תג נוצער האט געשריבן:איך וויל קויפן עטליכע פאונטס פון פונטייפ, איינער ווייסט דא ווען בערך אין יאר זיי געבן ארויס נייע פאונטס? איך וויל קויפן א חבילה, אבער איך דארף נישט אזויפיל פאנטס וויפיל ס'באשטייט א חבילה, קען איך באשטיין כאטש צו ווארטן ווי לאנג ס'איז דא עפעס נייעס
אנדערש ווי די אנדערע פירמעס האבן זיי נישט קיין באשטימטע צייט אין יאר ווען זיי גיבן ארויס נייע פאנטס, נאר זיי גיבן א גאנצע צייט ארויס נייע סחורה. באלד ווי זיי האבן עפעס נייעס שיקן זיי ארויס אן אימעיל צו אלע זייערע קליענטן.
בנוגע א פעקעדזש, איז כדאי צו טשעקן אויפן פארום פראג. דארט איז דא פון צייט צו צייט ארגאניזירטע סעילס. דהיינו עס נעמען זיך צוזאם מערערע מענטשן וואס ווילן קויפן, און מען קויפט אינאיינעם פאר א פיל נידריגערע פרייז ווי די געווענליכע פעקעדזשעס.
נאך אזאך איז כדאי צו געדענקן אז אנדערש ווי ביי אנדערע פירמעס איז ביי זיי נישטא קיין עקספייערי דעיט ביז ווען איהר קענט אויסוועלן פאנטס. אויב איהר קויפט א פעקעדזש קענט איהר אויסוועלן פאנטס אזוי לאנג ווי איהר (און זייער פירמע) לעבט.
אויך האבן זיי א סיסטעם פון סאבסקריפשען, דהיינו איהר צאלט א געוויסע סכום יעדע חודש (מינימום זעקס חדשים) און איהר קענט אויסוועלן 8 פאנטס יעדן חודש.