הפוך בה דכולה בה
מיטוואך אוקטובר 29, 2014 9:22 am
טייערע געדאנקן פון רבי אביגדור מילער זצ"ל הנוגע לענינינו
- עטעטשמענטס
-

-

Advertisement
זונטאג נובמבר 09, 2014 2:36 pm
געווען אין ארץ ישראל א משפיע ר' בנציון ברוק, א ליטווישע משפיע, האט ער געזאגט א מורא'דיגע משל, א יוד גייט שבת אויפן גאס און זעהט פאר זיך א גאנצע זאק מיט גאלדענע דאלארען, און עס הייבט איהם אן ברענען די יצר הרע, אוי מען וועט מיט די געלט קענען שטיצן ישיבות, כוללים און וואס נישט.. אבער עס איז דאך שבת! נא מען וועט זיך א עצה געבן מען וועט גיין פחות פחות מד' אמות.. ווייסטע וואס אפשר אמירה לעכו"ם... ער קען זיך נאך אלץ נישט אפמאכן וואס צו טוהן, טראכט ער אפשר טלטול בגופו......
אינמיטן קומט צו צי איהם איינער און זאגט איהם: רבי איד דאס איז פאלשע דאלארען!!!!!.........אופס.. גע'ענדיגט מיט די נסיונות, ער באראואיגט זיך אינגאנצן.... וואס איז דא געשעהן? עס איז פשוט.. יא ס'איז פאלשע דאלארן.... אלעס נסיונות ווערן פארוואסערט פון זיך אליין...
רבותי מיר לעבן אין א וועלט פון מלא נסיונות, די גאס שרייט, די קאמפיוטער ברענט, מען דארף אריינשרייען אין אויער: ס'איז שקר! ס'איז פאלשע דאלארען! נישט זיך לאזן פארפירן חס ושלום!. (געהערט פון הרב קרישעווסקי)
אוי שטארק זיך שטארק זיך אידעלע!
אוי איז עס מעכטיג אויס איז עס הייליג!
זונטאג נובמבר 09, 2014 2:39 pm
WOW
מעכטיגע חיזוק, געוואלד געוואלד געוואלד, ס'יז דאך פאלש!!!!!!!!
ישר כח גדול!
זונטאג נובמבר 09, 2014 2:43 pm
שכח פריילאך. ולאחיו יאמר חזק.
מאנטאג נובמבר 10, 2014 5:27 am
נשמה האט געשריבן:שכח פריילאך. ולאחיו יאמר חזק.
דינסטאג נובמבר 11, 2014 4:56 pm
פריילאך האט געשריבן:געווען אין ארץ ישראל א משפיע ר' בנציון ברוק, א ליטווישע משפיע, האט ער געזאגט א מורא'דיגע משל, א יוד גייט שבת אויפן גאס און זעהט פאר זיך א גאנצע זאק מיט גאלדענע דאלארען, און עס הייבט איהם אן ברענען די יצר הרע, אוי מען וועט מיט די געלט קענען שטיצן ישיבות, כוללים און וואס נישט.. אבער עס איז דאך שבת! נא מען וועט זיך א עצה געבן מען וועט גיין פחות פחות מד' אמות.. ווייסטע וואס אפשר אמירה לעכו"ם... ער קען זיך נאך אלץ נישט אפמאכן וואס צו טוהן, טראכט ער אפשר טלטול בגופו......
אינמיטן קומט צו צי איהם איינער און זאגט איהם: רבי איד דאס איז פאלשע דאלארען!!!!!.........אופס.. גע'ענדיגט מיט די נסיונות, ער באראואיגט זיך אינגאנצן.... וואס איז דא געשעהן? עס איז פשוט.. יא ס'איז פאלשע דאלארן.... אלעס נסיונות ווערן פארוואסערט פון זיך אליין...
רבותי מיר לעבן אין א וועלט פון מלא נסיונות, די גאס שרייט, די קאמפיוטער ברענט, מען דארף אריינשרייען אין אויער: ס'איז שקר! ס'איז פאלשע דאלארען! נישט זיך לאזן פארפירן חס ושלום!. (געהערט פון הרב קרישעווסקי)
אוי שטארק זיך שטארק זיך אידעלע!
אוי איז עס מעכטיג אויס איז עס הייליג!
יישר כוחכם
מיטוואך דצמבר 10, 2014 10:36 am
א פרישע גליון פון אור עינינו אויף כסליו. מלא וגדוש מיט אקטועלע מעשיות, געדאנקען, און עצות למעשה.
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 3&gil=1513
- עטעטשמענטס
-

פרייטאג דצמבר 26, 2014 1:34 pm
מאנטאג דצמבר 29, 2014 5:44 pm
יישר כח גדול 'יש תקוה'
טייערע זיסע ווערטער פון הרה"ג ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א
שמירת עינים - אינטערנעט - וואצעפ
https://copy.com/8EGiFvGUHsZgpFiY(ישר כח יוראפ)
דינסטאג פבואר 10, 2015 2:12 pm
א שיינע מעשה-געדאנק
viewtopic.php?f=3&t=25705---------
די נייע אפטיילונג פון שאלות ותשובות איז שוין אפ ענד ראנינג. דריקט 0. זייער צום זאך גע'ענטפערט די שאלות.
אויך איז דא בדידי הוה עובדא אויף נומער 4
- עטעטשמענטס
-

דינסטאג אפריל 28, 2015 11:44 am
צוויי הערליכע מאמרים הנוגע לכאן
ווער ברענגט די גארבעזש?לאז דיך נישט פאר'נערן---
א הערליכן חיזוק שטיקל אין הגדה מפי ספרים וסופרים
- עטעטשמענטס
-

דינסטאג אפריל 28, 2015 11:45 am
ישר כח ידידינו הרב השמח פארן ברענגן כסדר דברי חיזוק, שכרך הרבה מאד
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:19 pm
פריילאך האט געשריבן:געווען אין ארץ ישראל א משפיע ר' בנציון ברוק, א ליטווישע משפיע, האט ער געזאגט א מורא'דיגע משל, א יוד גייט שבת אויפן גאס און זעהט פאר זיך א גאנצע זאק מיט גאלדענע דאלארען, און עס הייבט איהם אן ברענען די יצר הרע, אוי מען וועט מיט די געלט קענען שטיצן ישיבות, כוללים און וואס נישט.. אבער עס איז דאך שבת! נא מען וועט זיך א עצה געבן מען וועט גיין פחות פחות מד' אמות.. ווייסטע וואס אפשר אמירה לעכו"ם... ער קען זיך נאך אלץ נישט אפמאכן וואס צו טוהן, טראכט ער אפשר טלטול בגופו......
אינמיטן קומט צו צי איהם איינער און זאגט איהם: רבי איד דאס איז פאלשע דאלארען!!!!!.........אופס.. גע'ענדיגט מיט די נסיונות, ער באראואיגט זיך אינגאנצן.... וואס איז דא געשעהן? עס איז פשוט.. יא ס'איז פאלשע דאלארן.... אלעס נסיונות ווערן פארוואסערט פון זיך אליין...
רבותי מיר לעבן אין א וועלט פון מלא נסיונות, די גאס שרייט, די קאמפיוטער ברענט, מען דארף אריינשרייען אין אויער: ס'איז שקר! ס'איז פאלשע דאלארען! נישט זיך לאזן פארפירן חס ושלום!. (געהערט פון הרב קרישעווסקי)
אוי שטארק זיך שטארק זיך אידעלע!
אוי איז עס מעכטיג אויס איז עס הייליג!
זיך עפעס געגעבן א דערמאן פון דעם משל, כ'האב דאך דאס שוין געניצט פאר אזויפיל אידן, מוראדיג, אלעס איז פאלש!!!
מיטוואך מאי 27, 2015 5:10 pm
דינסטאג יוני 16, 2015 10:13 am
פון ידידינו הנעלה ר' שמעלקא שליט"א
אכזריות!!!----
- עטעטשמענטס
-

- פון גליון אבות שמועסן
דינסטאג יוני 16, 2015 3:46 pm
שכוח הרב פריילאך פאר די כסדר'דיגע געוואלדיגע חיזוק
זונטאג יולי 19, 2015 10:35 am
געהערט פון ר' אלימלך בידערמאן
סמוך צו די ישיבה פון בן איש חי אין באגדאד האט גאוואוינט גאר א רייכע אלמנה, איין טאג איז א בחור פון ישיבה פון בן איש חי פארבייגעגאנגען איר הויז אין די תאווה האט אים געכאפט, ער איז אריין אין געוואלט גנב'ענען ס'געלט. שטייענדיג נעבן אפענעם פייער קאסע האט ער איז זיך געמאכט א חשבון. אויב איז מיר אנגעשריבן געווארן ר"ה די גרויסע אוצר מיט געלט וועל איך דאך דאס מילא באקומען, אין ווידער אויב נישט וועל איך זיכער גארנישט האבן דערפון אין ווער ווייסט צו די געלט וועט נישט דארפן אויסגיין פאר דאקטוירים צו ערגער ח"ו, דער בחור האט צוליב דעם חשבון אפגעצויגן פון דארט צוריק און ישיבה אריין.
אפאר שעה שפעטער איז די אלמנה אריין געקומען צום בן איש חי, אין זיך אפגערעדט אז עס איז נישט קיין תכלית פאר איר אזוי צו לעבן, זי איז א אלמנה און יעדער קען זיך ביי איר אריינכאפן און בא'גנב'ענען ווי גארנישט, זי מוז שוין טרעפן א שידוך. אין זי האט פארציילט אז ממש יעצט האט זיך איינער ארייינגעכאפט צו איר אינדערהיים אין אויס מורא שמא ליסטים מזוים הוא איז זי זיך געלאפן באהאלטן אין די מייז לעכער.
די בן איש חי האט איר אנגעטראגן דעם בחור, אין די שידוך איז געווארן אפאר טעג שפעטער, און די גאנצע רכוש איז אריבער צו דעם בחור אהן קיין גניבה! (די מעשה ווערט געברענגט אין איינע פון די ספרי בן איש חי ווער ס'קען צוצייכענען א מראה מקום לטובה גדולה יחשב).
לאור די חשבון וואס די בחור האט געמאכט שרייבט ר' שלומקע זוויהעלער אז די חשבון איז שייך ביי אלע הנאות פון דעם מענטש, נישט נאר ביי געלט, ווייל ר"ה ווערט אנגעשריבן פאר א מענטש וויפול הנאות ער זאל האבן, אין אויב נעמט מען הנאה פון עבירות גייט אראפ פון די סכום ההנאות, ולאידך גיסא אויב האט מען הנאה פון א מצוה גייט נישט אראפ פון די חשבון ההנאות1
און ס'קומט אויס אז מיט א מהלך מחשבה פון ביזנעס לייט לוינט זיך נישט צו הנאה האבן פון א ראי' אסורה!
*
איך וויל עפענען א אשכול צו באשרייבן ר' אלימלך בידערמאן אויף די לענג אין די ברייט אבער מיין פילטער לאזט נישט עפענען קיין אשכולות, איך בעט פון איינעם זאל עפענען אזא אשכול אין מיר שיקן א אישי וואו מ'האט עס געעפנט.
*
עס איז ארויסגעקומען א גליון חומר למחשבה 2 וואכן צוריק אויף לדעת, איך האב מורא דיג הנאה געהאט דערפון, אויב מ'קען עפענען א אשכול דערוועגן קען עס זיין א מוראדיגע זאך, וכנ"ל.
זונטאג יולי 19, 2015 10:53 am
שיינע עובדא, יישר כח פארן אראפשרייבן.
------
איבער די אשכולות וואס דו ווילסט עפענען. שרייב עס דא, דאן דריק דער 'באריכט' קנעפל און בעט די הנהלה זאל עס אפטיילן.
זונטאג יולי 19, 2015 11:12 am
יישר כח ותזכו למצוות
זונטאג יולי 19, 2015 11:13 am
פארוואס זעה איך נישט קיין באריכט קנעפל?
זונטאג יולי 19, 2015 11:15 am
ס'איז נעבן די "ציטיר" קנעפל, ס'איז פלעין א סימבאל אן ווערטער.
זונטאג יולי 19, 2015 11:17 am
אה! יעצפארשטייעכשוין.... א גרויסן שכויעך
דינסטאג יולי 21, 2015 11:03 am
תרגום יונתן פון פאריגע וואך ווער קען ארויפלייגן?