הפוך בה דכולה בה
שבת יולי 18, 2015 10:24 pm
א שיינעם דאנק האנטוך, בכלל אויפן שמועס, און פארשטייט זיך א עקסטערע דאנק אויף די שיינע דגמאות, גוטע שפראך וכו' וכו'.
איך האב געהערט פון איינע פון מיינע מגידי שיעור א תלמיד בריסק און א מרפסין איגרא'דיגע למדן, זייער ענדליך צו דאס וואס דו האסט געברענגט, אז בעצם די מהלך איז שוין געווען, און די חידוש פון דאס וואס מען רופט די "ליטווישע דרך הלימוד" איז די "שפראך" די ווערטער וואס מען נוצט מסביר צו זיין די צדדים, און ארויסצוברענגען ווי יעדע זאך שטייט איין. און צו די פילע חקירות און צדדים איז די "חידוש אין שפראך" ווי א "הענטל" אנצוכאפן די זאך, וואס איז בעצם "גליטשיק" און שווער אנצוכאפן.
(זייער ענדליך קען מען צושטעלן צו דעם, די הייליגן ספר של בינונים, לקוטי אמרים תניא פון אלטן רבי'ן (וואס קומט דיר טאקע עקסטער א דאנק ואכ"מ) וואס האט גענומען אסאך פון די חסידישע מושגים און דערהערן, און געגעבן פאר זיי א "הענטל" טאקע אויך בעיקר מיטן מחדש זיין אין שפראך.)
Advertisement
זונטאג יולי 19, 2015 9:27 pm
יישר כח רבי האנטוך.
מאנטאג יולי 20, 2015 6:15 am
קושר כתרים האט געשריבן:האנטעך האט געשריבן:ווען מען פאנגט אן א סוגיא, די ערשטע זאך וואס מ'זאל קוקן, איז אין וועלכע חלק אין תורה גייט דאס אריין, למשל איז עס א "חושן משפט" שאלה אדער א "יורה דעה" שאלה.
דוגמאות:
א. השבת אבידה איז א שאלה בין אדם לחבירו, א "חושן משפט שאלה", אדער א שאלה בין אדם למקום, א "יורה דעה שאלה". וואס איז די נפק"מ? צו ספיקא דממונא לקולא, אדער לחומרא
דאס איז די ערשטע כלל אין ביהמ"ד פון ר' חיים, די ערשטע זאך זעה אין וועלכע קאטעגאריע גייט אריין די סוגיא, אין חושן משפט אדער אין יורה דיעה אא"ו.
תודה רבה לפתיחת האשכול.
ובענין זה אוסיף הערה נכבדה.
אחד מהנושאים העיקריים אשר חלק גדול מאיסורי תורה תלויים בה היא
הלכות רבית החמורה, אשר נחלקו בה אשלי רברבי רבותינו הראשונים אם היא דין ממוני או איסור. ונפק"מ לענין ספיקא דדינא אם הולכין לקולא - כספיקא דממונא - או לחומרא - כספיקא דדינא, ומצינו שבהרבה דינים נחלקו הרמב"ם ולעומתו שאר הראשונים - הרא"ש והר"ן - אשר דברי השו"ע מיוסדים עליהם.
ומתאמרי משמי' דהגר"ח מבריסק ז"ל הערה נפלאה, כי כשנעיין
מקום כבודו של הלכות רבית, נראה יסוד מחלקותם, שביד החזקה לרבינו הרמב"ם העמיד הלכות רבית בדיני "מלוה ולוה", בסדר משפטים, בין שכירות, שאלה ופקדון, טוען ונטען, נחלות, דלדעת הרמב"ם הלכות רבית היא שאלה ממונית, "
חושן משפט שאלה" (והראי' שפרק איזהו נשך נמצא במס' ב"מ).
משא"כ לדעת שאר הראשונים הרא"ש והרי"ף - ובדרכם גם המחבר בשו"ע - הלכות רבית מקומו בין שאלות איסור והיתר, "י
ורה דעה שאלה", ולכן העמיד מרן הב"י את הלכות רבית ב
יורה דעה (סימנים קנ"ט-קע"ז), ולא בחושן משפט.
ולשיטתייהו אזלו.
דער טור אנהויב הלכות רבית הויבט אן רבית הואיל ואתא לידן נימא ביה מילתא, כמיין דער ב"ח איז מסביר אז דער טור מיינט צו זאגן אז באת געהערט עס אין חשן משפט נאר עס איד דא אריינגעקומען.
מאנטאג יולי 20, 2015 8:24 am
רב טקסט האט געשריבן:קושר כתרים האט געשריבן:האנטעך האט געשריבן:ווען מען פאנגט אן א סוגיא, די ערשטע זאך וואס מ'זאל קוקן, איז אין וועלכע חלק אין תורה גייט דאס אריין, למשל איז עס א "חושן משפט" שאלה אדער א "יורה דעה" שאלה.
דוגמאות:
א. השבת אבידה איז א שאלה בין אדם לחבירו, א "חושן משפט שאלה", אדער א שאלה בין אדם למקום, א "יורה דעה שאלה". וואס איז די נפק"מ? צו ספיקא דממונא לקולא, אדער לחומרא
דאס איז די ערשטע כלל אין ביהמ"ד פון ר' חיים, די ערשטע זאך זעה אין וועלכע קאטעגאריע גייט אריין די סוגיא, אין חושן משפט אדער אין יורה דיעה אא"ו.
תודה רבה לפתיחת האשכול.
ובענין זה אוסיף הערה נכבדה.
אחד מהנושאים העיקריים אשר חלק גדול מאיסורי תורה תלויים בה היא
הלכות רבית החמורה, אשר נחלקו בה אשלי רברבי רבותינו הראשונים אם היא דין ממוני או איסור. ונפק"מ לענין ספיקא דדינא אם הולכין לקולא - כספיקא דממונא - או לחומרא - כספיקא דדינא, ומצינו שבהרבה דינים נחלקו הרמב"ם ולעומתו שאר הראשונים - הרא"ש והר"ן - אשר דברי השו"ע מיוסדים עליהם.
ומתאמרי משמי' דהגר"ח מבריסק ז"ל הערה נפלאה, כי כשנעיין
מקום כבודו של הלכות רבית, נראה יסוד מחלקותם, שביד החזקה לרבינו הרמב"ם העמיד הלכות רבית בדיני "מלוה ולוה", בסדר משפטים, בין שכירות, שאלה ופקדון, טוען ונטען, נחלות, דלדעת הרמב"ם הלכות רבית היא שאלה ממונית, "
חושן משפט שאלה" (והראי' שפרק איזהו נשך נמצא במס' ב"מ).
משא"כ לדעת שאר הראשונים הרא"ש והרי"ף - ובדרכם גם המחבר בשו"ע - הלכות רבית מקומו בין שאלות איסור והיתר, "י
ורה דעה שאלה", ולכן העמיד מרן הב"י את הלכות רבית ב
יורה דעה (סימנים קנ"ט-קע"ז), ולא בחושן משפט.
ולשיטתייהו אזלו.
דער טור אנהויב הלכות רבית הויבט אן רבית הואיל ואתא לידן נימא ביה מילתא, כמיין דער ב"ח איז מסביר אז דער טור מיינט צו זאגן אז באת געהערט עס אין חשן משפט נאר עס איד דא אריינגעקומען.
דער פרישה ברענגט דארט די פשט פון ב"ח, און אויך נאך א פשט, אז אין יורה דיעה אליינס וואלט עס געדארפט קומען שפעטער, און לויט די פשט שטימט יא די ווארט פון ר"ח.
מאנטאג יולי 20, 2015 8:56 am
נאך אלע מעשית קלער איך אז בעצם וואלט איך יא געדארפט טוישן די קעפל צו א אנדערע נאמען, ווייל בעצם איז טאקע נישט דא קיין ליטווישע דרך הלימוד, עס איז דא א נארמאלע דרך הלימוד מיט געוויסע ליטווישע הדגשות, וואס בעצם נאכן עס נעמען ריכטיג, זעהט מען אז דאס איז גאר געווען די דרך הלימוד מקדמת דנא...
מאנטאג יולי 20, 2015 9:19 am
איך האב מיך מתבונן געווען אז די גאנצע דרך הלימוד איז נאר פאר אונזער שוואכע דור, ווייל די פתרון אויף די חקירות נעמט מען דאך ארויס פון דיוקים בדברי הראשונים, קומט אויס אז באמת האבן זיי אויך געטראכט דערפון (דאל"כ האט עס נישט קיין פשט), אין זיי זענען געקומען צו מסקנות, די חילוק איז נאר אז פאר זי איז די מסקנא געווען פשוט איז זיי האבן דאס געשפירט פאר ריכטיג "סאבקאנטשעסלי" אין מיט די מהלך האבן זיי געשריבן. משא"כ בדורינו וואס מ'איז נישט בקי בש"ס ופוסקים קען מען נישט לייגן אזוי שנעל קיין הנחות אין יעדע ענין ווערט א גאנצע ספק. הנלע"ד כתבתי.
מאנטאג יולי 20, 2015 9:24 am
מה פתאום??? האט געשריבן:איך האב מיך מתבונן געווען אז די גאנצע דרך הלימוד איז נאר פאר אונזער שוואכע דור, ווייל די פתרון אויף די חקירות נעמט מען דאך ארויס פון דיוקים בדברי הראשונים, קומט אויס אז באמת האבן זיי אויך געטראכט דערפון (דאל"כ האט עס נישט קיין פשט), אין זיי זענען געקומען צו מסקנות, די חילוק איז נאר אז פאר זי איז די מסקנא געווען פשוט איז זיי האבן דאס געשפירט פאר ריכטיג "סאבקאנטשעסלי" אין מיט די מהלך האבן זיי געשריבן. משא"כ בדורינו וואס מ'איז נישט בקי בש"ס ופוסקים קען מען נישט לייגן אזוי שנעל קיין הנחות אין יעדע ענין ווערט א גאנצע ספק. הנלע"ד כתבתי.
ריכטיג. און נישט נאר די מהלך הלימוד נאר אלע מהלכי הלימוד.
אויך די גמרא איז מחמת די שוואכע דור, ווי מ'זעהט אז די גמרא איז מדייק אויף יעדע שאלה, פון די לשונות פון משניות וברייתות, ווייל "פאר די תנאים איז די מסקנא געווען פשוט אז זיי האבן דאס געשפירט פאר ריכטיג "סאבקאנטשעסלי" אין מיט די מהלך האבן זיי געשריבן", נאר אין די דור פון די גמרא "האט מען נישט געקענט לייגען אזוי שנעל הנחות איז אלעס געווארען א גאנצע ספק"..
דינסטאג יולי 21, 2015 7:57 am
איך האב געהערט אמאל ביי א שיעור, האט דער רב/מגיד שיעור נאכגעזאגט (אויב איך מאך נישט קיין טעות האט ער עס נאכגעזאגט פון פריערדיגע) אז ווען מען לערענט א סוגיא אין גמרא (אדער א פרשה אין תורה*), און ס'ווערט אויסגעשמועסט א הווה אמינא און א מסקנא, ברויך מען וויסען אז יעדע "הווה אמינא" אין די תורה הקדושה איז בעצם אויך א "מסקנא". נאר וואס דען? 'דא' האט די תורה געטראפן א סיבה וואס צוליב די סיבה קען מען "דא אין אונזער פאל" נישט לערנען די הווה אמינא אלס די ריכטיגע פשט. אבער די שיטות ההווא אמינא איז נאכאלס א שטארקע שיטה, און מען דארף קענען זעצען די סגיות הגמרא לויט די הווה אמינא, דאס הייסט אז די גמרא דארף שטימען מרישא ועד גמירא מיט די שיטות ההווה אמינא. און דערנאך - ווען די גמרא ברענגט די מסקנא - ברויך מען קענען אויסלערנען די סוגיא ניצענדיג די נייע מהלך פון די מסקנא.
און די פשטות פארוואס מען זאגט אז יעדע הווה אמינא איז בעצם א מסקנא (הגם די גמרא פרעגט דאך אפ די הווה אמינא). איז דערפאר ווייל אויב וואלט די הווה אמינא נישט געווען קיין שיטה שסופה יכולה להתקיים, וואלט דאך דער תנא אדער אמורא וואס האט געהאט די הווה אמינא, און מיט די הווה אמינא במחשבתו הקדושה האט ער מפרש געווען די סוגיא, אויב וואלט די הווה אמינא נישט געווען קיין שיטות אמת וואלט ער דאך געוויס נישט געלערענט אזוי 'אין דע פירסט פלעיס'. אלא מאי מוז דאך זיין אז די הווה אמינא איז אויך א ריכטיגע שיטה, נאר 'דא' קען מען נישט לערנען ווי די שיטה, און דערפאר איז דא א מסקנא. אבער די מסקנא מיינט נישט אז די הווה אמינא איז "פאלטש". כלל וכלל לא.
* א דוגמה פון א פרשה אין די תורה הקדושה וואו מען טרעפט א הווה אמינא און א מסקנא איז פרשת "ויאמר יעקב אל בניו, האספו ואגידו לכם את אשר יקרא אתכם באחרים הימים". זאגט רש"י הקדוש: "ביקש יעקב לגלות את הקץ" יעקב אבינו האט געהאט א "הווה אמינא" לגלות את הקץ. "ונסתלקה ממנו שכינה, והתחיל לומר דברים אחרים" און די "מסקנא" איז געווען "ונסתלקה ממני שכינה" - כאילו ווי צי זאגן 'אז לא הגיע הזמן לגלות את הקץ' - "והתחיל לומר דברים אחרים".
יעקב אבינו האט געהאט א "הווה אמינא" פון מגלה זיין דעם קץ, אבער דער אייבערשטער האט אים צוגעברענגט צי די "מסקנא" אז ער זאל נישט מגלה זיין, און דערפאר והתחיל לומר דברים אחרים.
האט דער רב מבאר געווען באריכות אז יעקב אבינו'ס הווה אמינא האט געהאט זייער א ריכטיגע שיטה (אז ווען אידן וועלען וויסן די קץ וועט זיי זין גרינגער זיך צו האלטן אין גלות. אבער שיטת הקב"ה פון די מסקנא וואס איז געבויט אויפ'ן "אחכה לו בכל יום שיבוא", אויפ'ן "צפיה לישועה" איז אבער א שטערקערע שיטה, און דערפאר האט יעקב אבינו נישט אויסגעפירט למעשה מיט זיין הווה אמינא. ודו"ק, ואכמ"ל.
דינסטאג יולי 21, 2015 11:32 am
שמאטע האט געשריבן:איך האב געהערט אמאל ביי א שיעור, האט דער רב/מגיד שיעור נאכגעזאגט (אויב איך מאך נישט קיין טעות האט ער עס נאכגעזאגט פון פריערדיגע) אז ווען מען לערענט א סוגיא אין גמרא (אדער א פרשה אין תורה*), און ס'ווערט אויסגעשמועסט א הווה אמינא און א מסקנא, ברויך מען וויסען אז יעדע "הווה אמינא" אין די תורה הקדושה איז בעצם אויך א "מסקנא". נאר וואס דען? 'דא' האט די תורה געטראפן א סיבה וואס צוליב די סיבה קען מען "דא אין אונזער פאל" נישט לערנען די הווה אמינא אלס די ריכטיגע פשט. אבער די שיטות ההווא אמינא איז נאכאלס א שטארקע שיטה,
כ'האב אמאל געהערט אדער געזעהן אז דער חת"ס נוצט א סברה פון א הו"א להלכה, אין א אנדערע פלאץ וואס דארט איז נישט שייך די קשיא פון די גמרא וואס וועגן דעם איז די הו"א געווארען אפגעפרעגט.
דינסטאג יולי 21, 2015 2:53 pm
בעז"ה וועלן מיר יעצט צוגיין צו די דריטע כלל אין די סעריע פון כללים אויף הגדרת הענין, דאס הייסט אז אין יעדע הלכה איז דא כללים וויאזוי צו חוקר זיין, אויף צו ארויס האבן די פונקטליכע הגדרה און מקור.
אזוי ווי עס איז דא א גרויסע שטאט און נעבן דעם איז דא אקלענערע ישובים, איז אמאל קען עס ווערן אנגערופן א חלק פון די שטאט אזוי ווי אמאליגע רבנים פלעגין זיך אונטערשרייבן אב"ד האצענפלאץ והגלילות, און אמאל קען עס זיין א ישוב פאר זיך.
די זעלבע זאך אין הלכה איז אמאל דא א דין כללי און מיר טרעפן אמאל א דין וואס איז דומה, שטעלט זיך די שאלה, איז די דין אן ענף פון דעם די המרכזי, אדער איז עס א נייע דין מיט נייע הגדרות.
דוגמאות:
א. די גמרא אין מסכת ב"מ דף י"א זאגט אז די חכמים האבן מתקן געווען צו קענען קונה זיין מציאות מיט דעם קנין ד' אמות, אז ווען דער מענטש גייט אריין אין די ד' אמות פון דעם מציאה איז ער עס קונה פאר זיך אזוי ווי די חצר פון א מענטש איז קונה פאר אים, די זעלבע זאך די ד' אמות פון א מענטש וואס א מענטש נוצט בדרך כלל ד' אמות פאר זיינע השתמשות, ווי מיר טעפן לענין יושב חוץ לתחום, איז אויך קונה פאר אים מציאות.
יעצט שטעלט זיך די שאלה, צו איז די קנין ד' אמות א 'חלק פון קנין חצר', אדער עס 'איז א דין פאר זיך' וואס איז נוגע נאר צו מציאה. און די נפק"מ איז, היות מיר די דין ד' אמות איז נאר א קנין ביי א מציאה, איז די שאלה אויב בשעת'ן קונה זיין דעם מציאה וויל ער אויך מאכן נאך א קנין דארט, צו הייסט עס זיין חצר לגבי מציאה און ממילא קען ער בשעת מעשה אויך ונה זיין עפעס וואס איז נישט קיין מציאה, אדער ניין, ד' אמות איז נישט קיין חלק פון קנין חצר, נאר חז"ל האבן געזאגט אז א מענטש האט א רעכט אויף ד"א אזויפיל אז ער קען מיט דעם קונה זיין מציאות, אבער אנדערע זאכן קען ער נישט קונה זיין אפילו בשעת מעשה.
דער אבני מילואים אין סימן ל' סק"ה זאגט אז דאס איז א מחלוקת צווישן דעם ר"ן און דעם רמב"ן אין פרק הזורק, וואס דער ר"ן האלט דארט אז די קנין ד' אמות לגבי גיטין וקידושין איז מדאורייתא, ווייל עס ווערט זיין חצר מדין הפקר בי"ד און ממילא קען ער שוין קונה זיין מדאורייתא, אבער דער רמב"ן לערנט דארט אז לגבי גיטין איז עס נאר מדרבנן, זאגט דער אבנ"מ אז אוודאי האלט דער רמב"ן אז לגבי קידושין איז עס א קנין מדאורייתא, ווי ער איז מוכיח דארט, נאר לגבי גיטין האלט דער רמב"ן אז עס איז מדרבנן, און די הסבר דערפון איז, ווייל לויט דעם רמב"ן האבן די חכמים נישט מקנה געווען די ד'אמות עס זאל ווערן זיין חצר, נאר זיי האבן אריין געלייגט די חפץ וואס ליגט אין זיינע ד' אמות, אין זיין רשות. יעצט ביי קידושין איינמאל די געלט גייט אריין אין די פרויס רשות ווערט זי מקודש משא"כ ביי גיטין פעלט אויס ונתן בידה אדער ברשותה, או דאס איז נישט דא ביי ד' אמות. און לויט דעם זאגט ער וועט אויך זיין די זעלבע מחלוקת ביי קידושין שטר וואס איז איתקש לגט.
ב. די תורה האט מרבה געווען אז אויב א שומר שכר איז שולח יד בפקדון, אז ער באנוצט זיך מיט דעם פקדון אן רשות, ווערט דער שומר אזוי ווי א גנב אויף די חפץ, ווי די גמרא זאגט אין המפקיד, יעצט שטעלט זיך די שאלה, ווערט ער ממש א גנב, אדער ר באקומט נאר דינים אזוי ווי א גנב, און וואס איז די נפק"מ? ביי גזילה איז דא א דין אז מ'לערענט ארויס פון א פסוק אז קרקעות שטרות ועבדים זענען נישט בכלל גזילה, (ב"ק קי"ז ע"ב), איז די שאלה אויב איינער האט געהאט א שטר צו אפהיטען און ער איז געווען א שולח יד צו ער ווערט ווי א גזלן.
דער קצות אין סימן ס"ו סקמ"ד, ברענגט אז עס איז א מחלוקת ראשונים. אין תשובת הרשב"א שטייט אז ס'גייט חיובי שליחות יד אפילו אויף קרקעות שטרות און עבדים. און דער קצות לייגט צו וויי אפשר איז חמור שמירה וואס ער האט זיך אונטער גענומען שמירה, און דא גייט ער און ער איז זיך משתמש מיט דעם, מער פון גניבה סתם. (לפ"ז אפשר האלט דער קצות אז בכ"א איז עס אן ענף פון גזילה, נאר מסברה וועל איך נישט זאגען אלע מיעוטים ביי שליחות יד). און אין ר"ן אין מסכת שבועות בשם הרשב"א 'בשם מקצת רבותיו', אז עס איז נישט דא קיין חיובי שמירה בשטרות. און עס איז נישט קיין סתירת הרשב"א ווייל הא די די' והא דרבי'.
ג. יאוש ביי גניבה און ביי אבידה, איז אן ענף פון הפקר, אדער א דין בפני עצמו, עס איז א מחלוקת ראשונים אין דעם. אין מסכת ב"ק דף ס"ו ע"א זאגט תוספות א חילוק אז יאוש איז נישט ווי הפקר, און די חילוק איז, אז בי הפקר איז עס חל אפילו עס איז באיסורא, משא"כ ביאוש העלפט עס נישט אויב עס איז באיסורא אתי לידי'.
און די אחרונים זענען מחלק צווישן יאוש און הפקר אז הפקר איז ער עס מפקיר בידים, און וועגן דעם איז ביי דעם עקסטערע דינים ווי בפני ג' ווייל ס'איז מדין נדר להרמב"ם. אבער ביי יאוש איז עס ווייל וויבאלד עס איז פארלוירען פון אים וועגן דעם ווערט עס מותר צו נעמען, און וועגן דעם העלפט נישט קיין יאוש ברשותי' און אויך נישט קיין יאוש ביי חמץ וכדומה. (ר"ש שקאפ און נאך אסאך אחרונים האבן אן אריכות אין דעם).
(עס איז אינטרעסאנט צוצוברענגען דא דעם מהר"ל אין באר הגולה וואס עפענט אויף די הבנה אין דעם. ער שרייבט דארט די הסבר פון יאוש שלא מדעת, אז וויבאלד די זאך איז שוין פארלוירן פון דעם מענטש איז עס שוין נישט זיינס, מסברה אז די תורה האט מפקיר געווען די זאכן וואס האבן נישט קיין בעלים.
איך געדענק שוין נישט פונקטליך זיין לשון, אבער איך מיין אז עס איז מורא'דיג מדוייק, ווייל די מקור פון יאוש איז פון אשר תאבד ממנו צו פון שמלה ווי תוס' רעדט דארט ארום, די נקודה איז אז די תורה האט מתיר געווען א חפץ וואס האט נישט קיין בעלים דהיינו עס ווערט פארלוירען, נאר וויבאלד דער מענטש זוכט עס נאך, הייסט עס נישט פארלוירן אינגאנצען, אבער ווען דער מענטש איז זיך מייאש, דעמאלס ווערט גענצליך אפגעהאקט די חפץ פון דעם מענטש. זעה רש"י אין ב"מ כ"א ע"ב ד"ה מהשתא הוי יאוש, ביי די סוגיא פון יאוש של"מ, "שהרי נפל, וכשיודע שוב אין דעתו עליו. זעהן מיר אז יאוש איז א דין אז א פארלוירענע חפץ איז מותר צו נעמען. און הפקר איז א פעולה פון דעם מפקיר.
און דאס איז די סיבה פארוואס יאוש ברשות און אויך ווען ער איז א שומר אבידה העלפט נישט די יאוש, ווייל עס איז נישט פארלוירען באמת פון דעם מענטש, ווייל עס געפונט זיך דאך אין זיין רשות, אדער ביי אבידה עס איז דאך ביד שומר שידיו כיד הבעלים.
זעה אין תרומת הכרי אין סימן רס"ב וואס פארשטייט אז בעצם איז יעדער מודה אז יאוש איז נישט ווי הפקר, נאר עס איז אן אפקעתא דמלכא, נאר די ראשונים וואס זאגען יא כהפקר מיינען צו זאגען נאכן ווערן מותר צו נעמען, לאפוקי די שיטה אז עס איז נישט חל עד דאתי לרשות זוכה, און די זעלבע זאך שטייט אויך אין חידושי סוגיות, בסוגיא דסימנים).
ד. עס איז דא א נייע שאלה אין דין פון קמחא דפסחא, צו איז עס א דין אין צדקה, אדער א דין אין אכילת מצה, און אויב ס'איז א דין אכילת מצה איז יעדער מחוייב צו געבן אפילו דער עני, אזוי וי מיר געפונען ביי משלוח מנות, וואס איז א עקסטערע דין פון צדקה נאר יעדער איז מחוייב צו געבן אפילו א עני.
און די סיבה פארוואס צו טראכטען אז עס איז א דין אין מצה איז ווייל עס איז דא א גר"א וואס זאגט אז ווייל עס שטייט שבעת ימים מצות יאכל מיינט דאס געבן פאר א צווייטען,וועגן דעם איז עס מלא, ווייל פאר יענעם קארג נישט, משא"כ שבעת ימים תאכל מצת גייט ארויף אויף זיך אליינס, וועגן דעם איז עס חסר ווייל פאר דיר אליינס דארפסטו דיך נישט אלעס נאכגעבן.
ער ברענגט אז אין די אחרוני זמנינו איז דא א שמועס אין דעם. (אבער איך מיין אז פון סתם לשון השו"ע איז עס א דין אין צדקה און דער וואס האט נישט זאל נעמען און נישט געבן. חוץ אויב מ'וועט זאגען אז עס איז א נייע דין אין אכילת מצה, אזוי ווי תקיעת שופר איז דא אדער הערט מען אדער בלאזט מען, די זעלבע זאך מיט קמחא דפסחא אדער נעמט מען אדער געבט מען... אבער עכ"פ לדעתי איז די סוגיא נישט די בעסטע דוגמא אויף דרך הלימוד..)
ה. נאך א שמועס איז דא ביי הסיבה איז עס א דין אין די מצות וד' כוסות אדער איז עס א דין אין סדר נאכט, און זיי ווילען מיט דעם מסביר זיין די מחלוקת פון דעם מחבר ורמ"א אין סימן תע"ב ס"ז, אז לויט דעם מחבר איז הסיבה א חלק פון דעם דין מצה וד' כוסות, און לויט דעם רמ"א וואס ברענגט דעם ראביה אז היינטיגע צייטען איז נישט דער סדר בהסיבה, איז עס א דין בפני עצמו. (אויך אויף די ראי' יש לדון אבער די מכוון פון די אשכול איז נישט אריין צו גיין אין די סוגיות נאר צו עס ברענגען פאר די דרך הלימוד שבו).
דאס איז די דריטע כלל אין די סוגיא פון הגדרה: ווען דו טרעפסט א זאך וואס זעהט אויס ווי אן ענף פון א דין מרכזי, פרעג: איז די פרט אן ענף פון דעם כלל המרכזי אדער איז עס א דין בפני עצמו.
דינסטאג יולי 21, 2015 4:25 pm
האנטעך! א גרויס'ן יישר כח!!
ווי וואנט מאר.
דינסטאג יולי 21, 2015 7:25 pm
שפכי האט געשריבן:האנטעך! א גרויס'ן יישר כח!!
ווי וואנט מאר.
דינסטאג יולי 21, 2015 7:32 pm
זאל ער קומען האט געשריבן:שפכי האט געשריבן:האנטעך! א גרויס'ן יישר כח!!
ווי וואנט מאר.
אונז האמיר שוין א "בית המדרש" א "הוצאת ספרים" מקען שוין אויפמאכן א "ישיבה"...
מיטוואך יולי 22, 2015 12:28 am
זאל ער קומען האט געשריבן:לויט ווי איך געדענק האט דאס דער רבי געזאגט אויף די קליינע מחיצות, דער רבי האט געזאגט דיו לבא מן הדין להיות כנידון, דאס איז דאך א בויך סברה דארף עס נישט זיין העכער ווי די בויך ודפח"ח.
הג״ר משה פיינשטיין די מתיר פין די קליינע מחיצות איז בכלל נישט געגאנגען מיט דעם ליטווישן מהלך הלימוד ממילא די אלע לשונות וואס די רביז״ל האט זיך אויסגעדרוקט אויף זיינע פסקים און סברות איז נישט נוגע אהער (דאס איז וויכטיג צי וואוסן וויבאלד עס זענען דא אסאך וואס מישן אויס די ענינים ואכמ״ל)
לעצט פאראכטן דורך
למדן וצדיק אום מיטוואך יולי 22, 2015 2:38 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מיטוואך יולי 22, 2015 12:51 am
נאך א גוטע דוגמה צו כלל ג׳:
איינער האט געפרעגט א דיין אין בריסק היות ער האט מחמת אונס נישט געקענט דאווענען מעריב מוצ״ש און אויך נישט מאכן הבדלה וואס דער דין איז ביי דעים אז ער דארף דאווענען צווי שמו״ע ביי שחרית און זאגן אתה חוננתנו, איז זיין שאלה ביי וועלכע שמו״ע זאל ער זאגן אתה חוננתנו? האט אים דער דיין געענטפערט אוודאי ביי די צווייטע ווייל דאס איז די תשלומין פאר מעריב, ווען רבי חיים האט געהערט די פסק האט ער געזאגט אז ניין וויבאלד ״אתה חוננתנו איז נישט א דין אין מעריב דאס איז א דין אין די ערשטע שמו״ע וואס מען דאווענט נאך שבת!״…
לעצט פאראכטן דורך
למדן וצדיק אום מיטוואך יולי 22, 2015 2:10 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מיטוואך יולי 22, 2015 1:30 am
ר' חיים למד ביחד עם הצפנת פענח.
מיטוואך יולי 22, 2015 1:56 am
צי פארשטיין די חילוק פין די חקירות פין די אחרונים, ובפרט די חקירות פון די פר״מ און מח״ח, און די חקירות פון רבי חיים, האט א ת״ח מסביר געווען אז יעדע חקירה באשטייט פון א שורש, דאס איז די סברות לכאן או לכאן, און אן ענף, דאס איז די נפק״מ היוצא הלכה למעשה. האט דער ת״ח מסביר געווען באמת זענען די חקירות פון די פרי מגדים, מנחת חינוך, און רבי חיים איינס, דער חילוק איז נאר אז די מנח״ח און פר״מ האבן אנגעכאפט די חקירה ביי די ענף בשעת ר׳ חיים האט אנגעכאפט די חקירה ביים שורש…
אגב רבי חיים האט מוראדיג געהאלטן פון לערנען מנחת חינוך וואס דאס איז א געוואלדיגע חידוש ווייל כידוע האט ער כמעט נישט אריין געקוקט אין ספרי האחרונים, די מנחת חינוך איז טאקע פון די איינצעלנע אחרונים וואס ער ברענגט אין זיין ספר (נאך א אחרון איז די הייליגע חתם סופר).
מיטוואך יולי 22, 2015 12:47 pm
כ'האב פונקט געלערנט א שיינע חקירה, וואס הגם אפשר איז עס נישט פונקט אין די כלל ווי מיר האלטען יעצט, אבער עס ברענגט שטארק ארויס אז די נושא פון לומדישע חקירות אויף הגדרת הענין איז בכלל נישט קיין נייע זאך, נאר אין די אלטע ענין איז געווען גדולים וואס האבן אייביג גענוצט די צוגאנג אויף צו מברר זיין א ענין, און אנדערע וואס האבן עס גענוצט ווייניגער.
הזאת הדם: איז דא א חקירה וואס איז די מצוה ביים שפריצען די בלוט, די מצוה אויפן כהן אז ער זאל שפריצען און ממילא ווען ער האט שוין גענדיגט די מעשה הזאה אפילו עס אזי נאכנישט אנגעקומען אויפן מזבח האט ער שוין גענדיגט די מצוה, אדער די מצוה איז אז די בלוט זאל געשפריצט ווערן און ביזווילאנג עס איז נאכנישט אנגעקומען צום מזבח איז נאך נישט גענדיגט די מצוה.
נפק"מ: אויב דער כהן איז געווארען א בעל מום אינצווישען איז עס כשר ווייל בשעת די מעשה הזי' איז דער כהן נאך געווען כשר אדער איז עס פסול ווייל בשעת עס איז אנגעקומען איז שוין דער כהן געווען פסול. אדער נאך א פשוטערער נפק"מ אויב דער כהן האט געטראכט א מחשבת פסול נאך די מעשי הזאה פאר די בלוט האט געלאנדעט אויפן מזבח אויב די קרבן איז פסול.
די חקירה האט ר' ירמי' געפרעגט פון ר' זירא (זבחים ט"ו ע"א) און ער האט אים גענטפערט אז די מצוה ענדיגט זיך ווען די בלוט קומט אן צום מזבח, ווי ער האט א לימוד פון א פסוק.
מיטוואך יולי 22, 2015 12:55 pm
האנטעך האט געשריבן:די חקירה האט ר' ירמי' געפרעגט פון ר' זירא (זבחים ט"ו ע"א) און ער האט אים גענטפערט אז די מצוה ענדיגט זיך ווען די בלוט קומט אן צום מזבח, ווי ער האט א לימוד פון א פסוק.
גוט...
מיטוואך יולי 22, 2015 1:17 pm
קברנה סובניון האט געשריבן:האנטעך האט געשריבן:די חקירה האט ר' ירמי' געפרעגט פון ר' זירא (זבחים ט"ו ע"א) און ער האט אים גענטפערט אז די מצוה ענדיגט זיך ווען די בלוט קומט אן צום מזבח, ווי ער האט א לימוד פון א פסוק.
גוט...
כ׳האב אמאל געהערט אז רב פאדווה זצל פון לאנדאן איז אמאל צוגעגאנגען צו א בעל הבית און געפרעגט א חקירה, האט דער בעה׳ב געענטפערט וואס פארשטיי איך אין ליטפישע חקירות? זעהט אויס די גמרא איז געווען א ליטפאק זאגט רב פאדווה, ווייל די גמרא פרעגט עס שוין..
מיטוואך יולי 22, 2015 2:31 pm
די מושג ״חפצא״ ״גברא״ וואס זענען פון די הויפט חידושים פונעם ליטווישען מהלך הלימוד שטייט שוין אויך אין די גמרא… ( לגבי נדר און שבועה)
מיטוואך יולי 22, 2015 2:52 pm
לתועלת הציבור וואס זענען אינטערסירט זיך אביסל צי פארטיפן אין די אינטערסאנטע נושא פון די מהלכי הלימוד פון גדולי ישראל בכלל, און פונעם חידוש פונעם ליטווישן דרך הלימוד בפרט; אט זענען עטליכע אינטערסאנטע מראי מקומות און ספרים וואס באהאנדלען די נושא:
1) ספר ״אישים ושיטות״ געשריבן דורך הגרש״י זוין ז״ל, די ספר באשטייט פון באשרייבונגען איבער די מהלכי הלימוד פון גדולי ישראל פון די לעצטע דור, עס איז געוואלדיגע חיבור, די מחבר מיט זיין גאלדענעם פעדער און געוואלדיגע קלארע הסברה צילייגט אויף פיץ פיצלעך די חידוש פון רבי חיים בריסקער׳ס דרך הלימוד, די באשרייבונג איבער רבי חיים איז געווען לפני ראות עיני פונעם בריסקער רב הגרי״ז! ווי אויך באשרייבט ער דארטן די מהלכי הלימוד פונעם ראגאטשאווער, די נצי״ב, חזון איש, הגרב״ב לייבוביץ און נאך, אלעס באגלייט מיט פילצאליגע דוגמאות, די ספר איז א ״מאסט״ פאר יעדען חובב תורה!
-הערה איבערן מחבר פונעם ספר:
הגש״י זוין איז געווען א ת״ח עצום, ער האט זיך געשריבן מיט די גרעסטע גדולי ישראל אין זיין צייט און טייל פון זיי ברענגען צי אפי׳ זיינע חידושים אין זייערע ספרים, ער האט אבער אנגעהערט צי מזרחי לאגער, ער איז אבער געווען גאר אן ערליכער און ער האט זוכה געווען צי א געוואלדיגע הערצה ביי פילע גדולי ישראל, ער האט אין די ספר אויך א באשרייבונג אויף די מהלך הלימוד(?) פון הר׳ קוק, וואס אגב קען מען זעהן אין די באשרייבונג אז דער הר׳ קוק איז שוין גארנישט געווען אזא ״תלמיד חכם״ ווי עס איז אנגענומען נאר ליבערשט א הוילע מיסטישער בעל דמיון וואס זיין גאנצע קענטעניס איז באשטענען פון קענען אסאך קבלה׳ישע מושגים וואס ער האט געדרייט מיט דעם ככל העולה על רוחו. עכ״פ ווי עס שיינט איז ביי דעם הרב זוין מקיום געווארן די ״המאור שבה מחזירו למוטב״ און ווי עס האבן פארציילט עטליכע פון זיינע נאנטע האט ער סוף ימיו חרטה געהאט אויף זיינע שיטות נאר עס איז שוין נישט געווען שייך צירוק צי דרייען דעם רעדל, (אין זיינע לעצטע יארן פלעגט ער גיין אין מקוה פונעם סאטמארן ביהמ״ד אין ירושלים אויף רחוב יואל…). עכ״פ צי די ספר גייט אריין אין די קאטאגאריע פון ספרים וואס זענען געשריבן געווארן דורך נישט אויסגעהאלטענע מחברים זאלט איר אליין אפמאכן…
דא קענט איר ליינען נאך איבער הרב זוין
http://www.tora.co.il/gdolim/zevin.doc2) אין ספר חידושי הגר״ח על הש״ס החדש (פריער באקאנט אלס ״סטענסיל״) שהו״ל ע״י הוצאת מישור האבן זיי צום סוף געדרוקט עטליכע אינטערסאנטע בריוון פון די תלמידים פון רבי חיים, בפרט איז אינטערסאנט די בריוו פון תלמידו הג״ר יהודא לייב דון יחיא ז״ל, וואס איז טאקע געשריבן געווארן צום אויבערדערמאנטן הרב זוין, ער צילייגט דארט אויך גאנץ שיין די חידוש פון זיין רבינ׳ס מהלך הלימוד, באגלייט מיט דוגמאות און עובדות וואס טייל זענען בידידיה הוה עובדא,
פון ר׳ יודא לייב איז אויך באקאנט זיין קורץ-און-שארפע הגדרה אויף זיין רבין ר׳ חיים ״היה חוצץ אורכה של שערה לשניים״ [און אידיש: ״ער האט צישניטן די לענג פון א האר אין צוויי״], די הגדרה איז ריכטיג קולע על השערה…
3) אויך איז כדי צי קוקן אביסל אינעם ספר ״משמרת חיים״ פון הגרח״פ שיינבערג זצ״ל, די ספר באשטייט פון אומצאליגע באקאנטע קשיות און תמיהות אינעם עולם התורה און ר׳ חיים פינחס פארענטפערט זיי אלע מיטן ליטווישן מהלך הלימוד, די ספר איז געשריבן אין זייער א לייכטע קלארע שפראך אזוי אז איר דארפט נישט דוקא קענען די גאנצע סוגיא צי פארשטיין די קושיות און תירוצים.
4) ווי מען האט שוין דא פריער ערווענט די ספרים ״המדות לחקר ההלכה״ און ״קובץ יסודות וחקירות״. די ספרים זענען שוין אבער געשריבן מער מיט׳ן מאדערנעם הגיון׳דיגן סטיל, נישט מיטן ארגינאלען לומדישע שפראך..
דא האט איר אויך די לינק צי די וויקיפעדיע ארטיקל איבער די נושא:
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%A9% ... 7%A1%D7%A7
לעצט פאראכטן דורך
למדן וצדיק אום מיטוואך יולי 22, 2015 3:26 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל בסך הכל.
מיטוואך יולי 22, 2015 3:07 pm
למדן וצדיק האט געשריבן:די מושג ״חפצא״ ״גברא״ וואס זענען פון די הויפט חידושים פונעם ליטווישען מהלך הלימוד שטייט שוין אויך אין די גמרא… ( לגבי נדר און שבועה)
במחילת כבוד תורתו, אבער וואס מאכט דיך טראכטן אז ס'איז פון די הויפט חידושים פונעם ליטווישן מהלך, צו דען ווערט עס נישט דערמאנט אינעם מנחת חינוך צו אינעם אבני נזר וכדו'?
וואס קען זיין איז אז דיין מגי"ש אין ישיבה האט דיר אזוי געזאגט.
מיטוואך יולי 22, 2015 3:17 pm
ניין עס ווערט נישט דערמאנט אין מנחת חינוך און אויך נישט אין אבני נזר בעת אין חידושי רבינו חיים הלוי און אין אלע אנדערע ליטווישע ספרים ווער עס דערמאנט ביי יעדע צווייטע שטיקל
מיטוואך יולי 22, 2015 3:25 pm
א דאנק למדן פאר די מראי מקומות.
די מושג גברא און חפצא אין די תורה פון ר' חיים האט נישט קיין שייכות צו די נושא פון נדרים און שבועות, דארט איז עס צו די נדר איז חל אויפן אויפן גברא אדער די זאך ווערט אן איסור, משא"כ אין די תורה פון ר' חיים איז עס אפילו אין די חפצא אליינס, אויף יעדע שאלה קען מען אריין קלערן איז עס די עצם הדבר אדער נאר א תוספת.
למשל תפילת ערבית רשות וקבעוה חובה, איז ר' חיים מסביר אז די ראשונים דינגען זיך צו יעצט איז ערבית אזא חיוב ווי שחרית און מנחה, אדער ניין 'די חפצא פון מעריב' איז ווייטער א רשות נאר מ'האט קובע געווען 'די חפצא של רשות' לחובה או וועגעו דעם וועט אין געוויסע דינים נאך אלס זיין ערבית גרינגער ווי שחרית און מנחה.
די עצם הדבר ווערט אנגערופן דורך ר"ח מיטן נאמען חפצא. אין די חסידישע ספרים אדער אין מהר"ל ווערט חפצא אנגערופן עצם, (און די 'נישט חפצא' (עס פאסט נישט צו זאגן גברא..) ווערט אנגערופן הסתעפות).
אין מידות לחקר ההלכה ווערט ברייט ארום געשמועסט די חילוקים פון עצם און הסתעפות, עילה ועלול, וכו'. אויך אין חסידות חב"ד ווערט ארום געשמועסט די חילוקים, אבער ביידע נוצן פארשטייט זיך אנדערע משלים, און זיי האבן אנדערע נושאים פארוואס זיי נוצען די זעלבע מושגים.
לעצט פאראכטן דורך
האנטעך אום דאנערשטאג יולי 23, 2015 8:55 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן