שאלות ודיונים בהלכות בשר בחלב

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

שאלות ודיונים בהלכות בשר בחלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א יונגעלע - מיין פלימעניק - רופט מיר יעצט אן מיט א שאלה: ער האט אריינגעגאסן האני-קאמב סיריעל מיט מילך אין א פליישיגן טעלער וואס מען האט אויסגעוואשן נעכטן נאכן עסן דערין נאכטמאל.

מעג ער עסן דעם פיינעם האני-קאמב?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ס'איז גארנישט איבערגעבליבן אין באקס חוץ דאס ?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ער זאל עס איבערגיסן אין א פלעסטיק טעלער, און ער זאל מאכן אן ערליכן ברכה.

באט ער זאל נישט זאגן פאר זיין מאמע, ווייל נשים ווערן ווילד בטבע ווען זיי הערן אז עפעס איז נישט אסור.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יאנאש מהיכן דנתני? וואס איז מיט די שומן?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

א טעלער אין קלאזעט איז זויבער היינטיגע טעג.

סארי פארן זיין א מורה הלכה בפני רבו, אבער במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך ציטער אז איך האב עובר געווען אויף בל תשחית ביים הייסן דאס קינד אויסגיסן דעם טעלער, עפ"י הוראת סאכדעס'ל.
א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

עס ווענדט זיך ווער עס האט אויסגעוואשן די טעלער נעכטן נאך נאכטמאל, אויב האט עס די אידענע אויסגעוואשן איז קיין שום שאלה נישט עס איז מותר, אזוי ווי סאכדעס האט שוין ג"פסקנ'ט......

אויב אבער האט עס דער מאן אויסגעוואשן, וואס דעמאלטס איז שכיח אז עס זאל בלייבן שומן, וואלט מען לכאורה געדארפט אויסגיסען די 'האני קאמב' אזוי ווי קרעמער האט געהייסן....
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זאגסט גוט אידעלע, אבער איין זאך האסטו שלעכט פארשטאנען - סאכדעס האט גע'פסק'נט אויסצוגיסן.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

קוקט פון דעם אויס, אז סאכדעס וואשט אליין זיינע דישעס.. דזשאסט פאר די רעקארד'ס
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

רבותי, איר פס'קעט הלכות אנע מקור, און אנע סמך.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

לענ"ד, קאלטע מילך אין א פליישיג טעלער, דארף מען נישט אוועק גיסן. א חוץ אויב ס'געווען שומן דבוק עפ"י הכלי.

נאך מער, עפ"י הלכה, אפי' בשר בחלב ממש (צונן) שנפלו זה לתוך זה מדיח הבשר ומותר (יור"ד סי' צ"ב)
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אוי סאכדעס עס איז צרות, יאך מיין אז דו ביסט שוין פארטיג מיט די דיינות.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

זארעכ.. עניות דעתך איז נישט קובע קיין הלכה, אזוי אויך נישט עניית דעתי.
פון די הלכה אז מ'קען פארוואשן בשר (וואס אגב דענק איך נישט אויף זיכער אז מ'פסק'עט אזוי. עיין פרמ"ג) ווייסעך אויך.
דא רעדט מען פון מילך, וואס איז א לח וואס מ'קען נישט פארוואשן. איצט אויב איז די שומן פון די כלי נישט אראפ, - וואס דאס איז גאר דקות'דיג - און יאך נעם נישט קיין אחריות צו זאגן אז וואס די אידענע וואשט אויס איז ריין ריין פון א דינע קליפה שומן, למעשה האט מען נישט בודק געווען בעפאר צו סיז קריסטאל ריין צו נישט. איז נישט גלייך צו טרינקן אזא מילך.

אלזא קרעמער. גוט האסטו געטוהן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

סאדעס גערעכט. ענ"ד איז נישט קובע.

אויך ביסטו גערעכט אז מען קען נישט וויסן צי מען האט ריכטיג אויסגעוואשן דעם טעלער פון די פליישיגע שומן. איך האב נאר גערעדט פון די טרוקענע הלכה, אז קאלטע מילך אין א פליישיג טעלער, דארף מען נישט אוועק גיסן. א חוץ אויב ס'געווען שומן דבוק עפ"י הכלי.

אבער דאס וואס דו זאגסט וועגן די הלכה פון פארוואשן בשר, דענק איך נישט. ווייל די הלכה איז אין סי' צ"א און איך דענק נישט אז דער פרמ"ג זאל עפעס מחולק זיין דערמיט. אדרבה ניתי ספר ונחזי.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך האב נישט קיין אנונג וואס איר דרייט א קאפ דא, עס איז אן הלכה פסוקה אז א כלי וואס ליגט אוועקגעלייגט אין קלאזעט איז מוחזק אז עס האט 'נישט' קיין שומן דובק, אויסער אויב ווייס מען אז האט יא געהאט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יאנאש, שריי נישט, וואו איז דאס געפסק'עט געווארן? געב שוין אן א מקור.

כאטשיג א מקור אז א פליישיגע כלי איז מוחזק אז ס'האט נישט קיין שומן דבוק.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

און יאנאש איז אויך גערעכט. זיין מקור איז יור"ד סי' צ"ה שך סק"א.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

זארעכפעפער האט געשריבן:אויך ביסטו גערעכט אז מען קען נישט וויסן צי מען האט ריכטיג אויסגעוואשן דעם טעלער פון די פליישיגע שומן. איך האב נאר גערעדט פון די טרוקענע הלכה, אז קאלטע מילך אין א פליישיג טעלער, דארף מען נישט אוועק גיסן. א חוץ אויב ס'געווען שומן דבוק עפ"י הכלי.

אבער דאס וואס דו זאגסט וועגן די הלכה פון פארוואשן בשר, דענק איך נישט. ווייל די הלכה איז אין סי' צ"א און איך דענק נישט אז דער פרמ"ג זאל עפעס מחולק זיין דערמיט. אדרבה ניתי ספר ונחזי.


די ווערטער אין באלד האט מיר געבראכט אז כ'זאל פסק'ענען דאס וואס כאב געפסק'עט.

איצט בנוגע דאס פלייש, דער מחבר הויבט אן סימן צא וזל"ק: בשר וגבינה שנגעו זה בזה, מותרים. אלא שצריך להדיח מקום נגיעתם. ע"כ הנוגע לענייננו. אין סעי' ב' ווייטער קערט זיך איבער א וועלט, אויף לכתחילה אויב מ'זאל מעגן אריינלייגן א בשר אין א פליישיגע כלי. אויב דענק איך גוט איז דא נאך א גירסא אינעם רמא. ווייל אויבן אויף איז דער רמא מתיר לכתחילה אזאך וואס האט בכלל נישט קיין לחלוחית צו לייגן וואס האט נאר בולע געווען מצונן, א שטייגער ווי כבוש. עניוועי נאך די גאנצע איבערקערעניש דאכצאך מיר א_ווי איצטערט אז דער פרי מגדים איז נישט אזוי מסכים צו דעם גאנצן געוואשעכץ. אויב האט עס אנגערירט..

אבער דאס איז נישט נוגע צו אונזער הלכה. א_ווי זארעכ זז"ג האט שוין ארויסגעברענגט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

זארעכ.. זיי אזוי גוט ברענג אהער דעם לשון השך.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שלעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפער »

נעכטן ביינאכט האב איך מיר ערלויבט צו קויפן א אייסעס, האב איך גענומען ליינען דו אינגרידיענס שטייט דארט נאך אלעם (מסתמה שרייבן זיי דאס פאר מענטשען וואס האבן אלערזדשי)מיט וואס דעי אייסעס איז אלס געקומען און בארירונג, און איינע פון דעי זאכן איז מילך.
יעצט איז מיין קשיא הייסט דאס נישט מילעכיג?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שלעפער האט געשריבן:נעכטן ביינאכט האב איך מיר ערלויבט צו קויפן א אייסעס, האב איך גענומען ליינען דו אינגרידיענס שטייט דארט נאך אלעם (מסתמה שרייבן זיי דאס פאר מענטשען וואס האבן אלערזדשי)מיט וואס דעי אייסעס איז אלס געקומען און בארירונג, און איינע פון דעי זאכן איז מילך.
יעצט איז מיין קשיא הייסט דאס נישט מילעכיג?


געווענליך די וואס שרייבן דעם דערמאנטן 'דיסקלעימער' איז פשוט זיך צו פטר'ן פון א אנקלאגע (לאו-סוט) אויב זאל איינער וואס ליידט אויף אלערגישע-רעאקציעס חלילה קריגען אן אטאקע וכדו'

עפ"י הלכה איז דאס אבער -דאכציך-מיר- נישט קיין פראבלעם ווייל מ'רעדט פון פאטענציאנעלע צעלן וועלכע ווערן בטל במיליאן, איך געדענק אבער נישט צו ביי בשר-בחלב איז דא ביטול ווילאנג עס איז נאך היתר-בהיתר אלס שיטת הר"ן ביי מין-במינו.

יבאו הדיינים ויפסקו.
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

אויב האט עס א גוטן הכשר האט דאך די רב דערפון אוודאי געוויסט און דאך געגעבן א הכשר.

געוויסע מאל וואס די דיסקלעמער שטייט, רעדט מען פון געוויסע פאודערס וכדו' וואס קומט פון מילך וואס קען זיין אז עס איז שוין פגום, אבער לעגאל ווי מילער האט שוין ערווענט דארף מען עס שרייבן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זאנוויל,
דער בעל מכשיר ברויך שרייבן צו עפעס איז מילכיג? איך בין נישט אזוי זיכער.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב מיללער, אין סקרענטאן שרייבט מען נישט אויב עס איז מילכיג?

איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט די ארגאנעזאציעס האבן דאך אייביג ריקאלס אויף פראדוקטן וואס די לעטטער די איז בטעות געווארן ארוסגעלאזט?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

מיללער האט געשריבן:זאנוויל,
דער בעל מכשיר ברויך שרייבן צו עפעס איז מילכיג? איך בין נישט אזוי זיכער.


מילער גערעכט, קוקט אויס אריין קלערענדיג אין די שאלה האט זיך מיר מיין קאפ פארדרייט מיט נישט כשר'ס בכלל, נו אויפן דארפישן זאנוויל פרעגט מען נישט קיין קשיות.

די געווענטליכע עצה אין אזא פאל, רופט מען אן די בעל מכשיר אדער די קאמפאני זיי ענטפערן גלייך(כמעט יעדער).
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”