עוף השמים יוליך את הקול' , תלמוד'ס #13

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

עוף השמים יוליך את הקול' , תלמוד'ס #13

תגובהדורך תלמודלערנער » זונטאג מאי 06, 2012 3:15 pm

ערקלערונג: מיין ציל פון פאסטן די ארכיוון דא אויף אייוועלט, איז צוליב די תוכנדיגע מעמבערס וואס פארמאגן אוצרות און כוואליעס פון אינפערמאציע, יעדע תוכינדגיע הערה דא מאכט רייכער די עצם ארטיקל.

פארווארט: עס איז אין די פארטאגס שעה’ן, א קיל ווינטל בלאזט די זון קומט ארויס אויפן האריזאנט, די פייגלעך ציפצען, זיי פליען און פלאטערן מיט זייערע פליגלעך, אילו זכינו וואלטן מיר פארשטאנען ווי זייערע ציפצען איז נישט קיין דברים של מה בכך, זיי זינגען שירה פאר הקב”ה, און זיי דערציילן פאר די מענטשהייט איבער די געשעהנישן וואס גייען פאסירן אין די נאנטע צוקנופט. ווען ראובן גייט אריבער די פייגלעך וועלן זיי צווישן זיך שמועסן וואס עס וועט זיין, זיין גורל. אט דאס ווערט אנגרופען שיחות עופות, צו פארשטיין די שמועסן וואס די פייגלען שמועסן צווישן זיך.
אינעם דאזיגן מאמר וועלן מיר זיך די עיקר באציען איבער צוויי פייגלען די “יונה” די טויבעלע, די יונה פארמאגט א חשיבות ביי אונז אידן, ישראל נמשלו ליונה, כלל ישראל איז צוגעגלעכן צום יונה,. צווישן אנדערע וועלן מיר זיך באציעהן איבער די ווערטער וואס דער רמב”ן שרייבט אין פרשת אחרי אז די יונה פארמאגט דעת והכרה, פארשטאנד און דערקענט,. ווי אויך וועלן מיר באשרייבן די עורב, די רויב פייגל וואס איז אויך פאראנטווארנטליך צו מבשר זיין בשורות, און זי פארמאגט אויך א רייכע היסטאריע ביי אונז אידן


עוף השמים יוליך את הקול
שלמה המלך דער חכם מכל האדם לערענט אונז אין ספר משלי, עוף השמים יוליך את הקול, די פייגעל אין הימל פירט דעם קול. א ביאור אין די ווערטער געפונען מיר אין רמב”ן (יח יב): די מזלות פארמאגן שרים, די שרים פון די מזלות זנב און טלה געפונען זיך נאנט צו אונזער וועלט, די מזלות זענען יודע עתידות, זיי ווייסן וואס גייט פארקומען אין די נאנטע צוקנופט, ווי דער רמב”ן זאגט, ולא לזמן גדול ולא העתידות רחוקות יגידו רק בעתידות הקרובות לבא. די פייגל זיי זענען די שלוחים פון די מזלות צו זאגן די בשורות, צו מיט זייערע קולות ווי ציפצען אדער מיטן וויינען און שרייען, אדער מיט די וועג ווי אזוי זיי שפרייטן אויס זייערע פליגלן. דאס איז פשט אין די ווערטער פון שלמה המלך “יוליך את הקול” די פייגל אין הימל פירן די קול

אין ספר פרק שירה (להגר”ב קליין שליט”א) איז ער מעתיק די ווערטער פונעם הייליגן אר”י הקדוש: ווי ער איז מבאר די ענין פון שיחות עופות, יעדע זאך וואס ווערט נגזר אויבן אין בית דין של מעלה, ווערט אויסגערופן אין אלע וועלטן, ובפרט בעולם העשיה. ווי אויך יעדע עבירה וואס מ’איז חלילה עובר ווערט אויסגערופן דורך די בי”ד און שליחי בי”ד. די לופט פון אונזער וועלטל די עולם העשיה איז זייער געדעכט און פארפעסטעט, (עיבוי האויר וגסותו) דערוועגן אין קול העליון ניכר בו, די קול פון בי”ד של מעלה הערט זיך נישט, אבער ווען די פייגל פליען הויך טוען זיי מיט זייערע פליען און פליגלן דורך שניידן די לופט, וואס דאס טוט ערמעגליכן אז די קול הכרוז זאל אריבערגיין און אנקומען דא אונטן צו אונז, צומאל וועט די קול געפירט ווערן דורך ציפצען פון די פייגל, און צומאל דורך די פליגלען, ווי פריערדערמאנט.

די בשורות זענען איינגעטיילט לויט די מין פונעם פייגל, דער עורב (רויב פייגל) איז געווענליך מבשר נישט גוטע בשורות. ווי דער יעב”ץ שרייבט אין מגדל עוז: העורב כולו בשורות רעות, ובדרך מקרה אומר לפעמים ג”כ בשורות טובות, געווענליך איז עס נאר מבשר שלעכטע בשורות, אבער צומאל אויך גוטע. מיר געפונען אין מסכת גיטין (מה) ווי חז”ל דערציילן אז רב עיליש איז אריינגעפאלן אין די הענט פון פאנגער’ס, אין די זעלבע תפיסה זענען אויך געזעסן די צוויי טעכטער פון רב נחמן וואס זענען נישט געווען אזוי ערליך ווי זייער פאטער. איינע פון די געפאנגענע דארט האט פארשטאנען די שפראך פון פייגל, שיחות עופות. איין טאג איז א עורב אנגעקומען און געקריקערט מיט א הויך קול, האט רב עילש געפרעגט זיין שכן וואס זאגט זי? האט ער געזאגט אז די עורב זאגט “עיליש ברח עיליש ברח” עיליש אנטלויף, עיליש אנטלויף. האט רב עיליש געזאגט די עורב איז א שקרן. און ער איז נישט אנטלאפן, א צייט שפעטער איז אנגעקומען די איידעלע יונה די טויבעלע און אנגעפנאגן צו ברימען און וויינען, האט דער געפאנגענער געזאגט פאר רב עיליש די יונה זאגט די זעלבע זאך עיליש אנטלויף, האט רב עיליש געזאגט וויבאלד כנסת ישראל איז צוגעגליכן צו א יונה, ממילא נעם איך אן אירע ווערטער אז גייט בקרוב געשעהן א נס, ער איז אנטלאפן און ניצל געווארן, דער אנדערע געפאנגענער האט אויך פראבירט צו אנטלויפן אבער ס’איז אים נישט געלונגען און ער איז געהארגעט געווארן.

עס איז פארהאנען אסאך מעשיות פון צדיקים ווי זיי האבן עוסק געווען בשיחות העופות. רבי יוסף יואל האלפערין פון סטעפאן דערציילט, איינמאל האט ער באגלייט דעם בעש”ט אויפן וועג, אינמיטן וועג האבן די בלעטער זיך געשאקעלט און פייגל געציפצעט, האט דער בעש”ט באפוילן אפצושטעלן די וואגן, און זיך צוגעהערט צו די שיחת עופות, נאך עטליכע מינוט האט ער געהייסן זיך צוריקדרייען ווייל מ’האט פארגעסן עפעס וויכטיג, ווייל אזוי האט ער געהערט די פייגל זאגן, רבי יוסף יואל איז געווען זיכער בייזוך אז מ’האט גארנישט פארגעסן, אבער צום סוף האט זיך אויסגעשטעלט ווי דער הייליגער בעש”ט האט געזאגט, אזוי אויך איז באקאנט אז מן השמים האט מען געוואלט מגלה זיין פאר הרה”ק רבי שלמה מקרלין זצוק”ל די שיחות העופות האט ער עס אפגעזאגט, זאגענדיג אז ער וויל נישט מקבל זיין קיין אומזיסטע מתנה, נאר דורך זיין אייגענע פלאג, וכך הוה ברבות הימים האט ער עס משיג געווען דורך זיין יגיעה.

