקת הפוסקים, והרב קולמסים נשתברו עליה.
הוי מחשב...

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מיטוואך ינואר 09, 2019 1:01 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:אויב האסטו באצאלט מיט א קרעדיט קארד און ער האט פארגעסן צו טשארדזן דעם קארטל פארשטייסטו אויך אז דאס מיינט א טעות עכו"ם
די זעלבע דא ער האט געמאכט א טעות און נישט געזיגלט די סטעמפ, ער האט פארגעסן צו טשארדשן פארן סערוויס

סאיז נישט קין גניבה אז איך האב אים געגנבט א סטעמפ, ווי למשל איך גיי אריין אין פאסט אפיס און וואק ארויס מיט א סטעמפ אן באצאלן

געהעריג גניבת עכו"ם ווייל דו נוצט עס יעצט איבער פון פריש, ס'איז א מעשה גניבה עס איבערצונוצן. פונקט ווי דעפאזיטן א געטראפענע טשעק פון א גוי, ער האט עס פערלוירן און ס'איז טעות עכו''ם...

ביי א קרעדיט קארד טוסטו גארנישט, ער האט פארגעסן און פארטיג, דא טוסטו א מעשה גניבה פון עס איבערנוצן.

כ'האב גראדע אמאל געפרעגט א גרויסן פוסק איבער דעם, ער האט געזאגט אז ס'איז אנגענומען אלס טעות עכו''ם אבער ס'איז זיכער יא גניבת עכו''ם, קען זיין די מציאות אמאל איז געווען אנדערש מיט די סטעמפס. עכל''ק.

לא זכיתי להבין כלל דבריך , כשגוי טועה ונתן לי דאלער עודף שזה טעות עכו"ם ומותר, לדבריך יהי' אסור להשתמש עם הדאלער, ואם כן בטלה תורת טעות עכו"ם

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך ינואר 09, 2019 6:00 am

ווען פארלירט דער גוי דער דאלער? ווען דער איד באקומט עס, איינמאל דער דאלער איז ארויס פון זיין האנט איז שוין דערנאך, ער גייט נישט רייכער ווערן אויב איך נוץ עס נישט. א סטעמפ מאכט שאדן בשעת ווען איך גיי עס נוצן. אויב איך נוץ עס נישט, מאכט עס נישט קיין שאדן פאר קיינעם. נישטא קיין שום גניבה פאר דעם. נאר בשעת איך הייב עס אן צו נוצן. משא''כ ביים דאלער, וואס די טעות איז פארדעם, און שפעטער איז די השתמשות. ודו''ק.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך ינואר 09, 2019 9:46 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ווען פארלירט דער גוי דער דאלער? ווען דער איד באקומט עס, איינמאל דער דאלער איז ארויס פון זיין האנט איז שוין דערנאך, ער גייט נישט רייכער ווערן אויב איך נוץ עס נישט. א סטעמפ מאכט שאדן בשעת ווען איך גיי עס נוצן. אויב איך נוץ עס נישט, מאכט עס נישט קיין שאדן פאר קיינעם. נישטא קיין שום גניבה פאר דעם. נאר בשעת איך הייב עס אן צו נוצן. משא''כ ביים דאלער, וואס די טעות איז פארדעם, און שפעטער איז די השתמשות. ודו''ק.

א. ווען א גוי פאלירט א טשעק און איך דיפאזעט עס איז עס אבידת עכו"ם און נישט גניבת עכו"ם

ב. ביי די סטעמפ איז די טעות געווען ביים ערשטן מאל נוצן און נישט א גניבה ביים צווייטן מאל נוצן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט