מאנטאג ינואר 19, 2009 8:32 pm
איך האב עטליכע לאנגע דאקעמענטן פון ווארד, און זיי זענען געמאכט געווארן מיט המשלים, און זיי זענען אלע מיט חלונות, וואס זענען אויסגעשטעלט פון די ווייסע ווערטער אונטער די ערשטע ווארט, און דאס מאכט עס אויסזעהן ווי א חלון. ווי אזוי קען איך לויז ווערן דערפון, און אויב מעגליך מיט איין קנעפל [מאקרוי].
Advertisement
מאנטאג ינואר 19, 2009 8:42 pm
די בעסטע וואלט געווען אויב דער וואס האט מחבר געווען די חלונות מיט המשלים לווארד, זאל עס אראפנעמען בכבודו ובעצמו [המשלים האט די אפציע דערפאר, עס אראפצונעמען מיט איין קוועטש].
מאנטאג ינואר 19, 2009 9:41 pm
איך האב נישט קיין המשלים.
און עס דארף זיין א מהלך אויסצושטעלן א מאקראוי, וואס זאל אנטהאלטן די צוויי דעטאלן, אויסמעקן די ווייסע אותיות, און אראפנעמען אלע שיפט-ענטער'ס, וואס פון די צוויי פונקציעס באשטייט דער גאנצער חלון.
און מען קען עס טוהן מיט פיינד ריפלעס, אבער איך ווייס נישט די קוידס פון ווייס און שיפט-ענטער.
דינסטאג ינואר 20, 2009 10:46 pm
בנוגע די ווייסע ווערטער איז דא א פשוטע וועג וויאזוי עס אויסצומעקן
גיי צי REPLACE אין לייג די קארסער ביי FIND WHAT סעלעקט פארמעט, פאנט, פאנט קאליר, דערנאך ווייס
דערנאך דריק ריפלעס אל
דאן וועט אלע ווייסע טעקטס ווערן ריפלעסד
דינסטאג ינואר 20, 2009 10:55 pm
שיפט+ענטער איז א מעניועל ליין ברעיק ביי פיינד ריפלעס>ספעשל