טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג דעצמבער 21, 2009 10:13 pm

גייענדיג אין הארדוועיר סטאר האב איך מיר אוודאי געקויפט א נייע טאוסטער ווייל וואס דען טוה איך אין א הארדווער סטאר?

דער ליבאוויטשער בחור וואס האט מיך סערווירט און אראפגענומען דעם טאוסטער פון שעלף גייט גלייך צום מקוה עס טובל זיין כדבעי.

איך שטיי אין קוק "זייט ווען טובל'ט מען א טאוסטער? איך האב עס ביי מיין טאטן נישט געזען".

כ'אב אים שוין כמעט געוואלט הייסן זאפארט אויפהערן און נישט קאליע מאכן מיין טאוסטער ("מיר נעמען נישט צוריק קיין געטובל'טע זאכן" ליינט זיך קלאר העכערן רעזשיסטער), אבער כ'אב מיך בארעכענט אז דער טוט דאך דא זיין זשאב בשלימות, מן הסתם טובל'ט מען יעדענס טאוסטער און נישט נאר מיינס, און אויב ס'וואלט קאליע געגאנגען בין איך דאך נישט דער ערשטער צו קאמפלעינען דערויף.
אקיצור, א מינוט דערויף זעה איך ווי ער טובל'ט א נייע פירקולעטאר פאר עמיצן.

ברויך מען דאס טובל'ן להלכה?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מאנטאג דעצמבער 21, 2009 10:21 pm

ער האט געטובלט די גאנצע פלאג?

קיק מנחת יצחק ח"ב סימן ע"ב
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 9:35 am

ר' שלמה זלמן זצ"ל זאגט אז וויבאלד דאס נוצט מען נאר איינגעשטעקט, הייסט דאס מחובר לקרקע, און עס איז פטור פון טובל'ן
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 9:53 am

עס איז יעצט ארויסגעקומען א ספר שיעורי הלכה ברורה אויף הלכות טבילת כלים. פון הר"ר יעקב אלעזר מענדלאוויטש פון ק"י. ווי ער רעדט ארום דערוועגן

דער חלקת יעקב (הגאון רבי יעקב ברייש) האלט טאקע אז א יעדע עלעקטערישע כלי דארך מען נישט טובל'ן. (אזוי פרעגער זאגט)
דער מנחת יצחק - באר משה - שבט הלוי קריגן אויף דעם. בכלל איז א מחלוקה די מחובר לקרקע איז פטור מטבילה.

ער איז מכריע למעשה אז מדארף טובל'ען א טאוסטער.

אבער כדי די כלי זאל נישט חרוב ווערן, ברענגט ער עטליכע עצות
אדער גיט מען עס פאר א גוי במתנה און מבארגט עס, אדער קען מען ארויסנעמען א שרויף (Screw) און דערנאך לייגט מען עס צוריק, הייסט עס ווי נעשה ע"י ישראל און סאיז פטור
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 10:01 am

אלד;
וואס האט עס צוטון מיטן "גאנצן" פלאג?

א דאנק פרעגער און א"ב פאר די הארות.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 10:06 am

איך האב אייביג געטויבלט א טויסטער און א פערקילעטער (חיץ די וואס שטייט נעשה ע"י ישראל ואין צריך טבילה) אין מען לאזט עס אויסטריקענען כאטש 24 שעה אין איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם

וכך עשה אבי ואבי אבי
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 11:08 am

אלץ בחור האך איך געפרעגט הרה"ג ר' הילל וויינבערגער שליט"א און ער האט געהייסן טובל'ן און נאך צוגעלייגט אז מ'זאל ווארטען 24 שעה ווילאנג ס'טריקענט אויס אז ס'זאל זיך נישט צוברעכן.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 11:33 am

אפילו להסוברים שאין צריכים להטביל טאוסטער, יש לחשוב על ה'פערקילעטערס' החדשים שאפשר להשתמש בהם כ'טערמוס', כשנגמר בישולו, מוציאים החוט ומניחים אותו סתם כך על השולחן שמי שרוצה יקח נא מעט מים, וא"כ בודאי צריכים להטבילו.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 11:34 am

אלף בית האט געשריבן:אדער קען מען ארויסנעמען א שרויף (Screw) און דערנאך לייגט מען עס צוריק, הייסט עס ווי נעשה ע"י ישראל און סאיז פטור

די עצה געפעלט מיר, אבער פארוואס זאל איך נישט קאנען טאן די זעלבע מיט א טאפ?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 11:40 am

שוועמל האט געשריבן:אלד;
וואס האט עס צוטון מיטן "גאנצן" פלאג?

אז נישט איז גלייך ווי דו טובל'סט דיך מיט איין האנט אינדרויסן פון וואסער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 11:54 am

farshlufen האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:אדער קען מען ארויסנעמען א שרויף (Screw) און דערנאך לייגט מען עס צוריק, הייסט עס ווי נעשה ע"י ישראל און סאיז פטור

די עצה געפעלט מיר, אבער פארוואס זאל איך נישט קאנען טאן די זעלבע מיט א טאפ?


ווייל עס ווערט נישט אויס כלי ווען דו נעמסט אראפ דעם הענטל, משא"כ א שרויף פון א טויסטער, מוז דאס זיין אויף אזא אופן אז די כלי זאל בטל ווערען, און דערנאך עס צוריק באהעפטן שיהא נעשה ע"י ישראל.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 12:00 pm

פארשלאפן;
מיינסט צו זאגן אלס "ידות הכלי"?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 12:26 pm

איך ווייס נישט, איך וואלט געזאגט אז א טויסטער ווערט נישט אויס כלי אנלעס איך צוברעך דעם גאנצן היעטינג עלעמענט, יעדע זאך וואס אן דעם וועל איך עס אויך נוצן איז דאך פשוט אז דאס אראפנעמען וועט נישט מאכן אויס כלי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 12:40 pm

farshlufen האט געשריבן:איך ווייס נישט, איך וואלט געזאגט אז א טויסטער ווערט נישט אויס כלי אנלעס איך צוברעך דעם גאנצן היעטינג עלעמענט, יעדע זאך וואס אן דעם וועל איך עס אויך נוצן איז דאך פשוט אז דאס אראפנעמען וועט נישט מאכן אויס כלי.

אזוי האט גע'פסק'ט דער באר משה, און רבי יחזקאל ראטה שליט"א זאגט אן הגדרה, אז מזאל מוזן ניצן טאלס עס צו פארעכטן.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 12:57 pm

סתם האוסהאלד טולס, זאכן וואס מיין 4 יעריגער קען אליינס פאררעכטן?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 12:58 pm

לכאורה
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 12:59 pm

ביין אינז אין שוהל ווען מען האט געקויפט א נייעם פערקולעיטאר האט דער דיין שלנו געזאגט אז מען זאל טוישן דעם שטאפער (פון קראן) פאר א נייע און דאן הייסט עס געמאכט דורך א איד
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 1:01 pm

לויט דעם באר משה דארף איך נישט גארנישט טובל'ן, מיין קליינער "פיקסט" אלעס אינדערהיים, דער טויסטער, דער טעיפריקאדער... וכו'
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 1:05 pm

עס איז דא א טעיפ אויף טבילת כלים פון הרה"ג רש"ז בערנבלוט זצ"ל, זאגט ער דארט בתוך הדברים א דעה אז א טאוסטער דארף מען נישט טובל'ן ווייל עס טוהט נישט קיין גרויסע תיקון אינעם מאכל, ווייל אין אפיה אחר אפיה (און ער זאגט אז זיין ידיד [להבחל"ח] הגרי"ד הארפענעס פארלאזט זיך אויף דעם לגבי נישט צו דארפן טובל'ן ווען מען קויפט צוריק אפ פונעם גוי נאך פסח), אבער לדעתו קען מען זיך נישט פארלאזן דערויף.

ער האט דאך אויך א גאנצע שמועס אויב עלעקטרישע כלים מיט א ווייער הייסן מחובר לקרקע, אבער ער בלייבט אז מען קען דאס נישט אנרופן מחובר לקרקע און עס איז מחויב טבילה.

אוועטאר
קריאת שמע
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:13 pm
לאקאציע: אין סידור

תגובהדורך קריאת שמע » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 2:37 pm

א אויבן דארף מען אויך טובל'ן בתמיה פארוואס א טאוסטער
גרייט דיך אן ציגרעטלעך
גרייט דיך אן פשעטלעך (קרעדיט מיכאל שניצלער)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 2:59 pm

א אויבן גופא רירט נישט צו צום מאכל משא"כ א טויסטער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 3:15 pm

אויב איינער באניצט זיך מיט די גרעיטס פונעם אויוון ער לייגט ארויף עסן אויף די די גרעיטס אן א בעקעלע, דארף מען טאקע טובל'ן די גרעיטס,
לגבי שעלווס פון א פריזשידער איז דער מנח"י מקיל ווייל סיי סאיז נישט קיין כלי סעודה און סיי סאיז נישט מתקן דעם אוכל, דער באר משה וויל יא מחמיר זיין ביי א פריזשידער.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
קריאת שמע
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:13 pm
לאקאציע: אין סידור

תגובהדורך קריאת שמע » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 3:20 pm

די אייזענעס פון א טאוסטער איז יא א כלי סעודה אדער מתקן די אוכל
גרייט דיך אן ציגרעטלעך
גרייט דיך אן פשעטלעך (קרעדיט מיכאל שניצלער)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 3:29 pm

רב קריאת שמע, איר פרעגט?

יא, דער טאוסטער איז מתקן, ווי אויך די טאוסטער אווען גרעיטס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 3:34 pm

רוב פוסקים האלטן אז א טאוסטער הייסט א מתקן

קרעמער האט פריער נאכגעברענגט פון הגרש"ז בערנבלוט א דעה אז סהייסט נישט קיין ריכטיגער מתקן.
(אזוי האט געהאלטן הגר"מ פיינשטיין, וחלקו עליו רוב האחרונים)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט