לייגן תפילין נאכן זמן ערב שבת

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4948
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 12:35 pm

איטשע האט געשריבן:נישט טוען קיין מלאכה נאכ׳ן שקיעה, אלס די חומרא פון שיטת הגאונים לפי דעת מהר״ם אלשקאר, איז קלאר נישט קיין קבלת שבת.
נאך קבלת שבת, טאר מען נישט דאווענען מנחה.
אנטוען תפילין איז נישט קיין שום מלאכה.
וויבאלד מען האט נישט מקבל שבת געווען, איז עס אויך נישט קיין זלזול באות שבת.

און אויב איינער האט יא מקבל שבת געווען זיכער זאל ער זיך מתיר נדר זיין.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 9:00 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:האסט נישט מדייק געווען...
ווער ווייסט דען נישט פון קידוש מיט עסן. איך רעד פון עשיית מלאכה, ענטפערסטו ס'איז נישט קיין מלאכה אקעי. פארוואס לפי זה הייסט עס לשי' כמה פוסקים ט"ז מג"א עיין במשנה ברורה דהוי כלי שמלאכתו לאיסור?

איך האלט נישט אנדערש, איך בין נאר דן אויף דיינע צדדים

ווען איינער עסט יום כיפור איז מען עובר אויף כל מלאכה לא תעשו בעצם היום הזה? אדער נאר אויף ועניתם את נפשותיכם? איך פרעג ווייל עסן יום כיפור פאר א גדול איז מוקצה,
נאך א דוגמה בלאזן שופר שבת [נישט ראש השנה] איז א מלאכה אדער חכמה ואינו מלאכה? אבער א שופר איז נאך אלץ מוקצה שטימט?

יעצט לאמיר לערנען א שטיקעל רמ"א
כלי שמלאכתו להיתר מותר לטלטלו אפילו אינו אלא לצורך הכלי שמא ישבר או יגנב אבל שלא לצורך כלל אסור לטלטלה. כתבי הקודש ואוכלין מותר לטלטלם אפילו שלא לצורך כלל:

הגה: ותפלין אין לטלטלם כי אם לצורך (תרומת הדשן ועיין בבית יוסף). ושופר אסור לטלטלו כי אם לצורך גופו או מקומו

תפילין האט א מלאכה פינקט ווי א כלי שמלאכתו להיתר, נאר נישט ווי אוכלין וכתבי קודש וואס מען מעג מטלטל זיין שלא לצורך כלל

, יעצט לאמיר לערנען די מג"א וועסטו זעהן זייער קלאר,

משמע דתפילין אפי' שלא לצורך גופו כלל שרי לטלטלו אלא דלא הוי ככתבי קדש דשרי לטלטלו שלא לצורך כלל אבל תפילין שרי ולא הוי ככלי שמלאכתו לאיסור דשבת א"צ אות אבל אם ירצה להניחם אין איסור בדבר כמ"ש התו' ספ"ק די"ט תימא דבסי' ל"א פסק כהזוהר דהמניח תפילין בח"ה חייב מיתה כ"ש בשבת, וגם התוס' בשבת דף ס' משמע דס"ל דאסור להניח תפילין אלא דס"ל כלי שמלאכתו לאיסור מותר לשלחו וכמ"ש סי' תקי"ו ע"ש דאל"כ לדידיה למה אין מניחין תפילין בשבת ומה שדייק הב"ח מדקתני לא יצא בתפילין מכלל דבבית שרי ובתו' מנחות דף ל"ו שכתבו שם דלמ"ד שבת לאו זמן תפילין אפי' בבית אסור וכ"כ המרדכי ה' תפילין ויש ליישב דה"ק דכיון דלאו זמן תפילין הוא לא מחייב למשמש בהן וחיישי' שמא יצא לר"ה ועיין בסנהדרין ריש דף ס"ח.

חכם.. דאס איז דאך לויט די אנדערע דעה אז ס'איז נישט קיין איסור ובמילא נישט קיין מלאכתו לאיסור

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4948
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 10:49 pm

איך האב געוואלט ווייזען אז מען רעדט נישט ון קיין מלאכה ווייל סתמה דרמ"א נעמט שרייבט קלאר אז עס איז נישט מוקצה,

אין הכי נמי אז אונז נעמען מיר אונז אן [די מג"א טו"ז] לכתחילה אז מען טאר נישט אנטוען קיין תפילין אלץ גזירה שמא ישכח ויצא בהן לרשות הרבים, נאר בשעת הדחק [משנה ברורה] פארלאזט מען זיך אויף די ערשטע שיטה,

אבער ס"ה זעהט מען פון די שמיעס אז מען בכלל נישט פון קיין מלאכה, פינקט ווי תקיעות שופר איז נישט קיין מלאכה.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 12:15 am

לשיטתך מיינט א מלאכה נאר א מלאכה דאורייתא. די אלע גזירה דרבנן'ס שמא ישכח נישט?

סתם אויף אידיש זאגט מען די מלאכה איז אסור
און וויאזוי טייטשט מען כלי שמלאכתו לאיסור. אז די כלי איז זיין מלאכה לאיסור

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4948
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 11:44 am

בראשית ברא האט געשריבן:לשיטתך מיינט א מלאכה נאר א מלאכה דאורייתא. די אלע גזירה דרבנן'ס שמא ישכח נישט?

סתם אויף אידיש זאגט מען די מלאכה איז אסור
און וויאזוי טייטשט מען כלי שמלאכתו לאיסור. אז די כלי איז זיין מלאכה לאיסור


דו דריקסט דיר זייער נישט גוט אויס דיין שאלה, אויב מלאכה מיינט יא וואס? און נישט וואס? זיי מסביר דיין שאלה?

אויב דו מיינסט צופרעגן צו לפי מנהגינו אז מען טוט נישט קיין מלאכה בידים נאכן שקיעת הגאונים,
צו מען טוט א מלאכה דרבנן פארן שקיעה דרבינו תם, רוב מאל א מלאכה בידים טוט מען נישט,
גזירות דרבנן ווי, הטמנה בדבר המעמד הבל, אמירה לעכו"ם, ערובי תבשילין, וואס מען מעג בין השמשות מעג מען זיכער טוען.
אבער אפילו מער ווי דעם, ווי עסן פאר קידוש וכד', עריבי תחומין, הפרשת חלה, שהיה כשלא בישול כמאכל בן דרוסאי, טראגן אין א כרמלות דרבנן וכדו, טוט מען געהעריג, אפגערעדט ווי קנסנען שלא ליהנות אויב מען האט עובר געווען בטעות וכדו',

אויב רעסטו פון הלכות כלי שמלאכתו לאיסור, מטלטל זיין לצורך הכלי שלא ישבר, שרייבט די פרי מגדים קלאר ארויס אז מען רעדט אפילו אן איסור דרבנן ווי די רמ"א שרייבט אויף שופר.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

להודות
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 2:08 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן: שהיה כשלא בישול כמאכל בן דרוסאי

איז א מלאכה דאורייתא

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1719
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 3:14 pm

עמיר גיין לייגן רבינו תאמס.

nmi
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 3:42 pm

אדער יא האט געשריבן:עמיר גיין לייגן רבינו תאמס.

גא"מ

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4948
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 6:13 pm

להודות האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן: שהיה כשלא בישול כמאכל בן דרוסאי

איז א מלאכה דאורייתא

איך רעדט נישט ארויף לייגן אויפן פלאם נאכן זמן הגאונים ווייל דאס רופט מען בישול נישט שהיה,
מען רעדט מען לייגט עס ארויף אויפן זמן חי למשל ביים ערשטען בעל,וואס דאן ביים זמן גייט עס זיין כמאכל בן דרוסאי, דאס מיינט שהיה און פון דעם רעדט מען אין סימן רנ"ג און דאס איז מען נישט מחמיר צום גאונים.
.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תפילין אחר השקיעה

תגובהדורך רוח נכאה » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 8:32 am

די מגן אברהם פסקנ'ט אז זמן קרי"ש, ציצית, תפילין אין פין עלות השחר, והוא הדין עד צאת הכוכבים. הגה"צ ר' טוביה ווייס שליט"א גאב"ד עדה החרדית, האט מיר געזאגט אז מן קען זיך פארלאזן אויף די מגן אברהם וכן הי' נהוג.

metsboy
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

תגובהדורך metsboy » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 10:33 am

א זיידיגע שאלה, אויב מען האלט שיטת ר"ת. ביז ווען קען מען טוען עיבדי דחול ער" ש

איטשע
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 11:56 am

metsboy האט געשריבן:א זיידיגע שאלה, אויב מען האלט שיטת ר"ת. ביז ווען קען מען טוען עיבדי דחול ער" ש

אינדערהיים אין גאליציא האט מען געטוען ביז אומגעפער א האלבע שעה נאכ׳ן זמן.
כהיום, ווענדט זיך ווי מען דרייט זיך, ביי די גאליציאנע קהלות ווי אין באבוב אדער קלויזנבורג, טוט מען נאך מלאכות נאכ׳ן שקיעה, ווי קומען מיט׳ן קאר אין בית המדרש, זיך זייפן און שויערן, וה״״ה לגבי טהרה שאלות, ביז אומגעפער 20 מינוט נאכ׳ן שקיעה.

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 5:06 pm

הגה"ק מקאמארנא זי"ע פסקנ'ט אז ביז א האלבע שעה נאכ'ן שקיעה מעג מען מאכ'ן א מלאכה, ועכ"ז זאגט ער לא יהא חלקי עמהם אין עס כדאי מקבל שבת זיין פין פלג המנחה ולכל הפחות פין קודם שקיעת החמה, הגאון ר' משה פיינשטיין זצ"ל שרייבט אז אין גאליציע איז די שקיעה לענגער, אין דאהי אין אמעריקא דארף מען נזהר זיין נישט מאכן א נלאכה נאכן שקיעה, אבער כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר זי"ע פלעגט נאכן נלאכות עד חצי שעה אחר השקיעה, כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצ"ל כמו"כ,

metsboy
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

תגובהדורך metsboy » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 9:05 pm

איז דא ערגעץ ווי עס שטייט דאס אז מען קען טוהן א האלבע שעה נאך שקיעה?


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: zugurnish און 10 געסט