גאר וואונדערליכע ווערטער שרייבט דער של"ה הק': די נביא זאגט אין ירמי' (ט ט): מעוף השמים ועד בהמה נדדו הלכו ביים חורבן הבית האבן די פייגלעך אוועקגעוואנדערט פון ירושלים עיה"ק, די סיבה דערפאר ערקלערט דער של"ה הק', עס איז א אינטערעסאנטע פאקט אז פויגלען דרייען זיך נאר אין די ערטער ווי מענטשן וואוינען, בעיקר די טויבעלעך און די רויב פייגעל, בדרך אגב הייסן די גרויע טויבען וואס דרייען זיך אין ניו יארק סיטי "אורבען פיג'ניס" שטאטישע טויבן, ווייל זיי דרייען זיך נאר אין די באוואוינטע שטאטישע געגענטער. וויבאלד פון די אויפגאבן פון די פייגלען איז צו מבשר זיין עתידות און דערציילן פארן מענטשהייט מה יולד יום, ועוף השמים יוליכו את הקול. ביים חורבן הבית ווען ירושלים איז געבליבן פארארעמט און ליידיג זענען די פויגל און בהמות אוועקגעוואנדערט.


עורב
מיר געפונען שוין אין פרשת נח, ווי נח האט זיך באניצט מיטן עורב און די יונה אלס שלוחים אויסצוגעפונען אויב די ערד איז שוין טריקן, ווי עס איז מבואר אין חז”ל די שמועס וואס נח האט געהאט מיטן עורב.
שוין בהתחלת הבריאה געפונען מיר שוין ווי דער עורב האט אן עצה געגעבן פאר אדם הראשון, ווי עס ווערט דעציילט אין ילקוט (רמז לח), ווען קין האט געהארגעט זיין ברידער הבל, זענען אדם און חוה געזיצן און געוויינט, און זיי האבן נישט געוויסט וואס מ’טוט מיט די קערפער פונעם נישט לעבעדיגן הבל. איז געקומען א עורב און געהארגעט איר חברט’ע, און זי האט געזאגט אני מלמד את האדם מה לעשות, איך וועל אויסלערנען דעם מענטש וואס מ’טוט, זי האט דאן אויפגעגראבן די ערד און באגראבן איר טויטע חבר’טע, אמר אדם כעורב הזה נעשה, מיר וועלן טוהן ווי דאס פייגל, און דאן האט אדם באגראבן הבל אין די ערד.
הקב”ה איז דאך נישט מקפח שכר כל בריה, כביכול איז נישט שולדיג געבליבן פארן עורב, וואס איז איר שכר? די עורבים זענען שווארצע פויגל, אבער ווען זיי געבורין די קינדער זענען ווערן זיי געבורין מיט א ווייסע קאליר. די מאמע זעהנדיג אז די פייגל איז אן אנדער קאליר ווי איר, טראכט זיך אז עס איז נישט איר קינד, און זי לאזט זיי איבער, די קליינע רויב פייגעלעך בלייבן איבער אן קיין שפייז געבער, זיי הייבן אויף זייער קול און שרייען און בעטן פאר עסן, דאס איז וואס דוד המלך זאגט אין תהילים (קמז) ולבני עורב אשר יקראו, פאר די רויב פייגל קינדער וואס רופן מיר ווייל זייער מאמע האט זיי איבערגעלאזט, הקב”ה הערט צו זייער געוויין, און דערמאנט זיך איבער די טובה וואס זייער זיידע דער ערשטע עורב האט געטוהן מיט אדם הראשון, און כביכול מאכט אזוי אז פון זייערע צואה ווערט באשאפן קליינע פליגן וואס קריכן אריין אין זייער מויל און אזוי שפייזן זיי זיך(עי’ כתובות מט, וברש”י על תהילים וברד”ק). צוליב דעם ווערט דער עורב אנגערופן אן אכזר ווייל עס לאזט איבער אירע קינדער, ווי חז”ל זאגן אין עירובין במי שמשים עצמו אכזרי על בניו ועל בני ביתו כעורב

ביי די פזמון אליהו הנביא וואס מ’זינגט מוצאי שבת דערמאנען מיר נאך א קאפיטל היסטאריע “איש כלכלהו העורבים ולא מת לשחת” די מעשה געפונען מיר אין נ”ך מלכים (א יז) ווי אליהו הנביא האט אפגעשטעלט די רעגן צוליב אחאב הרשע, אחאב האט אים געוואלט אומברענגען, האט ער זיך באהאלטן, הקב”ה האט אים צוגעשיקט עסן דורך די רויב פייגל, ווי לויט טייל מפרשים האט די עורב געברענגט די פלייש פון אחאב’ס טיש. ווי די מפרשים ערקלערן האט הקב”ה געוואלט צייגן פאר אליהו אז אפילו די עורב וואס איז אן אכזר אויף אירע קינדער ברענגט דיר צו עסן, אזוי אויך זאל אליהו נאכלאזן ווייל נישט נאר אחאב נאר די גאנצע וועלט האט געליטן פון דעם וואס איז נישט געווען קיין רעגן

אין זוהר הקדוש שטייט אז דער עורב איז די פקח שבעופות, דער עורב ווערט אויך אנגערופן די לץ שבעופות.

די יונה
אהה כלל ישראל נמשלה ליונה, יונתי תמתי. אין שיר השירים איז פיל די פסוקים איבער די יונה. חז”ל אין ב”ק (צג) לערנען אונז אין לך נרדף בעופות כתורים ובני יונה, נישט דא אזא גערודפט פייגל ווי דאס , טויבעלע, אזוי אויך כלל ישראל איז גערודפ’ט, ווי אויך לערנען חז”ל אין עירובין (ק) ארויס עריות מיונה ווי זי איז זייער אפגהיטן, די רמב”ן (ויקרא א יד) רופט אן די יונה קנאים. ווי לאזט די יונה שחט’ן זי שטרעקט אויס איר האלז, און ווארפט זיך נישט. אזוי אויך כלל ישראל לאזט זיך שחט’ן פאר קידוש השם

די שטודיע וואס איז א בפירושע חז”ל
פאר א יאר צוריק איז פובלעצירט געווארן א שטודיע וואס וועלט בארימטע חיות פארשער האבן אנדעקט, די אויסקום פון די פארשונג לויטעט אז די טויבעלעך האבן א חוש צו דערקענען צווישן פריינטליכע און פיינטליכע מענטשן, דאס הייסט זיי וועלן נאר עסן די ברעקלעך וואס מ’ווארפט זיי פון פריינטליכע מענטשן, אבער מענטשן וואס האסן די טויבעלעך פון זיי וועלן זיי נישט עסן. ווי די פארשער געבן אן איז די סיבה אז אזוי טוען די טויבעלעך זיך שפארן צייט צו זיכן עסן, זיי גייען נישט לעבן די וואס טרייבן זיי אוועק. אינמיטן די שטודיע האבן זיי געמיינט אז די פייגל דערקענט די מענטש דורך די קליידונג, האבן זיי ארומגעטוישט די אויבערמאנטלן, אבער די טויבעלך האבן זיך נישט טועה געווען זיי האבן דערקענט די אויפפירונג פונעם פריינט און פונעם פיינט, וואונדערליך.

אט די שטודיע איז א בפירושע חז”ל, די גמרא אין מס’ סוטה (לח:) ברענגט א מימרא פון רבי יהושע בן לוי: ואמר ר' יהושע בן לוי מנין שאפי' עופות מכירין בצרי העין שנאמר (משלי א, יז) כי חנם מזורה הרשת בעיני כל בעל כנף רש”י אויפן ארט: כך דרכם של ציידים לזרות חטים ושעורים ברשתם כדי שיבואו העופות לאכול ואלו צרי העין חנם מאבדין מזונות שזורין ברשתם בעיני כל בעל כנף שאף הן מכירין בהן ואין נהנין ממזונותיהן: - אין אידיש: די פייגלען דערקענען די קארגע מענטש, וויבאלד די סדר פון די וואס ווילן פאנגן פייגלן איז, אז זיי שפרייטן אויס ווייץ כדי די פייגלען זאלן קומען לעבן זייער נעץ און אזוי פאנגן זיי די פייגלען, אבער די פייגלען דערקענען די ווייץ פון די קארגע מענטשן, און זיי ווייסן אז די סיבה פארוואס זיי שפרייטן אויס איז כדי זיי צו פאנגן, דערוועגן עסן זיי נישט פון די פיינטליכע מענטשן נאר פון די פריינטליכע וואס געבן זיי געווענליך צו עסן אפילו ווען מ’וויל זיי נישט פאנגן. וואונדערליך. זעה מהרש”א אויפן ארט, ווי ער עקלערט אז הקב”ה איז מזמין די פרנסה און עסן פאר די טויבן און דערפאר איז ער זיי נישט מזמין ביי קארגע און צרי עין, וואס די פארשער זאגן אז זיי שפארן צייט צו זיכן זייער שפייז
די יעב”ץ אין מגדול עוז שרייבט, אז די יונים די טויבען דערקענען תבואה וואס איז געשניטן געווארן אין שבת קודש, און זיי עסן נישט דערפון. מיר געפונען שוין אין שיר השירים די פסוק עיניך יונים, ווי די מפרשים עקלערן טוט די יונה נישט קוקן נאר אויף איר בת זוג, דערוועגן האט זיך ריינע אויגן. נו, פארשטענדליך ווי אזוי די יונה קען מבחין זיין צווישן די צרי עין און צווישן די ווייץ וואס איז געשניטן געווארן שבת
להרחבת הדעת: מהושע ז’ משמע דיונים המה השוטים שבעופות, עי”ש בפסוק כיונה פותה אין לב, ומבארים שם המפרשים דהיונה הוא טיפש דהולך ואוכל וזרק את עצמה למלכודת, עי”ש בפי’ מהר”י קרא, ויש לעיין

איבער די חכמה פון טויבן מיט וואס מ’האט זיך באנוצט מיט זיי צו שיקן בריוון וועלן מיר אי”ה שרייבן אן אנדערס מאל.

עס טויג נישט אלץ צי וויסן
אין ספר שיח שרפי קודש ברענגט ער א מעשה, איינמאל האט דער הייליגער חידושי הרי”ם זי”ע מסכים געווען אויף א שידוך, אבער די רעביצין האט נישט מסכים געווען, זאגעניג אז די מחותנים זענען נישט לפי כבודה, זי האט דערציילט פאר איר מאן אז זי האט חוקר ודורש געוען איבער די מחותנים און זי איז געוואר געווארן זאכן, ממילא וויל זי נישט דעם שידוך. האט דער חידושי הרי”ם איר געזאגט “עס טויג נישט אלץ צי וויסען” און ערר האט איר פארציילט א מעשה: ס’איז געווען א מלמד א צדיק אין א דארף, ער פלעגט יעדע נאכט ארויסגיין נעבן די וועלדער און פעלדער. דער בעל הבית האט זייער געוואלט וויסן על מה זה ועל מה זה, האט ער געבעטן דעם מלמד זאל אים זאגן וואס ער טוט דארט, דער מלמד האט נישט געוואלט זאגן, נאך לאנגע מוטשענישן האט דער מלמד אים מגלה געווען אז ער איז עוסק בשיחות עופות, ער פארשטייט די שפראך וואס פייגל רעדן, און אזוי ווערט ער געוואר פארשידענס, האט אים דער בעה”ב געבעטן ער זאל אים אויך אויסלערנען שיחות עופות, האט דער מלמד אים געזאגט עס איז זייער שווער, מ’דארף דערפאר אסאך סיגופים און גלגול שלג וכדומה כדי צו דערגרייכן די חכמה. דער בעה”ב האט אלעס מקבל געווען, אבי צו דערגרייכן די חכמה, וכך הוה ער האט מיט די צייט פארשאטאנען די שמועסן פון די פייגלעך.

לימים איז דער בעה”ב געפארן צו אן אנדערע שטאט פאר מסחר, ער איז איינגעשטאנען אין א גאסט הויז, ויהי בחצי הלילה האט ער געכאפט א שפאציר, און ער באגעגענט אסאך פייגלעך, פארשטייענדיג וואס זיי רעדן האט ער זיך אפגעשטעלט, און ער האט געהערט ווי די פייגל זאגן אז ער גייט האבן א שריפה אין זיין הויז און ער וועט האבן גרויס שאדן, הערענדיג דאס איז ער שנעל אהיימגעפארן און געראטעוועט זיין גאנצע פארמעגן בעפאר עס איז פארברענט געווארן, אזוי איז געווען עטליכע מאל ווי ער האט דורך די שמועסן פון די פייגל זיך געראטעוועט פון שאדן און צער.

איינמאל האט ער געהערט ווי די פייגל שמועסן אז בקרוב גייט ער שטארבן ל”ע, ער איז געווארן זייער דערשראקן און געהאט גרויס צער דערפון, וויסענדיג אז ער קען גארנישט טון עס אפצוהאלטן, און ער גייט אט אט שטארבן. ער האט באגעגענט די מלמד דער צדיק וואס האט אים אויסגעלערנעט די שיחות עופות, און האט אים דערציילט איבער וואס די פייגל האבן גערעדט און זיין צער וואס ער האט. האט אים דער מלמד געזאגט די האסט מיר געבעטן אז איך זאל דיר עס אויסלערנען, וויסן זאלסטו, אויב וואלסטו ווען נישט פארשטאנען די שפראך פון די פייגל און די וואלסט געהאט די אלע שאדן אויף דיין פארמעגן, ווארום וואלסט נישט געוויסט זיי צו ראטעווען, דאן וואלסטו מיט די צער אפגעקומען, און עס וואלט מכפר געווען אויף די מיתה יונגערהייט. אבער וויבאלד די האסט דיר געראטעוועט פון די שאדנ’ס, מיסטו שטארבן יונג רח”ל. און אזוי איז טאקע געשעהן. האט דער חידושי הרי”ם פארענדיגט די מעשה “עס טויג נישט אלץ צו וויסען”

א מוראדיגע מעשה

אין א געגענט ערגעץ ווי אין ניו יארק, עס איז אין די פריע טאג שעה’ן, א פרוי הערט א פייגל קלאפן ביי איר פענסטער אין די שלאף צימער, די ערשטע טאג האט זי נישט געטראכט אז עס מיינט עפעס. למחר, צומארגנ’ס וחזר חלילה, דאס פייגל איז נאכאמאל ביים פענסטער , דאן האט זי זיך נאכנישט אלס איבערצייגט אז עס מיינט עפעס, נאך עטליכע טעג זיך איבערחזר’ן די זעלבע סצענע האט זי אנגעפאנגן טראכטן אז ס’מיינט עפעס. זי האט דערציילט איר זארג פאר א שכינה וואס וואוינט דערנעבן, די קומענדיגע צופרי האט די שכינה געזעהן די פייגל מיט א שיינע און ליכטיגע קאליר טוט מיט אירע פליגלען קלאפן אויפן פענסטער. אינמיטן די צייט איז די פרוי געפאהרן אויף וויקאציע. און וואונדער איבער וואונדער, כאילו די פייגל זאל מיטהאלטן די סקעדזושעל פונעם פרוי, די טעג וואס די פרוי האט זיך געפונען אויף וויקאציע איז דאס פייגל נישט געקומען. אבער די טאג וואס זי איז אהיימגעקומען איז דאס פייגל צוריקגעקומען, און זיך געשטעלט ביי די פענסטער פונעם שלאף צימער און געפלאטערט מיט אירע פליגלען און זיך ווי געבעטן העעללףף מיר. א אינטערעסאנטע פאקט האט די פרוי באמערקט, אז איין צופרי ווען זי אויפגעשטאנען פריער ווי געווענליך און זיך געפונען אין קיך, האט די פייגל געטוישט איר רוטין און געקומען צום פענסטער אינעם קיך צימער. דא איז שוין די פרוי זייער דערשראקן געווארן, וועלכע נשמה קומט צו מיר, און פאלגט מיר נאך טריט ביי טריט? איר מאן האט זיך פארבינדען מיט א גדול בישראל, דער גדול האט אויסגעפרעגט די קאליר פונעם פייגל אד”ג, ער האט דאן געזאגט אז יש דברים בגוי, עס איז א נשמה וואס בעט א תיקון, עס מיז זיין א ריינע נשמה, ווייל נאר ריינע האבן די זכות צו קומען אין די געשטעל פון טהור’ע פייגל. דער גדול האט געפרעגט אויב א נאנטע אדער פריינט איז אוועק אין די לעצטע צייט, יא יא, האט די פרוי געזאגט א נאנטע קרוב משפחה איז ארויף בעולם האמת עטליכע וואכן בעפאר די פייגל האט אנגעפאנגן צו קומען. דער גדול האט דאן געפרעגט אויב זי איז שולדיג געבליבן פאר איר עפעס געלט, נאך עטליכע שעה האט זיך די פרוי דערמאנט אז די נפטרת עליה השלום האט פאר יארן צוריק עפעס באשטעלט פון איר, און צוליב דעם וואס די מאס איז נישט געווען צוגעפאסט פון די חפץ, האט זי באשטעלט א נייע, אבער צוליב די מלאך וואס איז פאראנטווארנטליך אויף שכחה האט זי פארגעסן צוריקצוגעבן די חפץ, האט דער גדול געהייסן אז מ’זאל לייגן א צעטל ביי די פענסטער ווי מ’זאל ארויסשרייבן די נאמען פלונית בת פלונית איך בין דיר מוחל די חוב. די קומענדיגע אינדערפרי איז דאס פייגל געקומען אין איר באשטימטע צייט, זי האט מיר אירע אויגן אפגעליינט דאס צעטל, און צוריקגעפלויגן צו איר אייביגע רוה, צוריק צו די טויערן פון גן עדן, תהא נשמתה צרורה בצרור החיים. און זי איז מער נישט צוריקגעקומען באקומענדיג איר תיקון. אני הקטן איז באקאנט מיט די משפחה פון די פרוי, זי איז ליידער אוועק יונגערהייט, אבער זי האט איבערגעלאזט א בית נאמן בישראל חשובע קינדער בני תורה וואס זענען מעלה איר נשמה יעדן טאג מיט זייערע מעשים טובים.
די מוסר השכל פון די מוראדיגע מעשה איז ווי אויבן איז מען זייער מקפיד בין אדם לחבירו, די נשמה האט נישט קיין רוה ווען מ’בלייבט שולדיג אפילו א פרוטה, ווער רעדט נאך ווען מ’איז מצער איינעם חלילה, עס דארף דאך אנכאפן א ציטער ווי גארנישט ווערט נישט פארגעסן דארט אויבן, טייערע ברידער און שוועסטער יש תקוה ווילאנג מיר געפונען זיך דא אויף די עולם השפל אפשר לתקן קענען מיר פאררעכטן.
דא קענט איר ליינען די וויסענשאפטליכע באריכט איבער די מעגליכקייט פון די טויבן צו דערקענען צווישן א פריינט און א פיינט
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא

חכם צבי
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 22, 2012 4:52 pm

תגובהדורך חכם צבי » זונטאג מאי 06, 2012 3:49 pm

געוולאדיג שיין
יישר כח הרב תלמודלערנער

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג מאי 06, 2012 6:18 pm

די מענטשליכער אויסדריק
"ער איז יענס פויגל"
"עס איז נישט אזוי פויגל'דיג"
"ער האט פייגעלעך אין קאפ"
וכדומה האט אן ערקלערונג?
_____________
בכלל האט אן פאפוגיי א אנדערע שפראך אויסער מיך נאכצוזאגן?
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11860
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג מאי 06, 2012 9:16 pm

זייער אינטערעסאנט און באלערענד. יישר כח.

