Advertisement

הפוך בה דכולה בה
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:30 pm

שאינו יודע האט געשריבן:שיין

געטראכט ביי הלל

המשפילי לראות בשמים ובארץ

אז בעצם איז דאך השי"ת אזוי גרויס אז אפילו די מלאכים ב"שמים" זענען דאך אויך אויף א קלענערע מדריגה, און אז זיי זענען מודה אז השי"ת איז משגיח בעליונים איז שוין נסתר טענותיהם אז אין כבודו להשגיח בתחתונים כמבואר בספרים, וועגן דעם זאגט מען אז השי"ת איז משפילי לראות סיי בשמים און סיי בארץ

והבן

דעיס איז א באקאנט ווארט

Advertisement

שבת מאי 02, 2015 11:42 pm

יישר שאינו, שטימט פיין,
(רינגט א בעלל אין מיין זכרון ערגעץ).


----
אתה חונן לאדם דעת, פארוואס מאכט אזא הקדמה בעפאר די בקשה פון חננו מאתך, אלע ברכות הייבן זיך אן גלייך מיט בקשות. וואס איז דא אנדערש?

זונטאג מאי 03, 2015 12:19 am

וואס איז די ריכטיגע טייטש פון ''ברוך'' ? סתם אזוי טייטש מען ''געלויבט'' כהאב געהערט אז סנישט ריכטיג נאר ברוך טייטש געבענטש
למעשה זאגט מען עס דריי מאל ווי די כוונה איז מעכב ביי ברוך שם און צוויי מאל ביי ערשטע ברכה פון שמונה עשרה

זונטאג מאי 03, 2015 12:41 am

אודאי מלשון בענטשן, אבער סיי געלויבט און סיי געבענטשט איז נישט ריכטיג.
די ריכטיגע טייטש איז 'מקור הברכה'. כווייס נישט וויזוי צו זאגן באידיש, אולי 'בענטש-פול' ?


שוין געשמועסט דא www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=5&t=17411&p=757861

זונטאג מאי 03, 2015 12:48 am

שוועמל האט געשריבן:(רינגט א בעלל אין מיין זכרון ערגעץ).

דוכט זיך פון מלבי"ם


שוועמל האט געשריבן:אתה חונן לאדם דעת, פארוואס מאכט אזא הקדמה בעפאר די בקשה פון חננו מאתך, אלע ברכות הייבן זיך אן גלייך מיט בקשות. וואס איז דא אנדערש?

פון ר' מיכאל בער ז"ל האב איך אמאל געזעהן, אלע זאכן איז א מענטש מודה אז עס פעהלט איהם, אבער דעת וועט קיינער נישט מודה זיין אז עס פעהלט איהם... דעריבער איז מען מקדים: אתה חונן לאדם דעת - דו טיילסט דאך סייווי דעת פאר די מענטשן, אויב אזוי געב מיר שוין אויך - חננו מאתך וכו'

זונטאג מאי 03, 2015 7:05 am

מיסטעריעז האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:(רינגט א בעלל אין מיין זכרון ערגעץ).

דוכט זיך פון מלבי"ם

יעצט נאכגעקוקט, עס שטייט טאקע אין מלבי"ם אבער דער רד"ק זאגט עס שוין.

זונטאג מאי 03, 2015 11:17 am

שוועמל האט געשריבן:אתה חונן לאדם דעת, פארוואס מאכט אזא הקדמה בעפאר די בקשה פון חננו מאתך, אלע ברכות הייבן זיך אן גלייך מיט בקשות. וואס איז דא אנדערש?

געזעהן לקוטי מהרי"ח איז מציין מעיין צו זיין אין ב"ח סי' קטו
דער ב"ח איז מסביר אז אתה חונן איז א המשך פון אתה קדוש, כיון דאתה קדוש ושמך קדוש בכלל זה שאתה חונן לאדם דעת, דזה נמשך מזה. עיי"ש

נאכ'ן זעהן דעם ב"ח האב איך געקלערט אפשר קען מען זאגן פשוט, לויט די ירושלמי וואס דער טור ברענגט אז דערפאר איז אתה חונן בראש כל הבקשות ווייל אם אין בינה אין תפלה, נמצא אז אתה חונן איז ווי א הקדמה צו אלע בקשות, אלע ברכות דערנאך קומט ווייל אתה חונן לאדם דעת
לעצט פאראכטן דורך בנימין הלוי אום זונטאג מאי 03, 2015 1:52 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג מאי 03, 2015 1:05 pm

עיינתי כן הוא בב"ח.


געזען א ביאור פון ר"ש פינקוס ז"ל דערויף במאמר כי באור פניך נתת לנו תורת חיים, מיוסד על דברי הגאון זצ"ל, זאגט ער אז צו תורה קען א מענטש נישט זוכה זיין לפי מעשיו לפי שהתורה היא עצמות הנותן, נאר עס איז באמת א מתנת חינם וזה לשון 'חננו' מאתך בחינם. ואפי' משה רבינו כל מ' יום הי' שוכח מה שלמד עד שהקבה נתנה לו במתנה ויתן אל משה.

משום כך מאכט מען אזא הקדמה אתה החונן לאדם דעת, כלומר כך רצון העליון ליתן לנו התורה בחינם לא מצדקתינו ומיושר לבבינו, וממילא טרויען מיר זיך לבקש חננו מאתך וכו'.

מיטוואך מאי 13, 2015 11:32 pm

התבוננתי ב:

א) ומלכותו ברצון קבלו עליהם משה ובני ישראל לך ענו שירה בשמחה רבה.
ה"משה ובני ישראל" מוסב למעלה או למטה?

פון אבודרהם געזען נאכברענגען די נוסח "ו"משה ובני ישראל, משמע ודא דקאי אלמטה.


ב) ואטהר ואתקדש בקדושה של מעלה.
מה זה קדושה של מעלה, ומה זו קדושה של מטה?
כ'פארשטיי סיז נישט קיין קשיא.. איך זוך בעיקר עפעס א ביאור דערויף קולע אל השערה

דאנערשטאג מאי 14, 2015 12:10 am

איך פארשטיי נישט וויאזוי עס איז מעגליך צו זאגן אז משה ובנ"י זאל גיין אויף ארויף.
אויב גייט עס אויף ארויף דאן קומט דערנאך א פסיק (וראו בניו גבורתו שבחו והודו לשמו, ומלכותו ברצון קבלו עליהם משה ובני ישראל.), און אויב אזוי וויאזוי טייטשט מען לך ענו שירה וכו'?

דאנערשטאג מאי 28, 2015 11:16 am

לייג איך עס דא:
דעם יו"ט שבועות ביים דאווענען מוסף, האבעך באמערקט אין מיין מחזור המפורש א גירסא ביי די קרבנות מוסף א גירסא אנשטאט 'ושעיר לכפר' יש גורסין 'ושני שעירים לכפר', זוכנדיג האבעך געפונעם דעם מקור איז פון סידור היעב"ץ, ווייס איך נישט קיין פשט, מילא ראש השנה איז פארהאן א מחלוקת הראשונים צו מען האט מקריב געווען אן עקסטערן שעיר פאר ראש חודש אדער נישט, דעריבער איז דא צוויי גירסאות ושעיר אחד אדער ושני שעירים, אבער שבועות פארוואדזשע שני שעירים?
אויב איז די כוונה אויפן שעיר פון דעם קרבן פון שתי הלחם, דעמאלטס פארוואדזשע דערמאנט נישט אויכעט די פרים וכבשים ואילים, וואס מען האט מקריב געווען אויסער די קרבנות המוספים? (זעה רש"י פרשת אמור)

דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:36 pm

בין אין אמאל געווען אין א ביהמ"ד אום שבועות און געהערט דעם בעל תפילה זאגן ושני שעירים, האב איך זעך אנגערופן 'ושעיר'! זאגט מיר דארט איינער אז סע פארהאן אזא נוסח, ובלשון זה אמר לי: איך בין א כהן סאו ווייס איך...
וואוסנדיג אז דער איד איז א חבד'ניק דאכט זיך אז כ'האב דאן געקוקט אין סידור הרב און אזוי געזען.
ולענין קושייתן, קען מען יא דערמאנען דעם שעיר אזויווי מ'געפונט ביי יוה"כ אז י"א ושני שעירים.

פרייטאג מאי 29, 2015 4:27 pm

ועוד, גם בר"ה אין מזכירין הפרים של ר"ח

מאנטאג יוני 08, 2015 1:24 pm

בפשטות איז די פשט אין די נוסח ושני שעירים אז די עולות דערמאנט מען מיטן סדר דעמאנט מען נאר די מוסף, אבער די שעיר לחטאת וואס מען דערמאנט אגב מיט די נסכים דעמאנט שון אלע שעירים פונעם טאג, אזוי ווי מען דערמאנט מלבד עולת הבקר און ר"ה אויך עולת החדש. ואעפ"כ לא ראו אריינצולייגן דארט אלע קרבנות היום, נאר אז די חטאת ווערט שוין דערמאנט ווערט עס שוין דערמאנט אינגאנצן.

מאנטאג יוני 08, 2015 1:44 pm

אז מען געפינט זיך שוין אין דעם אשכול יעצט ווען עס גייט פרשת שלח, אעיר עוד

רש"י זאגט די וואך אז הבמחנים אם במבצרים איז געווען א סימן אויף החזק הוא הרפה, אם בפתוחים יושבים סימן הוא שחזקים שסומכין על גבורתם וכו', לכאורה שעפטער שטייט אז די מרגלים האבן דארט געטראפן אפס כי עז העם וגו' והערים בצורות, זענען די מפרשים מסביר אז די אומות אין אר"י זענען באמת געווען שטארק און נישט געמאכט קיין חומות ביז די אידן זענען ארויס פון מצרים, וואס אז נבהלו אלופי אדום וגו' נמוגו כל יושבי כנען, קומט אויס אז כלפי די אידן וואס דער אויבערשטער ברענגט זיי מיט נסים למעלה מדרך הטבע, האבן זיי אליין מכיר דעווען אז זיי קענען זיך נישט קיין עצה געבן, און דאס האט משה רבינו זיי געמיינט צו זאגן. און אזוי שרייבט אויך מרן החת"ס בשו"ת או"ח סי' סי' קצ"ה ד"ה אמנם אז זיי האבן געבויעט די חומות להתבצר בהם מפני ישראל. (וכנאמר גבי יריחו ויריחו סוגרת ומסוגרת מפני בני ישראל).

האמיר געקלערט מיט דעם אז מען זעהט אין די וואכעדיגע הפטרה שטייט רחב דערציילט פאר די מרגלים וועגן די פחד וואס זיי האבן געכאפט כי שמענו את אשר הוביש ה' וגו' ונשמע וימס לבבנו וגו' און זי פירט אויס כי ה' אלקיכם הוא אלקים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת, מיר קענען ענליכע וועטער צו דעם פסוק פונעם פסוק וידעת היום והשבות אל לבבך וגו' וואס מען זאגט ביי עלינו, אבער דער פסוק דארט גייט ווייטער ער ענדיגט צו כי ה' הוא האלקים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת אין עוד די אין עוד האט רחב נישט געזאגט, ומובן מאד להנ"ל ווייל די גוים האבן געכאפט א פחד פון אויבערשטן און דערפאר זענען זיי געגאנגען בויען חומות אפשר קען עס זיי נאך עפעס היטן, האבן זיי טאקע בכלל נישט געכאפט אז דאס איז דער אויבערשטער און אין עוד, נאר אז דא האנדלט זיך פון עפעס שטערקטער און העכער (עס שטייט אין סדר היום אז ביי יריחו האבן זיי געמאכט די חומות מיט כשפים).

