רעיונות והקדמות בעניני דרוש ואגדה
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
ביטול ברוב
אז מיר גרייטן זיך צו שבת פרה, דבר בעתו מה טוב מעתיק זיין עטליכע תירוצים אויף די באקאנטע קשיא וואס ווערט געברענגט אין מדרש (ויק"ר פ"ד ס"ו), אז דער מין האט געפרעגט, כי אתם המעט מכל העמים, פארוואס ווערן אידן נישט בטל ברוב, און ביטול ברוב לערנט מען דאך ארויס פון פרה אדומה כמבואר בחולין.
וועלן מיר קודם מעתיק זיין מה שכבר הובא לעיל. (קרעדיט: ווארד2007, משה קאפויער)
א דבר הניכר ווערט נישט בטל, אידן זענען ניכר דורך מצות מילה, פארדעם ווערן זיי נישט בטל ברוב.
(הובא לעיל בשם ערוה"ב, חיד"א, אלגזי, אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א)
*
אידן זענען ניכר דורך שמירת שבת, ווייל דורך שמירת שבת איז מען זוכה צו א ספעציעלע מאור פנים (ב"ר פי"א ס"ב), ממילא ווערט מען נישט בטל ברוב.
(שמעתי מאדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א בשבת התוועדות בב"פ, כמדומה תש"ס)
*
ווען מען זאגט נאך א דבר שמועה פון פריערדיגע איז מען זיי מעורר חיות און עס ווערט גערעכנט ווי זיי לעבן נאך אויף דעם עולם, ממילא ווערט מען נישט בטל ברוב.
(ישמח משה תולדות)
*
ביי אידן ווערט איין מענטש גערעכנט ווי עטליכע, ווי מען זעט ביי יאיר בן מנשה, ממילא זענען אדרבה די אידן מער.
(ישמח משה שמות)
*
אידן זענען דבוק אינעם אויבערשטן ווערט מען נישט בטל ברוב, ווייל אונז פסק'ע מיר אז ביי א איסור הדבוק ברויך מען האבן שישים קעגן די גאנצע חתיכה און נישט נאר קעגן די איסור, ממילא וויבאלד די אידן זענען דבוק אינעם אויבערשטן איז נישט שייך אז מ'זאל ווערן בטל ברוב אומות.
(נועם אלימלך במדבר)
*
אידן וועלן אויפשטיין תחיית המתים ממילא ווערט אלס גערעכנט ווי זיי לעבן נאך און ווערן נישט בטל ברוב.
(ברך משה שמות)
*
אידן ווערן נישט בטל ברוב, ווייל ביי א ספק איז שייך דער דין פון אחרי רבים להטות, אבער א דבר הברור איז דאך ברור, וואס איז שייך צו זאגן מען זאל גיין נאך רוב. ממילא אחדותו ית"ש איז דאך ברור, ממילא איז נישט שייך מען זאל גיין נאך רוב אוה"ע. ער טייטשט "לנטות", א זאך וואס איז שייך צו מאכן א נטי' אהער אדער אהין, דוקא דארט איז "אחרי רבים להטות".
(חת"ס תורת משה משפטים)
*
אידן האבן א דין הקדש, און הקדש אפילו באלף לא בטיל.
(ייטב פנים לפסח)

אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
איך האב ערשט יעצט באמערקט דעם גאנצן געהענגל, עס איז א א שיינער אויפטוה, ייש"כ הרב מי יודע.
ולפי"ז אמרתי אני הקטן פעם אצל סעודת ברי"מ, אז מיט דעם זוה"ק אז דורך מילה באקומט מען א דין פון בנים למקום, קען מען פארשטיין דאס ענין פארוואס פונקט ביי מצות מילה איז דער מנהג אז מען גייט ארום ביי די סעודה און נעמט צוזאם געלט וואס דאס איז צדקה, א זאך וואס מען זעהט נישט נאכן מקיים זיין אנדערע מצות (אגב האב איך דעמאלס געפרעגט עטליכע ידענים צי זיי האבן שוין געזעהן ערגעץ א טעם אויף דעם געבן געלט און קיינער האט מיר נישט געוואוסט צו זאגן פון א טעם, -יעצט שרייבנדיג טראכט איך א מקור דרך צחות, ווייל ביים ברית זאגט מען צוויי מאל 'בדמיך חיי בדמיך חיי' און דמים תרתי משמע, מוז זיין בלוט און אויך געלט-), נאר ווי שוין אויבן אראפגעברענגט פון חיד"א (פר' שמות) אז צדקה קען מען נאר געבן אויב מען האט א דין בנים למקום, עפ"י הגמ' ב"ב בטורנוסרופוס הרשע עיי"ש, ולפי"ז איז זייער גוט אזויווי מען האט מען מקיים מצות מילה האט מען שוין א דין בנים למקום קען מען שוין געבן צדקה. ודפח"ח.
