מאנטאג אפריל 27, 2009 4:02 pm
יישר כח (אויב איינער האלט אז יא, קען ער זיך נאך אנרופן).
Advertisement
דינסטאג אפריל 28, 2009 10:26 am
עס איז נישט דא וואס צו האלטן, דאס איז א זאך וואס מייקראסאפט האט נישט אריינגעשטעלט אינעם סיסטעם, לויט זיי קומט דער פוס נאטיץ צו זיין די זעלבע סכום קאלומס ווי דער אויבערשטע החלק פונעם דאקומענט אויף ער באציהט זיך, אויב אויבן איז איינס איז אונטן איינס אויב אויבן איז צוויי דאן איז אונטן אויך צוויי, אפילו המשלים קען דאס נישט טוישן, נאר די זאך וואס זיי טוען איז, אז זיי נעמען ארויס אלע פוס נאטיצען צו אן עקסטערע פייל (זיי צייכענען אן קודם ווי עס ברויך צו קומען א פוס נאטיץ) און דערנאך ברענגען זיי עס צוריק אריין אין טעסקסט באקסלעך אויף יעדן פעידזש אויסגערעכנט לויט די גרויסקייט פון די שורות וויפיל פוס נאטיצן וועט אריינפיטן אויף איין פעידזש לויט די פון פריער אנגעצייכענטע סימנים פאר די פוס נאטיצן, אבער די עצם פאקט קען מען נישט טוישן און מען קען נישט האלטן אנדערש.
דינסטאג אפריל 28, 2009 12:20 pm
ייש"כ
(איך האב אויסגעשפילט דעם סיסטעם, און געטייפט דעם פייל מיט פאלשע פוט-נאוטס, נעמליך ביי די אויבערשטע שורות האב איך אנגעצייכנט די פוס נאטיצן כזה (א) אדער (ב), דערנאך האב איך געמאכט א ליניע, און אונטערדעם אנגעהויבן די (כלומר'שטע) פיס נאטיצן אין 2 קאלומס. די חסרון דערפון איז, אז די אויבערשטע טעקסט שפרייט זיך נישט אויס אויף אלע בלעטער, און ווען איינער וועט קוקן די פיס נאטיץ פונעם דריטן עמוד וועט ער דארפן צוריקמישן צו עמוד א' און זעהן אויף וואס ער באציהט זיך. למעשה טייפ איך דאס נישט אויף אויסצושטעלן א ספר וכדומה, נאר פאר א איד פריוואט איבערצוקוקן זיינע זאכן, על כן איז דאס נישט מעכב).
מיטוואך אפריל 29, 2009 10:23 pm
קרעמער - אין דוקא (DAVKA) איז יא דא אזא אפשן אז אויבן זאל זיין איין קאלום אין אינטען צוויי, אדער פארקערט
למעשה וויסעך נישט צי ס'דיר שטארק נוגע אבער הנראה לענ"ד כתבתי
דאנערשטאג אפריל 30, 2009 11:44 am
יישר כח בין יועזר
איך נוץ כסדר דוקא
דאנערשטאג אפריל 30, 2009 11:45 am
וואס איז דוקא?
דאנערשטאג אפריל 30, 2009 11:58 am
.
לעצט פאראכטן דורך
מאיר אום זונטאג מאי 03, 2009 11:08 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג אפריל 30, 2009 1:18 pm
סתם_אזוי האט געשריבן:וואס איז דוקא?
דוקא איז א פראגראם געמאכט פאר אידיש
זיי האבן אויך אנדערע פראגראם'ס, און זיי האבן אסאך טעקסט למשל תנ"ך, סידור, מחזורים, תנ"ך אין ענגליש, און אסאך אידישע קליפארט
דאנערשטאג אפריל 30, 2009 1:19 pm
מאיר האט געשריבן:זיי לאזן אבער נישט נוצן נאר זייערע פאנטס [און ס'איז נישט אזוי שיין]
מען קען סעטן (דאכצעמער ביי פרעפרענסעס) וועלכע פאנטס צו נוצן, איך נוץ רעגולער ווינדאוס פאנטס אין דוקא
דאנערשטאג אפריל 30, 2009 1:31 pm
.
לעצט פאראכטן דורך
מאיר אום זונטאג מאי 03, 2009 11:08 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג אפריל 30, 2009 1:32 pm
וואו קען איך עס באקומען?
דאנערשטאג אפריל 30, 2009 1:33 pm
.
לעצט פאראכטן דורך
מאיר אום זונטאג מאי 03, 2009 11:08 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג אפריל 30, 2009 1:35 pm
נישט א חילוק
דאנערשטאג אפריל 30, 2009 1:39 pm
.
לעצט פאראכטן דורך
מאיר אום זונטאג מאי 03, 2009 11:07 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג אפריל 30, 2009 1:42 pm
.
לעצט פאראכטן דורך
מאיר אום זונטאג מאי 03, 2009 11:07 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג אפריל 30, 2009 6:46 pm
סאדע_באטל האט געשריבן:אין ווארד 2007 איז עס אביסל אנדערש מען קליקט אויף די רעכטע זייט גאנץ אונטן צו באקומען די DRAFT VIEW
און דערנאך איז דא ביי REFERENCES אן אפציע SHOW NOTES און דארט קען מען טוישן די ליין כנ"ל בדברי בן הרחמן
אפשר ביסטו עס אביסל בעסער מסביר, איך האב ווארד 07 און איך האב נישט געכאפט וואס מען דארף דא טון. איך דרוק שאו נאטס, און איך זע שוין באלד שטערן'ס, אבער דער פאוטנאט ליין ווי ער וואלט א גדר געשטעלט ארום זיך.
דאנערשטאג אפריל 30, 2009 7:54 pm
קרעמער האט געשריבן:ייש"כ
(איך האב אויסגעשפילט דעם סיסטעם, און געטייפט דעם פייל מיט פאלשע פוט-נאוטס, נעמליך ביי די אויבערשטע שורות האב איך אנגעצייכנט די פוס נאטיצן כזה (א) אדער (ב), דערנאך האב איך געמאכט א ליניע, און אונטערדעם אנגעהויבן די (כלומר'שטע) פיס נאטיצן אין 2 קאלומס. די חסרון דערפון איז, אז די אויבערשטע טעקסט שפרייט זיך נישט אויס אויף אלע בלעטער, און ווען איינער וועט קוקן די פיס נאטיץ פונעם דריטן עמוד וועט ער דארפן צוריקמישן צו עמוד א' און זעהן אויף וואס ער באציהט זיך. למעשה טייפ איך דאס נישט אויף אויסצושטעלן א ספר וכדומה, נאר פאר א איד פריוואט איבערצוקוקן זיינע זאכן, על כן איז דאס נישט מעכב).
עס איז נישט אינגאנצן אזוי, ווייל אויב יענער וועט למעשה מחליט זיין צו דריקן דערפון א ספר, גייט ער זיין אויף געהאקטע צרות, ווייל די אותיות אויבן האט נישט קיין שייכות מיט די פוטנאוטס.
דאנערשטאג אפריל 30, 2009 8:39 pm
ווארד2007 האט געשריבן:סאדע_באטל האט געשריבן:אין ווארד 2007 איז עס אביסל אנדערש מען קליקט אויף די רעכטע זייט גאנץ אונטן צו באקומען די DRAFT VIEW
און דערנאך איז דא ביי REFERENCES אן אפציע SHOW NOTES און דארט קען מען טוישן די ליין כנ"ל בדברי בן הרחמן
אפשר ביסטו עס אביסל בעסער מסביר, איך האב ווארד 07 און איך האב נישט געכאפט וואס מען דארף דא טון. איך דרוק שאו נאטס, און איך זע שוין באלד שטערן'ס, אבער דער פאוטנאט ליין ווי ער וואלט א גדר געשטעלט ארום זיך.
איך גיי קלאר מסביר זיין
און א דאקומענט ווי דו האסט פוטנאוטס, דרוקסטו גאנץ אונטן אויף די רעכטע זייט, נעבן דארט ווי מען קען אנשטעלן ווי גרויס די VIEW זאל זיין, קען מען קליקן צו באקומען DRAFT VIEW.
איינמאל דו ביסט שוין אין דרעפט וויו, איז ביי REFERNCES דא אן אפציע ביי די פוטנאוטס חלק SHOW NOTES.
ווען דו דרוקסט SHOW NOTES קומט ארויס די פוטנאוטס אפגעטיילט מיט א מעניו באר פון די אויבערשטע חלק דאקומענט, אויף די לינקע זייט שטייט פוטנאוטס, מיט א דראפ-דאון מעניו, פאר מען טוישט עפעס שטייט דארט ALL FOOTNOTES, ווען מען קליקט אויף די דראפ-דאון מעניו איז די צווייטע אפציע FOOTNOTE SEPERATOR, ווען מען קליקט דערויף, קומט ארויס א ליין אויף די לינקע זייט פון די פעידזש, מען קען סעלעקטן די ליין דאן, און טוהן דערמיט וואס מען וויל.
איך האף אז דאס הייסט גענוג מקרב געווען א גאסט, און מסביר געווען ברחל בתך הקטנה.
פרייטאג מאי 01, 2009 9:29 am
א גרויסן יישר כח 'סאדע באטל' פארן פרובירן צו העלפן, תפלה עושה מחצה, איך זע שוין וואס שאו נאטוס טוט, און יעצט געכאפט ווי ס'איז דער דרעפט וויוא, סך הכל זע איך אז מען קען נאר ריקן דעם ליין הין און צוריק, אבער נישט ממש טון כל מה שלבי חפץ, למשל אויב וויל איך מאכן דעם ליין דיקער אדער דינער, צו א אנדערע פארמאט, האט ער זיך דערווייל נישט געלאזט, ער איז נישט אזוי נייס צו קיין גאסט.
אפשר האט איר א אנדערע וועג ווי אזוי איך קען מאכן ער זאל מיר פאלגן אין דעם נושא.
יישר כח
דאנערשטאג מאי 05, 2011 10:35 pm
איך ווייס נישט פארוואס אבער איך קען נישט רוקן דעם ליין אהין און צוריק אויך נישט כאטשיג איך האב גענוי נאכגעפאלגט די אנווייזונגען.
עניבאדי עוועילעבל??
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 3:13 pm
איז דא עפעס א עצה צו קענען מאכן די ליין ביי די פוטנאטוס אביסל קערצער, ביי מיר איז עס ביי די צווייטע פעיזדש די גאנצע ברייט, ווי אויך די ספעיס בעפאר און עפטער איז געפערליך, האט איינער א עצה?
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 3:19 pm
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 3:22 pm
חוץ רוקן די ליין פון רעכטס צו לינקס קען איך גארנישט טון דארט
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 3:40 pm
וויאזוי קען מען מען מאכן א העדדער ביי די פוטנאוט'ס (אזוי ווי מען מאכן אויבן פונעם דף)?
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 4:02 pm
א גרויסן יישר כח פאר למעלה משבעים פארן מיר העלפן אין אישי
די עצה פאר א לאנגע ליין ביים צווייטן קאלום אדער ביי א נעקסטע פעיזדש, איז פשוט צו קאפיען די ליין פון פוטנאט סעפערעטאר צו קאנטוניו פוטנאט סעפערעטער וועט עס זיין די זעלבע, צומאל אויב ס'איז צו דיק די ליין אדער צופיל ספעיס, על אף וואס ביי פאראגראף איז נישט אנגעצייכנט קיין ספעיס, סעלעקט די ליין און טשעק די פונט סייז, אין מיין פאל איז עס געווען 63 דערפאר איז געווען געפערליך דארט
נאכאמאל א יישר כח ברבים פאר למעלה