מיט דעם איז מוראדיג פארשטענדליך דאס וואס עס שטייט אין כל בו אז יהושע בן נון האט מתקן געווען די תפלה פון עלינו לשבח בשעתן מקיף זיין חומות יריחו, וואס בפשטות פארשטייט מען בכלל נישט ווי קומט עס דארט אריין, ולהנ"ל מובן מאד, ווייל די אידן זענען אריבער דעם ירדן קיין ארץ ישראל האט מען זיך די ערשטע באגעגנט מיט די חומת יריחו, און ווי רש"י זאגט אין יהושע זענען די גוים פון יריחו געווען די שטערקסטע, וואס איז פשט זיי האבן געמאכט א חומה נאר כנ"ל טאקע וועגן די אידן, און ווייל זיי האבן נישט איינגעזעהן דעם אין עוד אז עס וועט זיי גאארנישט העלפן, האט יהושע בן נון געדאנקט דעם אויבערשטן אז מיר ווייסן יא אז הוא אלקינו אין עוד אמת מלכנו אפס זולתו ככתוב בתורתו וידעת היום וגו' כי ה' הוא האלקים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת אין עוד.
און מיט דעם איז די גאנצע חומה בטל געווארן אזוי אז ווען עס איז געקומען די צייט האט מען עס נישט געדארפט אויפברעכן אדער וואס, און אפילו נישט ארום גיין שטיינער ואס בלייבן פון א איינגעפאלענע חומה, נאר נעס איז געגאנגען פון על הארץ - מתחת, אין עוד, נישטא מער, און יעדער איז אריין אין שטאט פון זיין פלאץ וואו ער איז געשטאנען אן קיין שום אפהאלט, טאקע אז עס איז הוא האלקים וגו' אין עוד, מען קען בכלל נישט מאכן עפעס א אפהאלט כנגדו ית'.

וואס איז יא געבליבן פון חומת יריחו, ביתה של רחב, וואס דער ספוק זאגט כי ביתה בקיר החומה ובחומה היא יושבת, די איינציגע פלאץ וואו מען האט יא אנערקענט אז די חומה איז ווערט א כפרה ווי מען זעהט אז זי האט אריינגענומען די מרגלים. ונכון מאד בעה"י.

מאנטאג יוני 22, 2015 10:04 am

פארוואס ניצט מען ביים דאווענען די פסוק פון סלחתי כדבריך, עס איז דאך נישט געווען קיין געהעריגע סליחה?

מאנטאג יוני 22, 2015 10:50 am

די ראשונים טייטשן סלחתי כדבריך "איך האב שוין איינמאל פארצייט", און דאס גייט ארויף אויפן חטא העגל

מאנטאג יוני 22, 2015 2:35 pm

רב טקסט,
זייער שיין און וואונדערליך.

מאנטאג יוני 22, 2015 3:47 pm

רוב ראשונים טייטשען אנדערש, אז עס איז נאר 'כדבריך' אז מבלי יכולת וכו'

דינסטאג יולי 21, 2015 2:35 pm

ס'איז מיר היינט שווער געווארען ביים דאווענען,

מ'זאגט כי כל העמים ילכו איש בשם אלהיו, ואנחנו נילך בשם ה' אלקינו לעולם ועד,
לכאורה וואס איז די דמיון? ס'זעט עפעס אויס ווי ס'איז דא צוויי וועגן און אונז גיי מיר מיטען באשעפער?!,

ס'איז דאך נאר דא דער איין איינציגער באשעפער, און אלעס אנדערש איז דאך 10 מאל גארנישט מיט נישט,

יעצט שרייבענדיג פאלט מיר ביי, אפשר מיינט עס צו זאגען דאס וואס ס'שטייט אז אלע פעלקער זענען אינטער זייער שר פון הימל,
אבער אידען האבען נישט קיין שר נאר זיי זענען אינטער השי"ת.
שרייב א תגובה

Advertisement