--

די מהרש"א אויפן פלאץ איז גראדע נישט אזוי צופרידן מיט די גאנג אז די פייגל פארשטייען מיט שכל ווער די צרי עין זענען. ער ברענגט דארט א צווייטע פשט אז די סדר פון די פאנגערס זענען ארפאצולייגן עסן א שטיק צייט בעפאר זיי פלאנען די פאנג, אזוי אז די פייגלעך זאלן זיין געוואוינט זיך צו דרייען דארט און דערנאך פאנגט זיך גרינגער. זאגט די מהרש"א אז די צרי עין לייגן נישט גענוג עסן פאר זיי אין די טעג בעפאר די פאנג און די פייגל שפירן אז דער מיינט נישט קיין גוטס.

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » זונטאג מאי 06, 2012 9:51 pm

יישר כח, האמיר דאס שוין געליינט שבת אינעם גליון, מיר האבן זייער הנאה געהאט דערפון.

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

תגובהדורך תלמודלערנער » דינסטאג מאי 15, 2012 11:31 pm

דערציילט מיר איינער איבער א פאסירונג וואס האלט זיך נאך אימיטן אנטוויקלן. איבער א פייגל וואס קומט די לעצטע צוויי וואכן צו א פענסטער אויפן זעלבע ארט, ס׳קוויטשעט, די פארפאלק האט שוין פראבירט צו לייגן צעטליך און שרייבן אז זיי זענען מוחל די נשמה, בידערווייל אן ערפאלג. ווי עס האלט יעצט האט די מאן איו די ווייב געלייגט עקסטערע צעטליך, ויהי לפלא אז די פייגל האט צעפליקט די מאנ׳ס צעטיל, אבער די ווייב׳ס האט עס נישט אנגערירט.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מאי 16, 2012 2:09 am

שיין שיין הערליך הרב תלמוד
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך מאי 16, 2012 3:18 pm

שטארק הנאה געהאט, געליינט אינם גליון...

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

תגובהדורך תלמודלערנער » מיטוואך מאי 16, 2012 4:12 pm

ווינקל האט געשריבן:שטארק הנאה געהאט, געליינט אינם גליון...


א דאנק פאר דיין חיזוק ווערטער וואס האסט מיר געגעבן פערזענליך אין...
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך מאי 16, 2012 4:13 pm

מיי פלעזשור.

פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 11:36 am

תגובהדורך פאר דוקא » מיטוואך מאי 16, 2012 4:16 pm

ווינקל האט געשריבן:שטארק הנאה געהאט, געליינט אינם גליון...

which gilyen is it seems to be a wonderful work

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

תגובהדורך תלמודלערנער » מיטוואך מאי 16, 2012 4:51 pm

פאר דוקא האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:שטארק הנאה געהאט, געליינט אינם גליון...

which gilyen is it seems to be a wonderful work


in a private massage I can tell you
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא

אוועטאר
בדיל ויעבור
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 24, 2011 3:39 pm
לאקאציע: במקום הנ"ל
פארבינד זיך:

תגובהדורך בדיל ויעבור » פרייטאג מאי 18, 2012 12:21 am

נו, סאיז דא עפעס נייעס מיט יענעם פייגל?
הק' בדיל ויעבור

yoy
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » מיטוואך מאי 15, 2019 1:51 pm

לעצט פאראכטן דורך yoy אום מיטוואך מאי 15, 2019 1:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

yoy
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

היינט מיט די טעכנאלאגיע איז דא א וועג צו וויסן עפעס שיחת חיות ועופות

תגובהדורך yoy » מיטוואך מאי 15, 2019 1:53 pm

איך ווונדער זיך אלעמאל, אין די היינטיגע טעג, מיט די טעכנאלאגיע,

איז נישטא קיין וועג צו וויסן עפעס (שיחת חיות ועופות), וואס די חיות שמועסן?

איך טראַכט "דער הונט",
מע לעבט מיט אים טעגלעך,
הינט ווייסן וואָס מען רעדן צו זיי,
זיי ווייסן אפילו אויב עס איז דא דרוגס אדער באמבס


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט