אינסטראקשן'ס צו מאכן חלונות אין ווארד- מעקראוס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

אינסטראקשן'ס צו מאכן חלונות אין ווארד- מעקראוס

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג ינואר 06, 2009 12:02 pm

אין די פאלגענדע שורות, וועט איר האפענטליך באקומען גאר גרינגע און פשוטע אינסטרוקציעס וויאזוי צו מאכן חלונות.
חלונות מיינט, אז אונטער די ערשטער ווארט פון די פאראגראף איז דא א חלון, א פענצטער, א ליידיגע ספעיס די סייז פון די ערשטע ווארט פון די פאראגראף, וואס דאס גיבט אסאך צו די שיינקייט פון די אידישע ספרים.
צו ערשט אן הקדמה, פארוואס זאג איך אידישע ספרים ?
ווייל לכאורה, פארוואס איז דאס אזא שווערע זאך ? פארוואס מאכט נישט ביל געיטס צוזאמען מיט די גאנצע מייקראסאפט קאמפאני, אז פונקט אזוי ווי מען קען מאכן טעב, אז די ערשטע שורה זאל זיך אנפאנגן אריינגערוקט, אזוי אויך זאל זיין אזא אפשען ביי די צווייטע שורה ?
נאר די ביאור דערויף איז גאר פשוט, דאס אז אונז ווילן מאכן אז עס זאל זיין חלונות, איז ווייל אזוי האבן אויסגעזעהן אלטע ספרים. פארוואס האבן אלטע ספרים אזוי אויסגעזעהן ? ווייל אמאל האט מען נישט געדרוקט ספרים ווי היינט, אז יעדער איינער טייפט ביי זיך אינדערהיים און אימעילט עס צום דרוקער, נאר מען האט געדארפט אויפסעטן יעדע אות באזונדער, און ווייל מען האט געוואלט אז די ערשטע ווארט פון א פאראגראף, זאל זיין גרעסער, כדי מען זאל זעהן אז דא פאנגט זיך אן א נייע שטיקל. האט מען געמוזט מאכן בעל כרחם, אז די נעקסטע שורה זאל זיך אנפאנגן אריינגערוקט, פשוט ווייל עס איז נישט געווען קיין פלאץ אונטער די גרויסע אותיות פאר נאך אותיות, משא"כ דער גוי האט נישט קיין שום סיבה פארוואס ער זאל וועלן אז די צווייטער שורה זאל זיך אנפאנגען אריינגערוקט.
שוין, גענוג גע'פגע'ט, צום פונקט און פארטיג.
יעצט גיי מיר צוטרעטן צום עצם ענין.
נאך איין פיצעלע הקדמה, פאר איינער וואס הערט יעצט די ערשטע מאל ווי אזוי מען דארף דאס מאכן, קען דאס אויסזעהן גאנץ קאמפליצירט, דערפאר עצה טובה קמ"ל, אז מען זאל ארויספרינטן די ארטיקל, און עפענען א ווארד דאקומענט, און טוהן סטעפ-ביי-סטעפ, אזוי וועט מען עס זייער גרינג כאפן.
די פשוט'סטע און גרינגסטע וועג עס צו מאכן אין ווארד (הגם ווארד איז נישט געמאכט אויסצושטעלן קונטרסים מחמת סיבות וסיבות שונות שאין כאן מקומו להאריך בה, אבער פאר די וואס ווילן וויסן וויאזוי מען קען, איז אלס אל תמנע טוב מבעליו, וועל איך דא מיטטיילן אביסל פון מיינע ידיעות מיט מיינע קאלעגע קרעטשמע באזוכער) איז דורך א מעקראו.
וואס איז דאס א מעקראו ?
א מעקראו טייטשט, אז מען הייסט דעם קאמפיוטער טוהן א גאנצע ריי פון פעולות פון זיך אליינס, און מען קען אפילו מאכן אז כדי ער זאל טוהן די פעולה איז גענוג קוועטשן איין קנעפל, וואס דאס איז באשטימט פאר א מעקראו שארטקאט קי. (ווארטס אויס ביז סוף שיעור, טאמער איר פארשטייט נאכאלץ נישט, ליינט עס איבער נאכאמאל, און אויב נישט דאן פרעגט אן, און מיר וועלן בחפץ לב אייך פרובירן צו העלפן). למשל מען גייט הייסן פאר ווארד, אז ווען איך קוועטש CTRL + SHIFT + W זאל ער טוהן כך וכך, דאס אין קורצן טייטשט א מעקראו.
וואס זענען די פעולות וואס אונזער מעקראו גייט טוהן ? לאמיר קודם דורכגיין סטעפ-ביי-סטעפ ווי אזוי מען קען מאכן אז א פאראגראף זאל באקומען א חלון, און דערנאך וועט מען אויסלערנען ווי אזוי מען מאכט דערפון א מעקראו, אזוי אז כדי צו מאכן חלונות פאר א גאנצע דאקומענט קען נעמען גאנצע 2-3 מינוט.
לאמיר נעמען א פארטיגע פאראגראף, און מיר ווילן מאכן אז עס זאל זיין אונטער די ערשטע ווארט א ליידיגע ספעיס ביים צווייטן שורה, ממילא גייט מען טוהן אזוי:
1. סעלעקט די ערשטע ווארט מיט די ספעיס דערנאך.
2. קאפי די ווארט.
3. גיי צום סוף פון די ערשטע שורה, דיליט די ספעיס וואס איז דארט דא, און לייג אריין א ליין ברעיק.
4. דיין קורסער גייט יעצט זיין אנפאנג פון שורה נומער 2 פעיסט אריין וואס דו האסט פריער געקאפיט.
5. סעלעקט נאכאמאל די ערשטע ווארט פון די צווייטע שורה (דהיינו די ערשטע ווארט פון די פאראגראף) און מאך די קאליר דערפון ווייס.
6. די תוצאה פון די אויבנדערמאנטע שריט, איז א חלון!!!
יעצט, דאס צו טוהן פאר איין פאראגראף, פעלט נישט אויס קיין מעקראו, אבער וואס איז ווען איינער וויל מאכן חלונות פאר צענדליגער פאראגראפן ? דא קומט אריין א מעקראו, דהיינו מיט א קוועטש פון איין קנעפל גייט דער קאמפיוטער טוהן די אלע פריער-דערמאנטע שריט.
כדי צו נוצן א מעקראו דארף מען קודם רעקארדירן א מעקראו, רעקארדירן א מעקרו מיינט, אז מען שטעלט אן, אז אלעס וואס מען גייט טוהן יעצט מעניועלי זאל דער קאמפיוטער שפעטער טוהן אויטאמאטיש.
כדי א מעקראו זאל גוט אויסקומען, איז בעסער אז מען נוצט נאר די קיבאורד. (די אינסטרוקציעס פאר די קיבאורד שארטקאטס איז פאר ווארד 2007, עס קען זיין אז פאר ווארד 2003 איז דא אנדערע שארטקאטס)
1. שטעל אוועק די קורסער, ביי אן אנפאנג פון א פאראגראף.
2. קליק אויבן אויף VIEW.
3. אויף די גאנץ לינקע זייט איז דא א באטטען וואס הייסט מעקראוס, קליקט אויף די אונטערשע העלפט.
4. עס וועט ארויסקומען א מעניו, סעלעקט RECORD MACRO.
5. עס וועט ארויפקומען די רעקארד מעקראו ווינדאו, לייגטס אריין א נאמען פאר די מעקראו, לאמיר עס א נאמען געבן CHALONOS.
6. דארט אין יענעם ווינדאו, איז דא א פיקטשער פון א קיבאורד, דארט קען מען סעלעקטן וועלכע קיבאורד שארטקאט, זאל עקטיוועיטן די מעקראו, גייט אריין דארט און קלויבט אויס וועלכע שארטקאט עס איז אייך באקוועם, קליקט אויף ASSIGN און דערנאך אויף CLOSE. (זארגט נישט, טאמער איר וועט אריינלייגן א שארטקאט וואס עקזעסטירט שוין, ווי צ.ב.ש. CTRL + C וואס דאס מאכט קאפי, וועט שטיין אינטן אויף די לינקע זייט CURRENTLY ASSIGNED TO........)
7. איר גייט יעצט באקומען אויפן סקרין, אז די מייזעלע גייט ווייזן א ערראו מיט א פיקטשער פון א טעיפ, דאס מיינט אז איר פאנגט יעצט אן צו רעקאדירן אייער שריט, וואס איר ווילט אז דער מעקראו זאל שפעטער נאכטוהן.
8. מאכט נאכמאל זיכער אז אייער קורסער איז אנפאנג פאראגראף.
9. דריקט CTRL+SHIFT+LEFT ARROW. (כדי איר זאלט פארשטיין וואס איר טוט, און נישט טוהן סתם מצות אנשים מלומדה, וועל איך מסביר זיין וואס איר טוט דא, איר הייסט פאר דעם מעקראו אז די ערשטע זאך וואס ער זאל טוהן איז, סעלעקטן די ערשטע ווארט. מען קען אויך סעלעקטן מיט נאר שיפט און די לינקע ערראו, אן קאנטראל, אבער דאן וועט די מעקראו נאר סעלעקטן וויפיל מאל איר האט געדריקט די ערראו, און עס וועט נישט טויגן, ווייל א טייל פאראגראפן, האבן די ערשטע ווארט א קליינע ווארט און א טייל האבן א גרויסע ווארט, ממילא דורכן דרוקן CTRL+SHIFT+LEFT ARROW זענט איר זיכער אז די מעקראו גייט אלעמאל סעלעקטן די גאנצע ערשטע ווארט, נישט קיין נפק"מ ווי גרויס ער איז).
10. דריקט CRTL+C. (דאס קאפיט די סעלעקשן).
11. דריקט END. (דאס לייגט אייך ביי די סוף פון שורה נומער 1).
12. דריקט BACKSPACE.
13. דריקט SHIFT+ENTER. (דאס לייגט אריין א ליין ברעיק).
14. דריקט CTRL+V. (דאס פעיסט אריין די ערשטע ווארט פון שורה נומער 1 אויף שורה נומער 2).
15. דריקט SHIFT+HOME. (דאס וועט סעלעקטן די נייע ווארט וואס מען דארף נישט זעהן אז ער געפינט זיך דארט).
16. דריקט ALT+H. (דאס וועט אייך עפענען די האום טעב אויבן).
17. דריקט שנעל איינס נאכן צווייטן F און תיכף דערנאך C. (דאס גייט ארויסברענגן א באקס ווי מען קען סעלעקטן וועלכע קאליר מען וויל אז די טעקסט זאל זיין).
18. רוקט אייך ארום מיט די ערראו ביז איר קומט אן צום קאליר ווייס, און דרוקט ענטער.
19. גייט נאכאמאל צו די מעקראו באטטען, דרוקט אויף די אונטערשטע העלפט, און סעלעקט STOP RECORDING.
20. איר האט א מעקראו וואס מאכט חלונות!!!
צו פרובירן צו עס ארבעט, גייט צו די נעקסטע פאראגראף, און דריקט אייער פון פריער-באשטימטער קיבאורד שארטקאט, טאמער איר האט געטוהן אלעס ווי אויבן דערמאנט, דארפט איר יעצט צו האבן א חלון ביים צווייטן פאראגראף!!!

טאמער איר ווילט אז נאכן מאכן א חלון, זאל אייער קורסער אויטאמאטיש גיין צום נעקסטן פאראגראף, איז פאר איר ענדיגט רעקארדירן, דהיינו צווישן סטעפ 18 און סטעפ 19 זאלט איר דריקן CTRL+DOWN ARROW דאס גייט אויטאמאטיש לייגן די קורסער ביים אנפאנג פון די נעקסטע פאראגראף.


פאראכטן א טעות אין די אינסטראקשענס. קרעדיט מאטקע
לעצט פאראכטן דורך סאדע_באטל אום דינסטאג נובעמבער 10, 2009 4:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג ינואר 06, 2009 12:09 pm

WOW איך וועל באלד אויבטרייען אויב די מעקראו ארבעט אין 2003 און א גרויסן דאנק פאר די ארבעט
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » דינסטאג ינואר 06, 2009 12:14 pm

ריזיגן יישר כח פאר ידידינו היקר מוה"ר סאכדעס באטל שליט"א, וואס מיט זיין גרויס גאונות און בקיאות אין ווארד האט ער אונז אזוי שטארק ארויסגעהאלפן, כה לחי!

אויב מעגליך שרייב אויך וויאזוי מען קען מאכן מיט ווארד די לעצטע שורה זאל זיין געסענטערט, ויישר כוחכם מעיקרא.

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג ינואר 06, 2009 12:41 pm

אין ווארד 2003 איז אלעס די זעלבע חוץ די קיבארד שארטקאטס פון סטעפס 16-18
דא גיי איך שרייבן די אינסטראקשן פאר ווארד 2003
16. דריקט ALT+O. (דאס גייט עפענען די FORMAT MENU).
17. דריקט ענטער אויף פאנט. (עס גייט זיין די ערשטע אין די מעניו, די פאנט מעניו גייט זיך עפענען).
18. דריקט טעב ביז איר גייט אנקומען צו פאנט קאליר, דריקט DOWN ARROW און באנוצט אייך מיט די ערראוס ביז איר קומט אן צו ווייס.

חוץ פון דעם איז אלעס די זעלבע
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

תגובהדורך פריץ » דינסטאג ינואר 06, 2009 12:42 pm

שכח סאדע באטעל!!!

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג ינואר 06, 2009 12:44 pm

סאדע באטי
יישר כח!!
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג ינואר 06, 2009 12:47 pm

א הילכיגן דאנק אייך, מר. סאדע באטעל. איך וועל אי"ה פרובירן דאס צו טאן אין די קומענדיגע געלעגנהייט.

איז מעגליך דאס צו מאכן למפרע אויף אן עקזיסטירנדן דאקומענט, אז יעדע פארגראף זאל זיך חלון'ען? אדער דארף מען דאס מעניועלי דרוקן ביי יעדן פאראגראף באזונדער?

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דינסטאג ינואר 06, 2009 12:53 pm

תזכו למצוות סאדע באטל, דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט קענען אויפטוהן נאך אסאך אסאך פאר אידן'ס וועגן. יישר כח

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג ינואר 06, 2009 1:02 pm

קרעמער, עס איז שייך צו מאכן, דהיינו מאכן א מעקראו וואס זאל אינקלאודן אן עקזעסטירנדיגע מעקראו,
אבער עס איז געווענליך יצא שכרו בהפסדו, ווייל יעדע פאראגראף קען זיין אנדערש, און עס לוינט נישט.

אבער עס נעמט נישט לאנג, אפילו אויף א ריזיגע דאקומענט, מאך למשל א שארטקאט ALT+A (עס איז עוועילעבל)
און עס פארט פון איין פאראגראף צום צווייטן, א דאקומענט פון צענדליגע בלעטער נעמט געציילטע מינוטען.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

בן יועזר
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

תגובהדורך בן יועזר » דינסטאג ינואר 20, 2009 10:58 pm

הרב סאדע מזעהט דאך פין דיין גאונות ווי געלאנגען די ביסט דאס איז נאר מקצת שבחו, באמת א שכח פאר דיין ארבעט דא

אר א שטיקל הערה, עס איז באמת דא נאך א מהלך (אין רוב מאל האט עס מער מעלות אויך) צי מאכן א חלון דורך א טקסט באקס, די מעלה דערפון איז אז יעמאלט אפי' די לייגסט צי שפעטער נאך ווערטער וועט עס נישט פראפארן, אין בכלל ווייסע ווערטער קען אסאך מאל ברענגען א חורבן ואכמ"ל, אין המשלים נוצן זיי אויך א טעקס באקס, (חוץ אין טעקס באקס אליינס אדער פאטנאטס דעלמאלט ניצן זיי דיין עצה)

איך בין נישט דער גרויסער מאקרו חכם צי וויסן וויאזוי דאס ציטין, אבער מדרביך ניכר אז יא אויב אזוי טאמער וייסטו טאקע וולאט עווען כדאי צי מודיע זיין פארן עולם וויאזוי צי מאכן

(טאמער וועט העלפן קען איך דיר געבן א פארטיגע חלון זלאטס קענען אנאליזן וויאזוי דאס צי טון)

בכל אופן שכח אויף ביז אהער!! כה לחי!!

מחזור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

חלונות אין ווארד

תגובהדורך מחזור » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 7:43 pm

איך וויל מאכן חלונות אין ווארד
וויאזוי מאכט מען א מאקרוי פאר חלונות??
(קען זיין מ'האט שוין געשריבן ערגעץ דערוועגן ביטע צייכנט אן וואו)

מחזור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 8:15 pm

וויאזוי מאכט מען חלונות דורך א טעקסט באקס אין ס'זאל נישט צופארן ווען מ'לייגט צו ווערטער????????????????????????

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7977
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 10:24 pm

מאך זיכער אז די טשעק אונטען די לינקע זייט ביי מאוו אבדזשעקט איז נישט דארט, און די טשעק ביי לאק איז יא דארט.
אבער פארוואס זאלסטו נישט ניצן די עצה פון סאדע באטל, דאס איז ממש די גרינגסטע.
צוגעלייגטע
kraitshme.JPG
רייט קליק, פארמעט טעקסט באקס, לעיאויט, עדווענסט,

מחזור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » דינסטאג נובעמבער 10, 2009 8:19 am

אמת די עצה פון ידידי הרב סאדע באטל שליט"א איז זייער גיט, איך זיך אבער א אנדערע עצה, איך וויל עס מאכן פאר איינעם וואס קען זיך נישט גיט אויס אויב ער וועט וועלן צו לייגן ווערטער וועט עס מאכן פראבלעמען (דהיינו מ'נעמט אוועק א ספעיס, אין איין ווארט ווייס).......
איך וויל אבער וויסן וויאזוי מ'מאכט עס מיט טעקס באקסעס, אין אויב אזוי וועט נישט זיין קיין פראבעלעם.

מאטקע
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 05, 2008 4:20 am

תגובהדורך מאטקע » דינסטאג נובעמבער 10, 2009 10:21 am

קודם א גרויסען דאנק פאר דיר רבי סאדע

דריי שאלות:

א. וויפיל כ'פארשטיי [פארט בינעך אן עמארץ] מאכט א ליין ברעיק, אז דער אויבערשטע שורה ענדיגט זיך בין צום סוף, אפילו ווען מ'מאכט סתם ענטער וואלט ער זיך אביסעל אריינגעריקט, לויט רבי סאדע מאכט מען דאס דארך קאנטראל + ענטער, ווען כ'מאך אזוי רוקט זיך דער קורסער ארונטער צום נייען בלאט, נאר ווען כ'קוועטש שיפט + ענטער פארט ער אראפ צום נייעם שורה, בינעך גערעכט?

ב. כ'האב געפרוואט צוזאם מיט דעם אריינכאפען מאכען אויך באלד דעם ערשטען אות, אזוי אז דאס זאל ווערען געמאכט אינאיינעם מיט'ן חלונות פון רבי סאדע, דערווייל האט דאס זעט זיך אויס נאר קאליע געמאכט, ווייל ווען כ'האב דערנאך געפראווט סטעפ נומ. 14 - פעיסט, האט זיך סתם אראפגערוקט נאך א שורה, אן דעם צו מאכען פעיסט?!

ג. לויט למעלה משבעים'ס בילד, פארשטיי עך ס'איז דא נאך א וועג דארך אריינלייגען אויף דעם פלאץ א טעקסט באקס, וואס טוט פארשטעלן דעם ווארט, אזוי אויך פארשטיי איך, אז ס'פעלט אויס מגדיר צו זיין דעם גרויסקייט פון דעם טעקסט באקס, ס'זאל פארדעקן פונקט דעם ווארט, קודם כל פארשטיי איך ס'פעלט אויס צו מאכען דער ערשטער פאר סטעפס פון רבי סאדע, קאפיען דעם ערשטען ווארט פון דער ערשטע שורה און דאס פעיסטען ביים צווייטן שורה, האב עך רעכט? דערנאך ווי אזוי ווייס עך פונטקליך דעם גרויסקייט פון שורה ווי למעלה משבעים צייכנט צו אז דארט דארף עך מגדיר זיין דעם גרויסקייט.

כ'וועל מיר פרייען אויף א תשובה מפורטת ווי ס'פאסט פאר אזא עמארץ ווי מיר.

אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

תגובהדורך פאכמאן » דינסטאג נובעמבער 10, 2009 10:30 am

איך האב אין באזיץ א מעקראו פאר חלונות, אבער עס ארבעט נאר אין 03, די 07 האט א גרינגערע וועג פאר חלונות, אבער עס נעמט נאר אריין די ערשטע אות, והיוצא מזה אז ס'איז זייער שווער צו מאכן א מעקרא וואס זאל אריינברענגען די איבריגע אותיות, בעיקר ווייל צומאל איז די ערשטע ווארט טאקע נאר איין אות, און דאן וועט דער מעקרא קראכן, ועוד ואכמ"ל.
אט דא איז די 03 מעקרא, עפנט אויף די פייל און פעיסט אריין די גאנצע מעשה ביי די מעקרא'ס. (מער אינסטראקציעס וועט סאדע באטל צוגעבן..)
צוגעלייגטע
chalon.txt
(746 Bytes) דאונלאודעד 132 מאל

אוועטאר
artificial
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 10:03 am

תגובהדורך artificial » דינסטאג נובעמבער 10, 2009 2:52 pm

וויאזוי קען איך מאכן נאר די חלק, אז די ערשטע ווארט פון יעדע פאראגראף זאל ווערן באלד, אדער באלד און גרעסער.
— פישל דער מעלער

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג נובעמבער 10, 2009 4:24 pm

מאטקע האט געשריבן:קודם א גרויסען דאנק פאר דיר רבי סאדע
דריי שאלות:
א. וויפיל כ'פארשטיי [פארט בינעך אן עמארץ] מאכט א ליין ברעיק, אז דער אויבערשטע שורה ענדיגט זיך בין צום סוף, אפילו ווען מ'מאכט סתם ענטער וואלט ער זיך אביסעל אריינגעריקט, לויט רבי סאדע מאכט מען דאס דארך קאנטראל + ענטער, ווען כ'מאך אזוי רוקט זיך דער קורסער ארונטער צום נייען בלאט, נאר ווען כ'קוועטש שיפט + ענטער פארט ער אראפ צום נייעם שורה, בינעך גערעכט?.


ר' מאטקע, ביסט גארנישט אזא עם הארץ, עס איז א טעות וואס איך האב ביז יעצט נישט באמערקט, דו ביסט גערעכט, עס דארף דארט שטיין שיפט ענטער, איך גיי עס פארעכטן פאר די דורות הבאים

מאטקע האט געשריבן:ב. כ'האב געפרוואט צוזאם מיט דעם אריינכאפען מאכען אויך באלד דעם ערשטען אות, אזוי אז דאס זאל ווערען געמאכט אינאיינעם מיט'ן חלונות פון רבי סאדע, דערווייל האט דאס זעט זיך אויס נאר קאליע געמאכט, ווייל ווען כ'האב דערנאך געפראווט סטעפ נומ. 14 - פעיסט, האט זיך סתם אראפגערוקט נאך א שורה, אן דעם צו מאכען פעיסט?!

פשוט איידער סטעפ 9, סעלעקט די ערשטע אות, דורך דרוקן שיפט + לינקע ערראו, וועט די ערשטע ווארט ווערן סעלעקטעד, דרוק קאנטראל + B, און יעצט דרוק HOME, און זיי ממשיך מיט די אינסטראקשענס.

artificial האט געשריבן:וויאזוי קען איך מאכן נאר די חלק, אז די ערשטע ווארט פון יעדע פאראגראף זאל ווערן באלד, אדער באלד און גרעסער.


אויך פשוט, בשעת'ן רעקאדירן די מעקראו, דרוק קאנטראל + שיפט + לינקע ערראו, וועט עס סעלעקטן די גאנצע ערשטע ווארט,
דערנאך דרוק קאנטראל B, וועט עס ווערן באלד
און\אדער דרוק קאנטראל + [ (די קנעפל וואס האט די [ צייכן)וועט עס ווערן גרעסער מיט איין פוינט, און וויפיל גרעסער דו ווילסט עס אזוי פיל מאל זאלסטו דרוקן [.

נאך שאלות ????
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג נובעמבער 10, 2009 4:52 pm

כבוד הרב סאדע,

שוין יארן לאנג וואס איך ארבעט אין ווארד, און טאקע אויף אויסצושטעלן צעטלעך מיט קונטרסים (רפילו ס'איז נישט געאייניגט דערויף), אזוי אויך אויף פארשידענע גראפיקס וואס ווען מ'קען ווארד קען מען זיך שפילן מער ווי מ'מיינט, און פיינעלי טרעף איך איינער וואס רעדט מיין שפראך.

איך קען זאגן "ברוך שכיוונתי"! מיט עטליכע יאר צוריק האב איך אויסגעשטעלט אזא מעקראו (99 פראצענט ווי דעם), און ווען איך האב אפגעליינט דיינע 19 טרעפ, האב איך ממש ווי מיטגעזאגט מיט'ן בעל קורא... דאס ווייסט אז איך האב נישט געגרייזט ביז אהער!

איך וויל נאר איבערשמועסן מיט דיר 3 נקודות:

1. דאכט זיך מיר אז די ריכטיגע קנעפל אויף צו מאכן א ליין ברעיק איז שיפט-ענטער (קאנטראל ענטער ברעכט די בלאט, נישט די ליין).

2. ווען איך האב געמאכט מיט איינעם די מעקראו פאר 2 יאר צוריק, האט ער מיר געפרעגט: פארוואס קען מען נישט פלעין אריינברענגן די ווארט ביי די ענד פון די ערשטע שורה, ס'וועט דאך ממילא אראפטאנצן צום אנהייב פון די צווייטע שורה? איז די תירוץ פשוט, אז אמאל איז די ערשטע ווארט פון די צווייטע שורה צו לאנג ממילא גייט עס אין די צווייטע שורה, אבער די ערשטע ווארט פון די ערשטע שורה (וואס די קאפיסט יעצט אריין) פיט יא ביי די סוף פון די ערשטע שורה, וועט די ווייסע ווארט שטיין ביי די סוף פון די ערשטע שורה, דערפאר ברויך מען מאכן די ליין ברעיק, כדי ס'זאל אייביג זיין אנהייב פוןן די צווייטע שורה. ופשוט הוא (נאר אויב יענער האט מיר עס געפרעגט, האב איך געוואלט קלאר שטעלן צום ציבור).

3. א פראבלעם וואס איך האב נאך באמת נישט געטראפן קיין לעזונג: די ריכטיגע וועג וויאזוי ס'דארף אויסצוזעהן איז אז די ערשטע ווארט פון די צווייטע שורה זאל זיין גלייך מיט די צווייטע ווארט פון די ערשטע שורה, כזה:
sample.jpg
sample.jpg (12.15 KiB) געזעהן 3371 מאל

אבער היות די וועג וויאזוי ווארד מאכט אז די שורות זאלן זיין גלייך איז דורך מאכן גרעסערע און קלענערע ספעיסעס, מאכט זיך זייער אפט אז די ספעיס פון די ערשטע שורה זאל זיין קלענער ווי אין די צווייטע, ממילא איז עס נישט פונקטלעך, כזה:
untitled.JPG

אדער כזה:
untitled 2.JPG


איז דא אן עצה דערצו?
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג נובעמבער 10, 2009 5:37 pm

משיח האט געשריבן:3. א פראבלעם וואס איך האב נאך באמת נישט געטראפן קיין לעזונג: די ריכטיגע וועג וויאזוי ס'דארף אויסצוזעהן איז אז די ערשטע ווארט פון די צווייטע שורה זאל זיין גלייך מיט די צווייטע ווארט פון די ערשטע שורה,

אבער היות די וועג וויאזוי ווארד מאכט אז די שורות זאלן זיין גלייך איז דורך מאכן גרעסערע און קלענערע ספעיסעס, מאכט זיך זייער אפט אז די ספעיס פון די ערשטע שורה זאל זיין קלענער ווי אין די צווייטע, ממילא איז עס נישט פונקטלעך,

איז דא אן עצה דערצו?


אוודאי איז דא א לעזונג דערצו, און די לעזונג איז גאר פשוט, איך האב עס נישט אריינגעשריבן לכתחילה אין די מעקראו, ווייל עס וואלט אביסל צומישט דעם עולם, ווייל עס איז נאך אפאר סטעפס, און אסאך מענטשן זענען נישט מקפיד עס זאל זיין פונקטליך ממש.

יעצט די וועג עס צו טון איז, אז מען לייגט אריין צווישן די ערשטע ווארט, דהיינו די ערשטע ווארט פון די פאראגראף, וואס אונטער דעם איז דא א חלון, און די צווייטע ווארט, לייגט מען אריין א NON BREAKABLE SPACE.
דער ריכטיגע ציל פון א נאן ברעיקעבל ספעיס איז, אז אויב מען האט צוויי ווערטער, און מען וויל נישט אז די ווארט זאל קענען גיין צו די נעקסטע שורה אן די אנדערע ווארט לייגט מען אריין א נאן-ברעיקעבל-ספעיס, אבער די מציאות איז, אז די ספעיס פון א נאן-ברעיקעבל-ספעיס בלייבט אייביג די זעלבע.
אלזא,
הערט נאך אפאר אינסטראקשענס וואס מען דארף צולייגן די פאריגע אינסטראקשענס.
די פאלגענדע דארף מען טון איידער סטעפ נומער 9
1. קאנטראל + די לינקע ערראו, דאס לייגט די קורסער נאך די ספעיס פון די ערשטע ווארט.
2. בעקספעיס, מעקט אויס די ספעיס
3. דרוקט קאנטראל + שיפט + ספעיס, דאס לייגט אריין א נאן ברעיקעבל ספעיס.
יעצט זייט ממשיך מיט נומער 9, אויב מען וויל קען מען פשוט מאכן שיפט + האום, ווייל די קורסער איז דאך שוין יעצט נאך די ספעיס פון די ערשטע ווארט, ופשוט הוא.
יעצט צווישן סטעפ 14 און סטעפ 15 קומט אריין נאך איין סטעפ,
1. דרוק בעקספעיס, דאס גייט אויסמעקן א ברעיקעבל ספעיס וואס איז יעצט דא דארט, ווייל עס איז יעצט דא דארט סיי א ברעיקעבל און סיי א נאן ברעיקעבל, אלזא, דרוקט איינמאל בעקספעיס, און דאס וועט אויסמעקן די ברעיקעבל ספעיס.
און יעצט איז מען ממשיך ווייטער מיט די געהעריגע אינסטראקשענס.

משיח, פשוט הוא ? הא ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

מחזור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » דינסטאג נובעמבער 10, 2009 7:43 pm

אין די מאקרוי מאך איך אז די ערשטע ווארט זאל זיין באלד אין גרעסער, למעשה ווערט עס נאר באלד נישט גרעסער ס'ווערט נאר די זעלבע סייז ווי די אנדערע טעקסט
????????????????????????

מחזור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 7:54 am

טעיתי! איך האב גרעסער געמאכט די סייז מיטן מייזל נישט מיט די קיבארד
ב"ה ס'איז מסודר

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 9:39 am

א דאנק אייך הרב סאדע, סארבייט וואונדערליך!

איך מיין איך ברויך אייך יעצט רופן רבי ומורי!
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
artificial
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 10:03 am

תגובהדורך artificial » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 10:36 am

סאדע באטעל, דאנקס א מיליאן.
— פישל דער מעלער

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:11 pm

איז דא איינער וואס האט א מעקרא אדער עקפיריענס וויאוזוי צו מאכן חלונות דורך Drop Cap ?
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט