זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג פאברואר 20, 2018 3:21 pm

פון דא
נעכטן אויף קול מבשר 114 ברענגט דרעזנער ארויף הרב הגאון ר' פינחס ווינד שליט"א בעל ברית פנחס איבער די פרישע אויפוואכונג אין הלכות ריבית וואס איז לעצטענס אנשטאנען.

די אינטערוויא איז זייער זייער אינטערסאנט. ער ברענגט ארויס קלאר די פילצאליגע חששות אין ריבית וואס אונז פאלן אריין טאג טעגליך. עס איז עס איז כדאי אויסצוהערן.
כ'על דא צורבענגן אפאר שאלות וואס ער שמועסט דארט אויס.

1) עס זענען פארהאנען מערערע בענק אין ב"פ וואס געהערן צו יודען, און מ'טאר זיי נישט צאלן קיין אינטרעסט, און אויך נישט נעמען ביי זיי קיין פראצענטן.
2) א געשעפט וואס פראקלאמירט אז איינער וואס באצלאט אויפ'ן פלאץ צאלט ביליגער ווי דער וואס צאלט שפעטער.
3) א בחור אין ארץ ישראל בארגט 100 דאללער פון איינעם, וויפיל מעג ער באצאלן (די פרייז פון די שקל ₪ קען שוין האבן זיך געטוישט)?.
4) איינער וואס קויפט א הויז (מיט א מארגעטש) אויף א צווייטען'ס נאמען קען נישט געבן די אינטרעסט.

עס איז גאר וויכטיג אז מ'זאל אויסלערנען קינדער, בחורים און מיידלעך, יעדער ריר איז ערענסטע שאלות פון דאורייתא.

עס איז דא א נייע נאמבער ווי מ'קען רופן דא אין אמעריקא אנצופרעגן שאלות אין בית הוראה לעניני ריבית 718-841-8888

ער מעורר א עצה אויף להבא, איז אז ערב פסח ווען מ'פארקויפט די חמץ ביים רב זאל מען אויך אינערשרייבן א היתר עיסקא (כללי).

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2209
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג פאברואר 20, 2018 3:52 pm

אלע פיר איז דא פשוטע וועגן זיך א עיצה צו געבן. מ'דארף עס נאר אויסארבייטן.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » דינסטאג פאברואר 20, 2018 5:38 pm

א דאנק אייך שטאלצער, עמירעס גיין אויסהערן

שאלה פיר איז די גרעסטע פראבלעם ווייל עס איז א דאורייתא, אין נאר היתר עיסקא קען העלפן.
שאלה צוויי איז די גרינגסטע, אין די פראבלעם מאכט זיך אסאך פארקערט אויכט, יעדע מקוה איד וואס בעט א ביליגער פרייז פאר ווער עס באצאלט אנהייב חודש ווי דער וואס באצאלט אין צייט. (פסיקה)
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג פאברואר 20, 2018 5:43 pm

אויף שאלה 4 העלפט היתר עיסקא נאר אויב די שוויות פון די הויז גייט ארויף יעדעס יאר דאפלט אזויפיל וויפיל די אינטרעסט וואס ער צאלט פאר זיין חבר, אזוי איז מבואר בספר 'היתר עסקא כהלכתו פון הרב פנחס וינד שליט"א

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » דינסטאג פאברואר 20, 2018 5:43 pm

נומ 4 איז א שאלה, אפי' אויב איינער איז נאר א קא סיינער דארף מען עס איבעארשמועסן מיט א דיין.

צו די קעפל אוב מיר זענען אויסגעהאלטען? זיכער ישראל קדושים הן, אפשר דארף מען א זירוז אדער אן התעוררת

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג פאברואר 20, 2018 5:46 pm

טשעירמאן האט געשריבן:נומ 4 איז א שאלה, אפי' אויב איינער איז נאר א קא סיינער דארף מען עס איבעארשמועסן מיט א דיין.

צו די קעפל אוב מיר זענען אויסגעהאלטען? זיכער ישראל קדושים הן, אפשר דארף מען א זירוז אדער אן התעוררת

בכלל נישט זיכער!
ריבית קען מען מיט א קלייניגקייט ווערן נכשל, בפרט אז מען קען נישט די יסודי ההלכות

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2209
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג פאברואר 20, 2018 5:51 pm

יהיה כן האט געשריבן:אויף שאלה 4 העלפט היתר עיסקא נאר אויב די שוויות פון די הויז גייט ארויף יעדעס יאר דאפלט אזויפיל וויפיל די אינטרעסט וואס ער צאלט פאר זיין חבר, אזוי איז מבואר בספר 'היתר עסקא כהלכתו פון הרב פנחס וינד שליט"א

לאו דוקא.


איך קען דיר געבן עטליגע אופנים עס אויסצוארבייטען אן דעם.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12149
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג פאברואר 20, 2018 6:13 pm

א הסכם ציווישען מיינס א ידיד און זיין זון אויף א קאנסטראקשון לאון
דוכט זיך אז בנוגע דעם REGULAR MORTGAGE איז אויך כעין זה
אז מיט דעם חלק פון PRINCIPAL וואס ער צאלט ער פאר די באנק קויפט ער אפ פון טאטען א שטיקעל ריעל עסטעיט
דער חלק אינטערעסט פון PAYMENT איז שכירות אויף טאטענ'ס חלק
5.jpg
5.jpg (396.98 KiB) געזעהן 1045 מאל

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » דינסטאג פאברואר 20, 2018 8:12 pm

יאצמעך האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:אויף שאלה 4 העלפט היתר עיסקא נאר אויב די שוויות פון די הויז גייט ארויף יעדעס יאר דאפלט אזויפיל וויפיל די אינטרעסט וואס ער צאלט פאר זיין חבר, אזוי איז מבואר בספר 'היתר עסקא כהלכתו פון הרב פנחס וינד שליט"א

לאו דוקא.


איך קען דיר געבן עטליגע אופנים עס אויסצוארבייטען אן דעם.

נא, שעם דיר נישט, הייב אן צו ווארפן אביסל לומדות.
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1814
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג פאברואר 20, 2018 9:42 pm

די פראבלעים איז אז אסאך גיטע מורה הוראות קענען נישט הלכות רבית, צוליב וואס עס איז זייער א שווערע לימוד. עס איז אפשר א גוזמא און אפשר נישט אז עס איז די בלויז דיינים יחידים וואס זענען גיט אויסגעקאכט אין הלכות רבית.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
געשיקטער
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » דינסטאג פאברואר 20, 2018 10:05 pm

הרב ווינד שליט"א האט נישט דערמאנט די פראבלעמען מיט קרעדיט קארדס?
אדער אפשר האסט די פארגעסען

1) ווען מען ניצט יענעם'ס קארטעל כאילו עס איז זיינס (א קינד וכדומה)
ווער איז דער לוה ? די באנק בארגט פאר וועם? אז דער ניצער צאלט דעם אינטערעסט
צאלט ער נישט פאר דעם CARDHOLDER ?

2) מען קויפט אויף יענעם'ס חשבון אין מען לאזט איבער א באלאנס נאך דעם DUE DATE
און עס זאמעלט זיך אינטערעסט איז דאס אן ערנסטע שאלה
עס קומט מיר נישט קיין מזל טוב צום ווערען א שר מאה ??

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך פאברואר 21, 2018 12:11 am

געשיקטער, איך מיין אז ער האט נישט דערמאנט וועגן ניצן א צוייטענ'ס קרעדיט קארד.

עס מיר אינטערסאנט אז קיינער דא האט נישט אנגערירט די ערשטע נקודה. די רב שרייט אז אויף 13 עוועניא זענען דא אזויפיל בענק און קיין איינס פון זיי האבן נישט קיין הכשר. פארוואס איז נישטא קיין רשימות וועלכע בענק זענען גוי'שע אדער האבן היתר עיסקא, און וועלכע טאר מיט זיי נישט האנדלן (אן א געהעריגע היתר עיסקא)?

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מיטוואך פאברואר 21, 2018 3:12 am

אויבער-חכם האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:אויף שאלה 4 העלפט היתר עיסקא נאר אויב די שוויות פון די הויז גייט ארויף יעדעס יאר דאפלט אזויפיל וויפיל די אינטרעסט וואס ער צאלט פאר זיין חבר, אזוי איז מבואר בספר 'היתר עסקא כהלכתו פון הרב פנחס וינד שליט"א

לאו דוקא.


איך קען דיר געבן עטליגע אופנים עס אויסצוארבייטען אן דעם.

נא, שעם דיר נישט, הייב אן צו ווארפן אביסל לומדות.

יאצמעך האט געשריבן:אלע פיר איז דא פשוטע וועגן זיך א עיצה צו געבן. מ'דארף עס נאר אויסארבייטן.

וואס זענען די פשוטע וועגן?

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » מיטוואך פאברואר 21, 2018 8:19 am

געשיקטער האט געשריבן:הרב ווינד שליט"א האט נישט דערמאנט די פראבלעמען מיט קרעדיט קארדס?
אדער אפשר האסט די פארגעסען

1) ווען מען ניצט יענעם'ס קארטעל כאילו עס איז זיינס (א קינד וכדומה)
ווער איז דער לוה ? די באנק בארגט פאר וועם? אז דער ניצער צאלט דעם אינטערעסט
צאלט ער נישט פאר דעם CARDHOLDER ?

2) מען קויפט אויף יענעם'ס חשבון אין מען לאזט איבער א באלאנס נאך דעם DUE DATE
און עס זאמעלט זיך אינטערעסט איז דאס אן ערנסטע שאלה

די פראבלעם מיט ניצן א צווייטענס קרעדיט קארד איז אפילו אויב מ׳פלאנט עס באצאלן פארן דאָי דעיט,
וויבאלט די ווייסט אז אויב די וועסט באצאלן נאכן צייט גייסטו באצאלן אינטרעס, איז עס לכאורה ריבית קצוצה וואס איז אסור משעת הלוואה.
חוץ אויב מ׳נעמט זיך קלאר אויס אז אפילו אויב מ׳גייט באצאלן נאכן דאָי דעיט גייט די חוה נישט באצאלן די אינטרעס.
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

הענדימען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך פאברואר 21, 2018 9:03 am

געהערט אמאל אז סאטמארער רבי האט גענומען א מארטגעדזש פון דויטשע באנק ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין איין אידישע שעירהאלדער
כ'ווייס נישט אלעס

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

קול קורא

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג מארטש 13, 2018 9:26 pm

Capture.PNG
Capture.PNG (609.39 KiB) געזעהן 650 מאל

פראהביטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » דינסטאג מארטש 13, 2018 9:35 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:
Capture.PNG

וואס שרייבט ער ווועגן געז אין לעקטריק?
ווי איז שייך ריבית

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12149
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג מארטש 13, 2018 10:04 pm

פראהביטש האט געשריבן:וואס שרייבט ער ווועגן געז אין לעקטריק?
ווי איז שייך ריבית

זעהט אויס אז די א"י דיגע פירמעס רעכענען אינטערעסט ווען מען באצאלט שפעט אזוי ווי CON ED דא

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג מארטש 13, 2018 11:23 pm

מען איז עובר אויף ריבית אפילו אויב בפועל צאלט מען נישט קיין אינטרעסט [מען באצאלט אין צייט] ווייל דאס גופא אז מען איז מסכים צו די קאמפאני'ס פאליסי צו צאלן אינטרעסט און לעיט פעימענט פי'ס, איז מען עובר תיכף ומיד אויף א איסור ריבית

לעזער פ.
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 2:58 pm

תגובהדורך לעזער פ. » מיטוואך מארטש 14, 2018 10:38 am

ווי קען מען טרעפן א היתר עיסקא כללי

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך מארטש 14, 2018 11:22 am

לעזער פ. האט געשריבן:ווי קען מען טרעפן א היתר עיסקא כללי

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... SjGoqoRLdM
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מיטוואך מארטש 14, 2018 11:27 am

יהיה כן האט געשריבן:מען איז עובר אויף ריבית אפילו אויב בפועל צאלט מען נישט קיין אינטרעסט [מען באצאלט אין צייט] ווייל דאס גופא אז מען איז מסכים צו די קאמפאני'ס פאליסי צו צאלן אינטרעסט און לעיט פעימענט פי'ס, איז מען עובר תיכף ומיד אויף א איסור ריבית

כ'געדענק שוין נישט די גדרים אבער ס'איז דא אין שו"ע א היתר פון בעטן קנס פארן צאלן שפעט
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך מארטש 14, 2018 11:28 am

חלהדעקל האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:מען איז עובר אויף ריבית אפילו אויב בפועל צאלט מען נישט קיין אינטרעסט [מען באצאלט אין צייט] ווייל דאס גופא אז מען איז מסכים צו די קאמפאני'ס פאליסי צו צאלן אינטרעסט און לעיט פעימענט פי'ס, איז מען עובר תיכף ומיד אויף א איסור ריבית

כ'געדענק שוין נישט די גדרים אבער ס'איז דא אין שו"ע א היתר פון בעטן קנס פארן צאלן שפעט

דו רעדסט פון לעיט פי, אויף אינטערעסט איז דאכט זיך מיר נישט פארהאן קיין היתר.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מיטוואך מארטש 14, 2018 11:46 am

גערעכט
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2209
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך מארטש 14, 2018 12:02 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
חלהדעקל האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:מען איז עובר אויף ריבית אפילו אויב בפועל צאלט מען נישט קיין אינטרעסט [מען באצאלט אין צייט] ווייל דאס גופא אז מען איז מסכים צו די קאמפאני'ס פאליסי צו צאלן אינטרעסט און לעיט פעימענט פי'ס, איז מען עובר תיכף ומיד אויף א איסור ריבית

כ'געדענק שוין נישט די גדרים אבער ס'איז דא אין שו"ע א היתר פון בעטן קנס פארן צאלן שפעט

דו רעדסט פון לעיט פי, אויף אינטערעסט איז דאכט זיך מיר נישט פארהאן קיין היתר.

נאר א סעט פי, און נאר איינמאל פאר יעדע פעימענט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט