שאלות ודיונים בהלכות בשר בחלב

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

די שאלה איז נאר צו לפת מיינט מייערן..
הק' איש ימיני
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

גערעכטער האט געשריבן:די שאלה איז נאר צו לפת מיינט מייערן..

לפת איז ריבין (turnips), נישט מייערן, אזוי זאגט דער ש"ך דארט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

ריבין, מיינט נישט אויך קאלא-רובין?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

ווייס איך נישט, מיין מגי"ש האט געטייטשט מייערן.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

farshlufen האט געשריבן:ריבין, מיינט נישט אויך קאלא-רובין?

ריבין איז Turnips.
Collerabi איז א צוזאמשטעל פון צוויי ווערטער, און עס הייסט אזוי, ווייל עס איז א מין קרויט ( colle איז קרויט, אזויווי אין coleslaw) וואס זעט אויס אזויווי Turnips.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין דייטש הייסט עס קאלא-ראהבן.

והבנתי אז Beets צוויקל איז אויך פון די משפחה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

farshlufen האט געשריבן:אין דייטש הייסט עס קאלא-ראהבן.

והבנתי אז Beets צוויקל איז אויך פון די משפחה.

יא, צוויקל/בוריקעס ווערן אויך אנגערופן אין די פוסקים "רויטע ריבין".
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

בן מהללאל האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:די שאלה איז נאר צו לפת מיינט מייערן..

לפת איז ריבין (turnips), נישט מייערן, אזוי זאגט דער ש"ך דארט.

בשם די "מהרי"ל", איך מיין די טעות קומט פון די ווייל אין העברעיש רופט מען דאס מייערן
הק' איש ימיני
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

גערעכטער האט געשריבן:
בן מהללאל האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:די שאלה איז נאר צו לפת מיינט מייערן..

לפת איז ריבין (turnips), נישט מייערן, אזוי זאגט דער ש"ך דארט.

בשם די "מהרי"ל", איך מיין די טעות קומט פון די ווייל אין העברעיש רופט מען דאס מייערן

אין העברעיש איז לפת turnips, "גזר" איז מייערן.
רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי משה »

איך האב געשניטן א צוויבל מיט א פליישיגע מעסער, דערנאך מיט א פארווע מעסער, מה דינו עם הסכין הפארווע?
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

רבי משה האט געשריבן:איך האב געשניטן א צוויבל מיט א פליישיגע מעסער, דערנאך מיט א פארווע מעסער, מה דינו עם הסכין הפארווע?

לויט וויפיל איך געדענק ווענד זיך עס צו אגב דוחקא דסכינא איז עס אויך בולע אדער נאר מפליט
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

אדער יא האט געשריבן:
רבי משה האט געשריבן:איך האב געשניטן א צוויבל מיט א פליישיגע מעסער, דערנאך מיט א פארווע מעסער, מה דינו עם הסכין הפארווע?

לויט וויפיל איך געדענק ווענד זיך עס צו אגב דוחקא דסכינא איז עס אויך בולע אדער נאר מפליט

דאס איז ביי סתם, אבער א דבר חריף איז בולע און פולט און אפילו אן אינו בן יומו ווערט נשבח, און ס'ווערט אויס נט בר נט.
'ומאתים לנוטרים את פריו'
סטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2022 3:06 pm

ווארטן פון מילכיגס צו פליישיגס און פארקערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאר »

סאטמאר פירט זיך און לכאורה רוב וועלט אויך אז פון מילכיגס ביז פליישיגס ווארט מען א האלבע שעה איז אינטרעסאנט ווייל רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געווארט א שעה
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ווארטן פון מילכיגס צו פליישיגס און פארקערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

ביי די שווייצע קעז ווארט מען 6 שעה ביז פליישיגס
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

סטאר האט געשריבן:סאטמאר פירט זיך און לכאורה רוב וועלט אויך אז פון מילכיגס ביז פליישיגס ווארט מען א האלבע שעה איז אינטרעסאנט ווייל רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געווארט א שעה

טאקע אינטערעסאנט, ווייל די רבי זי"ע איז דער וואס האט הערליך מבאר געווען די נישט אפענע מקור פון ווארטן א האלבע שעה.
סטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2022 3:06 pm

Re: ווארטן פון מילכיגס צו פליישיגס און פארקערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאר »

sheetrock האט געשריבן:ביי די שווייצע קעז ווארט מען 6 שעה ביז פליישיגס

איך מיין סאיז דא א שיטה אז ביי קעז ווארט מען א טאג
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ווארטן פון מילכיגס צו פליישיגס און פארקערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

איז דעס די איינציגסטע אינטערעסאנטע זאך וואס מ'האט געטראפן ביים רבין?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ווארטן פון מילכיגס צו פליישיגס און פארקערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

סטאר האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:ביי די שווייצע קעז ווארט מען 6 שעה ביז פליישיגס

איך מיין סאיז דא א שיטה אז ביי קעז ווארט מען א טאג

יעדע מין קעז אדער נאר דיע וואס מ'לאזט שטיין פאר חדשים?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
סטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2022 3:06 pm

Re: ווארטן פון מילכיגס צו פליישיגס און פארקערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאר »

sheetrock האט געשריבן:
סטאר האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:ביי די שווייצע קעז ווארט מען 6 שעה ביז פליישיגס

איך מיין סאיז דא א שיטה אז ביי קעז ווארט מען א טאג

יעדע מין קעז אדער נאר דיע וואס מ'לאזט שטיין פאר חדשים?

איך ווייס נישט פינקטלעך ...אפשר וועסט עס טרעפן און אוצר הלכות פון הרב פריעדמאן אויף שבועות ...ביי די מילכיגע סעודה
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5501
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ווארטן פון מילכיגס צו פליישיגס און פארקערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

זייער אינטערעסאנט די נושא

לערנענדיג קיצור שלחן ערוך שטייט דארטן נישט קיין ווארט וועגן ווארטן פון מילכיגס אויף פליישיגס, סשטייט אבער יא אז מדארף קינוח והדחה

אויף פארקערט, פון פליישיגס צו מילכיגס שטייט קלאר 6 שעה
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: ווארטן פון מילכיגס צו פליישיגס און פארקערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

סטאר האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
סטאר האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:ביי די שווייצע קעז ווארט מען 6 שעה ביז פליישיגס

איך מיין סאיז דא א שיטה אז ביי קעז ווארט מען א טאג

יעדע מין קעז אדער נאר דיע וואס מ'לאזט שטיין פאר חדשים?

איך ווייס נישט פינקטלעך ...אפשר וועסט עס טרעפן און אוצר הלכות פון הרב פריעדמאן אויף שבועות ...ביי די מילכיגע סעודה

ער האט שוין א נייעם חלק אויף יו"ד הערליך שיין צענומען אלע שיטות און מציאות פון די קאמפאני'ס און די טשיזן.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ווארטן פון מילכיגס צו פליישיגס און פארקערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

סטאר האט געשריבן:סאטמאר פירט זיך און לכאורה רוב וועלט אויך אז פון מילכיגס ביז פליישיגס ווארט מען א האלבע שעה איז אינטרעסאנט ווייל רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געווארט א שעה

רביה,ק האט נישט ג'געסן מילכיגס נאך פליישיגס אפילו נאך זעקס שעה, נאר געווארט ביז צום נעקסטן טאג.
אנא כחלא בר חמרא זאגט שוין די גמרא אויף אזוינע סארט חומרות. מיר קענען נישט נאכטוהן וואס מענטשן, כ'מיין מלאכים, וואס זענען מיליאן מדרגות העכער פון אונז טוהן.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: ווארטן פון מילכיגס צו פליישיגס און פארקערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אינעם אוצר הלכות אויף יו"ד שרייבט ער אז סאטמאר רב זי"ע האט געווארט א שעה, און נאך גבינה האט ער געווארט 6 שעה.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ווארטן פון מילכיגס צו פליישיגס און פארקערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

יידישע קהילות האט געשריבן:
סטאר האט געשריבן:סאטמאר פירט זיך און לכאורה רוב וועלט אויך אז פון מילכיגס ביז פליישיגס ווארט מען א האלבע שעה איז אינטרעסאנט ווייל רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געווארט א שעה

רביה,ק האט נישט ג'געסן מילכיגס נאך פליישיגס אפילו נאך זעקס שעה, נאר געווארט ביז צום נעקסטן טאג..

פון וואו נעמסטו דאס? ס'איז ידוע אז ער האט איינמאל געגעסן מילכיג ביי של"ש (געטרונקן א קאווע, און אפשר אויך איינגעטונקן די חלה אין פוטער) מקיים צו זיין דעם מנהג פון הייליגן צאנזער רב

סתם אזוי איז עס נישט אויסגעקומען ווייל ער האט געגעסן די בייטאג סעודה זייער שפעט
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ווארטן פון מילכיגס צו פליישיגס און פארקערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

מסתמא האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט די נושא

לערנענדיג קיצור שלחן ערוך שטייט דארטן נישט קיין ווארט וועגן ווארטן פון מילכיגס אויף פליישיגס, סשטייט אבער יא אז מדארף קינוח והדחה

ריכטיג. מעיקר הדין ווערט בכלל נישט דערמאנט ווארטן נאך מילכיגס א האלבע שעה. אסאך ווייסן נישט פון דעם, און לאזן אויס דעם עיקר די קינוח והדחה צווישן די צוויי סעודות וואס איז א חיוב מעיקר הדין.

די מקור צום ווארטן איז א זוהר הק'. און דער נועם אלימלך ברענגט שוין אין פרשת משפטים אז שבועות דארף מען נישט ווארטן, איז משמע אז א גאנצע יאר יא, אבער ער זאגט נישט ווי לאנג. אין שלה"ק אויף שבועות ווערט עס אויך דערמאנט, און ער זאגט מ'זאל יא ווארטן א שעה.

אסאך לעצטערע פוסקים ווייזן שוין אן די מקור צו א האלבע שעה. בקיצור נמרץ, אז אין זוה"ק הנ"ל שטייט שעתא חדא, נאכדעם לייגט ער צו ווילאנג ס'נעמט צו גיין א מיל אדער צוויי, און צווישן איין מיל און צוויי איז בערך א האלבע שעה. אנדערע שרייבן אז שעתא חדא מיינט נישט דווקא א שעה, נאר א זמן מסויים וואס איז בערך א האלבע שעה.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”