ווארד2007 האט געשריבן:אגב, אז דער פתיחת האשכול איז געווען בענין בנים למקום
עס איז דא תיקוני זוהר אז דורך מצות מילה באקומט מען א דין בנים.
עיין בהקדמת התיקו"ז דף ב.
ולפי"ז אמרתי אני הקטן פעם אצל סעודת ברי"מ, אז מיט דעם זוה"ק אז דורך מילה באקומט מען א דין פון בנים למקום, קען מען פארשטיין דאס ענין פארוואס פונקט ביי מצות מילה איז דער מנהג אז מען גייט ארום ביי די סעודה און נעמט צוזאם געלט וואס דאס איז צדקה, א זאך וואס מען זעהט נישט נאכן מקיים זיין אנדערע מצות (אגב האב איך דעמאלס געפרעגט עטליכע ידענים צי זיי האבן שוין געזעהן ערגעץ א טעם אויף דעם געבן געלט און קיינער האט מיר נישט געוואוסט צו זאגן פון א טעם, -יעצט שרייבנדיג טראכט איך א מקור דרך צחות, ווייל ביים ברית זאגט מען צוויי מאל 'בדמיך חיי בדמיך חיי' און דמים תרתי משמע, מוז זיין בלוט און אויך געלט-), נאר ווי שוין אויבן אראפגעברענגט פון חיד"א (פר' שמות) אז צדקה קען מען נאר געבן אויב מען האט א דין בנים למקום, עפ"י הגמ' ב"ב בטורנוסרופוס הרשע עיי"ש, ולפי"ז איז זייער גוט אזויווי מען האט מען מקיים מצות מילה האט מען שוין א דין בנים למקום קען מען שוין געבן צדקה. ודפח"ח.
מ'קען אויף דעם מוסיף זיין אז דאס איז אויך דער טעם פארוואס מ'זינגט ביי א ברית דעם פיוט "יום ליבשה" (פון יוצר לשביעי של פסח), נאר לויט די באקאנטע הקדמה וואס מ'האט שוין ערווענט אויבן אין דעם אשכול, אז גאולת מצרים איז געווען צוליב בנים למקום, האט דאך דאס א שטארקער שייכות מיט ברית מילה.
איך האב אמאל אויך אויסגעטייטשט עטליכע חרוזים אין דעם פיוט מיט'ן ענין פון בנים למקום. איך דארף נאר אפירזוכן וואו איך האב עס פארשריבן [א סוירטש אין מיין קאמפיוטער איז אויפגעקומען אנע רעזולטאטן...] אזויפיל געדענק איך אויף אויסענווענדיג איינע פון די שטיקלעך "הכר נא דבר אמת, למי החותמת ולמי הפתילים" און עס האט געהאט א שייכות מיט כלאים בציצית, וואס מ'זעט פון דארט אז עשה דוחה ל"ת, און דער טעם פון עדול"ת, איז ווייל די עשה איז שטארקער ווייל עס האט דערמיט אויך א מחשבה אינאיינעם מיט די מעשה, ווייל מחשבה טובה מצטרף למעשה, משא"כ א ל"ת האט נישט די מחשבה, און דער טעם פארוואס ביי אידן איז מען מצרף מחשבה טובה למעשה, שטייט אויך אז דאס איז ווייל מ'האט א דין בנים למקום, וכו' וכו' וכו',
איך האב נישט דא דעם גאנצן נוסח פונעם פייט, אבער אדרבה אפשר קען איינער פלעכטן ווייטער...
אויך האט עס געשטימט מיט'ן כשם שנכנס לברית, כן יכנס לתורה ולחופה ולמעש"ט. איך געדענק נישט פונקטליך דעם מהלך, אבער לכאורה איז עס געגאנגען אזוי:
"תורה" איז דאך פשוט מיט בנים למקום, לויט'ן באקאנטן בני יששכר אז די מלאכים האבן געטענה'ט דינא דבר מיצרא און מ'זאל זיי געבן די תורה, אבער וויבאלד מיר זענען בנים למקום, און ביי א זון איז נישט שייך טענת בר מיצרא. "למעשים טובים", איז אויך פשוט, ווי פריער ערווענט אז מ'קען געבן צדקה אויך נאר אויב מיר האבן א דין בנים למקום. "לחופה" קען איך מיך נישט דערמאנען וואס ס'איז געווען די שייכות מיט בנים למקום, אבער עפעס א שייכות האט עס געהאט מיט'ן ענין פון טוב לו שנברא אדער שלא נברא, וואס כידוע דער מהרש"א אז נמנו וגמרו טוב לו שלא שנברא [ביי די וועי: מי יודע, א גוטער איינפאל פאר'ן קומענדיגן נושא] ווייל די ל"ת'ס זענען מער ווי די עשה'ס און ס'איז קרוב להפסד, אבער שטייט דאך שוין דער תירוץ פון רבין ר' שמעלקא אז וויבאלד מחשבה טובה מצטרף למעשה זענען די עשה'ס מער, און דאס איז דאך אויך נאר ווייל מיר האבן א דין בנים. אדער קען זיין מער בפשטות, ווייל ועכשיו שנברא יפשפש במעשיו, שטייט דאך אזוי אז וויבאלד עס העלפט תשובה איז שוין קרוב לשכר יותר מלהפסד, און תשובה העלפט דאך ווייל מ'האט א דין בנים למקום, אדער נאכמער, אז מ'טוט תשובה מאהבה איז זדונות כזכיות זענען דאך די עשה'ס מער, און מאהבה איז דאך נאר אז מ'האט א דין בנים, ווי ערווענט אויבן אינעם אשכול.
ודוק כי קצרתי

אז מיר רעדן פון ביטול ברוב, און מיר שטייען נאך א וואך נאך פורים, איז כדאי צו דערמאנען דעם חיד"א אין ראש דוד (פ' במדבר) אז המן וואס האט גע'טענה'ט ישנו עם אחד מפוזר ומפורד בין העמים, האט ער אינזין געהאט די טענה פון אוה"ע, אז ווי באלד זיי זענען צושפרייט נע ונד, דארפן זיי בטל ווערן ברוב אומות.
יעצט נחזור אל הענין:
אנכי (המלקט) בעניי אמרתי, אז מיר געפונען אין די גמרא אז במקום דמחדדי טפי קוקט מען נישט אויף רוב, נו אידן זענען דאך דער עם חכם ונבון, וכדאמרי אינשי "א אידישע קאפ" ממילא ווערן אידן נישט בטל ברוב אומות. ולאחר זמן מצאתי הדברים מפורש בנחל קדומים להחיד"א פ' עקב.
*
באקאנט דער תירוץ פון תבואות שור (ר"ה ט"ז ע"א) אז ביי רבים קאתי מיניה כרבים דמי, און ביי אידן שטייט והי' זרעך כעפר הארץ איז דאך רבים קאתי מינייהו וכרבים דמי און ווערן נישט בטל.
*
ולסיום הענין אינה ה' לידינו נאכאמאל מקשר צו זיין דאס ענין מעין הפתיחה, דער ענין פון בנים למקום, מיר האבן היינט געפינען אין קול יעקב פ' בלק בשם המפרשים, אז ביי בן איז נישטא קיין טענת רוב, און ווי באלד אידן זענען בנים למקום איז נישט שייך די טענה פון אוה"ע מען זאל בטל ווערן ברוב.
יעצט נחזור אל הענין:
אנכי (המלקט) בעניי אמרתי, אז מיר געפונען אין די גמרא אז במקום דמחדדי טפי קוקט מען נישט אויף רוב, נו אידן זענען דאך דער עם חכם ונבון, וכדאמרי אינשי "א אידישע קאפ" ממילא ווערן אידן נישט בטל ברוב אומות. ולאחר זמן מצאתי הדברים מפורש בנחל קדומים להחיד"א פ' עקב.
*
באקאנט דער תירוץ פון תבואות שור (ר"ה ט"ז ע"א) אז ביי רבים קאתי מיניה כרבים דמי, און ביי אידן שטייט והי' זרעך כעפר הארץ איז דאך רבים קאתי מינייהו וכרבים דמי און ווערן נישט בטל.
*
ולסיום הענין אינה ה' לידינו נאכאמאל מקשר צו זיין דאס ענין מעין הפתיחה, דער ענין פון בנים למקום, מיר האבן היינט געפינען אין קול יעקב פ' בלק בשם המפרשים, אז ביי בן איז נישטא קיין טענת רוב, און ווי באלד אידן זענען בנים למקום איז נישט שייך די טענה פון אוה"ע מען זאל בטל ווערן ברוב.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
- ווארד2007
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 483
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
- לאקאציע: אין אייגן זעקל
ווארד2007 האט געשריבן:שיין, אלף בית
אבל כבר קדמך רבך, התירץ במילה של ניכר שמעתיו לפני כמה שנים מאת אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א, וכבר קדמו בערוגת הבשם פ' קדושים
משה קאפויער האט געשריבן:ס'שטייט נאך פריער אויך... דער אלגאזי ברענגט עס שוין, ווי אויך דער חיד"א, און נאך פילע ספרי דרוש, דו"ק ותשכח.
עיין אלגזי שמע יעקב פ' תזריע דרוש ב (דף פד)
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
מי יודע האט געשריבן:אנכי (המלקט) בעניי אמרתי, אז מיר געפונען אין די גמרא אז במקום דמחדדי טפי קוקט מען נישט אויף רוב, נו אידן זענען דאך דער עם חכם ונבון, וכדאמרי אינשי "א אידישע קאפ" ממילא ווערן אידן נישט בטל ברוב אומות. ולאחר זמן מצאתי הדברים מפורש בנחל קדומים להחיד"א פ' עקב.
אין נאות יעקב פון אלגאזי אין ערשטן דרוש לשבת חנוכה זאגט ער שוין די תירוץ בשם ס' כללי המיגו
זעה דא די פערטע שורה, (אינדערהיים האב איך א נייע דורק פונעם נאות יעקב אבער היברו בוקס האט נאר די אלטע, אגב איז דא דארט אין דעם ספר אסאך שיינע זאכען, איך האב שוין גענוצט עטליכע פון זיינע הקדמות דארטן), ער איז דארט מבאר באריכות זייער שיין אויפן ענין פון וואס די יוונים האבן דוקא געוואלט מבטל זיין שבת חודש ומילה, און דארט ברענגט ער טאקע אויך דעם ענין אז דורך מילה איז מען ניכר ומובדל משאר האו"ה און מען ווערט נישט בטל ברוב (אביסל מיט א אנדערע נקודה).
- ווארד2007
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 483
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
- לאקאציע: אין אייגן זעקל
דאס אז מען זאל בטל ווערן ברוב שטייט דאך אין מדרש, אז דאס האט א גוי געפרעגט ריב"ק, און דער מדרש ברעגט דעם תירוץ פארוואס מען ווערט נישט בטל ברוב, וואס דאס האט ריב"ק געענטפערט, ווייל אידן דינען איין באשעפער, משא"כ גוים דינעם אסאך עבודה זרה'ס, און אידן זענען רוב לגבי די אלע מיני עבודה זרה'ס.
דאס איז אפשר פשט אין פסוק, מי יתן טהור מטמא לא אחד, מי יתן טהור מטמא, פארוואס דינען אידן דעם באשעפער שהוא טהור, און הערן נישט די טענה פון אוה"ע מטמא, אז מען זאל גיין בתר רוב און דינען דעם עבודה זרה הטמא, ווייל לא אחד, זיי דינען נישט איין גאט, ביי זיי האט יעדער א עקסטערע גאט.
דער חיד"א אין דבש לפי (מערכת רוב אות כא) זאגט א תירוץ, א דבר שבמנין ווערט נישט בטל, און אידן זענען א דבר שבמנין ממילא ווערן זיי נישט בטל ברוב.

דרשינן טעמא דקרא
אי לא דרשינן טעמא דקרא לא חטאו ישראל בהעגל.
איתא במדרש (שמו"ר פמ"ג) שפתח פתח של תשובה פתח לו הקב"ה (שמות כ) אנכי ה' אלהיך בסיני למשה בשעה שעשו ישראל העגל היה משה מפייס את האלהים ולא היה שומע לו אמר לו אפשר שלא נעשה בהם מדת הדין על שבטלו את הדיבור אמר משה רבון העולם כך אמרת בסיני אנכי ה' אלהיך אלהיכם לא נאמר לא לי אמרת. אמנם ברש"י על הפסוק ויחן שם ישראל נגד ההר, פירש כתב לשון יחיד משום שהיו אז כולם כאיש אחד בלב אחד. וא"כ אף הכא יתכן לומר שמהאי טעמא קאמר ה' בלשון יחיד משום שהיו אז כאחד ואין כאן פתח תשובה.
ונראה דזה תלוי אי דרשינן טעמא דקרא או לא, אי דרשינן טעמא דקרא אזי דרשינן מה שכתב בתוה"ק לשון יחיד משום שהיו בנ"י כא"א בלב אחד ואין כאן פתח תשובה, אבל אי לא דרשינן טעמא דקרא יש כאן פתח תשובה דמה שכתב התורה בלשון יחיד קאי על מרע"ה, ויכול לטעון לי צוית ולא להם.
עיין כאן מה שדרשתי בזה

א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
נוח לו לאדם שנברא
דער צירוף פון חודש ניסן איז י'שמחו ה'שמים ו'תגל ה'ארץ
טייטשט דער ייטב לב אין ייטב פנים אויף פרשת החודש, די גמרא זאגט אין מס' עירובין דף י"ג אז נמנו וגמרו נוח לו לאדם שלא נברא יותר משנברא, ווייל עס איז דא מער לא תעשין ווי עשין, קומט אויס מען איז קרוב להפסד יותר מלשכר, ממילא איז נוח לו לאדם שלא נברא. אבער פירט אויס דער ייטב לב, אויב טוט מען תשובה מאהבה, איז דאך פון די זדונות ווערט זכיות, קען מען יא זאגן נוח לו שנברא, ווייל עס איז שוין קרוב לשכר. די זעלבע ווארט שטייט אין עצי חיים חלק הדרוש פ' טהרה, און אין דברי יואל פ' אחרי. און דערפאר אין חודש ניסן וואס איז א זמן תשובה מאהבה, פון די געוואלדיגע נסים וואס השי"ת האט געטון ביי יציאת מצרים, איז נוח לו לאדם שנברא, ממילא איז ישמחו השמים ותגל הארץ, די ערד פריידט זיך אז זי איז באשאפן געווארן, ווייל נוח לו לאדם שנברא.
ואני הקטן מוסיף, תוס' דארט אין עירובין זאגט אז נוח לו לאדם שלא נברא איז ביי פשוטי עם, אבער ביי צדיקים איז אשרי להם ואשרי דורם. דאס איז אפשר פשט אז אין חודש ניסן איז ישמחו השמי"ם סיי די צדיקים, ותגל האר"ץ אויך די פשוטע אידן, ווייל דעמאלטס איז ביי ביידע נוח שנברא.
עכ"פ דאס איז א הקדמה.
אז מ'שטיי מיר ערב ראש חודש ניסן, איז פאסיג מלקט צו זיין אביסל תירוצים אז באמת איז נוח לו לאדם שנברא, און מען איז יא קרוב לשכר, ווייל ווי איז דען שייך צו זאגן נוח לו לאדם שלא נברא, מאתו לא תצא הרעות.

קודם איז באקאנט דער נועם מגדים (פ' בלק) בשם הרבי ר' שמעלקא איז מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה משא"כ מחשבה רעה. ממילא איז דא מער עשין ווי לא תעשין.
*
אויב מען איז מקיים אפילו דברי רשות מיט א כוונה לשם שמים, בכל דרכיך דעהו, קומט אויס אז די עסן און טרינקען אליין איז א מצוה, איז שוין דא מער עשין ווי לא תעשין, ממילא איז נוח לו לאדם שנברא.
(עצי חיים חלק הדרוש אמור, ערוגת הבושם יתרו וקדושים, קרן לדוד אמור)
*
א הכנה פאר א מצוה ווערט גערעכנט ווי א מצוה, מה שאין כן צו א עבירה ווערט נישט גערעכנט די הכנה (או י"ל צו א עבירה מאכט מען נישט קיין הכנה) איז שוין דא מער עשין ווי לא תעשין.
(זכרון יעקב פ' וילך)
*
די גמרא זאגט ישב ולא עבר עבירה נותנין לו שכר כעושה מצוה, קומט אויס א מענטש האט א געלעגנהייט צו זיין מער קרוב לשכר.
(נועם מגדים פ' ראה)
*
אז א מענטש טוט א מצוה איז ער מכריע כל העולם לכף זכות, און המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו, איז ער קרוב לשכר.
(ערוגת הבשם פ' קרח)
*
דער פרשת דרכים זאגט אז דער אייבערשטער איז מצרף די גוטע זאכן וואס א מענטש גייט טון, משא"כ עבירות נישט, און אין ייטב פנים שטייט אז אפילו די מצות וואס די קינדער גייען טון רעכנט מען אויך פארן מענטש, קומט אויס אז מען איז מצרף די מצות וואס מען גייט טון, און וואס די קינדער גייען טון איז שוין דא מער מצות אויפן חשבון. אבער דאס איז דוקא אויב מען האט חתונה, וועט מען האבן קינדער, קען מען מצרף זיין זייערע זכותים. [יעצט זאגטס אלע צוזאמען, פארדעם מאכט מען א ברכה יוצר האדם].
(דברי יואל פ' אחרי)
*
ביי א מצוה קען מען מוסיף זיין אפילו וואס מען איז נישט מחויב, משא"כ ביי עבירה, ממילא קען אויסקומען מער מצות ווי עבירות.
(דברי יואל פ' אחרי)
*
נוח לו לאדם שלא נברא איז דוקא בזמן הגלות, אבער בזמן המקדש איז דאך מעולם לא לן אדם בירושלים ועבירה בידו, איז מען שטענדיג געווען מיט מצות און ממילא איז מען קרוב לשכר.
(דברי יואל שמיני)
ושמעתי מאדמו"ר שליט"א מהר"א ט"ב, וואס טוט מען בזמן הגלות, זאגט די גמרא בזמן שבית המקדש קיים אדם מקריב עולה שכר עולה בידו מנחה שכר מנחה בידו, אבל מי שדעתו שפלה מעלה עליו הכתוב כאילו הקריב כל הקרבנות כולן, שנאמר זבחי אלהים רוח נשברה. ממילא אז א איד פירט זיך בענוה איז כאילו ער האט מקריב געווען א קרבן, און עס ווערט אים נמחל די עונות, ממילא איז נוח שנברא.
ואני הקטן הוספתי על זה, אז מצות מילה איז ווי א קרבן כמבואר בזוהר, ממילא דורך מילה איז נוח שנברא והארכתי בדרוש ואכ"מ.
*
אפילו עס איז דא מער עבירות, קען מען צומאל טון א עבירה לשמה, און דאס ווערט אויך גערעכנט ווי א מצוה, איז שוין קרוב לשכר.
(קדושת יו"ט פ' בהעלותך)
*
תורה איז א תבלין קעגן יצר הרע, ממילא אז מען לערנט תורה איז מען קרוב לשכר יותר מלהפסד, אבל להיות כי רוב העולם מואסים בעסק התורה לכן נוח לו שלא נברא כי עלול לחטוא. און דערפאר כל המלמד בן חבירו תורה כאילו ילדו, ווייל דעמאלטס איז נוח שנברא.
(כתב סופר פ' בחקותי)
וכעי"ז כתבו בעצי חיים פ' תרומה, קרן לדוד פ' בלק, דברי תורה מונקאטש מהדורא תליתאה אות עד, ועיין קדושת יום טוב פ' בחקותי

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 561
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm
א מחיה צו קוקן ווי אידן קאכן זיך אין די הייליגע תורה.
אויב כמעג. וויל איך פרעגן. ווען סאיז דא, למשל, א תורה אוי וסלחתי לעוני כי רב הוא, אז לשיטת רב וואס האלט שליחות יד צריכה חסרון, אנו מבקשים לסליחה וויל די נשמה איז א פקדון און פוגם שלא במעשה לא נחשב כשליחות יד (שמעתי מאת ר' יעקב שפירער יהא זכרו ברוך)
גייט דאס אריין אין די כלל פון תורת אמת? ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא?
אז כרעדט שוין, ויגר מואב מפני בני י שראל כי רב הוא זאגט דארטן ר"ר יונתן אז לשיטת רב וואס האלט קרקע נגזלת וכו' (ענדיגטס צו
עכ"פ סבאדערט מיך וואס איז די פשט פון די גאנצע ענין פון דרוש. (לא לטעות "תורת הרמז" שאין להם שייכות.
איך פערזענליך פלעג אלס בחור אסאך טוהן אין דרוש. אבער נאכן חתונה זיך גענצליך אפגעלזאגט דערפון.
וויל כפיל ווי סאיז א שאד די צייט.
ימחול נא כל הכותבים כאן. ודאי סגעוועןן צדיקים וואס האבן געטוהן דערין, בפרט ביי די ספרדים. און לעצטענס קלויזנבורגער רב. אבער זיך קאכן דערון און עס מאכן פאר א עיקר לא מצינו כלל. דוכט זיך
קען זיין די הערה באלאנגט נישט דא. נאר ענק לאזן לעבן. כוויס נישט

הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
קיינער מאכט נישט דא קיין עיקר דערפון (טראכט נישט אז איינער רעדט זיך איין אז מאיז יוצא מצות לימוד התורה מיטן עפענען דעם אשכול).
עס איז פשוט געשמאק אין די זייטיגע צייט אביסל הנאה צו האבן פון די תורה הקדושה.
אגב, ווערט געברענגט פון ספרים הק' אז פרובירן מחדש זיין ענינים אין די תורה איז מסוגל פאר טהרת המחשבה. און איך קען מעיד זיין א סאיז בדוק ומנוסה.
דעריבער הרב טראכט גוט, ווילסט קענען טראכטן גוט און סזאל דיר זיין גוט, לייג אריין דיין קאפ אין דרוש, דו וועסט הנאה האבן פון דיין לעבן.
עס איז פשוט געשמאק אין די זייטיגע צייט אביסל הנאה צו האבן פון די תורה הקדושה.
אגב, ווערט געברענגט פון ספרים הק' אז פרובירן מחדש זיין ענינים אין די תורה איז מסוגל פאר טהרת המחשבה. און איך קען מעיד זיין א סאיז בדוק ומנוסה.
דעריבער הרב טראכט גוט, ווילסט קענען טראכטן גוט און סזאל דיר זיין גוט, לייג אריין דיין קאפ אין דרוש, דו וועסט הנאה האבן פון דיין לעבן.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 561
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm
אלף בית האט געשריבן:אגב, ווערט געברענגט פון ספרים הק' אז פרובירן מחדש זיין ענינים אין די תורה איז מסוגל פאר טהרת המחשבה. און איך קען מעיד זיין א סאיז בדוק ומנוסה.
דעריבער הרב טראכט גוט, ווילסט קענען טראכטן גוט און סזאל דיר זיין גוט, לייג אריין דיין קאפ אין דרוש, דו וועסט הנאה האבן פון דיין לעבן.
כווייס נישט אויב האסט שוין פרובירט. זיך אריינלייגן "ריכטיג" אין די תורה הקודשה מיטן דורכך טון א תוספות, איז "מער" מסוגל פאר אלעס אריינגערעכנט הנאה האבן אין לעבן.
ממילא אז ביסט שוין מייעץ זאל זיין ביזן סוף. ליגן ריכטיג אין לערנען.
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
- ווארד2007
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 483
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
- לאקאציע: אין אייגן זעקל
איי איי, טראכט גוט (אין טוב אלא תורה) וועט זיין גוט (א פרישע חידוש אין די תורה)
שמך לא נאה לך
אין היצר מצוי אלא בלב פנוי מן החכמה
און אז מען פילט זיך אן די קאפ מיט עניני דרוש איז עס א גוטע שמירה, ווי מען גייט טרעפט מען עפעס וואס מחדש צו זיין
איי טענה'סטו גיי צו א תוס', נו, נישט יעדעםס קאפ איז געאייגנט דערצו א גאנצן טאג ווען מען זיצט ביי די ארבעט, דרוש איז אביסל גרינגער
דער עיקר געדענק
טראכט גוט וועט זיין גוט, קוק יעדע זאך פאזיטיוו
שמך לא נאה לך
אין היצר מצוי אלא בלב פנוי מן החכמה
און אז מען פילט זיך אן די קאפ מיט עניני דרוש איז עס א גוטע שמירה, ווי מען גייט טרעפט מען עפעס וואס מחדש צו זיין
איי טענה'סטו גיי צו א תוס', נו, נישט יעדעםס קאפ איז געאייגנט דערצו א גאנצן טאג ווען מען זיצט ביי די ארבעט, דרוש איז אביסל גרינגער
דער עיקר געדענק
טראכט גוט וועט זיין גוט, קוק יעדע זאך פאזיטיוו
- ווארד2007
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 483
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
- לאקאציע: אין אייגן זעקל
געזען לעצטנס אין ספר יבין שמועה פון בעל שמן רוקח פר' עקב, וואס הייסט נוח לו לאדם שלא נברא, ברענגט ער די באקאנטע הקדמה אז אויב מען איז נישט מקיים אלע מצות דארף מען נאכאמאל מגולגל ווערן, און דאס מיינט די גמרא נוח לו לאדם שלא נברא יותר משנברא, ס'איז נישט גוט ער זאל באשאפן ווערן מער ווי איין מאל, נאר ועכשיו שנברא, יעצט דאס ערשטע מאל וואס ער איז באשאפן געווארן, יפשפש במעשיו, ער זאל זען מקיים צו זיין אלעס וואס מען דארף ער זאל נישט דארפן נאכאמאל מגולגל ווערן.
טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:כווייס נישט אויב האסט שוין פרובירט. זיך אריינלייגן "ריכטיג" אין די תורה הקודשה מיטן דורכך טון א תוספות, איז "מער" מסוגל פאר אלעס אריינגערעכנט הנאה האבן אין לעבן.
אזוי זאגסטו, אבער די ספרים הק' זאגן אז מחדש זיין ענינים אין די תורה איז מסוגל. אויף טהרת המחשבה.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אלץ איינער וואס האלט זיך פאר א שטיקעל בעל מחדש (דער עולם לאכט...) מוז איך אייך זאגן אז ווען מ'לייגט זיך אין בעט און מ'טראכט איבער א הים ראה וינס מיטן גאנצן חידוש, שלאפט מען איין ווי א איד און מ'שטייט אויף א צופרידענער איד.
מ'קען אפשר זאגן פשט אין טראכט גוט (ביינאכט אויפ'ן געלעגער) וועט זיין גוט (דער אנדערער אינדערפרי ווען מ'שטייט אויף).
אין שמחה כהתרת הספיקות, אדער מחדש זיין א שיין ווארט.
מ'קען אפשר זאגן פשט אין טראכט גוט (ביינאכט אויפ'ן געלעגער) וועט זיין גוט (דער אנדערער אינדערפרי ווען מ'שטייט אויף).
אין שמחה כהתרת הספיקות, אדער מחדש זיין א שיין ווארט.
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
לכבוד פסח,
ווייסט איינער אויב עס איז דא עפעס פרישע הגדות בדרך הדרוש?
--
לאמיך קודם געבן א שרייב אפ א שטיקל ליסט פון מיינע הגדות וואס איך האב, וואס זענען בדרך דרוש ופלפול, (איך האב נאכנישט אויגעפאקט מיינע הגדות וועל איך שרייבן מזכרוני.
חלוקא דרבנן (ב' פירושים= מטה אהרן - כתונת פסים)
ברית מטה משה
בית אברהם בית אהרן
נפתלי שבע רצון
דרוש יקר מהש"ך על כמה מעלות טובות
סמיכה לחיים
--
אויך האב איך געזעהן אין געשעפט א קונטרס נחלת בנימין לפסח ע"ד דרוש ופלפול, וואס איינער האט איבערגעדרוקט פון דעם באקאנטן דרוש ספר נחלת בנימין (על תרי"ג מצוות) די פאר מצוות פון פסח און געמאכט א מפתח ענינים, פון אויבנאויף קוקט עס אויס א שיינע ארבעט.

שלום עליכם טייערע חברים,
נאך א לענגערע אפוועזנהייט [איך בין ב"ה שטארק פארנומען געווען], בין איך געווען געצווינגען אפירצוזוכן מיין פעסווארד און אריינקומען אין דעם אשכול, צו בעטן הילף...
עס ליגט מיר אין זכרון א תירוץ אויפן פריערדערמאנטן ענין פון טוב לו שנברא אדער שלא נברא, אז אויב מ'האט א דין בנים למקום, דעמאלט איז שוין יא טוב שנברא, ווייל יעדע מצות עשה וואס מ'איז מקיים ווערט דאך אויטאמאטיש אויך א מצוה פון כיבוד אב, און ממילא איז שוין רבו העשין על הל"ת, ודוק.
אפשר קען מיר עמיצער העלפן דערמאנען דעם מקור אויף דעם.
(איך האב עס שוין געזען א לאנגע צייט צוריק, און ביי מיר איז עס פארשריבן בלויז כ' המפו'...)

- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
די לעצטע שורה איז נאך ס'בעסטע, דערפאר ביי אן עבירה רח"ל איז מען נישט עובר, ווייל ס'איז עבדים!
אולי י"ל אז ווען מ'האט א דין בנים למקום איז מחשבה טובה מצטרף למעשה, ווייל ס'נוגע נאר ביי א איד, אבער מחשבה רעה נישט, קומט דאך אויס אז אפי' די רמ"ח לא תעשות קען מען מקיים זיין במחשבה, נאר לטובה און נישט לרעה אז ס'איז קרוב לשכר יותר מהפסד, מילא נוח לו שנברא.