טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך מאי 08, 2019 10:28 pm

יש בו האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:אויב מ'טובל'ט א כלי וואס איז האלב אייזן און האלב פלאסטיק, דארף מען איינטינקן די גאנצע כלי אדער נאר די חלק וואס איז אייזן?

אויב ס'קומט צו וואסער צו די גאנצע אייזן פון אלע זייטן, איז גענוג צו טובל'ן נאר די אייזן, אויב נישט, דארף מען טובל'ן די גאנצע כלי

דארט ווי די אייזן איז מחובר צום פלאסטיק קומט נישט צו וואסער.

אזוי ווי ס'קומט אבער נישט צו דארט קיין עסען אויך נישט, דארף מען עס נישט צונעמען
מאך עס זיכער מיט א דיין

סא דארף מען טובל'ן די גאנצע אויף איינמאל, אינקלאדינג די פלאסטישע חלק

הרה"ג ר' שלמה לייב וויינבערגער האט מיר געפסקנט אז א כלי וואס איז מחובר מיט א ווייער ברויך מען אויך טובלן די גאנצע ווייער.

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 08, 2019 11:30 pm

איך האב לעצטנס געקויפט א קאפי מאשין, מען האט מיר געגעבן צוויי עצות, אדער געבן במתנה פאר א גוי און צוריקבארגן וואס דעמאלטס איז עס נישט מחוייב ווייל ס'באלאנגט פארן גוי, אדער שיקן צו א אידישער בעל מלאכה וואס זאל עס צונעמען און צוריק צאמשטעלן דעמאלטס איז עס פטור ווייל א איד האט עס געמאכט, ס'דארף אבער דייקא זיין א מלאכת אומן. כ'האב געטון די ערשטע עצה מיט די גויטע, זי האט געהאט קיין מושג וואס איך וויל פון איר...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21157
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 09, 2019 9:18 am

ווען הייסט עס שוין א מלאכת אומן?

כ'קען כמעט א יעדע אפפלייענס אויפשרויפן אין צוריק צוזאמענשטעלן מיט עטליכע געווענליכע טולס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 09, 2019 9:40 am

ביסטו אן אומן!!

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5166
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:26 am

farshlufen האט געשריבן:ווען הייסט עס שוין א מלאכת אומן?

כ'קען כמעט א יעדע אפפלייענס אויפשרויפן אין צוריק צוזאמענשטעלן מיט עטליכע געווענליכע טולס.

איר וואלט געקענט מסדר זיין א keurig מאשין פאר מיר?
דביה תחדי נפשא

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:35 am

א keurig דארף לויט רוב פוסקים נישט קיין טבילה ווייל מען קען גארנישט טון דערמיט נאר ווען ס'איז אריינגעפלאגט אינעם אוטליט, אנדערש ווי סתם א טשייניק וואס מ'קען עס ברענגן צום טיש אנצוגיסן די כוסות. ממילא האט עס א דין פון מחובר לקרקע נישט קיין דין כלי.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5166
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:39 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:א keurig דארף לויט רוב פוסקים נישט קיין טבילה ווייל מען קען גארנישט טון דערמיט נאר ווען ס'איז אריינגעפלאגט אינעם אוטליט, אנדערש ווי סתם א טשייניק וואס מ'קען עס ברענגן צום טיש אנצוגיסן די כוסות. ממילא האט עס א דין פון מחובר לקרקע נישט קיין דין כלי.

אהא הייסט אז יעדע זאך וואס האט א outlet דארף מען נישט טובל'ן?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5166
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:47 am

שבט הלוי - חלק ב - ווזנר, שמואל בן יוסף צבי - HebrewBooks.org ID# 1412 page 93.jpg
שבט הלוי - חלק ב - ווזנר, שמואל בן יוסף צבי - HebrewBooks.org ID# 1412 page 93.jpg (700.65 KiB) געזעהן 312 מאל
דביה תחדי נפשא

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 09, 2019 11:12 am

חמרא טבא האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א keurig דארף לויט רוב פוסקים נישט קיין טבילה ווייל מען קען גארנישט טון דערמיט נאר ווען ס'איז אריינגעפלאגט אינעם אוטליט, אנדערש ווי סתם א טשייניק וואס מ'קען עס ברענגן צום טיש אנצוגיסן די כוסות. ממילא האט עס א דין פון מחובר לקרקע נישט קיין דין כלי.

אהא הייסט אז יעדע זאך וואס האט א outlet דארף מען נישט טובל'ן?

ניין! ווייל יעדע כלי האט א השתמשות ווען ס'איז נישט אריינגעפלאגט אויך. די מאשין האט קיין שום אנדערע השתמשות נאר ווען ס'איז אריינגעפלאגט. מ'קען עס ניטאמאל נעמען צום טיש אדער אנגיסן ווען ס'איז נישט מחובר.

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 09, 2019 11:13 am

דער שבט הלוי רעדט פון א טשייניק וואס מ'קען געהעריג נוצן אפי' ס'איז נישט אריינגעפלאגט.. מיט דער מאשין קענסטו גארנישט טון אויסער עס פסח'דיג מאכן...

קאכעדיגע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » דאנארשטאג מאי 09, 2019 11:18 am

א אינטרעסאנטע חידוש בין איך געוואר געווארן!!

אויב קויף איך א מתנה פאר איינעם, אין איך טובל עס אין סטאר, איז לויט כמה פוסקים, די מקבל מתנה מחויב נאכאמאל צו טובל'ן, ווייל וויבאלד די קונה האט עס נישט געקויפט פאר השתמשות, איז ער פטור פון טבילה ווילאנג ס'איז אין זיין רשות, ממילא איז זיין טבילה נישט קיין טבילה, און די מקבל דארף עס גיין טובל'ן

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג מאי 09, 2019 11:37 am

פארוואס קענסטו נישט זיין זיין שליח עס טון 'טובל'ען אלץ זכין לאדם שלא בפניו?

קאכעדיגע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » דאנארשטאג מאי 09, 2019 11:43 am

חלב ישראל האט געשריבן:פארוואס קענסטו נישט זיין זיין שליח עס טון 'טובל'ען אלץ זכין לאדם שלא בפניו?

קען זיין קענסט עס מקנה זיין פאר יענעם, און נאכדעם טובל'ן פאר יענעם אלס שליח, אבער ווילאנג ס'איז דיינס איז די כלי פטור פון טבילה, און אז ס'איז פטור העלפט נישט די טבילה אויף ווען ס'גייט חל זיין די חיוב טבילה ביי יענעם

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5166
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מאי 09, 2019 12:02 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א keurig דארף לויט רוב פוסקים נישט קיין טבילה ווייל מען קען גארנישט טון דערמיט נאר ווען ס'איז אריינגעפלאגט אינעם אוטליט, אנדערש ווי סתם א טשייניק וואס מ'קען עס ברענגן צום טיש אנצוגיסן די כוסות. ממילא האט עס א דין פון מחובר לקרקע נישט קיין דין כלי.

אהא הייסט אז יעדע זאך וואס האט א outlet דארף מען נישט טובל'ן?

ניין! ווייל יעדע כלי האט א השתמשות ווען ס'איז נישט אריינגעפלאגט אויך. די מאשין האט קיין שום אנדערע השתמשות נאר ווען ס'איז אריינגעפלאגט. מ'קען עס ניטאמאל נעמען צום טיש אדער אנגיסן ווען ס'איז נישט מחובר.

וואס קען מען טון מיט א טאוסטער ווען סיז נישט אריינגעפלאגט?
דביה תחדי נפשא

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 09, 2019 12:40 pm

לאזן די ברויט ליגן דארט זיך אפקילן ביז מ'וועט עס קענען עסן.

אויב וועסטו זאגו די זעלבע זאך איז ביים קאפי מאשין איז נישט אזוי, ווייל דארט וואו די וואסער ליגט ביזן נעקסטן קאווע איז פלעסטיק.

יעקב זרח
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 9:57 am

תגובהדורך יעקב זרח » דאנארשטאג מאי 09, 2019 4:32 pm

אויב קען איינער פון די חברים דא אהערשטעלן א קורצע הלכה למעשה טעוועלע פאר הל' טבילת כלים און עס צושפרייטען ביי די כלים מקוואות וואלט געווען א געוואלדיגע אויפטוה צענדליגע מאל האב איך שוין געטראפן מענטשען שטיין און פרעגן:
דאס דארף מען טובל'ן ?
דארף מען מאכן א ברכה ?
סטיקער שאלות ? וכדו'.
כל המזכין את הרבים אין חטא בא על ידו

להודות
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:00 pm

יעקב זרח האט געשריבן:הלכה למעשה טעוועלע

לעצטענס ארויסגעקומען דורך "משנת יונתן" אונטער הרה"ג בנציון שטראסער דומ"ץ נייטרא ב.פ.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבן יקרה און 3 געסט