רעיונות והקדמות בעניני דרוש ואגדה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

מי יודע האט געשריבן:עליכם שלום מה פתאום

שמעתי תירוץ זה מלפני כמה שנים מאת האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א

ועוד בהוספה, אז לפי זה ווען מען טוט א עבירה איז מען דאך עובר אויף כיבוד אב.
נאר באין עושין רצונו של מקום קרויים עבדים.


יישר כח,

לכאורה האט ער עס נאר נאכגעזאגט, ווייל איך בין כמעט זיכער אז איך האב עס אבער אויך 'געזען' ערגעצוואו א צייט צוריק.

די הוספה איז מורא'דיג. דאס האב איך יעצט צום ערשטן מאל געהערט [געזען...]
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

כמדומה שכן כתוב בספר שארית לפינחס להרה"ק ר' פינחס מאויסטילא הי"ד
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

יישר כח,
איך האב שוין לאנג נישט געזען דעם ספר, און איך האב עס מסתמא געזען נאכברענגען בשמו, אבער ס'איז גענוג אויף צוצוצייכענען דעם מקור, און איך וועל משתדל זיין צו טרעפן דעם ספר און עס נאכקוקן.
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:א מחיה צו קוקן ווי אידן קאכן זיך אין די הייליגע תורה.

אויב כמעג. וויל איך פרעגן. ווען סאיז דא, למשל, א תורה אוי וסלחתי לעוני כי רב הוא, אז לשיטת רב וואס האלט שליחות יד צריכה חסרון, אנו מבקשים לסליחה וויל די נשמה איז א פקדון און פוגם שלא במעשה לא נחשב כשליחות יד (שמעתי מאת ר' יעקב שפירער יהא זכרו ברוך)

גייט דאס אריין אין די כלל פון תורת אמת? ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא?

אז כרעדט שוין, ויגר מואב מפני בני י שראל כי רב הוא זאגט דארטן ר"ר יונתן אז לשיטת רב וואס האלט קרקע נגזלת וכו' (ענדיגטס צו

עכ"פ סבאדערט מיך וואס איז די פשט פון די גאנצע ענין פון דרוש. (לא לטעות "תורת הרמז" שאין להם שייכות.

איך פערזענליך פלעג אלס בחור אסאך טוהן אין דרוש. אבער נאכן חתונה זיך גענצליך אפגעלזאגט דערפון.
וויל כפיל ווי סאיז א שאד די צייט.

ימחול נא כל הכותבים כאן. ודאי סגעוועןן צדיקים וואס האבן געטוהן דערין, בפרט ביי די ספרדים. און לעצטענס קלויזנבורגער רב. אבער זיך קאכן דערון און עס מאכן פאר א עיקר לא מצינו כלל. דוכט זיך

קען זיין די הערה באלאנגט נישט דא. נאר ענק לאזן לעבן. כוויס נישט


יוסלמאן האט געשריבן:אלץ איינער וואס האלט זיך פאר א שטיקעל בעל מחדש (דער עולם לאכט...) מוז איך אייך זאגן אז ווען מ'לייגט זיך אין בעט און מ'טראכט איבער א הים ראה וינס מיטן גאנצן חידוש, שלאפט מען איין ווי א איד און מ'שטייט אויף א צופרידענער איד.

מ'קען אפשר זאגן פשט אין טראכט גוט (ביינאכט אויפ'ן געלעגער) וועט זיין גוט (דער אנדערער אינדערפרי ווען מ'שטייט אויף).

אין שמחה כהתרת הספיקות, אדער מחדש זיין א שיין ווארט.



לערנענדיג די וואך ערוגת הבשם, האב איך מיר דערמאנט פון די תגובות, און איך מיין אז ס'איז כדאי עס מעתיק צו זיין דא, ס'איז אויפן פסוק ויטע אשל בבאר שבע

הנה המחשבה של אדם היא משוטטת תמיד בלי הפסק, ואי אפשר להעמידה אפילו רגע אחת שלא תהרהר באיזה דבר, אשרי מי שמרגיל עצמו לחדש חידושי תורה, או עכ"פ להבין ולהשכיל בחידושי תורה שנתחדשו מרבותינו בעלי תריסין, כדי שיהיה באפשר שלא יפנה לבו לבטלה, דהא אמרו רז"ל כל המפנה לבו לבטלה הרי זה מתחייב בנפשו ח"ו, וגם עובר על לא תפנו אל האלילים, כדדרשו ז"ל לא תפנה אל מדעתך, ואי אפשר להזהר מזה כי אם על ידי שמרגיל עצמו בחידושי תורה, על ידי זה יהיו תמיד מחשבותיו משוטטים בחידוש שלמד או ששמע באותו יום.
דערציילער
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2011 8:13 am
לאקאציע: Boro Park
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערציילער »

במדבר י' ל"ה-ל"ו
פרשת בהעלותך

וואס איז פשט פון די צוויי פארקערטע נון"ס פון פאר און נאך "ויהי בנסוע הארון"?

און גמרא ברכות ד' ע"ב אמר רבי יוחנן מפני מה לא נאמר נו"ן באשרי מפני שיש בה מפלתן של שונאי ישראל וכו' אמר רב נחמן בר יצחק אפילו הכי חזר דוד וסמכן ברוח הקדש שנא' סומך ה' לכל הנופלים

ויקרא כ"ו ז' ורדפתם את איביכם ונפלו לפניכם לחרב, רש"י ד"ה ונפלו איביכם שיהיו נופלין לפניכם שלו כדרך הארץ, איך האב אמאל געזען פון איינע פון די מפרשים אויף רש"י וואס איז מסביר אז בדרך כלל ווען א מענטש שטארבט פאלט מען אויף די ריקן, דא איז געשען א נס אז ווען די גויים זענען געשטארבן זענען זיי געפאלן אויפ'ן פנים

און מדבר איז די ארון געגאנגען צווישן די אידן און די גויים און מלחמה געהאלטן פאר די אידן (עיין רש"י לעיל פסוק ל"ד ד"ה וארון, זה הארון היוצא עמהם למלחמה)

לפי דעם קען מען זאגן אזוי
די פארקערטע נ' וואס איז פאר די ארון, וואס איז צווישן די אידן מיט די ארון קומט צו מרמז זיין סומך ה' לכל הנופלים אז די נ' האט געטוען די פארקערטע פעולה פון נפולה, עס האט אויפגעהויבן די אידן.

די פארקערטע נ' וואס איז נאך די ארון, וואס איז צווישן די גויים מיט די ארון קומט צו מרמז זיין אז די גויים וואס זענען געפאלן (נפילה) זענען געווען בבחינת ונפלו לפניכם אז זיי זענען געפאלן אויפן פנים

דאס איז א חדוש וואס אני הקטן האט מחדש געווען אלץ 15 יעריגע בחור, עני הערות אדער הוספות?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יישר כח דערציילער פארן אויפלעבן דעם פארשלאפענעם אשכול, לאמיר אפפוצן די שטויב און זיך נעמען שרייבן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מה פתאום האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:יעצט נאך א ענין פון בנים למקום
אמאל געהערט נאכזאגן אז אידן האבן א דין בנים למקום נאר ווען מען איז באחדות, ווי ס'שטייט בנים אתם לה"א ווען ס'איז לא תתגודדו.

ווייסט איינער אפשר א מקור דערפאר?


א מקור אויף די מינוט האב איך נישט, אבער א שיינעם טייטש ליגט מיר אין זכרון אויף די הקדמה [איך געדענק נישט וואו איך האב עס געזען אדער געהערט]:

"אבי עד שר - שלום"
"אבי עד שר" - דער חילוק צווישן דעם צי דער באשעפער איז פאר אונז בבחינת 'טאטע' (און מיר זענען בנים למקום) - צי ער איז בבחינת 'שר' (און מיר זענען עבדים למקום) ----- איז "שלום" - דהיינו אויב מיר לעבן בשלום ואחדות ווי ברודער, דעמאלט זענען מיר בנים למקום, קינדער פון איין טאטן, אויב ח"ו מיר זענען נישט באחדות, איז דער באשעפער בבחינ' שר און מ'האט א דין עבדים למקום.


אין ספר לב אהרן אויף אבות וואס איז לעצטענס ערשינען פון האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א האב איך געזען א מקור אז דורך אחדות האט מען א דין בנים, ער צייכנט צו א דרשות הצל"ח דרוש כ"ב

ואולי קען מען מיט דעם פארטייטשן די מדרש די וואך משה רבינו האט געזאגט אל תפן אל מנחתם, אל תקבל את תשובתם, ווייל דער חיד"א זאגט אז תשובה העלפט ווייל מען האט א דין בנים, אבער אז קרח האט דא אנגעדרייט אזא מחלוקת האט ער דאך נישט קיין דין בנים, ממילא אל תקבל את תשובתם.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

א הערליכע אשכול דאס
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

אין ספר "אור יקרות" ווערט געברענגט א שיינע הקדמה וואס מ'קען נוצן לעניני דרוש
אז אין ארץ ישראל ווערט דער אייבערשטער אנגערופן בשם הוי"ה, און אין חוץ לארץ ווערט דער אייבערשטער אנגערופן בשם אלקים.

זעה דא

ער שרייבט אבער נישט ווי ס'שטייט די דאזיגע הקדמה, איינער ווייסט אפשר א פריערדיגע מקור?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אין ספר "אור יקרות" ווערט געברענגט א שיינע הקדמה וואס מ'קען נוצן לעניני דרוש
אז אין ארץ ישראל ווערט דער אייבערשטער אנגערופן בשם הוי"ה, און אין חוץ לארץ ווערט דער אייבערשטער אנגערופן בשם אלקים.

זעה דא

ער שרייבט אבער נישט ווי ס'שטייט די דאזיגע הקדמה, איינער ווייסט אפשר א פריערדיגע מקור?

דער רבי ז"ל ברענגט אין ויואל משה בשם ספר אספקלריא המאירה אויפן זוה"ק אז אויף די גאנצע וועלט איז שולט שם אלקים, און אין ארץ ישראל איז שולט בנוסף צו דעם אויך די שם הוי"ה, און ער טייטש מיט דעם די גמרא אין כתובות חד מינייהו עדיף כתרי מינן, אז אין ארץ ישראל איז די יניקה דאפלט ווייל ס'איז דא א שליטה פון צוויי שמות פארדעם איז עס כתרי מינן.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

א גרויסן יישר כח אייך.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

יעצט האט מען איבערגעדרוקט דעם ספר צפנת פענח, א שטיק הערליכע דרוש, אסאך שיינע זאכן, נישט שיין, הערליך, פלאי פלאים!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שמעלקא טויב האט געשריבן:יעצט האט מען איבערגעדרוקט דעם ספר צפנת פענח, א שטיק הערליכע דרוש, אסאך שיינע זאכן, נישט שיין, הערליך, פלאי פלאים!

יא, האב מיר עס געשאפט, אסאך שיינע ענינים
נו שמעלקא, פתח פיך ויאירו דבריך, לאמיר הערן אביסל פון דיר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
צדיקל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2013 5:19 pm

לכבוד שבועות - דינא דבר מצרא במתן תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיקל »

ביי מתן תורה האבן די מלאכים האט געטענה'ט תנה הודך על השמים, שטייט אין ספרים (חיד"א בשלח, שארית יעקב אלגאזי במדבר, ועוד) אז די טענה איז געווען דינא דבר מצרא, אז די מלאכים זענען די מצרנים צו די תורה. ס'איז דא אסאך תי', מיר האבן צוזאמגעקליבן אביסל, תן לחכם ויחכם עוד.


א) ראשית וועל איך ברענגן די תי' פון ספר צפנת פענח חדש, וואס אין מ'האט דא דערמאנט אז מ'האט יעצט איבערגעדרוקט.
די הלכה איז (חו"מ קעה סכ"ח) אויב איינער קויפט א שטיקל פעלד אינמיטן פון איינעםס פעלד און נאכדעם קויפט ער די אנדערע חלקים, אויב די חלק וואס ער האט קודם געקויפט איז עידית, קען דער שכן נישט קומען מיט א טענת בר מצרא, ווייל ער האט שוין א פעלד דא. פארדעם האט הקב"ה געגעבן קודם די מצוה פון שבת וואס איז שקולה כנגד כל המצות, האבן די אידן שוין א פעלד פון עידית, איז שוין נישט דא די טענת דינא דבר מצרא. (צפנת פענח חדש ערך גאולה ודוד דף עז)

ב) אידן האבן א דין בנים למקום, און אין שיטה מקובצת (ב"מ קח:) שטייט אז ביי א בן איז נישט שייך קיין דינא דבר מצרא. (חיד"א בראש דוד בשלח)

ג) המוכר לאשה איז נישט דא קיין בר מצרא (חו"מ קע"ה סמ"ז). אידן האבן א דין אשה להקב"ה, איז נישט שייך קיין טענה דינא דבר מצרא, דאס איז פשט פון תורה צוה לנו משה מורשה, אל תקרי מורשה אלא מאורסה. (חיד"א שם)

ד) ענדליך צו פריער, ווען מ'איז מקדש א פרוי איז נישט שייך קיין דינא דבר מצרא. ביי מתן תורה האט הקב"ה מקדש געווען די אידן מיט די תורה, איז נישט שייך די טענה דינא דבר מצרא. (חיד"א שם)

ה) אין שו"ע (חו"מ קעה ס' לז) איז געפסקנט אויב מ'פארקויפט צוריק די אלטע בעל הבית איז נישט דא קיין בר מצרא, און אפי' פאר א קינד פונעם אלטן בעל הבית איז אויך נישט דא קיין בר מצרא. די אבות האבן געהאלטן די תורה, זענען די אידן אזוי ווי בן בעלים הראשונים, איז נישט דא קיין טענת דבר מצרא. (שמע יעקב במדבר, עיר דוד נ"ה:)

ו) ביי א מתנה איז נישט דא קיין דינא דבר מצרא. די תורה איז געגעבן געווארן במתנה, ווי ס'שטייט אין פסוק (תהלים סח יט) עלית למרום שבית שבי לקחת מתנות באדם. (כסף נבחר פ' משפטים, חיד"א באהבת דוד לשבת כלה דרוש ט"ו)

ז) דער רמ"א (חו"מ קעה סעי' ס"ג) פסקנט, אז אויב מ'פארקויפט א זאך לזמן קצוב און נישט לחלוטים איז נישט דא קיין דינא דבר מצרא. בגמ' (נדה סא:) אמר רב יוסף זאת אומרת מצות בטלות לעתיד לבא, קומט אויס די תורה איז נאר פארקויפט געווארן פאר א שטיק צייט, איז נישט דא קיין טענה דבר מצרא. (קולו של יעקב פ' תבא, מטעם המלך ח"ו סימן תשפ"ו)

ח) די הלכה איז (חו"מ קעה סעי' כו) אויב דער לוקח קויפט די פעלד צו בויען הייזער, און די מצרן וויל די פעלד איינצופלאנצן, איז דער לוקח זוכה וועגן ישוב הארץ, און ס'איז נישט דא קיין דין בן המצר. וויבאלד תנאי התנה הקב"ה עם מעשה בראשית, אם מקבלים ישראל את התורה מוטב ואם לאו יחזר לתוהו ובוהו, איז נישט נישט קיין טענת בר מצרא, וועגן ישוב הארץ. (שמע יעקב במדבר)

ט) דער ריב"ש (בשו"ת סימן תק"ז) זאגט אז ביי הקדש עניים איז נישט דא קיין דינא דבר מצרא, (וכן פסק המחבר קעה סעי' נח). און די אידן זענען דעמאלט געווען ווי עניים אין מדבר. (שמע יעקב פ' פקודי)

י) ענדליך זאגט דארט דער אלגאזי, אז אויב הקדש לעניים איז נישט דא קיין בר מצרא, כל שכן הקדש לגבוה איז נישט דא קיין בר מצרא. און אידן זענען הקדש, איז נישט שייך קיין טענת בר מצרא. (שמע יעקב פ' פקודי)

יא) הזוכה מן ההפקר אין בו דינא דבר מצרא (חו"מ קעה סעי' נו). הקב"ה האט מפקיר געווען די תורה, אזוי ווי די גמ' (יומא עב:) זאגט כל הרוצה ליטול יבוא ויטול, און משה האט עס געכאפט פון הפקר, אויף דעם זאגט די פסוק עלית למרום שבית שבי, אז משרע"ה האט געכאפט די תורה פון הפקר. (דברי יואל פרקי אבות)

יב) ביי א שותף איז נישט דא קיין טענא דינא דבר מצרא (חו"מ קעה סעי' מט). און אידן האבן א דין שותף להקב"ה, מכח שבת, און מכח הדן דין אמת, און מכח שלשה שותפים באדם, איז נישט שייך קיין דינא דבר מצרא, וועגן דעם האט מען געגעבן שבת און דינים און כיבוד אב במרה. (מאיר עיני חכמים ח"ג, עיר דוד נה:, שער החצר ס' רנו, שארית יעקב במדבר)

יג) הקב"ה איז מלוא כל הארץ כבודו, און די אידן זענען זוכה צו השראת השכינה, זענען זיין מיצרנים צו די תורה, ווייל הקב"ה וואוינט ביי זיי. וועגן דעם בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע, מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה, אז מ'זאל בויען די משכן, און הקב"ה זאל משרה זיין די שכינה בתחתונים. (שארית יעקב במדבר, קולו של יעקב ויצא תרומה, יושב אהלים תרומה, דברי יואל תרומה)

יד) בירושלמי (שבת פ"ו ה"ט) עתידים צדיקים שיהיו מחיצתם לפנים ממלאכי השרת, ווי ס'שטייט אין פסוק (במדבר כג כג) כעת יאמר ליעקב ולישראל מה פעל אל. אין ייטב לב (פ' וישלח) אז ביי יעקב טרעפן מיר אז ער איז געווען גרעסער פון מלאכי השרת, די מלאכים זענען אים געקומען אפהיטן ומי גדול השומר או הנשמר. פארדעם איז ויחן שם ישרא"ל זאגט די מדרש דא ישראל סבא, צו ווייזן אז אידן זענען קרוב פון די מלאכים. (מהר"א ט"ב תשס"ב בשלח, לב אהרן פרקי אבות ח"א לה, ועוד כמה מקומות)

טו) חביבין ישראל שמזכירין את השם אחד שתי תיבות שמע ישראל ה', ומלאכי השרת אין מזכירין אלא לאחר ג' תיבות קדוש קדוש קדוש ה', הקב"ה האציל עשר ספירות, וישראל שורשן מספירה שניה חכמה, בסוד ה' בחכמה יסד ארץ רומז על ישראל שבגינם נברא הארץ, ומלאכי השרת שורשן בספירה שלישית בינה, בסוד כונן שמים בתבונה היינו מלאכי שמים, ולכן ישראל מזכירין אחר ב' תיבות מפני ששורשן מספירה שניה ורחוקים מעילת שתי מעלות, אבל המלאכים רחוקים ג' מעלות וכו'. והנה מבואר בזוה"ק (יתרו פה.) אורייתא מחכמה נפקת, ולפי זה בטלה טענת המלאכים, כי מצד הגוף רחוקים ישראל מן השמים, אבל שורש נשמות ישראל סמוך ונראה לשורש התורה יותר מן המלאכים. (תורת חיים חולין צא:)

טז) אביסל כעין זה, דער אריה"ק זאגט אז די חלק הסוד ופנימיות התורה איז נגד הנשמה, און די מצות און די פשטות התורה איז נגד הגוף, אזוי ווי די גוף איז א מלבוש פאר די נשמה, איז די פשטות התורה א מלבוש פאר די סודות התורה. די נשמות פון אידן חצובים מתחת כסא הכבוד וואס איז עולם הבריאה, וואס דאס איז העכער פון עולם היצירה פון ווי די מלאכים זענען. דער מהרש"א זאגט אז די מלאכים האבן געוואלט מקבל זיין די רזי און סודות התורה, וואס איז קעגן די נשמה זענען דאך די אידן מצרנים, און די מלאכים האבן נישט קיין טענת דינא דבר מצרא. (יושב אהלים ברכה)

יז) די הלכה איז (קעה סעי' ח) אויב פארקויפט מען עס בהמתנה, איז נישט דא קיין דינא דבר מצרא, נאר אויב די מצרן וויל עס תיכף באצאלן קען ער האבן א טענה פון בר מצרא, ווייל דער מוכר קען זאגן די לוקח טראסט איך, און דער מצרן נישט. ס'שטייט אין ספר אהבת עולם (למהר"ש אלגאזי דף כג) אז הקב"ה האט פארקויפט די תורה פאר די אידן בהקפה על חלק עבודתם במצות התורה, און דאס איז נישט שייך אז דח מלאכים זאלן עס תיכף באצאלן, איז נישט דא קיין דינא דבר מצרא. (יושב אהלים ברכה)

יח) דער רא"ש פסקנט, אויב דער מצרן האט געזען ווי מ'פארקויפט עס, אדער געהערט אז מ'פארקויפט ושתק, מחל, און ער קען מער נישט קומען מיט קיין טענה, און דא וויבאלד תנאי התנה הקב"ה במעשה בראשית אם יקבלו ישראל התורה מוטב ואם לאו יחזור לתוהו ובוהו, און בכלל מעשה בראשית זענען די מלאכים, און זיי האבן גארנישט געזאגט, ודאי מחלו, און זיי קענען נישט קומען יעצט מיט א טענה פון דינא דבר מצרא. (יושב אהלים ברכה)

יט) רש"י און פרק המקבל (ב"מ קח.) און דער ראש זאגן די טעם פון דינא דבר מצרא איז, אז דער מצרן זאגט פארן לוקח דו קענסט טרעפן פלעדער ערגעץ אנדערשט, און מיר לאזט די פעלד דא נעבן מיינע פעלדער. לפי זה אויף די תורה איז נישט שייך צו זאגן אז מ'זאל טרעפן אן אנדערע צו קויפן, איז ניטש דא קיין טענה פון דינא דבר מצרא. (פני אוהל מועד [לבעל יושב אהלים] דרוש שני לשבת כלה)

כ) קיי"ל בדין דינא דמלכותא, אז א מלך קען אוועקנעמען פעלדער און עס געבן פאר זיינע עבדים, און עס איז נישט קיין גזל. אויב קען ער אוועקנעמען פון איינעם איז כ"ש אז עס איז נישט דא קיין דינא דבר מצרא ביי א מלך לעבדיו. קענען די מלאכים נישט קומען מיט טענה פון דינא דבר מצרא. (פני אהל מועד דרוש שני לשבת כלה)

כא) טענת דינא דבר מצרא איז נאר שייך ביי קרקע, און נישט ביי מטלטלין (חו"מ קעה סעי' נג). די תורה האט א דין מטלטלין, איז נישט דא קיין טענת בר מצרא. (כתונת פסים לבעל צפנת פענח בפיוט אחד מי יודע)

כב) משה רבינו ווערט אנגערופן א מלאך, ווי ס'שטייט וישלח מלאך ויוציאנו ממצרים (במדבר כ טז). פארדעם האט הקב"ה געגעבן די תורה אדורך משה רבינו, איז בטל די טענה דינא דבר מצרא. (מאמר מרדכי תשא)

כג) אויב מ'פארקויפט פאר קליינע יתומים, איז נישט דא קיין טענת בר מצרא (חו"מ קעה סעי' מז). ווייל זיי קענען נישט גיין קויפן אן אנדערע פעלד מפני פחיתות דעתם. די מלאכים זענען גיבורי כח זיי דארפן נישט די תורה פאר זייער שלימות, אבער די אידן אן די תורה וועלן זיי אריינפאלן אין טומאה, האבן זיי א דין ווי יתומים קטנים, און עס איז נישט שייך קיין טענת בר מצרא. דאס זאגט די פסוק ה' אדונינו מה אדיר שמך בכל הארץ, די מלאכים זאגן מ'זאל עס געבן פאר זיי מכח בר מצרא, איז די תשובה מפי עוללים ויונקים, אז די אידישע קינדער זענען כעוללים און יתומים קטנים לגבי די תורה. (תפלה למשה תהלים ח י)


פסידא דמוכר

כד) די הלכה איז (חו"מ קעה סעי' כג) אז אויב האט דער מוכר א פסידא כל דהו אויב דער מצרן קויפט עס, איז נישט דא קיין דינא דבר מצרא. די מלאכים האבן נאר געוואלט די פנימיות התורה, זיי קענען נישט מקיים זיין די פשטות התורה, איז דא א פסידא פארן מוכר הנותן התורה. (חיד"א כסא דוד דרוש ד', ועוד מקומות)

כה) נקטינן מעשה גדול מתלמוד, און די מלאכים קענען נאר מקיים זיין די תורה דורך לערנען נישט במעשה, איז דא א פסידא פארן מוכר, ווערט בטל די טענה פון דינא דבר מצרא. (פני יצחק ח"ו דף נ)

כו) על שלשה דברים העולם עומד על התורה ועל העבודה וגמילות חסדים, און ביי מלאכים איז נישט שייך קיין גמ"ח, איז דא א פסידא פארן מוכר, ווערט בטל די טענה פון דינא דבר מצרא. (שפתי מהר"ש בראשית)

כז) בדרשות הר"ן (דרוש ז') כתב וואס מ'זאגט אשר נתן לנו את תורתו, אז הקב"ה האט עס געגעבן אין אונזער הענט צו קענען מוסיף זיין אויף די תורה, אבער נאר די אידן האבן רשות מוסיף צו זיין אויף די תורה און נישט די אומ"ה. די זעלבע אויב די מלאכים באקומען ווען די תורה, וואלטן זיי נישט געקענט מוסיף זיין. אויב אזוי איז דא א פסידא פארן מוכר, ווערט בטל די טענה פון דינא דבר מצרא. (שערי תורה אות לו, לב אהרן פרקי אבות ח"ב שיט)

כח) תשובה מיראה זדונות נעשו לשגגות, ותשובה מאהבה הזדונות נעשו לזכיות. און פון די זכיות האט אויך הקב"ה א נחת רוח, און די מלאכים האבן דאך נישט קיין יצה"ר איז נישט דא ביי קיין שום חטא, איז נישט דא קיין תשובה מאהבה, איז דא א פסידא פארן מוכר, ווערט בטל די טענה פון דינא דבר מצרא. (זבח פסח שבה"ג תשמ"ח, שערי תורה אות מ', חדושי תורה מהר"א ט"ב בכמה מקומות)

כט) גדולים מעשה צדיקים יותר ממעשה שמים וארץ (כתובות ה.). אויב וואלטן די מלאכים באקומען די תורה, איז דא א פסידא פאר מוכר איז בטל די טענה פון דינא דבר מצרא. (מהר"א ט"ב דרושים עה"ת ח"א יט, לב אהרן פרקי אבות ח"א לו)

ל) די מלאכים ווערן גערופן עומדים זיי זענען אייביג אין די זעלבע מדריגה, אבער צדיקים זענען מהלכים און מיט יעדע מצוה וואס זיי טוהן זענען זיי מוסיף שפע ובורא קדושה בדבורו, אויב אזוי אויב די מלאכים באקומען די תורה, איז דא א פסידא פארן מוכר, ווערט בטל די טענה פון דינא דבר מצרא. (פני אהל מועד דרוש שני לשבת כלה)

לא) אין ייטב פנים (שבועות ד) שטייט, והוא עומד עליהם תחת העץ ויאכלו, אז די מלאכים וואס אין בהם אכילה ושתי', קענען נישט די כוונת האכילה, ווען זיי זענען אראפגעקומען צו אברהם והוא עומד עליהם, און ער האט מכוון געווען די כוונת פאר זיי ויאכלו. קומט איז דא א פסידא פארן מוכר אויב די מלאכים באקומען ווען די תורה, ווייל זיי קענען נישט דינען הקב"ה מיט עבודת האכילה, ווערט בטל די טענה פון דינא דבר מצרא. (שערי תורה אות נו, שערי תהלה ל)

לב) אויב באקומען ווען די מלאכים די תורה, וואלט מען געקענט טועה זיין און זאגן אז הקב"ה איז נאר משגיח בעליונים און נישט בתחתונים, וואלט געווען א פסידא פארן מוכר, אבער וויבאלד די אידן האבן באקומען די תורה, ווייזט דאס אז הקב"ה איז משגיח בעליונים ובתחתונים, איז בטל די טענה פון דינא דבר מצרא. (הגדת ויגד לאברהם בפיוט דיינו)

לג) די נחת רוח וואס הקב"ה האט פון די עבודה פון נשים צדקניות, כל כבודה בת מלך פנימה און זי איז פארנומען מיטן פירן די שטוב ע"פ תורה, און מחנך די קינדער באמונה פשוטה, איז אין לשער, און דאס איז נישט שייך ביי מלאכי עליון נאר ביי ילודי אשה, אויב די מלאכים באקומען ווען די תורה וואלט געווען א פסידא פארן מוכר, ווערט בטל די טענה פון דינא דבר מצרא. (שערי תורה יט, בהספדו על אחותו הרבנית חי' ע"ה)
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

שמעלקא טויב האט געשריבן:יעצט האט מען איבערגעדרוקט דעם ספר צפנת פענח, א שטיק הערליכע דרוש, אסאך שיינע זאכן, נישט שיין, הערליך, פלאי פלאים!

באקומען אין אימעיל פריער א גליון מפענח נעלמים - טעימה פונעם צפנת פענח חדש, ס'איז אבער צו גרויס ארויפצושטעלן דא.
צדיקל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2013 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיקל »

איך האב היינט געזען אינעם נייעם מהר"א ט"ב דרושים ח"ג צוויי נייע תירוצים אויף דינא דבר מצרא

לד) ס'איז ידוע אז יש ששים רבוא אותיות לתורה, און יעדע איד איז מקושר אין איין אות פון די תורה, זענען די אידן מער קרובים צו די תורה ווי די מלאכים, איז בטתל זייער טענה. (מהר"א ט"ב דרושים ח"ג בשלח)

לה) עס שטייט אין ספר חן טוב (תצוה) לפרש די גמ' משה רבינו האט געזאגט פאר די מלאכים כלום יצה"ר יש ביניכם. אז עס איז מער מתרבה כבוד שמים אז א בעל גשם מיט א יצה"ר דינט דעם באשעפער. לפי זה אויב די מלאכים באקומען די תורה איז דאס א פסידא פארן מוכר ס'פעלט די כבוד שמים, איז בטל די טענה פון דינא דבר מצרא. [ער גייט אריין דארט אז ס'ווענדט זיך צו איך גיי בתר איכות צו בתר כמות.](מהר"א ט"ב דרושים ח"ג ראה)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:יעצט האט מען איבערגעדרוקט דעם ספר צפנת פענח, א שטיק הערליכע דרוש, אסאך שיינע זאכן, נישט שיין, הערליך, פלאי פלאים!

באקומען אין אימעיל פריער א גליון מפענח נעלמים - טעימה פונעם צפנת פענח חדש, ס'איז אבער צו גרויס ארויפצושטעלן דא.

געזען אויף לדעת היינט, דא האט איר א לינק
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 4&gil=1572
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

בנים למקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

מ'האט אין דעם אשכול אסאך ארומגערעדט פון בנים למקום
האבעך געזען לעצטענס ברענגען בשם ס' מטעם המלך אז אין דעם ווענדט זיך צו די חטא העגל איז געווען א חטא צו נישט
ווייל די אידן האבן געהאט א תי' אז מגדולת העבד ניכר גדולת רבו, אבער דאס איז נאר שייך אויב די אידן זענען עבדים למקום
אויב די אידן זענען אבער בנים למקום איז עס א גנאי אז די קינדער פון מלך זאלן זיין נכנע אונטער איינע פון די עבדים
ממילא דעמאלט האבן זיי נישט די תי' פון מגדולת העבד וכו'
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

בנים למקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

אין טיב לבב שטייט אז אויב גיי איך בתר נשמה דעמאלס זענען די אידן בנים למקום ווייל די נשמה איז חלק אלקי ממעל, אבער אויב גיי איך בתר גוף איז מען עבדים למקום
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

געזען לעצטענס אין נועם מגדים פ' בשלח בשם רעיא מהימנא אז איינער איז עוסק בתורה ומצות לשמה האט ער א דין בנים און שלא לשמה איז א דין עבדים
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

פרשת ויחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א רמז פון ר' מנחם שלום

דער רבי רבי יונתן זי"ע זאגט אויף עתיד הקב״ה להנחיל לכל צדיק וצדיק ש׳׳י עולמות, פארוואס פינקט 310? זאגט ער ווייל אויב איינער איז נהנה מן הקדש דארף ער צוגעבען א חומש, איז פינקט אזוי אז דער אייבערשטער איז נהנה פון א איד'ס הייליגע מעשים דארף ער צועגעבען א חומש; און א חומש מלבר פארשטייט זיך, וואס איז א פערטעל. יעצט אויב דער עיקר שכר לעולם הבא איז פאר מצוות עשה, און מצות עשה איז דא רמ"ח (248), קומט אויס אז א פערטל פון 248 איז 62, וואס צוזאמען מיט 248 מאכט עס 310. ביז דא דער רבי רבי יונתן.

זאגט ר' מנחם שלום א רמז, אז יששכר וואס איז נוטריקון י"ש שכר; אז דער שכר פון ש"י עולמות
איז ווייל חמ"ר גרם; דאס איז נגרם געווארען דורך די רמ"ח מצוות עשה וואס נאך צולייגען א חומש ווערט עס 310, די ש"י עולמות. ודפח"ח
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

ס'שטייט אין מדרש אז משה רבינו איז געווען מחציו ולמטה א מענטש און מחציו ולמעלה א מלאך
לויט דעם קען מען זאגן אויב זאג איך תתאה גבר האט ער געהאט א דין אדם, און אויב זאג איך עילאה גבר האט ער געהאט א דין מלאך.
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

די גמרא זאגט שקולה נשמה של צדיק אחד כנגד כל העולם כולו (סנהדרין קג:).
לפי"ז קומט אויס אז די טענה פון רוב לגבי אומה"ע איז נאר אויב גיי איך בתר גוף
אבער אויב גיי איך בתר נשמה איז די טענה נישט קיין טענה
אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המחפש »

איש חמודות האט געשריבן:די גמרא זאגט שקולה נשמה של צדיק אחד כנגד כל העולם כולו (סנהדרין קג:).
לפי"ז קומט אויס אז די טענה פון רוב לגבי אומה"ע איז נאר אויב גיי איך בתר גוף
אבער אויב גיי איך בתר נשמה איז די טענה נישט קיין טענה


עי' בראש דוד להחיד"א פ' במדבר עוד כעי"ז קצת.
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

אה! ברוך שכוונתי
ייש"כ גדול
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”